☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8665

אשכול אן א טיטל #8665

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8665

— » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:29 am

· #266562

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:00 am

· #266567
כבר היה לעולמים אז מ'האט רעזעווירט פארקס פינאנצירט דורך לאקאלע מוניציפאליטעטן אויסשליסליך פאר אירע איינוואונער און שטייער באצאלער. סמיט קלאוו פארק אין מאנראו האט אויסגעשלאסן מאסן פרעמדע באנוצער (ליין ק"י אידן) וועלכע צאלן נישט פאר איר אויפהאלטונג, און אנגעהויבן פארלאנגן איי די. ק"י האט דערנאך נאכגעטוהן און פינאנצירט איר איינגענע פארק און, הגם מ'אינפארסירט עס נישט אויף די מינוט ווייל פרעמדע (גוים) קומען נישט, די שילדן זאגן אז ס'איז בלויז פאר ק"י איינוואוינער.

אבער אלס עקסטערע caution בעט מען פארט דער עולם זאל קאטאגאריש אפזאגן סיי וועלכע פארלאנג פון די פאליציי אז מיר טוהן אן געלע לאטעס. במשך ימי הספירה זאל מען נישט פארן אין קיין באנען - עם טי עי סובוועי, לאנג איילענד רעילראוד אדער ניו גורזי טראנזיט, אדער די טשוטו טרעין פון די חל המועד ריידס - אלס א חשש אז אפשר וועט די קאנדאקטער עס בייזוויליג פארקירעווען קיין אוישוויץ. האלט מיט ווייטערדיגע היסטערישע אפדעיטס אויף טוויטער און זשעי פי (נישט צו פארמישן מיט א קאנקורענט עי פי) אפדעיטס.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:14 am

· #266568
עס איז א אנטוויקלונג וואס דארף לדעתי יא ברענגען זארג. ווי עס קוקט אויס איז עס דווקא געצילט צום לעצטן קאנטראווערסיע איבער די 9/11 געדענקמאל אין א מאנסיער פארק.
עס איז א באהאלטענע באשולדיגונג קעגן/באגרעניצונג אויף פובליק עקסעס אויף אלע מאנסיער אידן צוליב די אומשולדיגע טעות פון איין אידישע פאמיליע, און דאס זאל אונז באזארגן.

פארשטייט זיך אז מען קען לאזן יעדן רעפערענץ צו נאצי דייטשלאנד (אדער "נישט" רעפערענץ-רעפערענץ) וואו זי געהערט, אין היסטאריע ביכל.

יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:14 am

· #266569
די פאליציי'ס מעלדונג
קלארקסטאון פאליציי'ס מעלדונג אויף פעיסבוק.
📎 ClarkstownPolicePark.PNG

יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:21 am

· #266570
ישראל, כ'קען נישט די פארק, איר גרויסקייט, איר נומבער פון באזיכער, וויפיל אידן קומען דארט אהין. אבער די מעלדונג און די געזעץ איז גאנץ קלאר: אויב ביסטו א קלארקסטאון איינואונער (וועלכע צאלט פאר די פארק) ביסטו וועלקאם אין די פארק - צו די ביזט א איד, א חסיד, א ליטוואק, א סוני, א שיאט, שווארץ אדער ווייס. אויב ביסטו נישט קיין קלארקסטאון איינוואוינער, אפי' די ביסט א ווייסע אנגלא סעקסאן פראטאסטאנט מאן ביזטו נישט וועלקאם. זיי צילן אויסצושליסן די דרויסענדיגע וועלכע קומען זיך דארט אנלייגן, גאנץ מעגליך אז די זענען חסידים. געזעצליך איז עס. מענטשליך איז עס "אויב" זיי האבן א מאנגל אין פלאץ פאר זייער איינוואוינער אדער אויב די געסט לאזן איבער א שמוץ וואס זיי ברויכן צאלן צו רייניגן. אויב אבער איז דא ברייט בהרחבה פלאץ און ס'איז נישט דא קיין פראבלעם פון שמוץ און זיי ווילן פשוט נישט זעהן א חסיד פאר די אויגן אז עס ווירקליך פראבלעמאטיש.

נישט חלילה מקטרג זיין בשעת ס'הערשט שוין אזוי אויך א קטרוג, אבער א חלק פון די קריטיק איבער די געשוואלענע דעוועלעפמענטס אן קיין אחריות'דיגע פלענינג פאר טראפיק, פארקינג, און אפעטיטליכע לענדסקעפיג איז אז מ'פילט אן יעדעס לעכעל מיט נאך א סקווער פיס צו פארקויפן און נאך א אינטש צו בויען. פארקס און פלעצער צו "לעבן" איז צי טייער פאר די טאשן פון די דעוועלעפארס. ממילא, גייט די טענה, ווערן די שכינים שותפים אין די אווערדעוועלעפמענט דורך דעם וואס פאר פארקס קומט מען צו זיי, זיי וואס האבן זיך יא געלאזט קאסטן געלט און פלאנירונג.

ס'איז אבער פארהאן פארקס וואס געהערט צו די קאונטי און דאס איז אפען פאר אלע ראקלענד קאונטי איינוואוינער, אריינגערעכענט די העווערסטראו בעי פארק ווי די 911 מעמאריעל געפינט זיך.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:50 am

· #266572
ריכטיג, מיר וואלט ווייניגער געשטערט אויב זיי זענען זאט פון די חסידים, אלס אזעלכע וואס וואוינען נישט אין קלארקסטאון, וואס (היפאטעטיש) לייגן אן די פארק און לאזן איבער שמוץ און אלע זיבן זאכן, און זיך יעצט דערמאנען אין אן אלטן געזעץ און עס יעצט אינפארסירן.
עס איז גאנץ פארשטענדליך פאר א לאקאלע שטעטל נישט צו זיין ברייטהארציג צו פרעמדע וואס 'נעמען איבער' צייטווייליג א היימישע פארק (א פאך וואס חסידים קענען גראדע זייער גוט).
מיר שטערט אז עס האט פאסירט יעצט נאך די מעמאריעל קאנטראווערסיע, ווייל עס ווייזט אז זיי זענען פארכאפט אין זייער אייגענע אנטי-חסידים דאגמע, און זיי פראדזשעקטן אן אומוויכטיגע אינצידענט מיט איין חסיד וואס זיי האבן ארויסגעבלאזן פון יעדן פראפארץ, אויף א גאנצע געמיינדע 'בלויז' ווייל זיי געהערן זיך אן צום זעלבן געמיינדע.

אין אנדערע ווערטער, ווען עס איז דא אן אמת'ע פראבלעם אז חסידים (דארף נישט זיין יעדע חסיד) לייגן אן דעם פארק יעדן חול המועד, מעגן זיי אינפארסירן א געזעץ וואס וועט פאררעכטן דעם פראבלעם. ווי לאנג עס איז געזעצליך (עס ווענדט זיך אויב דו ביזט אן איינוואוינער פון קלארקסטאון) אפילו אויב עס איז אן אלטע געזעץ וואס איז נישט אינפארסירט געווארן ביז איצט, צי ווייל די פראבלעם האט פשוט נישט עקזיסטירט, אדער נישט אויף אזא פארנעם אז מען זאל דארפן א לעזונג. אנדערש איז ווען מען באשולדיגט א גאנצע געמיינדע צוליב א נישטיגע פארלעצונג פון א יחיד, א פארלעצונג וואס וואלט אין א צווייטן קאנטעקסט נישט גורם געווען דאס זעלבע רעאקציע.
דאס ערשטע האט נישט דווקא מיט ראסיזם אדער פאראורטייל כאטש עס צילט א געוויסע דעמאגראפיק. די צווייטע ווייזט אויף א אומבארעכטיגטע באציאונג צו איין ספעציפישע גרופע (דא חסידים, אין אן אנדערע צייט און פלאץ קעגן די שווארצע אדער ציגיינער) און א סטאנדארט פון באשולדיגן א כלל אויף אן עבירה פונעם פרט. א סטאנדארט וואס ווערט נישט באנוצט אין אנדערע פעלער. און דאס מעג נישט טאלערירט ווערן.

לדעתי האט די טויש צוטון מיט די צווייטע אפציע. די פארשטויבטע געזעץ איז נישט איצט געצייטיגט געווארן, און די מנהג פון גיין כאלעמוידהאלטן איז אויך מער ווי א האלבע יאר אלט, וואס דאס שליסט אויס די ערשטע אפציע. פון די צווייטע זייט איז דא אפציע נומער צוויי וואס איז מער אקטועל אויפן מינוט און איז פיל מער קאמפעלינג אלס די דירעקטע אורזאך.

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:48 am

· #266573
אז קלארקסטאון וויל נישט די חסידים איז עס נאציזם. אז קרית יואל וויל נישט די גוים איז עס ווייל זיי זענען אן אפגעזונדערט העכער פאלק. אופס...
ביטע ערקלער פארוואס קרית יואל מעג יא.

העלא » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:36 am

· #266575
צוויי זאכן,
ווייל די גוי האט נישט קיין פראבלעם מיט הלכה,
ווייל דער וואס האט באצאלט די פארק גייט באמת נישט אהן צו דו ביזט א איד אדער א גוי,

אויב איינער האט א פארק, און האט א אמת'ע סיבה פארוואס ער וויל נישט קיין אידן איז ער גערעכט,

קרית יואל האט א אמת'ע סיבה פארוואס ער וויל נישט קיין גוים,

מ'מעג טוען מיט די אייגענע געלט וואס מ'וויל

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:41 am

· #266576
און וואס איז מיט די הלכה בידוע?
ערנסט גערעדט, ס'גייט נישט אזוי. מיין טעם איז אן אמת'ר און דיינער נישט. אויב איינער מעג, מעגן אלע, ודברים שבלב אינו דברים. איז פאר מ'שרייט נאצי, קוק אויב דו האסט נישט קיין האקנקרייץ ביי דיר אין שאפע.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:01 am

· #266581
וואו איז דאס קלארקסטאון?

shem-tov » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:07 am

· #266582
עטליכע רואיגע פאקטן.

1. דאס איז שוין אן אלטער געזעץ וואס יעדע שטיק צייט קומט אפיר א חכם וואס רעגט זיך אויף און זאגט אז מען גייט עס אינפארסן אבער לאמיתו קען מען עס נישט אינפארסן.

2. שרייען אז די פארק איז אפגעשפארט פאר יודן איז בלויז נאך א שקר פון די מאנסי יונגעלעך ווייל יודן וואס וואוינען אין קלארקסטאן קענען דאך ווייטער רואיג גיין און האבן גראדע הנאה פונעם געזעץ.

3. אין קרית יואל האט פאסירט די זעלבע זאך שוין מיט 20 יאר צוריק. סיי סמיט קלאוו און סיי וואדבערי פארק לאזט נישט אריין נאר זייערע תושבים. איז קרית יואל געלאפן קיין אלבעני און נאך לאנגע שתדלנות כדרכם בקודש האבן זיי באקומען א מעכטיגע גרענט און אויפגעבויט די וועלט בארימטע רוח החיים פארק און אזוי איידערלערהייט גיבן זיי צו פילן די טעיסט פאר די מאנרא גוים פון זייער אייגענער מעדיצין.

4. מערקט ווייטער אן אז אין ק"י האט מען נישט געשריבן די ווילדע העדליין נישט געוויינט אדער געקאפעט מען האט בלויז געטאן וואס מען ברויך צו טאן און ווי אלעמאל ב"ה מצליח געווען

5. מאנסי האט גענוג און נאך פארקס ווי דער עולם קען רואיג גיין חוה"מ האלטן.

6. מיר וואלטן לכאורה אויך נישט געוואלט אז שכינים טונקעלע צו מעקסיקאנער קומען אריין אין מאנסי זיך שפילן אין אונזערע פארקס מיר וואלטן גערופן די פאליציי אז עפעס איז דא פארדעכטיגט.

7. האסט פארגעסן צו זאגן אז דער טאון אפישעל איז א נאצי און אז ממש אזוי איז געווען פאר די צווייטע וועלט מלחמה און אז ער איז שוין ערגער ווי עד דעי. אוי. אנטשולדיגט האסט יא געזאגט. שעור נישט געווארן דיסעפוינטעט. זיי מיר מוחל

8. ווי יואליש און עדיעל האבן שיין ארויסגעברענגט קענען מיר נישט טאן וואס מיר ווילן לגבי דיסקרימינעישאן און נאכדעם שרייען אויף אנדערע.

9. דאס אינפארסן דעם געזעץ קומט ליידער א חודש נאך די טרויעריגע נאצי ווידיאו וואס די זיסע יונגעלעך האבן געמאכט. און אויך נאך די מעכטיגע עדיטאריעל פון א צווייטען חכם "הענדס אף די חסידים" זעהט אויס אויס טאקע אז דאס איז דער דרך. וואס. רח"ל

ביבער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:22 am

· #266583
עדיאל
אז קלארקסטאון וויל נישט די חסידים איז עס נאציזם. אז קרית יואל וויל נישט די גוים איז עס ווייל זיי זענען אן אפגעזונדערט העכער פאלק. אופס...
ביטע ערקלער פארוואס קרית יואל מעג יא.

מ'קען נישט ממש פרעגן פון קרית יואל ווייל דארט האבן די ארומיגע אנגעפאנגען מיט אפשפארן קודם און דאס האט געצוואונגען קרית יואל צו עפענען א אייגן פארק, ס'נישט מער ווי נארמאל אז זיי זאלן יעצט אויך אפשפארן, ס'נישט מוכרח אז קרית יואל וואלט ווען אפגעשפארט אויב ארום וואלט נישט געווען, בקיצור מ'מוז קוקן אויפן גאנצן בילד.

אבער ווי יואליש זאגט סנישט מוכרח אז מ'מיינט די אידן חלק, ווען ארומיגיע אפילו ווייסע גוים וואלטן זיך צופיל אנגעלייגט אויפן פארק וואלטן זיי מסתמא אויך געטהון די זעלבע זאך.

אופס, שם טוב האקט

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:30 am

· #266586
עדיאל
און וואס איז מיט די הלכה בידוע?
ערנסט גערעדט, ס'גייט נישט אזוי. מיין טעם איז אן אמת'ר און דיינער נישט. אויב איינער מעג, מעגן אלע, ודברים שבלב אינו דברים. איז פאר מ'שרייט נאצי, קוק אויב דו האסט נישט קיין האקנקרייץ ביי דיר אין שאפע.

א לייק פאר די האקנקרייץ אויסדריק

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:37 am

· #266587
רבותי, ומודה ועוזב ירוחם. איך וויל ברבים צוריק ציען פון מיינע סארקאסטישע באמערקונגען ביז יעצט. ליידער בין איך איבערצייגט געווארן אז פאלעטשעק הצדיק ואני ועמי הרשעים. איך זאג דאס נאך דעם וואס ראמעפאו פאליציי האבן געמאלדן נעכטן אז זיי וועלן מאכן א קרעקדאון אויף די וואס באנוצען זיך מיט סעלפאונס ביים דרייווען. די רשעים ימ"ש האבן טאקע נישט ארויסגעזאגט קלאר אז זיי מיינען די אידן. אבער וועם נארן זיי אויס? א יעדע ווייסט אז מערסטענס סעלפאון באנוצער זענען אידן. היינט צופרי האב איך מיטגעהאלטן דריי באזונדערע אקציעס. פאליציי מיט שטרום-אוטאוס האבן אפגעשטעלט אידן און שטרענגערהייט פארלאנגט אז זיי זאלן ווייזן זייערע לייסענס און רעדזשיסטרעישאן. איר הערט? לייסענס אליינס איז נישט גענוג פאר זיי, זיי דארפן רעדזשיסטרעישאן אויך. דאס דערנידערונג איז אין לשער. די מצב איז ביטער! רייסט איין ווייטער פאר די רעטונג פון די מאנסי אידנטום. א גרויסע יום תפילה ווערט שוין געפלאנט אין די קומענדיגע טעג אפצושרייען די שרעקליכע גזירות. (אוי, פארוואס האב איך געדארפט געבן דער עצה פאר די ראצערס?)

החותם בדמע
הוגה פון די בונקער


.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:53 am

· #266588
ביבער
סנישט מוכרח אז מ'מיינט די אידן חלק, ווען ארומיגיע אפילו ווייסע גוים וואלטן זיך צופיל אנגעלייגט אויפן פארק וואלטן זיי מסתמא אויך געטהון די זעלבע זאך.


זיי מיינען לכאורה יא אידן, לאמיר זיך נישט נארן. אבער זיי מוזן זיך היטן עס נישט ארויסצוזאגן אויף אן אופן אז מען זאל קענען אנצייגן דערויף אז זיי צילן נאר אידן, ווייל דאס איז אומלעגאל. פארוואס בין איך אזוי זיכער? ווייל עס זענען דא עטליכע פארקס אין די געגנט וואס האבן שוין אזעלכע rules פאר אסאך יארן. קלארקסטאון אליין האט שוין דער rule פאר יארן, זיי האבן עס פשוט נישט אינפארסירט.

עס איז זייער פארשטענדליך. פאליטישאנס פון א געוויסע געגנט ארבייטען שווער צו שאפן געלטער פאר א פארק פאר די לאקאלע איינוואוינער'ס באנוץ. עס שטערט זיי נישט אז עטליכע איינוואוינער פון די דערנעבנדע שטאט קומען אהין. אבער ווען עס הייבט זיך אן א פארפלייצונג א יעדע פרייטאג און זונטאג, עד כדי כך אז מער מענטשן פון אנדערע שטעט זענען דארט ווי די לאקאלע איינוואוינער, דאן איז א פראבלעם.

אין העוועסטראו פארק זעהט אויס פרייטאג און זונטאג אזוי ווי לי עוועניו אין וויליאמסבורג. די זעלבע איז מיט יודזשין ליווי אין הילקרעסט. עס איז גאר פארשטענדליך אז ס'שטערט די לאקאלע איינוואוינער. שטעל דיך פאר ווען קרית יואל פארק ווערט ווען פארפלייצט א יעדע פרייטאג און זונטאג מיט לאטיינישע, פאטריקאנער און שווארצער, וואלט מען דען נישט אינפארסירט אז ס'איז נאר פאר קרית יואל'ער איינוואוינער?

נעבן העוועסטראו איז דא א פארק (נישט די באקאנטע) וואס אין די זומער האבן זיי א rule אז מען מעג נאר קומען דארט מיט צוויי קינדער. דאס גייט שוין אן פאר יארן און א יעדע ווייסט וואס די ציל פון דער rule איז און עס איז פארשטענדליך. אויך איז דא א פארק אין א דערנעבנדע נו דזשערזי שטעטל וואס לאזט נאר אריין לאקאלע איינוואוינער אין די זומער. עס איז נישט קיין נייע זאך.

איך זאג נישט אז עס איז גערעכט וואס זיי טוען, איך זאג אז עס איז פארשטענדליך און ווייט נישט די גרויסע שרעקעדיגע העדליין מעשה וואס מען וויל דא אויפקאכן.

איר קענט אויסזייגן וויפיל מעשיות איר ווילט און איך וועל מיך האלטן ביי מיינס. איך האב מער מורא פאר די צרות וואס מיר וועלן אפליידן פון געשטעטנער, פאלעטשעק ודעמם, ווי פון עד דעי וחבריו.


.

ביבער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:05 am

· #266589
@הוגה, דאס זאג איך דאך אויך, מ'מיינט נישט די 'אידן' חלק כלומר די עטניק חלק, זיי מיינען זיך, זייער פארק זייער רואיגקייט, עכ"פ אזוי קענען זיי אננעמען אפילו פאר זיך אליינס, און נאר די אידן מיט זייער נארישע מידיא קאמפיין וועלן זיין די איינציגסטע וואס וועלן עס מאכן פאר א אפיציעלע אידן פראבלעם און דערנאך וועט מען שוין טאקע מיינען אידן, נישט נאר אין פארק נאר איבעראל, יעדער גוי וואס האט פארדעם נישט געהאט קיין מיינונג וועט שוין אויפאמאל האבן .

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:05 am

· #266590
די לאקאלע מידיע באריכט שוין איבער די אקציעס.


H@MonseyAlerts: Alert! 4 SV cops stationed & giving tickets.
1) Charles & Yale.
2) Dana & Yale.
3) Jill & Bluberry Hill.
4) S. Regard & Merric.

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:09 am

· #266591
ס׳וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי דער אפגעשטויבטער געזעץ וועט ווערן אינפארסירט פאר פרעמדע וואס זענען נישט אידן (מ׳קען אפילו אונטערשטעלן דרויסענדיגע גוים צו קומען באזוכן און דאס רעקארדירן).

אויב וועט דאס אינפארסירן זיין אנדערש לגבי א גוי ווי א איד, קענען זיי זיך דערזעהן אין א ריכטיגער קאנטראווארסיאלער פלאנטער.

זייגער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:41 am

· #266598
איך האב א לעזונג!!

די סיבה פארוואס עד דעי האט געוואונען די עלעקשאן, איז וויבאלד עס זענען דא מער נישט אידן ווי אידן.

אפשר קען מען ערלעדיגן אז די מוסדות זאלן אויפהערן מיט די סעלעקציעס, וועלן מער מענטשן אהינמופן, אזוי וועט מען האבן די רוב, און ערוויילן די שר השתדלנים אצל סעודת חנוכה בחצר גינת המלך, מורנו רבי בעני נרו יאיר.

יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:10 am

· #266604
ס'איז לכאורה דא א סיבה פארוואס די נייעס איז געשריבן אויף אידיש פאר די וועלכע ליידן ממילא פון א הלכה בידוע קאמפלעקס. וויאזוי גענוי גייט איינער מסביר זיין אז מיר דרויסענדיגע איינוואינער שפירן זיך באקריוועדט פארן נישט האבן די רעכט זיך אנצולייגן אויף יענעם'ס פריוואטע פארק? אינטערעסאנט אז אלע אנדערע דרויסענדיגע איינוואינער שפירן זיך נישט געטארגעט, איז עס ווייל זיי בויען זיך זייער אייגענע פארק און שפירן זיך נישט ענטייטעלט צו צווינגן אנדערע אויפצוהאלטן פארק פאר אונז?

ס'פאדערט זיך דרינגענט א בלעק ענד ווייט בילד פון די באקאנטע "נישט אידן נישט הינט ערלויבט" שילדן און פארקירעווען די נושא to stir up debate.

אוהב ספרים » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:17 am

· #266606
נאך א מזל אז יואליש און שם-טוב און זייער גלייכען האבין נישט געלעבט אין 1930 אין דייטשלאנד, זיי וואלטען שוין געטראפען דעם וועג רעכט מאכען היטלער'ס שריט

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:28 am

· #266608
That's right. Because in Germany jews were also in control of the local town council as in Ramapo, shuls and mosdos were also building right and left with no issue. Jews in Germany were also building developments all over town with no issue from zoning boards. Jews in Germany were also closing the streets every second day for a rebbishe wedding or hachnosas Sefer Torah. It's mamash the same.

You make a lot of sense, book lover. Just say Hitler ten more time, maybe then we'll be convinced.

.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:31 am

· #266610
אויב איז עס פשוט א פראבלעם אז אידן לייגן זיך און אויפן פארק יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, דאן וואס האט פאסירט יעצט?
פארוואס זאל איך זאגן אז עס פשוט צוטון מיט דעם אז אידן וואס וואוינען אינדערויסן פון קלארקסטאון נעמען איבער דעם פארק יעדן חול המועד, דאן וואס האט פאסירט דעם חול המועד 'מער ווי יעדן חול המועד' אז עס זאל בארעכטיגן דעם שריט וואס זיי האבן גענומען?

דעריבער איך וואלט ענדערש געזאגט אז עס האט מיט די פרשה פון די אידישע משפחה און די 9/11 געדענקמאל. און די פארבאט אויף אינדערויסדיגע (חסידים) איז אן אומבארעכטיגטע באשולדיגונג און באגרעניצונג קעגן אלע חסידים צוליב די (אויפגעבלאזענע) חטא פון איין חסיד.

@הוגה, דאס אז אוהב ספרים האט שרייט נאצי דייטשלאנד מאכט עס נאכנישט אטאמאטיש 'נישט' אנטי-חרדים. מען מעג באהאנדלען די נייעס אויפריכטיג אפגעזען פון די נארישע איבערגעטריבענע סלאגאנען פון געוויסע אויף די זייט פון די וואס זעען יא אנטיסעמיטיזם.

יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:42 am

· #266611
ס'איז שווער צו שפעקעלירן מאטיוואציע, ובפרט ווען ס'איז נישט נוגע ווען מ'באהאנדעלט די עצם אישו. יא די געמיטער זענען געווארן היציג אין די לעצטע האלבע יאר, ובפרט נאך די נוקעלארע אפציע, די נאצי אלעגעשאנס.

ביבער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:49 am

· #266613
איך האב נאר א צווייטע אסתפקתא, צו ווען היטלער ווייסט ווען וויפיל קרעדיט אידן גייען באקומען אויף זיין נאמען צו ער וואלט בכלל אנגעהויבן די גאנצע מעשה...

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:20 am

· #266618
קאפקע, איך זאג נישט אז קלארקסטאון איז בארעכטיגט ריגארדלעס. איך זאג אז עס איז פארשטענדליך, מיר טוען די זעלבע, און מען דארף נישט לאזן אפאר ראצערס רייטן אויף א non story צוליב זייער בעיבישע אינטערעסן. איך בין מיט דיר אז דאס איז א דירעקטע ריספאנס צו די 9/11 מעמאריעל פרשה, און אז עס איז געצילט דווקא אקעגן אידן. אבער נישט צוליב שנאת ישראל נאר צוליב אלטע פאליטישע חשבונות. אזוי גייט עס אין אמעריקא. Suck it up and shut up. די היימישע אידן האבן היינט דער אויבערהאנט אין ראמעפאו און ק"י. די נישט היימישע האבן דער אויבערהאנט אין ראקלענד.

בנוגע דיין צווייטע נקודה, איך האלט אויך אז מען דארף האבן א רואיגע דיסקוסיע איבער דער גאנצע נושא. איך האף אז איך וועל האבן צייט אין די קומענדיגע טעג אפצושרייבן א לענגערע מערכה צו פארשטיין די צוויי צדדים.


.

מה הוא » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:35 am

· #266621
א קליינעקייט נאר איבער דאס צוגלעכענען קלארקסטאן צו קרית יואל:
קרית יואל האט געמאלדן אז עס איז נאר פאר זייער איינוואוינערס שוין גלייך ביים עפענען משא"כ קלארקסטאן האט זיך יעצט דערמאנט,
צו עס איז יא נאציס צצו נישט איז שוין א צווייטע זאך און איך וועל לאזן די וואס פארשטייען זיך אויס'טענ'ען, אבער עס איז ביי מיר און איך גלייב ביי פילע אנדערע אויך, א ריזיגע חילוק צו מען מאכט דאס אז פרעמדע זאלן נישט זיין ערלויבט צו קומען אנפאנג שון ביים אויפשטעלן צו נאר מען דערמאנט זיך סתם א גרינעם דינסטאג,
נישט קיין חילוק וואס די סיבה איז פארן זיך יעצט דערמאנען אבער אז מען דערמאנט זיך א פשוט'ען טאג איבער אן אלטע געזעץ, הייבט עס אויגן, און עס ווארפט ווינדער.

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:55 am

· #266630
מען דארף פארשטיין, די קלארקסטאון פארק איז פינאנצירט דורך קלארקסטאון שטייערצאלער. יא, הכנסת אורחים איז א שיינע מידה, אבער אמאל ווערט א גאסט אנגעלייגט. ס'אזויווי די מעשה מיט די זיץ אין ביהמ"ד אין די פה-סח.
כ'צווייפל נישט אז קלראקסטאון מיינט טאקע חסידים און אז די אתערותא קומט טאקע פון די חול המועד מעמאריעל מעשה, אבער די אוטערשטע שורה איז אז זיי האבן, חוץ די געזעצליכע, אויך די מאראלע רעכט צו אויסשליסן נישט איינוואוינער.
די נירענבורג געזעצן האבן אויסגעשלאסן אידן בירגער פון זייער אייגענע פארקס. ס'איז קלונגט אפשר ענדליך, אבער ס'איז נישט קיין פארגלייך.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:00 pm

· #266636
הוגה
רבותי, ומודה ועוזב ירוחם. איך וויל ברבים צוריק ציען פון מיינע סארקאסטישע באמערקונגען ביז יעצט. ליידער בין איך איבערצייגט געווארן אז פאלעטשעק הצדיק ואני ועמי הרשעים. איך זאג דאס נאך דעם וואס ראמעפאו פאליציי האבן געמאלדן נעכטן אז זיי וועלן מאכן א קרעקדאון אויף די וואס באנוצען זיך מיט סעלפאונס ביים דרייווען. די רשעים ימ"ש האבן טאקע נישט ארויסגעזאגט קלאר אז זיי מיינען די אידן. אבער וועם נארן זיי אויס? א יעדע ווייסט אז מערסטענס סעלפאון באנוצער זענען אידן. היינט צופרי האב איך מיטגעהאלטן דריי באזונדערע אקציעס. פאליציי מיט שטרום-אוטאוס האבן אפגעשטעלט אידן און שטרענגערהייט פארלאנגט אז זיי זאלן ווייזן זייערע לייסענס און רעדזשיסטרעישאן. איר הערט? לייסענס אליינס איז נישט גענוג פאר זיי, זיי דארפן רעדזשיסטרעישאן אויך. דאס דערנידערונג איז אין לשער. די מצב איז ביטער! רייסט איין ווייטער פאר די רעטונג פון די מאנסי אידנטום. א גרויסע יום תפילה ווערט שוין געפלאנט אין די קומענדיגע טעג אפצושרייען די שרעקליכע גזירות. (אוי, פארוואס האב איך געדארפט געבן דער עצה פאר די ראצערס?)

החותם בדמע
הוגה פון די בונקער


.


פון די בונקער האסטו אלעס מיטגעהאלטן? 😂

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:35 pm

· #266688
מען פירט זיך אויף ווי א באנדע ווילדע צילאסטע פערד. און אויך די קינדער. מען דארף האבען רחמי שמים מען זאל אונז נישט אינגאנצען ארויסווארפען פון אמעריקא

אוהב ספרים » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:38 pm

· #266689
סתם להבהיר, וואס יעדער קליין קינד זעהט באמת, און הוגה ווארפט סתם זאמד אין די אויגען, איך האב קיינמאל נישט געשריגען נאצי וכו' לגבי די יעצטיגע פעלער, איך האב געשריבען אז ווען די לעבסט דעמאלטס וואלסטו זיי אויכעט מצדיק געווען, און ווי אויכעט חמלניצקי און זייער גלייכען

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:49 pm

· #266696
איך ווייס. דו ווארפסט די ווערטער סתם אריין אין א שמועס וואו עס קומט נישט אריין צו מעורר זיין עמאשענס ביי מענטשן. מיר האבן גוט פארשטאנען.

Milk shake » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:16 pm

· #266717
פארוואס לאן זיי יא איינקויפן אין די קלארקסטאון געשעפטן? זאלן זיי אפירברענגען א געזעץ אז נאר קלארקסטאונער מעגן דארט איינקויפן, אה, האלב זייער פרנסה איז פון די שמוציגע אידן, אה, סאררי, דעמאלס שאפינג מעג מען יא.

להוי ידוע, די קלארקסטאון פאליציי זענען פון אייביג אן נישט אונזערע פריינט, און ס'שטינקט פון קאפ, דאס קען מען זען וועם זיי שטעלן אפ פאר טרעפיק סטאפס, א ריכטיגע סעלעקטיווע סדר, ס'איז אפען און יעדער קען עס זען, און אין פאל פון א עקסידענט צווישן א איד און נישט איד, זענען זיי גאר פארשעל, און מאכן קונצן ביי די פאליס ריפארט, די יעצטיגע צאמשמעלצונג פון דעם רשע עד דעי מיט אונזערע "גוטע" פריינט פון קלארקסטאון איז פיינפול, איך זאג נישט דייטשלאנד, איך זאג נישט געלע לאטקעלע, איך זאג נישט שפאניע און פארטוגאל, גענוג אז איך זאג "קלארקסטאון".

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:21 pm

· #266719
לאמיר טרייען אביסל אויסצוגראדן די זאך און מאכן א שטיקל שלום צווישן איראן מיט אבאמא, כ'מיין ביבי. נע, כ'האב מיך טועה געווען מיט חמלניצקי.
אקעי, וואטעווער.

לכאורה איז יעדער אויף איין פעידזש מיט דאס פאלגענדע:

א) מאנכע בילדערס און עסקנים טוען וואס זיי ווילן אין מאנסי, בויען רעכטס און לינקס ככל העולה על רוחם, אנטקעגן די רצון פון די אמאליגע דארטיגע סובארב איינוואוינער. גערעכט צי נישט, איז דער מציאות גורם א שנאה אקעגן דעם איד, בפרט נאך ווען ער טראגט די פאליטישאנ'ס אין זיין טאש.

ב) יעדער איז אויך מודה אז עד דעי איז נישט קיין גרויסער אוהב ישראל, מילד גערעדט, טראץ זיין באזוך ביים יום השואה.

ג) לויט ווי די ווארט זאגער טענה'ן, און הוגה האט עס שוין מסביר געווען אין אן אנדער אשכול, איז די עיקר סיבה ביידע עקסטרעימען, ווען קיין איין צד קוקט נישט אויס ווי האלטן ביים מפשר זיין מיטן צווייטן.

ד) לויט די לעגענדע דארט אין מאנסי איז (א חלק פון) די צולאזטע התנהגות פון די אידעלעך א רעזולטאט פון א פריערדיגן סופערווייזער, רייזמאן, וועלכע האט שרעקליך גע'רודפ'ט די הימישע אידן וועלכע זענען נאך געווען דארט במתי מעט. נאך זיין פגירה איז אריינגעקומען א נייער פריינטליכער סופערווייזער, און די כעס פון אלע יארן איינגעהאלטנקייט און ווייטאג האט ארויסגעשפריצט אין א נצחונ'דיגע פארנעם, און פון א שטילע דערפל/שטעטעלע האט מען איבערגעגעמאכט מאנסי ווי א ריזיגע שטאט מיט ריזיגע דירות און שרעקליכע טרעפיק.

יעצט איז אזוי, עזריאל וכת דיליה פאוקעסן בעיקר אויף סעיף ב', און פרובירן איגנארירן סעיף א'. משא"כ הוגה וכת דיליה פאקוסירן אממערסטנס אויף סעיף א' און האלט אז מיט פאררעכטן סעיף א' וועט סעיף ב' ווערן געסאלווד. בקיצור, ביידע ווילן פאררעכטן זייער חלק, כאטש ביידע זענען מודה צום צווייטן.

למעשה איז טאקע ביידע חלקים אמת, און ביידע חלקים דארפן א שטארקן תיקון.
שרייבן פעטיציעס יעצט איז נישט קיין תיקון, נאר ליבערשט אויל אויפן פייער. דאס וועט נישט בארואיגן די שונאים, נאר העלפן אויפפלאקערן די טיפע שנאה.

איך ווייס נישט וואס יא צו טון. עסקנים טענה'ן אז דער עד דעי וויל זיך נישט אראפזעצן פארהאנדלען, אבער אפגעזעהן צי ס'איז אמת אדער נישט, איז צו פארדאמען כמו נאצי'ס נישט די ריכטיגע דרך.

צו די וואס רעגן זיך פארוואס מען נוצט דעם נאצי אויסדרוק: קיינער (כמעט) האט נישט פארגליכן די שונאים צו נאצי'ס, נאר ארויסגעברענגט ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד, און עס שפילט זיך איבער אן ענליכע פענאמען.
דאס וואס הוגה טענה'ט אז אין מאנסי בויעט מען ישיבות און שולן לרחצה אלס סימן אז עס הערשט נישט אזא שנאה, איז נישט קיין באווייז. ווייל ווילאנג דער סופערווייזער דארט לאזט טון די בילדערס וואס זיי ווילן, איז דאך די זאך הפקר.
מענטשן ציטערן פאר דעם טאג וואס דער דארטיגער סופערווייזאר וועט אראפגיין פון בענקל. די שנאה קען ווערן פיל מער בולט ה"י.

די מעשה איצט מיטן פארק איז מעגליך - אדער מעגליך נישט - פרוכט פון די פראפעגאנגע אנטקעגן דעם קאונטי עקזעקוטיוו. אבער פארט זענען מיר אין גלות און מיר גייען נישט געווינען דעם גוי.
בפרט ווען ער האט דעם געזעץ אויף זיין זייט, און קען מאכן פאטאש מיט די אידעלעך. צי אומלעגאלע דירות, צי פראגראמען, צי זיצן אויף מעמאריעל שטיינער. יבא הצרה מכל מקום ח"ו.

אלזא די עצה איז נאר בתחנה ובבקשה והשתדלות. און הכנעה. מיט ערנסטע עסקנים און אמת'ע דעת תורה אן נגיעות.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:33 pm

· #266723
שמעקעדיג, איך בין מסכים מיט א יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. איך האב יא א סימפעל מהלך וואס קען מסדר זיין די זאך, נאר היות עס איז א לענגערע זאך וואס פאדערט אסאך בעקגראונד אינפארמאציע, וועט עס נעמען אביסל צייט ביז איך וועל עס אפשרייבן. האסט פיין ארויס מיין צד.

shem-tov » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:52 pm

· #266732
שמעקעדיג כהאב נישט געוויסט אז די ביסט אויך באקאנט אין די היסטארישע ענינים. זייער פיין ארויסגעברענגט אז לגבי אמאל איז היינט זיכער גאלד

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:38 pm

· #266750
shem-tov
שמעקעדיג כהאב נישט געוויסט אז די ביסט אויך באקאנט אין די היסטארישע ענינים. זייער פיין ארויסגעברענגט אז לגבי אמאל איז היינט זיכער גאלד


האסט עס געמאכט אביסל בעסער ווי @שמעקעדיג האט געשריבן

שמעקעדיג


צו די וואס רעגן זיך פארוואס מען נוצט דעם נאצי אויסדרוק: קיינער (כמעט) האט נישט פארגליכן די שונאים צו נאצי'ס, נאר ארויסגעברענגט ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד, און עס שפילט זיך איבער אן ענליכע פענאמען.


פארשטייסט די חילוק?

נישט אז היינט איז זיכער גאלד, נאר אז דערווייל איז עס בעסער ווי עס האט זיך דארט געענדיגט אבער עס איז אויף די זעלבע טרעק,

יא מען דארף טרעפן א ריכטיגע עצה נישט געוואלדעס אבער וואס יא וייס איך נישט עמער ווארטן פאר @הוגה'ס עצה.

יין שרף » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:57 am

· #266937
[list][/list:u]האט מיר געקאסט א שמייכל ווען איינע פון די קאנסיל לייט פון טאון אף ראמאפא, א היימישער איד, האט ארויסגעטוויט

CouncilmanDF: I invite all non-Ramapo residents to visit & enjoy any of our incredible public parks-free of charge. No ID or papers needed. #GoodNeighbors

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 17, 2015 2:17 am

· #266954
אוהב ספרים
נאך א מזל אז יואליש און שם-טוב און זייער גלייכען האבין נישט געלעבט אין 1930 אין דייטשלאנד, זיי וואלטען שוין געטראפען דעם וועג רעכט מאכען היטלער'ס שריט

ווען א טייל פון די היינטיגע קאמענטירער וואלטן געלעבט אין דייטשלאנד פון די דרייסיגער יארן, וואלטן זיי שוין געטראפן עפעס א סיבה צו בארעכטיגן קריסטאל נאכט אויך. און זיי וואלטן --און האבן טאקע --געזאגט, אז די עסקנים און שתדלנים טרייבן איבער. און אז ס'וועט אלעס זיין אין בעסטן ארדענונג. וואס, מ'וועט אנווארפן א פאניק אויפ'ן עולם ווייל עפעס א צודרייטער שיכור, וועלכער גייט אין א ביער האלל שיכור'ן מאכט פארזאמלונגען און שעלט אידן. אונז האמיר די קאנסטיטוציע פון דעם גרויסן שטאאטסמאן ביסמארק. און די געריכטן וועלן שוין באשיצן אונזערע רעכטן. די מערסטע אדוואקאטן און ריכטערס זענען דאך ממילא דויטשן פון מאזעס'נס גלויבן... און אפילו ווען די טרעינס זענען שוין געפארן קיין אוישוויץ זענען נאכאלץ געווען די באזעסענע און ערפארענע מענטשן וועלכע האבן פארשריגן די פאר ראצערס און יונגלעך פארוואס זיי טרייבן איבער. און מאכן נאך דעם מצב ערגער...!

shem-tov » פרייטאג אפריל 17, 2015 9:44 am

· #266986
בערל יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז סאיז טאקע צרות קודם האב איך געמיינט אז די ביסט סארקאסטיש. אבער יעצט טראכט איך אז די נאצי ווידיאו איז הונדערט פראצענט גערעכט. דער מצב טויג זייער נישט. האסט מיר געעפענט די אויגן

איך הייב אן צו ציטערן ווי משוגע. זאג נאר בערל איר האט גרייט דעם פאס און פליז זאג מיר ווי אנטלויפט מען. הוגה האסט אפשר נאך איין פלאץ פאר מיר דארטן אין בונקער. כוועל שוין געבן א פוש אריין מיינע בני בית אויך. פליז זאג מיר נישט אפ אין אזא עת צרה. און כבעט יעדען למען השם אויב טרעפט איר די ערליכע עסקנים וואס קענען צוריהאלטן דעם אנסלאט הממשמש ובא השם ישמרינו זאלן זיי איבערגעבן בשם כלל ישראל זיי זאלן נישט אויפהערן צו טאן זייערע השתדלות און ווייטער שיקן נאך נאצי ווידיאוס מיט איראן סחורה אולי ואולי וועלן זיי נאך אפשרייען דעם גזר דין. אומגלויבלעך ווי שטארק סענדעלט טאקע יעצט מיט 1939. מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן. אמעריקע איז דייטשלאנד. אבאמא איז היטלער. עד דעי איז מענגעלע. די אפגעפארענע יודישע שכינים זענען די עס עס ניקעס. די פאליציי האט שוין אנגעהויבן מיט זייערע טיקעטס. די בילדינג דעפארטמענטס רודפן ווייל זיי ווילן פונקטלעך וויסן ווי מיר גייען זיך באהאלטן. אוי באשעפער פארוואס פארוואס. שיק אונז שוין משיח אדער כאטשיק נאך אפאר עסקנים פון די געלונגענענע סארט

סאשי פיש » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:08 pm

· #267056
עזריאל זיי נישט אזוי בייסיג.
לאז דיך אפ פונעם שרייבער.
נעם דיך צו די נקודות וואס מען שרייבט און ענטפער אויף דעם.
דאנקע שיין

shem-tov » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:54 pm

· #267072
אוטש דאס טוט וויי.. זרילע זיי מיר מוחל כהאב נישט געוויסט אז סגייט דיך אזוי עסען. קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס סבאדערט דיך אזוי שטארק אז איין ניק האלט אנדערשער ווי דיין ניק. כמיין כהאב דאך גארנישט געטאן מער ווי געזאגט מיין פריוואטער אפיניען אזוי ווי איך טו שוין דא עטליכע יארן כולם שוין לטובה אמאל איז מען צופרידן אמאל א לייק און אמאל נישט. אבער וואס נעמסטו עס אזוי פערסאנעל. כהאב דיך קיינמאל נישט אנגערופן מיט קיין צו-נאמן אדער געשריבן שקרן. גארנישט. ס"ה טוט מיר וויי די נאצי געשרייעכטס און לדעתי פארן די עסקנים זייער נישט גוט. אבער ח"ו איך האב גארנישט אקעגן דיר. אפילו אויב די ביסט א בחורל אדער דער עסקן אליינס סא ביטע לאמיר גיין רואיג