☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סערל'ס געבורטסטאג

סערל'ס געבורטסטאג

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8664

עדיאל » מיטוואך אפריל 15, 2015 10:06 pm

· #266487
סערל'ס געבורטסטאג
די סערל'ס געבורטסטאג חידה איז דאס לעצטע אינטערנעץ משוגעת. דאס פריערדיגע איז געווען די קאליר פונעם קליידל. ס'דא צוויי שיטות אין אנטשיידן די רעטעניש, און דער עולם נעמט זיך זייטן. ארגינעל שטאמט די חידה פון א סינגאפור שולע.
די חידה איז ווי פאלגענד.
צוויי חבירים, אלבערט און בערנארד, פרעגן סערל'ן ווען איר געבורטסטאג געפאלט אויס. סערל גיבט א קלערל, און זאגט, כ'וועל אייך ביידע געבן א ליסטע פון מעגליכע דאטומען. אבער אויסזאגן וועל איך נאר א האלבע דאטום, פאר אלבערט די חודש און פאר בערנארד די טאג.
פאלגענד זענען די מעגליכע דאטומען:

מאי 15, מאי 16, מאי 19
יוני 17, יוני 18
יולי 14, יולי 16
אוגוסט 14, אוגוסט 15, אוגוסט 17

אלבערט זאגט:

א) בערנארד ווייסט נישט די דאטום.

בערנארד זאגט דאן

ב) יעצט ווייס איך שוין!

אלבערט ענטפערט:

ג) אויב אזוי, ווייס איך שוין אויכעט!

אלזא, יעצט ווייסטו שוין אויך?

ביבער » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:10 pm

· #266523
.

אויסגערוט » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:14 pm

· #266527
Re: סערל'ס געבורטסטאג
פארוואס

יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:05 am

· #266534
זייער א שיינע לאגישע מהלך. ווען קען מען אויסזאגן?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:12 am

· #266536
יולי 16 איז סערל'ס געבורטסטאג.

די מעגליכע דאטומען זענען
מאי 15, מאי 16, מאי 19
יוני 17, יוני 18
יולי 14, יולי 16
אוגוסט 14, אוגוסט 15, אוגוסט 17

ווען אלבערט זאגט אז ער איז זיכער אז בערנארד ווייסט נישט די דאטום לערנט בערנארד ארויס דערפון אז עס קען נישט זיין מאי אדער יוני ווייל אין ביידע חדשים איז דא איין טאג וואס געפונט זיך נישט אין קיין שום אנדערע חודש, און אזויווי בערנארד ווייסט דאך די טאג וויאזוי קען אלבערט זיין זיכער אז בערנארד ווייסט נישט? מוז זיין אז די חודש וואס אלבערט האט באקומען איז נישט מאי אדער יוני.

יעצט זאגט בערנארד אז ער ווייסט שוין די דאטום (ווייל אים האט מען געגעבן 16) פון דעם רעכנט אלבערט אויס אז עס קען נישט זיין 14 ווייל 14 געפונט זיך אין ביידע פארבליבענע מאנאטן, און בערנארד זאגט דאך אז ער ווייסט יא די דאטום.

יעצט אויב אלבערט זאגט אז ער ווייסט שוין אויך מוז זיין אז עס איז יולי 16 ווייל אויב עס איז אוגוסט קען עס דאך זיין אדער 15 אדער 17, און ער ווייסט דאך נישט דעם טאג מוז זיין אז פאר אלבערט האט מען געזאגט יוני און פון דעם ווייסט ער שוין אז דער דאטום איז די איינציגסטע פארבליבענע טאג אין יולי, יולי 16.

ביבער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:15 am

· #266538
סהייסט ווען בערנארד האט געזאגט אז ער ווייסט האט ער געזאגט ליגנט?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:21 am

· #266542
פארוואס געזאגט ליגנט? מען האט אים געזאגט 16, סאו די מעגליכע דאטומען זענען מאי 16 און יולי 16, אבער פון דעם וואס אלבערט איז זיכער אז בערנארד ווייסט נישט לערנט בערנארד ארויס אז עס קען נישט זיין מאי, ווייל אלבערט ווייסט דאך נישט די טאג, אפשר האט בערנארד באקומען 18 אדער 19, סאו פון אלבערט'ס קאנפידענס לערנט בערנארד ארויס אז עס איז נישט מאי בכלל. בלייבט איבער יולי 16.

ביבער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:44 am

· #266549
יא גערעכט, איך האב געסקיפט די פשוטטסע אז ער אליינס ווייסט דער נאמבער...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:46 am

· #266599
דעצעמבער 38

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:26 am

· #266607
Re: סערל'ס געבורטסטאג
עדיאל, כמיין אז די חידה גייט אז מיר ווייסען נישט פארוועם ער האע געזאגט די חודש און די טאג. דאס אליינס דארף מען קענען כאפן פון זייער שמועס

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:01 pm

· #266637
Re: סערל'ס געבורטסטאג
פארוואס מיינסטו אזוי?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:04 pm

· #266673
Re: סערל'ס געבורטסטאג
ווייל סארבעט, אין ס'מאכט די חידה שווערער.

עדיאל » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:32 pm

· #266722
Re: סערל'ס געבורטסטאג
ס'גייט נישט אזוי אינעם אריגינעל, אבער אז דו קענסט עס מאכן מער קאמפליצירט, אדרבא. שפיר זיך באקוועם צו מסביר'ן וויאזוי דו ווילסט עס איינזעצן טאפלט-בלינדיש.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:13 pm

· #266745
Re: סערל'ס געבורטסטאג
Albert and Bernard just became friends with Cheryl, and they want to know when her birthday is. Cheryl gives them a list of 10 possible dates.

May 15, May 16, May 19

June 17, June 18

July 14, July 16

August 14, August 15, August 17

Cheryl then tells Albert and Bernard separately the month and the day of her birthday respectively. ווען כ'ליין דא ווייס איך נישט פאר וועם מהאט געזאגט וואס http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/article-3037266/The-maths-problem-set-Singapore-teenagers-left-people-world-stumped.html

אליצפן » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:08 am

· #266942
נולד מאוחר
Albert and Bernard just became friends with Cheryl, and they want to know when her birthday is. Cheryl gives them a list of 10 possible dates.

May 15, May 16, May 19

June 17, June 18

July 14, July 16

August 14, August 15, August 17

Cheryl then tells Albert and Bernard separately the month and the day of her birthday respectively. ווען כ'ליין דא ווייס איך נישט פאר וועם מהאט געזאגט וואס http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/article-3037266/The-maths-problem-set-Singapore-teenagers-left-people-world-stumped.html

האסט פארפאסט איין ווארט "respectively"
ואידך זיל גמור

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 17, 2015 2:07 am

· #266951
Re: סערל'ס געבורטסטאג
מיי מיסטעק. אבער אין חשבון מייניך נאך אלץ אז אפי' מיר ווייסען נישט ווער סווייסט די חודש און די טאג, קימט מען אן צים זעלבע מסקנא. כמיין צי זאגן אז מהייבט אן רעכנען למשל אז אלבערט ווייסט די טאג, ווערט מען סטאק ביים צווייטען שטאפל. ער קען טאקע מאכן זיין סטיעטמענט "איך ווייסט נישט און בערנארד ווייסט אויך נישט", אודאי ווייסט בערנארד נישט דער וואס ווייסט די חודש איז נישט מעגליך ער זאל וויסען, סדאך נישט דא קיין חודש וואס האט נאר איין טאג אפציע. ממילא קען בערנארד גארנישט דידאקטען לכבוד דעם.