☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תיקון כללי אדער תפיסה?

תיקון כללי אדער תפיסה?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8669

דוד בער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:45 pm

· #266730
תיקון כללי אדער תפיסה?
אין ספר המידות לר"נ מברעסלעוו {ערך נאוף, אות לג} שטייט אז מי שעובר על משכב זכר, על ידי זה נתפס בתפיסה.

זעהט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז תיקון הכללי העלפט נאר ווען מ'זינדיגט חלילה בינו לבין קונו אבער פאר משכב זכר קומט זיך תפיסה.

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:55 pm

· #266734
Re: תיקון כללי אדער תפיסה?
אפשר נאר אויב מ'זאגט נישט קיין תיקון כללי?

לית דין בר נש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:56 pm

· #266735
על ידי זה נתפס בתפיסה מיינט אז ער ווערט נענש מיט תפיסה?
אדער ער ווערט פארכאפט אין א אייגענע תפיסה? לכאורה מיינט עס אז ער ווערט פארכאפט אין א תפיסה אין זיך אליין און זיך ארויסצוזעהן פון דער תפיסה זאגט מען תיקון הכללי והכל על מקומו יבא בשלום
אין א זייטיגע נאטיץ משכב ז.. איז נישט בינו לבין קונו??? ער רעדט נישט פון קיין מאנס, א מאנס איז בין אדם לחבירו אבער סתם ברצון איז בינו לבין קונו

הבא ללמד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:59 pm

· #266737
פשטות פין דע תיקון הכללי איז געמאכט נאר פאר א מקרה לילה ניטאמאל פאר מוז"ל

הבא ללמד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:12 pm

· #266744
קענסט נאך זאגען מער ווער עס פאטשקעט מיט דע ענינים איז בעצם און תפיסה

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:58 pm

· #266764
לית דין בר נש

אין א זייטיגע נאטיץ משכב ז.. איז נישט בינו לבין קונו??? ער רעדט נישט פון קיין מאנס, א מאנס איז בין אדם לחבירו אבער סתם ברצון איז בינו לבין קונו


וואס איז דיין פראבלעם ארויסצושרייבן משכב זכר?

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:20 pm

· #266814
[ציטאט אראפגענומען]

וכן יובא בספר המדות מהדו"ח.

petergrifin » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:23 am

· #266943
[ציטאט אראפגענומען]


איך אמאל געלײנט עפעס דערװעגן אז דער אויפטו פון רבי נחמן זצ״ל תיקון כללי איז אז ביז איהם איז עס נישט געװען אין דער בעסטע
סדר ( דער קאפיטלעך תהילים), נאר ער האט עס מסדר געװען דער װעג עס דארף צו זײן.

לעיקוואד » פרייטאג אפריל 17, 2015 6:22 am

· #266965
ערגעץ האב איך שוין געשריבען איבער דער ספר המדות ביחס לשאר ספרי הר"ן אפשר אפילו ביחס צו אן ענליכע נקודה. לפי שעה טרעף איך עס נישט ביים ר' לערי. דאכציך אויב מען מעג מלמד זכות זיין אויף מ"ז? @ברסלבער געדענקסט?

עכ"פ מקען נישט פרעגן אזוינע קשיות ואין למדים הלכה מפי ספר המדות.