☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער

משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8634
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:13 am

· #384852
ישראל גלויבער. טאמער וועסטו זעהן אדער הערן אז איך לאך אויס א מענטש איבער זיין מאדנע התנהגות זאלסטו מיך אנשרייען דא ברבים. אז איך וועל אויסלאכן א פוסטן, ליידיגן שטריק א בעל גאוה שאין בו חלק טוב בכלל, זאלסטו נישט קומען מיט קיין טענות. פון דעם האמיר נישט גערעדט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 7:29 am

· #384866
התעוררות לימים נוראים

א איד » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:04 pm

· #398436
היינט איז די יארצייט.
מען קען לערנען משניות לטובת ולעילוי נשמתו (שטייטזעך נאר ווער עס וויל).

עסקן בדברים » דאנערשטאג מאי 5, 2022 6:20 am

· #499362

berlbalaguleh » זונטאג מאי 8, 2022 7:57 pm

· #499604
א איד
ווער איז דא געווען א רוצח בידים? מען האט געזעהן אז די הקפדה האט געשאדט.
וכידוע המעשה וואס מען דערציילט נאך אויף ר' יענקעלע אז ר"ר הערשעלע קרעטשניפער איז געווען ביי עם אויף א באזוך, און בתוך השמועס האט ער עם פארציילט, אז דער זיידע ר' לייזער וואלף, א האלב סיגוט איז געשטארבן פון זיין הקפדה, רופט זיך ר' יענקעלע אן, כהאב נישט געוואוסט אז אייער זיידע איז געווען א מאסן מערדער.
(כנעם נישט אחריות אויף די אמת'דיקייט פון די מעשה)
אבער דער לימוד פון די מעשה איז געוואלדיג. הרה"צ ר' יאנקעלע מ'פשעווארסק זצ"ל האט עס אנגעקוקט מיט א בליק פון זיין אהבת ישראל. בשעת זיין מיטשמועסער איז נתפעל געווארן מיט א קעלבערנע התפעלות ווי גרויס זיין זיידע איז געווען. ווען ער פארציילט א מעשה פון מסירות נפש וואס דער זיידע האט געהאט צו העלפן א צווייטן איד, וואלט ר' יאנקעלע עכט נתפעל געווארן.

פרנס החודש » מאנטאג מאי 9, 2022 12:30 am

· #499645
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
איך וואלט געוואלט הערן אביסל מער איבער זיין פרוי׳ס לעבן.
בתקול@ ביטע מיר גיבן א לייק

פרנס החודש » מאנטאג מאי 9, 2022 1:59 pm

· #499702
Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער
דאס ווייס איך שוין איך וויל נאר הערן ווי אזוי זיין פרישות האט געווירקט אויף די לעבן פון זיינע ארומיגע

דאס איז נישט מיך » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 10:03 am

· #512777
אין די וואך אין שריפט איז דע וואך געווען באשריבן זיין היסטאריע ממש ווי ס'ווערט געברענגט דא
נאר געוואלט וויסן ווער זענען זיינע צוויי קינדער וואס ווערן דערמאנט פון אנהייב?

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 11:26 am

· #512781
ישר כח פאר'ן ארויפברענגן די אשכול.
איך האב זיך די וואך די ערשטע מאל באקאנט געמאכט מיט די היסטארישע מאן הרב משה ניו יארקער אין די ארטיקל אין די שריפט.

זיי האבן אים זייער שיין באשריבן, און עס איז מיר געווען א חידוש צו הערן איבער אים ווי אסאך האבן געלאכט פון אים אבער ווער עס האט פארשטאנען האט דא געזעהן א דערהויבענע עובד השם ביי וועם מען האט געזעהן גרויסע זאכן

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 11:29 am

· #512782
שרעקעדיג די מעשה ווי ער איז געשטאנען אויף איינעמס מקום קבוע אין שול און ווען יענער איז אנגעקומען האט ער אים פארשיקט אין יענע טאג איז דער מענטש נישט אויפגעשטאנען פון זיין שלאף.
מען ווייסט מיט וועם די מעשה איז געווען?

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 1:48 pm

· #512789
דער מעשה איז מן הסתם קיינמאל נישט געשעהן.
בלאט: 1 2