☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8679

אפטעמיסט » פרייטאג אפריל 17, 2015 3:31 pm

· #267109
וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?
שמעו נא רבותי, לאמיך מיר גלייך מאכן די שניפסל, עםםםם, יא, רבותי, כ'בין א ביישן חחח, אבער אז מ'מאכט א שמחה איז נישטא קיין ברירה. ירמי' הנביא איז שוין מקונן במקום שאין איש השתדל להיות פריש, נו, עםם הא, עטס ווייסט אוודאי, דער רבי ברענגט אין על הגאולה, אקעי שוין, איז לאמיר נישט מאריך זיין ---- ס'איז באקאנט אז ס'איז נישט באקאנט אז ס'פלעגט זיין באקאנט די באקאנטע מעשה מיט'ן רבי'ן, ס'פעלט נישט אויס איבערצוקייען, אבער חחח מ'ווייסט שוין, ס'ווערט געברענגט, אוי זאל דער אייבערשטער אונז שוין אויפרעכטן, די באבע איז דאך געווען אזא אשה צנועה, געוואלד, אייביג מיט פאלם און א שירצל זאל שוין מקיום ווערן דעם פסוק אין תורה וגלחה את ראשה. נו, ס'ווערט שפעט, עטס ווייסטס זיכער, יא שוין, אוודאי, אקעי — גוט, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן חחחח אמן כן יהי רצון שכויח -------

****

מ'רעדט כסדר וועגן מאכן א וואטסעפפ גרופע, גיין וואוינען אין שמעקעסוויל, יא גילוי נישט גילוי; קינדער הערטס אויף דמיונ'ען, די אויבנדערמאנטע פייערונג איז אין ריאליטעט פארגעקומען צווישן א געקליבענע פאר ידידים, מחשובי תומכי מוסדותינו הק' לרגל השמחה במעוני בהולדת התגובה האלפיים בס"ד. צווישן די פארזאמעלטע האבן זיך אנגעזען אזעלכע ריזן ווי @כוכב און @שמעקעדיג און אזעלכע סעלעברעטיס ווי @זר זהב און @פידלער.

ס'איז דא בילדער פון די פייערונג, אבער ס'וועט פארשטייט זיך נישט פארעפענטליכט ווערן. פאר די וואס זענען גאר נייגעריג איז כוכב טאקע אן אויסטערליש געלונגענער אינגערמאן, שארף כריזמאטיש און שפיזיג, אבער זיין אויסזען איז, יא, ווי מ'זאגט, כ'מיין, היבש אומאיינגענעם. גאר נידריג און צו די פעשליכע זייט — איידל גערעדט. זר זהב איז יא מאגער מיט דארק-סקין ממש א ברכה צו מאכן. שמעקעדיג ווייסט מען דאך שוין איז שוויציג און איבערוואגיג, ווידעראום פידלער איז ליטערלי א פרי עץ הדר.

נישט לאנג צוריק, ווען כ'האב ערשט אנדעקט אז ס'איז דא אזא וועבזייטל ווי "קאווע שטיבל" האב איך נישט געחלומ'ט אז דאס וועט ווערן אן אומבויגזאמער חלק פון מיין לעבן, און כ'וואלט אוודאי נישט גע'חלומ'ט אז כ'וועל נאך איין טאג זיצן ארום א רעסטאראנט טיש מיט די אריות שבחבורה. אבער ב"ה אז מיר האבן דאס דערלעבט.

פארוואס פארצייל איך עס ענק? ווייל איך וויל ארויסברענגען אז אזוי שמועסענדיג — בשעת'ן קייען די געפרעגלטע לעבער און געשמאלצענע בקר — צווישן די ליצנות פון זר'לע, די ליבשאפט פון שמעקל און דברי חכמה פון ר' פידלער, האב איך אנגעפרעגט ביים עולם וואו און וויאזוי זיי האבן געהערט פון ק"ש. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט, ווייל הגם דער פון בודעפסט גלייכט נישט ליובאוויטש און שלום דין אויך נישט, זענען מיר נאך אלס ענליך צו זיי מיט'ן פילאזאפיע פון יפוצו, און מיר קענען זייער באשטיין אז די ליכטיקייט פון ק"ש זאל אפילו ווייטער שיינען, און אויפפלאקערן די הערצער וואס זענען נאך ליידער טריקן פון כמורע.

שמעקעדיג טענה'ט אז ער האט געהערט פון ק"ש פון זיין זון זייגער פון קרעטשמע. זייגער, וואס איז, אגב, נישט גערופן געווארן צום פארטי צוליב זיין פארנומענע סדר היום דארט אין קרעטשמע וואו ער איז פארנומען שרייבן, לייענען, פרעגן און ענטפערן, האט איין טאג בשעת אבות ובנים אויפגעקלערט זיין פאטער, וואס וועט שפעטער באקאנט ווערן אלס שמעקעדיג, וועגן א פלאץ אויפ'ן אינטערנעט וואו מ'קען טרינקען בחנם קאווע. שמעקעדיג, דאן באקאנט אלס ראלעקס-זייגער, האט זיך צוגעכאפט דערצו און מיט די שמעקעדיגע בעקיטשע פון ש"ס זיך איינגעשריבן אין שטיבל, און די איבריגע איז היסטאריע.

איך פרעג זר "ווי האסטו געהערט פון קאווע", אבער ווי כאילו נישט אים מיינט מען שפרייט זיך אויס א צינישע גרימאס אויף זיין דיקע בארד און וואנצעס, און ער זאגט אזוי מיט א גלייכגילטיקייט "גלייבמער, כ'האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט". ווען כ'פרוביר אים מסביר זיין אז דאס איז א פארום אויפ'ן אינטערנעט וואו ער האט פארברענגט זיינע כולל-יארן איידער ער איז געווארן א מיליאנער, לייקענט ער שטיין און ביין. "איך" הייבט ער אן מיט גאות "פלעג קיין מינוט, אפילו קיין סקונדע, נישט פארברענגען מיט שטותים, דאס איז די סוד פון מיין רייכקייט".

ס'קומט בעצם א באזונדערער אשכול איבער די מסיבה, אבער פאר יעצט וויל איך סתם אזוי אנפרעגן ביים עולם. היינט ווען מ'רעגיסטרירט זיך אין קאווע שטיבל ווערט מען געבעטן צו שרייבן וויאזוי מען האט געהערט פון ק"ש. אמאל איז נישט געווען די פראגע ביים זיך רעגיסטרירן, און ס'איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי מיר, עי-קעיס, האבן געהערט דערפון.
איך פערזענליך האב געהערט דערפון פון א ידיד, א לייענער נישט קיין שרייבער דא, וואס לייענט מסתם די שורות און ווייסט ניטאמאל אז ס'איז אים צו פארדאנקען אז איך בין דא. איז בעט איך דער עולם זאל שרייבן זייער רייזע קיין קאווע שטיבל און איר אנדעקונג. היינט, זע איך, איז ק"ש היבש מער אקטיוו אויף טוויטער ווי ס'פלעגט זיין בשנים קדמניות איז קען זיין אז דאס ברענגט נאך אידן, אבער אמאל איז די הנהלה כמעט נישט געווען אקטיוו אויף סאציאלע מידיא, איז למען הצלחת השטיבל ביטע נעמט א מינוט און זייט מודיע וואס האט אייך געברענגט אהער.

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 17, 2015 3:48 pm

· #267113
וויפיל איך וואלט געצאלט צו זיין א פליג אויפן וואנט אינעם רעסטאראן....

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 17, 2015 3:51 pm

· #267116
איך האב געהערט פון ק'ש פון דער זעלבער פון וועם דו האסט געהערט אז איינס מיט איינס איז צוויי. א מין לץ יענער.. ער האט שוין חתונה געהאט?

פידלער » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:14 pm

· #267119
ישראל קאפקע
וויפיל איך וואלט געצאלט צו זיין א פליג אויפן וואנט אינעם רעסטאראן....


פליגן ציען צו ליכט און ווי איך געדענק, איז דע רעסטאראן געווען היפש טונקל. דאס זאג איך כדי צו ערקלערן די "פרי עץ הדר" קאמפלימענט. צו פיל האט אפטעמיסט נישט געזען. עט עני רעיט, איך נעם אן די אלע שבחים זייער גערן.

@אפטעמיסט Congratulations on #2000!

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:23 pm

· #267120
יאפ, א הערליכע מסיבה געווען, כ'מוז זאגן. מיט מיין פארשוויצטע שמעקעדיגע איבערוואגיקקייט מיט די ריזיגע פאטעיטא בארד האב איך זיך טאקע פארשטעקט אנטקעגן די פרי עץ הדר ניקס, אבער פארט האט זיך עס געלוינט, כ'האב נישט חרטה קיין רגע.

קודם די בקר וואס מיר האבן געפרעסן אויף אלע באקן, אלעס אויף אפטע'ס קאנטע. נאכדעם ווינדערט מען זיך הלמאי כ'בין פארגרעבט און פארשוויצטע. און די דברי חכמה און הומאר וואס דארט האט זיך געגאסן איז געווען עד אין לשער. א שאד נאר אז יואב איז נישט אנוועזנד געווען.

גראדע סודות פון חדר, עס האט געהייסן אז געפילטע פיש וועט אויך ערשיינען, אבער צוליב טעכנישע סיבות איז געווען א לעצטע מינוט קענסעלעישאן. חבל על דלא משתכחין.

עניוועי, מזל טוב אפטער, כ'קען נישט ווארטן זיך צום ווידערזען בקרוב ביי די 3,000!!

petergrifin » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:48 pm

· #267126
Re: וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?
נישט גענוג אז איך בין זשעלאס בין איך יעצט הונגעריג אויך.

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:55 pm

· #267129
אפטע איז טאקע פארגעקימען אזא מסיבה?
אז מען רעדט שוין, איך בין מער נייגעריג 'ווי ביסטו געווען ביז יעצט?
מען זעהט אסאך ניקים קימען זיך דא אן ווי שיינע יודן מיט א פרישקייט נאכדעם וואס קאווע שטיבל שטייט שוין היפש א פאר יאר.

הא ווי זענט עטץ געווען ביז יעצט??

אפטעמיסט » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:59 pm

· #267132
יא, די מסיבה איז ווירקליך פארגעקומען. דאס איז אבער נישט די ציל פונעם אשכול. כ'וויל וויסן וויאזוי דער עולם האט אויסגעפונען פון אונזער שטיבל. ביטע זיך אנרופן ווארעם למען הצלחת הענין.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 5:06 pm

· #267136
אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 17, 2015 5:12 pm

· #267139
ס'איז דא א באשרייבונג ערגעץ מיט'ן קראנטע היסטאריא פון ק''ש?
איך האב געהערט דערפון פון מורינו ורבינו נר המערבי פטיש החזק רשכבה''ג ומרא דארעא קדישא מייסדו ופטרונו של מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר רבינו גוג''ל זז''ג. איך האב עפעס געזוכט אויף אידיש, אפשר א חיים גראדע בוך כ'געדענק שוין נישט, און נאכ'ן אביסל ליינען אמרתי אני בלבי, פה אשב כי אויתיה. ס'האט גענומען א האלבע יאר ביז'ן זיך אריינשרייבען. פארט א ליטוואק אביסל אונטערשטעליג.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 5:19 pm

· #267141
פונקט בין איך געווען אין VIP אויף דרייצען נאכן gym לעצטע וואך, זעה איך פיהר יונגעלייט עסן ווי אחשורש ביים סעודת המפסקת. איין טיש האט נישט געקענט דערהאלטען די פרעסעריי פון די חברה, האבן זיי צוגעלייגט נאך א טיש אינמיטן דורכגאנג. שפעטער זעה איך איינער פון זיי זעצט זיך אריין אין א דאבעל פארקט עסקעלעיט מיט טשערי לייטס - לכאורה אפטעמיסט. דער צווייטער זוכט א היטש קיין וועסשעסטער מיט א סטאפ אין מאנרא - לכאורה זר זהב. דער דריטער מיט'ן פערדער זענען געבליבן זיצן, זיי האבן זיך נישט געקענט אויפשטעלן.

אפטעמיסט » פרייטאג אפריל 17, 2015 5:36 pm

· #267147
רויטע וואנצעס
פונקט בין איך געווען אין VIP אויף דרייצען נאכן gym לעצטע וואך, זעה איך פיהר יונגעלייט עסן ווי אחשורש ביים סעודת המפסקת. איין טיש האט נישט געקענט דערהאלטען די פרעסעריי פון די חברה, האבן זיי צוגעלייגט נאך א טיש אינמיטן דורכגאנג. שפעטער זעה איך איינער פון זיי זעצט זיך אריין אין א דאבעל פארקט עסקעלעיט מיט טשערי לייטס - לכאורה אפטעמיסט. דער צווייטער זוכט א היטש קיין וועסשעסטער מיט א סטאפ אין מאנרא - לכאורה זר זהב. דער דריטער מיט'ן פערדער זענען געבליבן זיצן, זיי האבן זיך נישט געקענט אויפשטעלן.

כ'האב טשערי לייטס, אבער די מסיבה איז נישט פארגעקומען אין VIP. כ'האב גרעסערע השגות צדיק.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 17, 2015 5:54 pm

· #267152
שטיפעריי אין די זייט. א הערצליכן מזל טוב צו אונזער באליבטן, הומאריסטישע, שארפע, קלוגע, טאלאנטפולע חבר אפטעמיסט. 2000 הודעות פון געשמאק!

ק"ש האב איך געטראפן ווען איינער האט געלינקט אין פעיסבוק. זייט ק"ש האט זיך געעפענט איז עפעס געווארן שרעקליך שטיל דארט, איי דאנט וואנדער וויי.

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 17, 2015 5:59 pm

· #267154
איי וועלט, עפעס א טובה האט מען יא פון זיי:)

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 17, 2015 6:33 pm

· #267164
[ציטאט אראפגענומען]

די ווייב ווייסט?

פידלער » פרייטאג אפריל 17, 2015 6:46 pm

· #267169
רויטע וואנצעס
אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.


Sexist!

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 17, 2015 6:51 pm

· #267171
אפטעמיסט: קודם כל א יישר כח פאר אויפמאכן דעם אשכול. ווייל איך האב שוין פון לאנג געזוכט וואו אויסצודריקן און פארציילן די השתלשלות פון מיין אנטדעקן דעם וואונדערליכן יריד וואס הייסט קאווע שטיבל. איבער דעם א ביסל שפעטער. נאר קודם א אינטרעסאנטע באמערקונג. איך ווייס נישט צו איך בין דער איינציגסטער. אבער דיין ערשטער פאראגראף אין דעם אשכול דערמאנט מיך פון דעם סטייל דרשות וואס איינער וועלכער איז באטיטלט מיט דעם חשוב'ן און גרויסן טיטל פון רשכבה"ג, שר התורה, הגאון הקדוש (לגזירה שווה...) ה"ה הגה"ק, מרנא ורב רבנן...מהר"... שליט"א...!

יעצט צום ענין.: את חטאי אני מזכיר. איך האב א שטארקן יצר הרע צו קוקן אויף דעם צדיק פון אוקריינע'ס וועבסייט, און זעהן וועלכן ערליכן יוד ער טוט יעצט באשמוצן. ה"ה הנח"ש הידוע לשימצה נחום ראזנבערג...! איך פלעג עטליכע מאל אין טאג ארופגיין אויף זיין סייט צו טשעקן אויב ס'איז דא נייעס. איין טאג ווען כ'האב אויפגעמישט זיין סייט און ער האט נאר געהאט זיין געוויינליכע ענסייקלאפידיע פון שמוץ וואס טוט זיך אפ איבער גאנץ אמעריקע אין אלע 51 סטעיטס (אופס. כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז נאר דא 50. איך בין געגאנגען אין די זעלבע יוניווערסיטי וואס דער פרעידענט יר"ה באראק אובאמא). און אין ארץ ישראל. האביך באמערקט דעם לאגא פון קאווע שטיבל, וואו די צוויי חבירים זיצן און טרינקען קאווע און שמועסן. ווען כ'האב גע-קליקט אויף דעם האטזיך געעפנט די סייט מיט א בקשה "זיך איינ צו שרייבן...ענד דע רעסט איז היסטערייי 😂 😉 😮

הוגה » פרייטאג אפריל 17, 2015 6:54 pm

· #267173
קאווע שטיבל איז נחומ'ס? 😲

יואליש » פרייטאג אפריל 17, 2015 7:18 pm

· #267174
פידלער
רויטע וואנצעס
אתא, איין שוויגער דערציילט פאר'ן צווייטן און קאווע שטיבל בליעט. נישט קיין וואונדער די עולם ווערט דא אזוי שנעל באליידיגט.


Sexist!



ס'ווערטעל לויטעט: די שוויגער זאל ארויסגיין פון מקוה...

פליקער » פרייטאג אפריל 17, 2015 7:21 pm

· #267175
איך וויל זייער זיך טרעפן מיט זר'ן און אים אנפליקן זיינע ביינער, ביז ער וועט זיך מגלה זיין צומיר באישי, און מיר מודה זיין אני בעל הבירה, וואס זיין איצטיגע ניק איז, ווייל קיינער חוץ עטליכע עלטערע ניקלעך ווייסן נישט ווער זר איז, און וואס פארא חסרון ער האט דא איבערגעלאזט.

יואליש » פרייטאג אפריל 17, 2015 7:23 pm

· #267176
איך בין אנגעקימען צו קאווע שטיבל ביי א שיעור מיט חברים וועלכע קומען זיך צוזאם מזמן לזמן. זיי האבן זיך געבייזערט איבער א געוויסע ניק "גדול הדור" וואס טשעפעט עהרליכע אידן. איינער דארט האט מיך געבעטן צו עפענען א ניק און צוריקשטויסן די אדוקים נגח'ערס, און אלס אין מסרבין האב איך אזוי געטוהן, מיטן פלאן צו קיינמאל נישט שרייבן. כ'האב אלס געהאט א חשד אז געוויסע דארט ביים שיעור זענען שרייבער דא, אבער כ'האב נישט געפרעגט עד היום.

מאטי » מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:55 pm

· #267185
זר וואלט גערן געלייקט, ער'ט צו זיין שלימזל פשוט פארגעסן זיין פעסווארד.

שמעקעדיג » מוצ"ש אפריל 18, 2015 9:58 pm

· #267186
זעהט אויס ער האט זיך דערמאנט זיין פעסווארד!

זייגער » מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:09 pm

· #267189
איך לאך צו זיך, ווען איך דערמאן זיך פון דעם, ווען אבי מורי ה'ה @שמעקעדיג האט דורך מיר אויסגעפונען פון קאווע שטיבל.
ס'איז געווען דאכט זיך מיר די נאכט פון ערב שביעי של פסח שנת תשע'ב. ווי עס איז שוין באוואוסט פאר ענק אלע, איז מיין טאטע א איד וואס איז מקפיד אז די מאה ברכות זאל זיין דוקא פון ברכות אויף עסן. פסח, היות מען קען נישט מאכן קיין מזונות, וואשט ער זיך יעדער שעה נאכאמאל. פארשטייט זיך אליין, אז די הכנות פארנעמען א גרויס חלק פונעם טאג, און פון די אשר יצר'ס אליין קען ער מאכן מאה ברכות. יענער יום טוב זענען נישט געווען צופיל גוטע ארטיקלען אין די צייטונגען, און ער איז אויסגעלאפן פון וואס צו ליינען.

איך זיץ מיר ביים טיש, און איך שאקל מיך ביים גמרא. איך האב זיך געוואלט פארקוקן פאר די נעקסטע זמן, ווען מען גייט אנהייבן לערנען אן נקודות, ווען מיטאמאל הער איך ווי אבי מורי רופט מיך. איך האב צוגענענט צום בית הכבוד, און איך הער ווי די טאטע פרעגט מיך אויב עס איז דאך דא עפעס וואס ער האט נישט געליינט. איך האב מיך ארומגעקוקט, און זעענדיג אז נישט, האב איך מציע געווען אז ער זאל ליינען קאווע שטיבל (די קרעטשמע גרינדער זענען נאך דאן געווען 2-3 יאר אלט), און די רעשט איז היסטארי.

זייגער » מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:10 pm

· #267190
איך בין מכבד מיין טאטע מיטן ערקלערן פשט אין זיין ניק נאמען.

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:24 pm

· #267193
זייגער
איך בין מכבד מיין טאטע מיטן ערקלערן פשט אין זיין ניק נאמען.

זייגער: יעצט פארשטיי איך שוין פשט אין פסוק..."ויתילדו על משפחותם"... 😂
איך האף אז דו קענסט עס ליינען אפילו ס'איז אן פינטלעך... 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:05 pm

· #267210
Re: וויאזוי האט איר געהערט פון קאווע שטיבל?
איך געדענק יעצט וואס איך האב געזוכט מיט'ן גוג''ל. ווען דער אריזאנא ווייץ סומאטוכע איז אנגעקומען קיין לעיקוואוד, האב איך געזוכט אינפא. אויף דעם און ר' מיכל אינדיג און איך בין דא ענגעקומען. איז א גרויסע דאנק הר''א ט''ב מיט'ן דארגער רב פאר'ן אנשטינקען דער וועלט מיט ענקערע שטותים. אזוי האב איך זוכה געווען צו טרינקען קאווע מיט גדולים וטובים.

קאצקע ציקער » מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:41 pm

· #267229
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2903">viewtopic.php?f=4&t=2903</a><!-- l -->

איך אויך » מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:50 pm

· #267232
זאג נאר אפטע רב ,די גאנצע מעשה איז נאר מען זאל נישט מיינען אז דו ביסט זר''ל? איך האלט מיך ווייטער ביי דאס מייניגע אז דו ביסט זרע'לע.

קאצקע ציקער » מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:54 pm

· #267233
זר זר זר
ווער איז די זכר איינער ווייסט?

לית דין בר נש » זונטאג אפריל 19, 2015 12:08 am

· #267238
אפטעמיסט

איך פערזענליך האב געהערט דערפון פון א ידיד, א לייענער נישט קיין שרייבער דא, וואס לייענט מסתם די שורות און ווייסט ניטאמאל אז ס'איז אים צו פארדאנקען אז איך בין דא.

גראדע ווייס איך יא אז עס איז מיר צו פארדאנקען! און זייט דעמאלס האב איך שוין אויך מחליט גיוועהן אז גענוג גיוועהן מיט נאר ליינען מען דארף שרייבן אויך. (א סימן וועל איך דיר געבן אונז האבן געשמועסט דערוועגן פרייטאג סעפטעמבער 20 2013)

ר' שלמה אבן גבירול » זונטאג אפריל 19, 2015 12:13 am

· #267244
וועלכע ווינט ס'האט מיר אהערגעבלאזן, איז א לענגערע באשרייבונג
כ'האלט שוין גראדע אינמיטן אהערשטעלן אן ארטיקל אויף מיין לאנג וועג צו קאווע שטיבל

סטעי טונד.. בקרוב ממש..