☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אשכול אן א טיטל #8631

אשכול אן א טיטל #8631

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8631

— » מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

· #265631

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:49 pm

· #266317
געהערט דעם אלבום, עס איז גאר שיין, שטייגט איבער זייערע עלטערע סעריעס, ביג טיים.

מיין שאלה, וועלכע איך האב אמאל ערגעצוואו אויסגעשמועסט, וועט נאר שווערער.
די 3 גרעסטע הוצאות פון א אלבום פראדוצירער זענען פארן קאמפאוזער צו מחבר זיין נייע געלונגענע ניגונים, מוזיק (+ די ארענדזשמענטס), און די סטודיא/מיקסן.
ביי א ספירה אלבום זענען די ערשטע 2 נישט שייך. זיי זינגען יענעמ'ס (געלונגענע) ניגונים, און קיין מוזיק איז אויך נישטא.
בלייבט איבער נאר די סטודיא און מיקסינג קאסטן. שטייצעך אז די סטודיא/מיקסינג איז פיל גרינגער מיט א בלויזן קווייער ווי מיט א פול מען בענד, ממילא די קאסט דארף זיין לכה"פ האלב אדער א דריטל פון א נארמאלע מוזיק אלבום.
שטעלט זיך די שאלה, פארוואס קאסט דאס 15-16 טאלער פונקט ווי די אנדערע געווענליכע סי.די.'ס?
תיקו.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:50 pm

· #266319
אגב די ניגונים פון "אידיש נחת" קוקן אויס צו זיין א גענויע קאפיע פון די אריגינעלע אלבום, נאר משוררים האט אביסל צוגעזינגען דערצו.

טאביק » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:51 pm

· #266320
שמעקעדיג איר האט א גוטע שמעק
דאכט זיך מיר זענען קרובים 😉
עס איז קלאר אז ער וואלט לכל הפחות געמעגט בעטן ווייניגער

פארגין יעדן » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:55 pm

· #269005
סארי פארן זיך אריינמישן צווישן א שיינע שמועס פון קרובים.
לויט מיינע ערפארונג און די סטודיא ענינים פארשטיי איך אז אויף א ספירה אלבום ליגט מורא'דיג אסאך מענער קווייער ווייל ס'איז נישטא קיין מינוט ווי מען קען לאזן די מוזיק אזויווי שפילן א מעלעדי. אלעס וואס די הערסט די גאנצע צייט איז מענער קווייער פארלאנגט דעס מורא'דיג אסאך שעות מענער קווייער און זיי טשארגען נישט צופיל ווייניגער ווי די מוזיק שפילער אויף די שעה..

און וועגן די אידיש נחת ניגונים ווי די זאגסט אז מען האט נאר ארויפגעזינגען אביסל מענער קווייער. קוק איבער וועלסטו זיין אז סאיז געזינגען אויף א אנדערע קי און מען קען נישט טרענספאסן קיין קווייער. סא ווי איך פארשטיי האט מען עס געדארפט איבערזינגען פון 'א"..
איך פראביר נישט צו פארענטפערן פארוואס מען בעט די פילע 16 דאללער פרייז נאר אביסל צופארשטיין געבן די דיטאלן פון די זאך

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:04 pm

· #269014
יישר כח, נחמתני.
וכבר אמר החכם, שמך נאה לך.

א איד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:19 pm

· #269156
שמעקעדיג
יישר כח, נחמתני.
וכבר אמר החכם, שמך נאה לך.

ועוד יש לומר, אז די פרייז פון 15 טאלער א סידי דעקט נישט די מינימאלע הוצאות פון א סידי (כלשונם פון אלע סידי ארויסגעבער) איז יעצט ספירה דעקט דאס יא די מינימאלע קאסטן, עכתדה״ק

סאשי פיש » מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:43 pm

· #269544
א סינגעל פון בעני פרידמאן

יידל » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:40 pm

· #269568
נישט מיט בעני פריעדמאן. פון בעני פריעדמאן.