מר. עד דעי, שטעל אפ די העצע און ראקלענד. (סיין די פעטיציע)
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8620
מר. עד דעי, שטעל אפ די העצע און ראקלענד. (סיין די פעטיציע)
ארטיקל (ביז די פעטיציע) גענימען פון זשעי פי אפדעיטס.קאם
It is 2015, and in a County just miles away of New York City, a Republican, yes, a Republican is treating his
constituents – Hasidic residents in Rockland County as second class citizens, just because.
Just because he was elected as County Executive; just because he has an unfiltered Facebook page; just because it is popular to bash the black hats; and just because he is being called out on his actions.
Rockland County Executive Ed Day may not have been, and now understandably, the first choice of the growing Hasidic community mainly residing in Spring Valley and the outskirts of Monsey. But once elected he ought to serve all residents, no matter color or race, with the same dedication and empathy for the benefit of all.
That has not been the case for Mr. Day and his ardent supporters. From day one, he has used his role as a bully pulpit to rant against the Hasidic community, calling out every misstep, every comment and every move that wasn’t equaling to his way of life.
Just recently, he found the right match of words to denounce a controversial video surfing online that drew a parallel between a hateful Facebook page and Nazi Germany, but he didn’t find it right to condemn the anti-Semitic posts, comments made on that page, that is managed, happens to be, by a county employee.
Just yesterday, as Jewish families spend the day outdoors, Day found it very important to share a photo of a family standing around and their child sitting on our 9/11 Memorial in Haverstraw Bay Park, just because it “has been brought to my attention.”
But here is the thing: notwithstanding the facts in some cases, the disturbing pictures or the controversial video; Ed Day somehow is always out there, prejudging facts, and speaking out on the matter. In almost every public statement somehow the Hasidic Jew is always involved, but for the negative.
While some may suggest Mr. Day is just an anti-Semite, we find it difficult to to use this harsh term on a man that we hardly know. But what we can presume is that Mr. Day is infected with a incurable disease of hate. He just happens to hate the Orthodox Jewish community, it just irritates him and it drives him crazy day in day out.
All we suggest is, Mr Day: Hands off the Hasidic community!
Find yourself some other source of activity that could direct your disease of hate toward something else, something that would not ignite antisemitism; something would not prejudice an entire community and hold them back from striving and living in harmony with their neighbors.
And a word or two to the New York Republican Party: Ed Day is a member of your party. Ed Day is an elected official on behalf of your proxies. Before you worry so much about a nuclear Iran or President Obama’s attitude toward the Prime Minister of Israel, take a look at what’s happening in your backyard. All of your outreach doesn’t matter, if a member of your party, in your state, is treating Jews with an attitude of hate. You also have elections to run, if its for federal or statewide office. Remember, ‘For if you remain silent at this time, relief and deliverance for the Jews will arise from another place,’ but your party’s success will perish and your power to influence will be diminished
סיין די דרך ארץ׳דיגע בקשה צו די טשעירמאן פון די ריפאבליקאנער פארטיי און ניו יארק מר. עד קאקס, ער זאל אינטערווינען אז מר. דעי זאל אפשטעלן זיין העצע קעגן דעם ארטאדאקסישער געמיינדע און ראקלענד.
<a class="postlink" href="https://secure.avaaz.org/en/petition/New_York_State_Republican_Chairman_MR_Edward_F_Cox_Intervene_on_behalf_of_the_Orthodox_Jewish_community_in_Rockland_Coun/?wwLLnjb">https://secure.avaaz.org/en/petition/Ne ... n/?wwLLnjb</a>
קען זיין אז דאסמאל איז עס יא א מער באזעסענע זאך אבער עס וועט לכאורה זיין היפש וואס וועלען זיך נישט ארויף כאפן צי אינטערשרייבן זינט מען ווייסט שוין נישט מי ומי ההולכים, ...
ניין קיינער וועט נישט גארנישט אונטערשרייבן. איך האף אז די חברה וועלן נישט קענען צאמקראצן אפילן 500 אונטערשריפטן פון די איבער צען טויזענט ראקלענד איינוואוינערס אזוי וועלן מיר שוין אויך קענען וויכטיג אויפווייזן פאר עד דעי אז די פאר אפגעפליקטע משוגעים רעדן נישט און אונזער נאמן און סאיז צום האפן אז זיי וועלן פארשווינדן ווערן. מען דארף דרינגענד שיקן א מעסעדש צום גוי אין ראקלענד אז די פאר יונגלעך זענען בלויז יונגלעך און קאמיקער און מען זאל זיך מיט זיי נישט רעכענען.
סהאבן זיך גענומען אפאר ערענסטע ליידיגייער וואס זיצן אויף טוויטער און אויף די אינטערנעט בכלל און יעדעס מאל וואס איינער מאכט אויף דאס מויל א קעגן א חסיד ווערט ער אינגאנצן צושרויפט און ער האט מחליט געווען אז ער גייט פיקסן דעם אור אלטען פראבלעם.. די צולאזטע צוואנציג יעריגע חסידישע דראפאוטס יונגן וואס האבן נישט קיין איין איינציג רב אדער קהלה אדער מוסד אדער עסקן אדער פאליטישאן אויף זייער זייט. קיינעם נישט. זיי זענען דא איינצורעדן דעם ערענסטן גוי דעם ערענסטן פאליטישאן און רעכטדענקיגן מענטש אז אלע ראקלענד יודן זענען ביי די מיינונג אז יעדע פיצי זאך דארף מען פארגלייכען צו נאציס און יעצט צום איראן נוקליאר פראבלעם. איך האב נאך אזאנס נישט געהערט. ווי געט מען זיך אן עצה מיט די אנשיקעניש.
נעם דיר אריין אין קאפ מיר וואוינען אין אמעריקע. עד דעי איז נישט אונזער ידיד. פיין כבר היה לעולמו סאיז ביזנעס עז יושעאל ער קען קיין סאך נישט טאן ער איז אבער פולי ערלויבט צו ווארפן א ביינדעל פאר די וואס האבן אים געהאלפן אריינקומען אין מאכט. אין אמעריקע האט אבער יעדער א רעכט צו לויפן גייט ארויס און זוכט א פאליטישאן וואס וועט ענק העלפן ארויסשטויסן דעם פערד. טוט עס מיט שכל מיט רעספעקט מיט דיגניטי מיט רעספעקט פאר אייער קומיוניטי חזרט אונז נישט אן איבעראל אבער למען השם הערט אויף מיט די נאציס. איראן. פרענס. וכדומה סטאפ די נאן סענס. איך קום נאכאמאל צוריק צו קרית יואל . הקריה האט יעצט ארויסגעשיקט זייער ביכל וואס סטוט זיך דא אלץ די שטאט וואקסט און בליט און כוועל די מגלה סוד זיין אז די שכנים פון ק"י פייטן און העצן דעם שטאט הונדערט מאל מער ווי אין ראקלענד אבער דא איז דא באזעסענע יודן וואס פירן דעם שוי און ניטאמאל קוקט מען אויף די זייט פון די העצערס מען שפאנט איין גוטע לויערס ועוד און מען טוט וואס מען דארף צו טאן און אזוי האבן זיך יודן געפירט מאז היתה לגוי.
נא לפרסם דעם שטיקל בשם שם-טוב אין ק"ש לע"נ קרוביכם ולמצוה גדולה יחשב
אין קרית יואל זאגסטו באגראבט מען זיך גיט די בת היענה קאפ אין מען וועט כאפן הערשט אין א שטיק צייט ארום וואס ראקלענד כאפט יעצט?
.
איך און מיין ווייב שרייבן נישט אונטער.
איך ווייס נישט איבערן פעטיציע אבער בליקנדיג עד דעי'ס פעיסבוק פעיזש קומט ער אפיר ווי א פארביסענער האסענדער מענטש מיט ווייניג שכל. פירקלט אן איבער א קינד וואס איז אומוויסנד געזיצן אויף א מעמאריעל שטיין און פירט אגאנצן גזירה שווה פון דעם צו וועילפעיר פראוד און די גאנצע חסידישן עולם. בכלל איז זיין שפראך נידריג און פאסט בכלל נישט פאר אן ערוויילטן פאליטישן.
וואס איז מיר לעצטנס געקומען אויפן געדאנק איז דא אין שטאט וואינען מיר מיט די גוים בשלום ובשלוה מען פארשטייט זיך און מען קומט זיך דורך. עס וואינען 800 פאמיליעס טיר ביי טיר אין בעדפארד גארדענס אידן מיט גוים און מען לעבט שיין בשלום. אידן ציען זיך אויס אין בושוויק און בעדסטיי קיינער שעלט נישט. אין אפסטעיט ראקלענד, מאנרא און א באנקראפטירטע ווילעדזש ווי בלומינגבורג מיט צען אהאלב גוים אן פרנסה ווערן צושפרינגען אז אידן ווילן אויפלעבן דעם בית הקברות מען מאכט פעיסבוק פעיזשעס און מ'שעלט. צופיל צייט און ווייניג וואס צו טוהן זעט אויס איז גרויסער פראבלעם אין אפסטעיט.
איך ווייס נישט פונקטליך דעם ענטפער אבער אידן זעט אויס דארפן וואינען אין גרויסע שטעט. אזוי איז געווען אין אלע דורות אין גלות מען האט געוואינט אין שטעט. אפסטעיט שטעטעלעך אלע פון זיי, סקווער מאנרא וכו' זענען א חורבן ברוחניות ובגשמיות זיי שטעלן אין א סכנה דעם עם ישראל. דער אפסטעיט גוי האט צופיל צייט און צו ווייניג ברייטקייט צו וואינען מיט חרדים. הלואי דער זשערסי סיטי פלאן ארבעט זיך אויס און דאס ארויסמופן צו די אפסטעיט צוריגעשטאנענקייט ענדיגט זיך.
בארואיג דיך, @אנאנים. נישט א יעדע מאל וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר דארפסטו יענעם ארונטעררייסן. זיי מסביר דיין צד. אטאקירן דיין אפאנאנט פערזענליך מאכט עס אויסזעהן כאילו דא האסט נישט עפעס זאכליך צו זאגן אויף די נושא.
איך וואוין אין מאנסי גענוג לאנג צו קענען פארמירן אן אייגענע "אפען-מיינדעד" דעה, איך דארף נישט נאכטאנצן וואס יענער ווייל אז איך זאל האלטן. עד דעי איז געווען ראנג ביי דער פרשה. עד דעי איז נישט קיין גרויסע סימפאטיקער פאר די אידישע געמיינדע, פונקט ווי אבאמא איז נישט קיין סימפאטיקער פאר קאנסערוועטיוון, און פונקט ווי סעינט לארינס איז נישט קיין סימפאטיקער פאר די נישט היימישע אידן אין ראמעפאו. דאס איז פאליטיקס. ער האט געוואונען, די היימישע אידן האבן געפירט א שמוציגע קאמפיין אקעגן אים, payback is a bitch.
איך וועל נישט אונטערשרייבן א פעטיציע וואס וועט מער אויפרעגן עד דעי און זיינע מענטשן, וואס וועט ברענגען א גרעסערע ריס אין ראקלענד צווישן די קאמיוניטיס. איך וועל נישט האבן קיין שייכות מיט עניטינג וואס די יעצטיגע אידישע רעדל פירער האבן א יד דערין. זיי זענען שוטים אין מיינע אויגן, זיי מאכן חרוב ראקלענד קאונטי, מאנסי און די שטעלונג פון די אידישע געמיינדע.
.
הוגהאיך און מיין ווייב שרייבן נישט אונטער.
מיין ווייב און איך... כצ'ל
זייגערהוגהאיך און מיין ווייב שרייבן נישט אונטער.
מיין ווייב און איך... כצ'ל
ביזט גערעכט לויט די ענגליש כללים. אבער מיין פראזע איז געווען א דירעקטע איבערטייטש פון די העברעאישע פראזע, אני ואשתי לא משתתפים בבחירות.
How about a petition against all the "heimishe" Rockland askunim that come out with hateful videos against Rockland residents?
How about a petition against all the "heimishe" Bloomingburg askunim that support voter fraud and incitement against Bloomingburg residents?
אה מען דארף שוין נישט קיין בלאק די בלאק וואויט צו זעהן אנטי ארטידאקסיסם
מיר האבן Big Boy אויף קאווע!
בארואיג דיך,
@איש צדיק תמים. נישט א יעדע מאל וואס איינער האלט אנדערש ווי דיר דארפסטו יענעם ארונטעררייסן. זיי מסביר דיין צד. אטאקירן דיין אפאנאנט פערזענליך מאכט עס אויסזעהן כאילו דא האסט נישט עפעס זאכליך צו זאגן אויף די נושא.
וואס גייט דא פאר? מיר האנדלן דא מיט קליינע קינדער וואס ווייסן נישט וויאזוי צו דעבאטירן א נושא ווי ערוואקסענע? גענוג!
Big BoyHow about a petition against all the "heimishe" Rockland askunim that come out with hateful videos against Rockland residents?
How about a petition against all the "heimishe" Bloomingburg askunim that support voter fraud and incitement against Bloomingburg residents?
גערעכט.
@איש צדיק תמים
שטעל ארויף א פעטיציעס צו פארדאמען ביידע, סיי עד דעי'ס לעצטע אנטי חרדים פאוסט און סיי די פראוואקאצירנדע ווידיאו פון או.דזשעי.פעק.
איך וועל חתמ'נען ביידע.
שם טוב: איך האב נאכנישט אויספיעט צו ליינען אלע תגובות צו דיין איצטיגן מאמר. אבער לפענ"ד ביסטו טיילווייז גערעכט. (און טיילווייז נישט.). בדרך כלל דארף מען נישט רעאגירן אויף א יעדן נארישקייט וואס סיי וועלכער באהאלטענער אדער אפענער שונא ישראל זאגט ארויס. אבער לאידך גיסא טאר מען נישט פארשווייגן וויסטע העצערייען אקעגן סיי וועלכע גרופע, אריינגערעכנט חסיד'ישע אידן און אידן בכלל.
אין דעם פאל, פון דעם קאונטי עקזעקוטיוו עד דעי און זיין גרופע איז איין זאך קלאר. ער איז נישט אונזער גוטער פריינט. סיי פערזענליך און סיי פאליטיש. אשטייגער ווי להבדיל דער אוהב ישראל קריסטאפער סט. לאורענס. אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך נאכנישט ארויסגעוויזן צו זיין אן אויסגעשפראכענער שונא ישראל און אנטיסעמיט. ביז דערווייל קענען נאך אלע זיינע מעשים און סטעיטמענטס אריינגעטייטשט ווערן אין די נארמאלע פאליטישע פונקציעס און מהלכים פון די אמעריקאנער פאליטישע סיסטעם. ממילא דארף די רעאקציע צו זיינע סטעיטמענטס,קאמענטס און מעשים זיין אויך א געמאסטענע. צו פארגלייכן איהם און זיינע גוטע פריינט צו די נאציס איז זיכער איבערגעטריבן. און דאס דארף פארדאמט ווערן. אבער צו לאזן זיינע העצערישע און אומ-סימפאטישע קאמענטארן אקעגן אונז לויפן אומ-אפגעענטפערט טויג אויכעט נישט. מ'דארף טרעפן דעם דרך הממוצע. א מיטל וועג. אפצוענטפערן אויף זיינע העסליכע קאמענטארן און אנדערע מעשים רעים. אבער אויף א רעספעקטפולן וועג מיט געמאסטענע רייד. כדי נישט צו געבן א בארעכטיגונג איהם צו מאכן אויסזעהן ווי דער נרדף.
לבי אומר לי. אז אונז אידן וועלן נאך א סאך הערן פון איהם. און נישט אלעס וועט זיין לטובת אונזערע אינטרעסן. דארף מען זיין אפגעהיטן אז ווען ער איז נאך בראשית דרכו, זאלל ער נישט האבן קיין תירוץ פארוואס ארויסצוקומען און אפן בארעכטיגן זיין אנטיסעמיטיזם...!
בערך הונדערט אידן זענען נעבעך געשטארבן 9/11, פארוואס זאלן אידן נישט וועלן האלטן חשוב דעם אנדענק?
געטראכט דאס זעלביגע. מיר האבן אויך געברענגט אידישע קרבנות, אלע חברי הצלה האבן זיך בשעת מעשה זיך געיאגט צום שוידערליכן סצענע און זיך מוסר נפש געווען צו העלפן אידן און גויים צוגלייך, מיר האבן געקלאגט אויפן חורבן און געווארן שאקירט פון על קאידא פונקט ווי א צווייטער, מאכט עס דען סענס אז דער אומשולדיג קינד האט בכוונה געוואלט מחלל זיין דעם נצח קדושים מעמאריעל?
בן תמליון: איך האב נאר איין קליינע הערה אויף דיין מאמר איבער דעם חילוק פון וואוינען אין גרויסע שטעט און די באציאונגען פון די גויים צו די אידן אין אפסטעיט און די קליינע שטעטלעך. דו זאגסט דארט אז הלוואי דער פלאן פון דזשערסי סיטי ארבעט זיך אויס. איך ווייס נישט פונקטליך פון אזא מין פלאן. נאר להוי ידוע לך אז דזשערסי סיטי האט אויכעט די קליינשטעטלדיגע מענטאליטי, און זיי האבן פונקט אזא קעגנערשאפט אז מאסן אידן זאללן זיך דארט באזעצן. גארנישט אנדערש ווי די גויים אין ראקלענד,ארענדזש און סאליווען קאונטיס. נאכמער. אפילו אין בענסאנהוירסט, ברוקלין האבן די גויים אונטערגעשריבן א פעטיציע אקעיגן א ביהמ"ד וואס האט זיך געזאלט אויפמאכן דארט. א טשוירטש אויף כמעט א יעדן בלאק אין זייערע געגנטן, דאס באדערט זיי נישט. אבער להבדיל, א שול. דאס יא..!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ראשית כל. למען הדיוק איז נאך סעקשאן 8 און רוב פון די אנדערע סאושעל פראגרעמס נישט עקזיסטירט בחייו פון ר' ליפא פרידמאן. נאר, טעארעטיש איז ער גערעכט. ווייל מ'זעהט דאך היינט אז קרית יואל איז בולט אלס די אפיציעלע ארעמסטע שטעטל אין אמעריקע...אזוי איז אויך מיט די איבעריגע סאושל פראגראמס אין מאנסי/ספרינג וועלי, וואו זיי זענען א סאך שטרענגער ווי אין ניו יארק סיטי.!
נישט אינגאנצן ריכטיג. כמעט אלע סאציאלע פראגראמען וואס זענען דא היינט זענען שוין אין עקזיסטענץ זינט די דעפרעשן יארן אין די 1930ס, שפעטסטענס פון 1965. נאר וואס דען, עס איז נישט געווען פונקטליך ווי היינט און עס איז דא וואס איז אויסגעוואקסן פון אלטע פראגראמען, אבער די יסוד איז נאך אלץ זייער אלט. למשל סעקשן אכט איז שוין דא פון די 1970ס און דאס איז געבויט אויף אלטע האוזינג פראגראמען. א גרויסע חילוק איז, אז ביז די לעצטערע יארן, סיי ביי יודן סיי ביי גוים איז געווען א סטיגמע צו האבן די פראגראמען און מען האט זיך צוריקגעהאלטן אדער פראבירט צו באהאלטן. היינט ציטאגס האט קיינער נישט קיין בושה, נישט נאר דאס, עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז קומט זיך. איך זעה דאס סיי ביי יודן און סיי ביי גוים טעגליך.
צום ענין, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז היינט מיט קאמפיוטערס ווייסט מען נישט אויף יעדן גאס וויפיל מענטשן האבן פראגראמען און וועלכע. אמאל האב איך געמיינט אז נאר אפסטעיט ווי יודן וואוינען ווייסט מען, בין איך געוואר געווארן ביי די לעצטע וואלן ווען קאלער איז געלאפן האט ער ארויסגעלייגט א גרעף וואס האט געוויזן פונקטליך וויפיל סערוויסעס מען באניצט זיך אין וויליאמסבורג און בארא פארק. ממילא קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז אין די סיטי איז מען באהאלטן און אויסגעמישט. בעיקר וואס מען טאר נישט פארגעסן אז רוב פון די סטאטיסטיקס וואס די גוים באניצן זיך קעגן די יודן זענען באמת נישט ריכטיג נאר געבויט אויף האלבע זאכן און קיינער פון די גוים האט נישט קיין אינטערעסע דאס צו נאכזוכן.
יצמח פ.: בעצם ביסטו גערעכט אז רוב פון די סאציאלע פראגרעמס האבן שוין עקזיסטירט (מסתמא) זייט די דעפרעשאן יארן. אבער די נקודה פון מיין קאמענט איז געווען אז בחייו פון ר' ליפא פרידמאן האבן זיי נישט עקזיסטירט אין זייער איצטיגע פארם. ממילא האט ער זיי נישט געקענט אנרופן מיט זייערע איצטיגע נעמען.
די צווייטע פוינט האסטו נישט גוט פארשטאנען. ס'נישט אז די רעגירונג האט נישט די פונקטליכע סטאטיסטיקס איבער די מענטשן וועלכע נעמען די סאציאלע פראגראמס. ס'נאר אז אין די שטאט זענען זיי נישט אזוי שטארק מקפיד, און קוקן נישט אזוי שטארק נאך ווי אין די קלענערע שטעטלעך ווי ראקלענד קאונטי...!
לידיעה, דער עד דעי האט קאמפיינט און איז ארויף אויפען בענקעל מיטען ציהל און מיטען סלאגאן אז ער גייט אונטערדריקען די יודישע כוח, ער איז א שוטה און א שונא ישראל, אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד, אבער נישט זיך איינרעדען אז מיט זיידענע הענטשקעס גייט ער ווערען איבערנאכט דיין פריינט, נישט יעדער כאפט די מצב, ס'גארנישט קיין וויצען
Kool manלידיעה, דער עד דעי האט קאמפיינט און איז ארויף אויפען בענקעל מיטען ציהל און מיטען סלאגאן אז ער גייט אונטערדריקען די יודישע כוח, ער איז א שוטה און א שונא ישראל, אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד, אבער נישט זיך איינרעדען אז מיט זיידענע הענטשקעס גייט ער ווערען איבערנאכט דיין פריינט, נישט יעדער כאפט די מצב, ס'גארנישט קיין וויצען
קאאל מען: איך האב שוין געשריבן דא אין ק"ש פריער, און אויף אן אנדערע וועבסייט (ווי"נ) אז עד דעי ימ"ש קענמען פארגלייכן צו הענרי פארד ימ"ש, דער אויטא פאבריקאנט, וועלכער האט זיך אויך אהערגעשטעלט אלס אן אמעריקאנער פאטריאט, און ער האט אייביג געהאט סיכסוכים און קאנפליקטן מיט אידן. און אין די זעלבע צייט האט ער ארויסגעגעבן א שמוץ בלעטל פול מיט חירופים וגידופים אויף דעם אידישן פאלק.
נאר לגבי דעם רשע אין ראקלענד קאונטי, האביך א פיעלינג אז אונז וועלן נאך א סאך הערן פון איהם. און נישט אלעס וועט זיין לטובתינו. ווייל ער האלט נאך אין אנהייב פון זיין פאליטישע קאריערע. ע"כ דארפן מיר אידן אומגיין בזהירות אין אונזערע רעאקציעס צו זיינע מעשים רעים...!
berlbalagulehKool manאון אויף אן אנדערע וועבסייט (ווי"נ)
וועלעכע?
געוואלדיגberlbalagulehKool manאון אויף אן אנדערע וועבסייט (ווי"נ)
וועלעכע?
VIN vos iz neias... under the name bigwheeel...!
thanks
אנאנים: איך הער. דער מצב איז זייער ביטער כמו שהוא. נו. אדרבה. געב אן עצה וואס מ'טוט. חוץ זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים אז דער רשע זאל האבן א מפלה בקרוב. וואספארא השתדלות קענמען טון...?
דאס אז די גויים באקלאגן זיך אז ער פארנאכלעסיגט די ארבעט פון די גאנצע קאונטי איז פאר אונז א קנאפע נחמה. ווייל רוב גויים האבן אונז פיינט שנאת מוות. גארנישט ווייניגער ווי די נאציס, ימ"ש...!
אלץ לאנג יעריגער מאנסי איינוואינער קען איך אייך מעיד זיין אז דאס איז אלעס אויסגעדראשענע בלאף מיט הויל פראפאגאנדע פון די פאר אומערפארענע מאנסי משוגעים. נישטא קיין איין שטאט אין די גאנצע וועלט ווי מען בויט און מען בויט, שולן מיט ישיבות מיט צודרייטע גרויסע אפארטמענטס סטוט זיך און סלעבט זיך. יא אוודאי איז דא רעגולעישאנס אבער ח"ו מען זאל עס אינפארסען דאס גרעניצט זיך שוין מיט ריין אנטיסעמיטיזם. איך האב בודק געווען דעם עד דעי און איך קאן אייך זאגן ער איז א געפאר פאר מאנסי אזוי ווי ביל דעבלאזיאו פאר ניו יארק סיטי. אלעס איז ב"ה העכסט אין ארדענונג דא. יעדער בויט. יעדער נעמט פראגראמן. קיינער גייט נישט אין תפיסה. קיינער באצאלט נישט קיין מיליאנס. מען מאכט דיעלס אויפן טיש און אונטשערן טיש. יעדער ארלעדיגט וואס ער דארף. די מוסדות בליען די באסעס שמייסן. יא סדא איין פראבלעם עטליכע צוצאקלעך זענען אנעמפלויד. און דער עד דעי קוקט זיי ניטאמאל אן. משא"כ ביי די גרויסע צערעמאניס ווי ביי די סאטמארע און די סקווירא חתונה איז ער געקומען ווי א טאטעלע. קינדערלעך ווערט נישט פארפירט סאיז ביזנעס עזיושעאל
[ציטאט אראפגענומען]
א קלעסיק מאנסי עקזעמפעל איבער אלע זייערע בלוט שונאים סאיז ריין דמיונות מיט חלומות.. איר הערט איך קען דעם חכם פונקטלעך צוויי מינוט און איך וויל שוין נקמה נעמן אין אים. באלד בין איך שוין ווי עד דעי נאך שיין כבין אפגעקומען מיט בלויז שקרן און נישט נאצי אדער כומעיני.. סאיז אנבעליוועבעל וואס אפאר ראצערלעך פרובירן צו טאן דארטן מיטן צבור
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ביטע נישט אזוי שארף. נאר ס'קען זיין אז דער בעש"ט הק' (בדורינו) האט נישט געהערט פון די אלע כיטרע רשעות וואס מר. עד דעי האט אונטערגעשטעלט. און אונטער וועלכע אקציעס ער שטייט בעילום שם.
מ'טאר טאקע נישט זיין היסטעריש. אבע מ'קען דאך נישט איגנארירן די אלע "קליינע" אינצידענטן וואו מר. עד דעי דער קאונטי עקזעקוטיוו האט זיך בשוגג אדער בטעות פארטשעפעט מיט די אידישע געמיינדע.
אויף ענגליש איז דא אזא מין אויסדרוק...
The preponderance of evidence....די איבערוויגנדע אנזאמלונג פון באווייזן. און דאס ווערט ליידער שטארקער מיט א יעדן פארבייגייענדיגן טאג. אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מר. עד דעי'ס באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע...!
עסקנים........
איר האט שוין אמאהל אריין געטראכט? וואס איז דאס דער באדייט פון אן עסקן? וואס שטעלט א עסקן מיט זיך פאר? ווי אזוי ווערט מען אן עסקן?
עס טוהט זיך אצינד א שטורם אין מאנסי, א גאנצע שעריריה....א פאר שמאלע קליינע פיצי קעפ האבן ארויס געגבן א ווידיא, ווי זיי פארגלייכען דער אנטיסעמיטיזעם וואס בושעוועט אין ראקלאנד, צו די מצב אין דייטשלאנד ערב דער צווייטער וועלטס קריג......
קודם כל דאס חוצפה צו ניצן דעם שואה, ווי די פארגעשריטענע פארשאלטאנע דייטשען האבן ערמארדערט 6 מיליאן קדושים מיט די סאמע סארט מיתות משינות, איז א פארברעך שאין בדגמתו..... און א דירעקטער כבוד-פארשוועכינג פון די 6 מיליאן קדושים.... דער גוי וועט שוין באלד טראכטען אז דער גאנצע הויליקאסט איז בלויז געווען א פאר טוויטערליך פון פארשטויבטע ראציגע אפסטעיט כוליגאנעס.......
העט ווען געווען א נארמאלע סיבה החרשתי.... אבער ווען עס האנדעלט זיך פון א פאר ראצערלך, א פאר גארנישט'ליך וואס האבן באשלאסן זיך אריין צו לייגען אין די גרויסע שוך פון די בארימטע אידישע עסקנים און עוסקי בצרכי ציבור א שטייגער ווי השתדלן ר' שמשון ווערטיימער מווינא, אדער ווי סיר משה מונטיפירי, אדער גאר ווי דער רבינו גרשום מאור הגולה, און באמת זענען זיי ווערט א ביסל ווייניגער ווי א האלבע קדחת... ברענגט דאס ארויף בייז בלוט ביי יעדען זעלבס רעספעקטירטער טראכטענדער באשעפעניש....... ניצן דעם שואה אלס א מיטל זיך צו קענען פראקאלאמירן אלס א שוטה לעלו..... ווי איז דער שכל???? גיוואלד.....
דער אמאליגער עסקן איז באשטאנען פון א ערענסטע דירך געטראכטער מענטש, א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד, א בר אוריין מיט א איידעלע צירה, א מענטש וואס נגיעות אדער כבוד האט ביי אים נישט פארנומען קיין פלאטץ, א מענטש וואס איז געווען נכנה צו א דעת תורה, א מענטש וואס האט גענאסען רעספעקט און עהרע ביי די ארומיגע... דאס איז געווען דער אמאליגער עוסק בצרכי ציבור......
היינט? איז דאך ממש להיפך....
ווי אזוי זען אויס די היינטיגע עסקנים? קומט אפיר א ראצערעל מיט א פיצי פארקלאפטען מוח... מיט שיינע דיפעטודא פייקעלעך, שטינקט ווי א פרוי.... ס''ה וואס ער קען איז ארום שיקן טוויטערליך פאר זיינע פרענדס... און ארויף לייגען פיקשערס אויף פייסבוק ווע ער זיצט מיט גויטעס..... למען הכלל... יא מיי פוט.... און גארנישט עס איז דא א ביסל אנטיסעמיטיזעם יא עס קען אפשר זיין.... מסתמא גארנישט אויסערארענליך... און שוין ....ער זעט שוין נירעדבערג געזעצען.... ער זעט שוין ווי מען פלינדערט אידישע געשעפטן.... ער זעט שוין ווי גראבע שוויינען אבער מער רעכטן ווי דער שמוציגער יודע...... פערד וואס די ביסט......
וואס פארגלייכסטו דא? ווער האט דיר געפרעגט? מי שמך לאיש? שטינקען מיר נאך נישט גענוג ביי אונזער גויישע שכינים? וואס מאכסטו אונז קאפ ווייטאג...... רעד נישט צו די מידיא מיט דיין צוזעצטע ענגליש..... און זאג נאך אויסגעוועטשע פייסבורק קאמענטארן פון צידריקטע גוים, און עס ניצן פאר א סעמפל אז מיר זענען אין דייטשלאנד יארע 39.....
מר דיפעטידו פייקא..... מיר דארפן דיר נישט פאר אונזער ווארט זאגער....... הרה''ח ר' אלקנה ראטטענבערג זאל זיך מיהען איז געווען מער פון דיר......ניץ נישט דעם האלקאסט צו דערגרייכען דיינע קינדערישע תאוות......
או אפשר אביסל צו שארף..... אבער איך קאן מיך מער נישט איינהאלטן ואתכם הסליחה.......
בערל, כ'אב מיט דיר נישט געקריגט, איך שרייב "אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד", אבער די וואס ווילען דא אוועק מאכען כאילו ביזנעס עז יוזשועל, כגון דער ניק שם טוב, ווייזט ווי איגנאראנט זיי זענען, ס'גארנישט אזא אומשולדיג שפיעל,
ביי דער געלעגענהייט וויל איך ףפארדאמען די פילעם וואס איז ארויס צו פארגלייכען אין פאבליק די ראקלענד רעזשים צו נאציס, דאס איז גאר א אומפאראנטווארטליכע שפיעל
זייער אינטערסאנט ווייל איך האב נישט קיין אנונג פון וועלעכע שקר די רעדסט. און וואס האסטו מגלה געווען
קאך_לעפלאיר האט שוין אמאהל אריין געטראכט? וואס איז דאס דער באדייט פון אן עסקן? וואס שטעלט א עסקן מיט זיך פאר? ווי אזוי ווערט מען אן עסקן?
עס טוהט זיך אצינד א שטורם אין מאנסי, א גאנצע שעריריה....א פאר שמאלע קליינע פיצי קעפ האבן ארויס געגבן א ווידיא, ווי זיי פארגלייכען דער אנטיסעמיטיזעם וואס בושעוועט אין ראקלאנד, צו די מצב אין דייטשלאנד ערב דער צווייטער וועלטס קריג......
קודם כל דאס חוצפה צו ניצן דעם שואה, ווי די פארגעשריטענע פארשאלטאנע דייטשען האבן ערמארדערט 6 מיליאן קדושים מיט די סאמע סארט מיתות משינות, איז א פארברעך שאין בדגמתו..... און א דירעקטער כבוד-פארשוועכינג פון די 6 מיליאן קדושים.... דער גוי וועט שוין באלד טראכטען אז דער גאנצע הויליקאסט איז בלויז געווען א פאר טוויטערליך פון פארשטויבטע ראציגע אפסטעיט כוליגאנעס.......
העט ווען געווען א נארמאלע סיבה החרשתי.... אבער ווען עס האנדעלט זיך פון א פאר ראצערלך, א פאר גארנישט'ליך וואס האבן באשלאסן זיך אריין צו לייגען אין די גרויסע שוך פון די בארימטע אידישע עסקנים און עוסקי בצרכי ציבור א שטייגער ווי השתדלן ר' שמשון ווערטיימער מווינא, אדער ווי סיר משה מונטיפירי, אדער גאר ווי דער רבינו גרשום מאור הגולה, און באמת זענען זיי ווערט א ביסל ווייניגער ווי א האלבע קדחת... ברענגט דאס ארויף בייז בלוט ביי יעדען זעלבס רעספעקטירטער טראכטענדער באשעפעניש....... ניצן דעם שואה אלס א מיטל זיך צו קענען פראקאלאמירן אלס א שוטה לעלו..... ווי איז דער שכל???? גיוואלד.....
דער אמאליגער עסקן איז באשטאנען פון א ערענסטע דירך געטראכטער מענטש, א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד, א בר אוריין מיט א איידעלע צירה, א מענטש וואס נגיעות אדער כבוד האט ביי אים נישט פארנומען קיין פלאטץ, א מענטש וואס איז געווען נכנה צו א דעת תורה, א מענטש וואס האט גענאסען רעספעקט און עהרע ביי די ארומיגע... דאס איז געווען דער אמאליגער עוסק בצרכי ציבור......
היינט? איז דאך ממש להיפך....
ווי אזוי זען אויס די היינטיגע עסקנים? קומט אפיר א ראצערעל מיט א פיצי פארקלאפטען מוח... מיט שיינע דיפעטודא פייקעלעך, שטינקט ווי א פרוי.... ס''ה וואס ער קען איז ארום שיקן טוויטערליך פאר זיינע פרענדס... און ארויף לייגען פיקשערס אויף פייסבוק ווע ער זיצט מיט גויטעס..... למען הכלל... יא מיי פוט.... און גארנישט עס איז דא א ביסל אנטיסעמיטיזעם יא עס קען אפשר זיין.... מסתמא גארנישט אויסערארענליך... און שוין ....ער זעט שוין נירעדבערג געזעצען.... ער זעט שוין ווי מען פלינדערט אידישע געשעפטן.... ער זעט שוין ווי גראבע שוויינען אבער מער רעכטן ווי דער שמוציגער יודע...... פערד וואס די ביסט......
וואס פארגלייכסטו דא? ווער האט דיר געפרעגט? מי שמך לאיש? שטינקען מיר נאך נישט גענוג ביי אונזער גויישע שכינים? וואס מאכסטו אונז קאפ ווייטאג...... רעד נישט צו די מידיא מיט דיין צוזעצטע ענגליש..... און זאג נאך אויסגעוועטשע פייסבורק קאמענטארן פון צידריקטע גוים, און עס ניצן פאר א סעמפל אז מיר זענען אין דייטשלאנד יארע 39.....
מר דיפעטידו פייקא..... מיר דארפן דיר נישט פאר אונזער ווארט זאגער....... הרה''ח ר' אלקנה ראטטענבערג זאל זיך מיהען איז געווען מער פון דיר......ניץ נישט דעם האלקאסט צו דערגרייכען דיינע קינדערישע תאוות......
או אפשר אביסל צו שארף..... אבער איך קאן מיך מער נישט איינהאלטן ואתכם הסליחה.......
האסט גארנישט איבערגעטריבן און נאך מיט די נעכטיגע פאסירונג מיט עד דעי שטעלט זיך שיין ארויס אז ער איז ווייט פון א שונא ישראל ס"ה אומצופרידן פון עזריאל וחביריו צוווילדעוועטע שטיק
Big BoyHow about a petition against all the "heimishe" Rockland askunim that come out with hateful videos against Rockland residents?
הלוואי טוט שוין אמאל איינער צו דער זאך
ווער סהאט א בילד פון מר. עד דעי ביים יום השואה זאל עס ביטע ארויפלייגן. סרעדט טויזענט ווערטער
shem-tovאון נאך מיט די נעכטיגע פאסירונג מיט עד דעי שטעלט זיך שיין ארויס אז ער איז ווייט פון א שונא ישראל ס"ה אומצופרידן פון עזריאל וחביריו צוווילדעוועטע שטיק
וואס איז די נעכטיגע פאסירונג?
איך שרייב אייך פון מיין בונקער טיף אונטער דער ערד. מיר האבן דא אנגעסטאקט גענוג טונא און מים חיים סאודע צו לעבן לכה"פ א האלבע יאר. אויך האבן מיר מיטגעברענגט אין די בונקער א גאנצע פאק פון שטערן/שפאקטיוו מאגאזינען און א ראדיא צו קענען הערן מייקל סעוועדזש. זייט מתפלל און רייסט איין פאר די וואוילזיין פון אייערע מאנסי'ער ברודער און פאר די הרחבת גבולי קדושה פון או דזשעי פאלעטשעק.
.
הוגה: איך ווי נאר וויסן אויב דו האסט עפעס א שייכות מיט מארק לעווין, וועלכער רעדט מיט זיין קוויטשענדיגע קול אויף עי.ב.ס.770 עי.עם....
ער זיצט אויך אין א בונקער פון שטול און קאמקריעט/צעמענט אונטער א פשוט'ן אומבאשרייבבאר'ן בילדינג אין ברוקלין...(אין זיין פאנטאזיע.). ערנסט גערעדט. דיין פוינט איז זייער שטארק. ייש"כ...!
shem-tovווער סהאט א בילד פון מר. עד דעי ביים יום השואה זאל עס ביטע ארויפלייגן. סרעדט טויזענט ווערטער
פשיייאאא ער האט גערעדט ביים יום השואה אפצייכענונג... דער מוז שוין ממש זיין פון די חסידי אמות העולם....
דיינע פינעף ווערטער רעדט א מיליאן ווערטער.
[ציטאט אראפגענומען]
קיין איינער האט נישט געגעבן עד דעי רעכט אויף דער פארדאמונג. עזריאל, היידזשעק נישט דער דיסקוסיע מיט blatant ליגנט.
לערן דיך אויס צו ליינען פאר דו ביזט מחליט וואס יענער זאגט. סיי
@מאטי און סיי
@שמעקעדיג זאגן אז אידן האבן פונקט אזא אינטערעסע אפצוהיטן 9/11 מעמאריעלס ווי סתם עמך אמעריקאנער. און ממילא איז נאריש פאר עד דעי צו שרייבן כאילו "יודן" קימערן זיך נישט מיט די קרבנות פון 9/11. יעצט פארשטייסטו? (יעצט גיב זיי א ברכה.)
@אנאנים, בארואיגט אייך אביסל. דיין שארפע פחד ערוועקענדע באשרייבונגען מאכן עס אויסזעהן ווי כאילו דו האסט דא א פריוואטע אגענדע. יא, איך האב איינס. מיין אגענדע איז צוריק צו ברענגן די רואיגקייט אין מאנסי און עדזשוקעיטען ווי מער מענטשן זיך צו נישט לאזן פארנארן פון אזעלכע ווי געשטעטנער, פאלעטשעק, ווידער, און אפילו אשרי וחבריו. ווייל זיי גיבן נישט קיין פליעדיגע צואה פאר קיינעמ'ס וואוילזיין אויסער זייער אייגענע. וואס איז דיין?
.
עזריאל איך ווייס נישט ווער איז גירעכט איך צו דיר אבער איך האב גאר גילענרט אנדערש פשט אין די צוויי תגובות
כאילו זיי רעדן צו עד דעי פארוואס זאלן אידן פארשוועכן אזא פלאץ ווען זיי האבן דוירט מקריב גיוועהן קרבנות פון זיך אליין. אלא מאי אז עס האט קיין שייכות מיט פארשוועכן חלילה
אז מען קען ליינען גראד פארוואס ליינען קרום?
ברוך שכיוונתי להוגה
עזריאל. וואס טענה'סטו דיך, שריי נאצי און פארטיג
@אנאנים, לכאורה האט מאטי אויך געמיינט מיטן זעלבן באדייט, איך האב עס אזוי פארשטאנען אויך דאן ווען ער האט עס געשריבן.
@שם טוב, ס'האט נישט אויסגעפעלט.
I couldn't resist
@אנאנים, איך האב נישט געמיינט חושד צו זיין אז דו האסט אן אגענדע. איך האב ס"ה געוואלט מעורר זיין אז פון די אופן פון די שרייבעריי זעהט אויס ווי כאילו דו האסט אן אגענדע.
יעצט אז מיר ווייסן שוין אז דו ביסט ניטאמאל א מאנסיער וויל איך אז דו זאלסט וויסן, איידער דו נעמסט אונטער עסקנות לטובת אחינו כל בית מאנסי הנתונים בצרה ובשוביה, אז א גרויסע טייל מאנסי, די וואס וואוינען יא דא, און די וואס ווייסן פון אינעווייניג וואס עס גייט באמת פאר, קוקן אן דיין עסקנות ווי אומגעבעטענס וואס שטונקט אונז נאר אן. אפשר נוץ דיינע כוחות ארויסצוהעלפן דיינע אייגענע עניי עירך און לאז די מאנסיער אידן זיך אליינס אן עצה געבן. מוזט נישט פאלגן, סתם א הצעה.
.
גראדע בין איך אויך א מאנסיער אזוי ווי הוגה וחבריו, און איך דריי מיך אויך אין מאנסי, און איך בין זייער דאנקבאר פאר @אנאנים פארן טוהן אזא גוטע דזשאב, ס"ה וואס ער ברענגט ארויס אז עס איז דא אין מאנסי א העצע קעגן אידן און אנטיסמיטיזם איז הויעך דא, ע"כ. און ער אזוי ווי איך פארשטייען אז אונז אידעלעך געבן פאר די גוים גוטע תירוצים דא ווי די דירות וכדו', די אפנארמאלע בויען אויף 306 והמסתעף שטערט מיר זייער בפרט אלס איינער וואס פארט אסאך אויף די גאסן, אבער נאך אלעס איז דא דא אין ראקלענד זייער הויכע אנטיסעמעטיזם, און דאס דארף א תיקון, הלוואי זאלן די היזיגע עסקנים זיך בייגן צו עפעס א ריכטיגע דעת תורה ווי עס איז געווען משנים קדמוניות אין דער אלטער היים, ווייל זייער וועג איז נישט די ריכטיגע וועג אבער די פאקט מאכט נאך נישט אויס אנטיסעמעטיזם אין מאנסי.
איינער האט מיר צוגעשיקט אן ארטיקל פון עד דעי און געבעטן צו פאוסטן
.
📎 Ed_Day_1.jpg