☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8671

אשכול אן א טיטל #8671

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8671
בלאט: 1 2

לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:18 pm

· #306386
@אנאנים איך זעה שוין פון ווי @בן אדם קומט
האסט געלייקט יעדע וואס האט געשריבן יא חוץ אים 😢 😢 😢

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:22 pm

· #306388
שוין האב איך איהם געלייקט אזוי אז באלד וועט ער האבן צוויי לייקס.

בן אדם » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:25 pm

· #306389
שכח געוואלדיג, אבער גלייב מיר קענסט פארגעסן פון די צווייטע לייק.

#מייןפאולט

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:37 pm

· #306392
לית האט שוין אויך זיך מרחם געווען, רבותי איך נעם איבער יעצט אונזער באטשי (וואו איז ער טאקע?) און איך מאך א וויכטיגע לייק דרייוו, וכל מוסיף מוסיפין לו.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:50 pm

· #306394
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: מיין קאמפיוטער האט געמאכט אלע חשבונות, און גענומען אלע פאקטארן אין באטראכט. און ער/זי (ניין. נישט ח"ו א טומטומ/ת אדער אנדרוגינס/טע) איז געקומען צו די מסקנא אז די ר"ת (ניין. נישט רבינו טעם גאטשעס) פון דזשעי.קעי. איז ...דזשעיקאב/יאנקל אדער דזשאוסעף/יאסל, קארנ-----ר. ואידך פירושא. זיל גמור. ואין מגלין אלא לצנועין. ועוד יש לומר. משום חשש גילוי... 😂
עיקר שכחתי: דער עולם. כ'ווייס נישט. איך זיכער, קען נישט ווארטן צו הערן און ליינען די זיסע...? אנעקדאטן...ייש"כ למפרע. אדער למפריע... 😂 🙄

יב הלוי סאלאווייטשיק » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 8:43 pm

· #308806
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]



א זכיה האבן נאנטע שייכת מיט אזויפיל פיינע יודן...!

בן אדם » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 8:58 pm

· #308807
און פארגעס נישט צו דערמאנען זיין געוואלדיגע הערצה צו הרב מאטל זילבער שליט"א

יעלה ויבא » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 10:24 pm

· #308818
יעמוד מורינו ר' שש פתך פיך והראנו נפלאות מקיברדך

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 10:58 pm

· #308822
[ציטאט אראפגענומען]

יא. נשמע ונעשה. יאירו דברינו לפניך. אנטשולדיגט. כ'מיין פארקערט....
ראו בן פוטי זה... וואס ער קען נישט איבערזאגן א פסוק אדער א מאמר חז"ל גלאט און נישט קאפויער..,.טאקע נישט מער ווי א פראסטער בעל עגלה... 😂 🙄

אהרן » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:34 am

· #308833
יב הלוי סאלאווייטשיק
[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]

[ציטאט אראפגענומען]



א זכיה האבן נאנטע שייכת מיט אזויפיל פיינע יודן...!


וואויל זענען פאר אויגן וואס האבן געזען אויגן..

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 8:52 am

· #308862
אפשר קענסטו עס צולייגן צו דעם אשכול

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3839">viewtopic.php?f=42&t=3839</a><!-- l -->

ירא שמים » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:00 am

· #308892
שוין ווייטער שמעקעדיג מיט זיינע אשכול פראבלעמען…

יעלה ויבא » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:48 am

· #308910
[ציטאט אראפגענומען]

Wow what an honor. Such a nice compliment from רבינו שש שליט"א
רבותי ריפטס אייך אן ווארעם צים אפיל.

טמיר » פרייטאג יאנואר 1, 2016 1:20 am

· #315558
אודאי! בהחלט! בטח! ברור! אז מען ווארט מיט דארשט (עכ"פ איך) אויף אלע פון די נעמען, בפרט אויפן מהרצ"ח וואס איך גלייך זיינע ספרים, און אודאי אויף מ"מ דער באקאנטסטער פון די אלע. כ'שטעל אהן מיין וועקער זייגער אויף יעדע שעה זעהן אויב ס'איז עפעס אריינגעקומען.

אגב, פ"וו שטעלסטו אריין מהרצ"ח מיט משכילים? ער איז טאקע געווען אן אויפגעקלערטער, אבער נישט קיין משכיל! אין פאקט מיין איך אז זיינע ספרים זענען געהעריג אנגענומען און מען לערנט דאס אין ישיבה

נעגעל וואסער » פרייטאג יאנואר 1, 2016 5:15 am

· #315564
כן.. כן.. בהחלט.. סנישט דווקא קיין חילוק אויף וועם די שרייבסט.. די חילוק איז ווער די שרייבער איז.. אז שש איז דער שרייבער איז אלעס העכסט אינטערעסאנט.

אז די פרעגסט ווער, איז מזה ומזה אל תנח ידך, מיר וועלן ווארטן ביז א יעדער איינער פון זיי איז אראפגעלייגט געווארען בטטו"ד. אבער פארוואס נישט אנהייבען ביי א היימישע קודם? זאג למשל וועם?

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 6:14 am

· #315565
איך בין נייגעריג צו וויסען וועגען שי"ר און די מחלוקת ארום איהם. איך וואלט אויך געוואלט וויסען צו ס'איז מעגליך צו וויסען וועלכע הגהות אין די אבני מילואים קומען פון איהם און וועלכע פון ר' ענזיל, טאמער דו ווייסט.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 8:58 am

· #315577
כוויל פארשטיין באופן כללי נישט אויף א ספעציפישע פערזענליכקייט וואס האט דאס געמיינט די משכילים אין פוילן גאליציע בתקופת רנ״ק ושי״ר.

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 1, 2016 8:58 am

· #315578
יוסף פרל און יצחק בער לעווינזון

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 9:11 am

· #315581
איך האב שוין לאנג א קלער אז דער יסוד פון השכלה קומט גאר פון די חובת הלבבות!
דער אמת איז אז השכלה האט א באדייט א דערהער אין זיך. דאס אוועק גייען פון תומ"צ וואס ס'האט פאראורזאכט איז לאו דוקא א סוף מעשה במחשבה תחלה. מ'דארף עס נאך ארומשמועס'ן

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 4:21 pm

· #315663
איך קלער די טייטש פון די ווארט משכיל איז אזוי. ביז צו השכלה האט מען געהאלטען אז אלס קומט פון די תורה; חכמה, עבודת ה', שכל, לאגיק, מדות טובות, מאראלען און מדע. אלס קען מען טרעפען אין תורה, ואם רק הוא, מכם הוא רק.
ס'האט זיך אנגעהויבען מיט קבלה, אז ס'איז געווארען א נייע באוועגונג פון 'עפ"י קבלה" און מ'האט נישט געדארפט רעדען פון די תורה. דערנאך זענען חסידים ארויף מיט נייע עבודות אין עבודת ה', נישט געבויט אויף תורה. ס'האט געדארפט צופיהרען צו תורה, אבער די מקור איז נישט געווען תורה
משכילים האבען אנגעהויבען א נייע זאך. אז בילדונג חכמה און מאראלען זענען אויך נישט פון תורה. מ'קען אפירברענגען נייע מאראלען, למשל פרייהייט צו עקוואליטע"ט צו וואס. דאס האט געמיינט א משכיל. ס'מיינט לאו דוקא אז מ'הערט אויף היטען תומ"צ. די מוסר'ניקס האבען אויך געשפילט מיט די נושא, אזש די משכילים האבען געקלערט אז ר' ישראל סאלאנטער איז משלהם, כידוע.

י. פערל איז טאקע א געמיינע נושא. אויף צו האלטען די נאז קען מען דאך גייען קיין אייוועלט. [WINKING FACE]

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:06 pm

· #315838
ירא שמים
כוויל פארשטיין באופן כללי נישט אויף א ספעציפישע פערזענליכקייט וואס האט דאס געמיינט די משכילים אין פוילן גאליציע בתקופת רנ״ק ושי״ר.

וואס איז מיט דעם?

ירא שמים » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:28 pm

· #315849
דאס איז באופן כללי כרעד עפעס מער אויספירלעך וואו אזוי סאיז צוגעגאנגען, און וועלכע פערזענליכקייטן האבן גורם געווען צום טויש, און וואס זענען געווען די טוישונגען, וואס איז געווען די האלטונג פון די חסידים, כו׳.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:27 pm

· #316156
איך וואלט זייער געגליסט אמאל צו כאפן א שפאציער אין @אנאנים מוח. ווער וויל קומען מיט מיך?

בן אדם » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:32 pm

· #316159
פרעג עם צו ס'דא דארט פלאץ פאר נאך פרויען 🙂

דזשאסט קידינג 😉

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:50 pm

· #316170
אט ליינט אן אינטערסאנטע ציטאט פונעם הגרש"פ איבער די מושג פון השכלה.
📎 photo12334184457677721.jpg

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:50 pm

· #316171
ב'
📎 photo12334184457677719.jpg

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:50 pm

· #316172
ג'
📎 photo12334184457677720.jpg

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:06 pm

· #316178
דארף מען פארשטיין לויט די הסבר פונעם גאון וואס איז שלעכט צו וויסן ידיעות אמותיות, וועט מען העכסטנס ווערן א 'חתיחת ידיעה'.

בן אדם » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:09 pm

· #316179
אלץ ליטוואק האט ער נישט געגלייבט אז יעדע חכמה און יעדע שטיקל היסטאריע איז ריין אלקות.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:31 pm

· #316192
[ציטאט אראפגענומען]

איך כאפ נישט דיין פעטען מיט וואס דו נעמסט צוזאם פיגורן זיי צו באשרייבן. דו נעמסט דעם אמשינאווער מיטן רמ"מ און נאכדעם מיילעך בידערמאן. עס איז אזא בחינה ווי דו זאגסט אז דו גייסט באשרייבן ר' מיכעלע מדתניא, און ר' זיידל מקרעטשניף און ר' צדוק מלובלין..

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:41 pm

· #316198
פרייוויליג
אט ליינט אן אינטערסאנטע ציטאט פונעם הגרש"פ איבער די מושג פון השכלה.

פארוואס ווערט נישט דאס זעלביגע זיין קאפ - א שור, א בור, א מבעה וההדר?
נאר דאס איז טאקע פשט ורשעים יכשלו בם

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:58 pm

· #316201
טאמבל סאס
פרייוויליג
אט ליינט אן אינטערסאנטע ציטאט פונעם הגרש"פ איבער די מושג פון השכלה.

פארוואס ווערט נישט דאס זעלביגע זיין קאפ - א שור, א בור, א מבעה וההדר?
נאר דאס איז טאקע פשט ורשעים יכשלו בם

דאס איז שוין טאקע יכשלו בם צו פארגלייכן דברי חז״ל מיט דברי מארק שפירא. בבחינת תורה שיש בהם סם החיים אדער סם המות.

פרייוויליג » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:34 pm

· #316561
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 10:54 am

· #318209
היות אז ר'' שש איז אוועק געפארען אויף א מסע מלכות\נסיעה סודית צום ארה"ק, ע"כ נעם איך דעם שופר מפרסם צו זיין אז מ'קען קויפען דער ערשטע באנד פון פנינם שזורים אויף עמעזאן דא

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 20, 2016 12:59 pm

· #318226
ס'איז דער פי.די.עף וואס מ'קען דאונלאודע"ן מיט א דעקעל. פאר די וואס גלייכען א געדרוקט'ן קונטרס.
טאמער מ'גיבט מיר גענוג צייט, קען איךעס מאכען פאר די יו"ט אויסגאבע'ס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בלאט: 1 2