☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8655

אשכול אן א טיטל #8655

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8655

— » מיטוואך אפריל 15, 2015 5:14 am

· #266187

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מפוזרי » מיטוואך אפריל 15, 2015 8:51 am

· #266210
כ'זעה אז מ'רעדט נישט דא פון א כפול כ''ד נאר פון א כפול כ''ח. דער גאלדענער פעדים ליגט דא אויך צזאמען געפלאכטן! כה לחי. 👍

shem-tov » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:05 am

· #266214
הערליך געשריבן. לאמיר מליץ טוב זיין אז דער קוואדער און נאך צענדליגער קוואדערס דארף יענקי צו טיילן אויבן אין ביהמ"ד און טאקע משמח צו זיין עטליכע אלמנות און יתומים.

מפוזרי » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:19 am

· #266215
האמת אגיד, אז די אלע רייסער'ס וואס איך קען זענען ברייטהארציג צום שמש אויך.

ברסלבער » מיטוואך אפריל 15, 2015 9:25 am

· #266217
זייער גוט און אמת געזאגט. און בכלל קומט זיך אן הכרת הטוב פארן שמש וואס נעמט קער פון א שול און מקוה, כאטש וואס ער באקומט באצאלט דערפאר, איז עס נאכאלץ נישט אזא בא'טעמ'טע ארבעט.

עדיאל » מיטוואך אפריל 15, 2015 10:06 am

· #266222
שיין באשריבן. ובזה אפשר לפרש, חונן דל וגמלו ישלם לו. ער זאל אים באצאלן פאר די קעמלען.

מה הוא » מיטוואך אפריל 15, 2015 10:41 am

· #266227
זייער זייער שיין און גוט ארויסגעברענגט
און די עיקר דערפון איז עס איז גאר שטארק אמת ווי מען רופט עס "מעשים בכל יום"

אויסגערוט » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:11 pm

· #266297
אולי איז דער בעסטער עצה פאר אזעלכע מקוה אידן צו הייערן א גוי מיט א שיינעם אנצוג (אפשר א נעקטיי אויכעט ליתר שאת) און שיין געקעמטע האר צו שטיין אין זיין געוועלבעכל און דינען די קאסטומערס. עס וועט זיך אים זייער שנעל אויסצאלן און ער וועט נאך ארויסנעמען אסאך גרעסערע רווחים סיי דורך די יעניגע וואס מען דערמאנט דא, און סיי דורך זיינע "בעסט פרענדס" וואס קומען מיטן גרויסען שמייכעל "גוט מארגען שמערל קוועטש מיר דער מקוה קנעפל".

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:41 pm

· #266305
מפוזרי
האמת אגיד, אז די אלע רייסער'ס וואס איך קען זענען ברייטהארציג צום שמש אויך.

מפוזרי: ...ביז דער שמש פארגעסט צו לייגן עקסטרע טישוס פאר דריי טעג יו"ט אדער גענוג טוילעט פעיפער פאר די שבת נאכמיטאג'דיגע קאסטומערס...!

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:48 pm

· #266316
עדיאל
שיין באשריבן. ובזה אפשר לפרש, חונן דל וגמלו ישלם לו. ער זאל אים באצאלן פאר די קעמלען.

עדיאל: ייש"כ. איך האף אז דער עולם האט געכאפט די מליצה פון "וגמלו"...די קעמלען/קעמלעך... 😂

עדיאל » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:54 pm

· #266324
מיינסט דער עולם איז נישט אזוי שארף ווי דו?

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:04 pm

· #266334
אויסגערוט
אולי איז דער בעסטער עצה פאר אזעלכע מקוה אידן צו הייערן א גוי מיט א שיינעם אנצוג (אפשר א נעקטיי אויכעט ליתר שאת) און שיין געקעמטע האר צו שטיין אין זיין געוועלבעכל און דינען די קאסטומערס. עס וועט זיך אים זייער שנעל אויסצאלן און ער וועט נאך ארויסנעמען אסאך גרעסערע רווחים סיי דורך די יעניגע וואס מען דערמאנט דא, און סיי דורך זיינע "בעסט פרענדס" וואס קומען מיטן גרויסען שמייכעל "גוט מארגען שמערל קוועטש מיר דער מקוה קנעפל".

אויסגערוט: דיין געדאנק (פון אויפנעמען א גוי'אישן מקוה איד/גוי מיט א סוט און נעקטיי.) דערמאנט מיך א מעשה. מיט עטליכע יארן צוריק (בערך 43) האט די קאמפעני וואו איך האב געארבעט געהאט א קאנטראקט צו טון ארבעט אין א פענסי בילדינג אויף פארק עוו. אין מאנהעטן. איין טאג האב איך געדארפט רעדן צום סופער פון יענעם בילדינג. האביך געפרעגט איינעם וואו דער סופער געפינט זיך. ענטפערט ער מיר אז דער סופער איז יעצט דא אין די לאבי פון בילדינג. איך באטראכט די אלע מענטשן וועלכע דרייען זיך יעצט דארט. אבער איך האב נישט געזעהן דעם סופער. ווען איך בין צוריקגעגאנגען זאגן אז איך האב נישט געזעהן דעם סופער, ענטפערט מיר יענער..."דער סופער איז יענער מענטש מיט די גרעיע סוט און נעקטיי"...און איך האב געמיינט אז ער וועט ארומגיין מיט א בלויע ארבעט העמד און גרעיע הויזן... 😂 😮

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:06 pm

· #266336
עדיאל
מיינסט דער עולם איז נישט אזוי שארף ווי דו?

עדיאל: ס'האט אזוי משמע געווען פון די קאמענטס אז דער עולם האט (נאכנישט) געכאפט די מליצה...!
בד"וו. איך האב זייער שטארק ליעב מליצות און ...puns...!

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:07 am

· #266917
דו האסט מסתם געליינט די מעשה אין 'דאס יודישע חכמות און פקחות

פלאוויוס » מיטוואך יוני 10, 2015 10:18 pm

· #281969
א דאנק שש פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול. האסט זייער שיין געשריבן און כ'האב עס נישט געזען ביז יעצט.