קדחת (פה-סח #6)
בן שלשה עשר,
א קטן הצריך,
געהערט פון פאטער,
שפטרני ברוך.
אויף א גרויסע באנד,
בישיבה של קטנים,
טעג נאכאנאנד,
ביי די ווערטער זיינעם.
איין טאג מלאך,
קצות און אורים,
איין טאג גלח,
חטאת נעורים.
פון ישיבה קטנה,
זיך גערוקט פאראויס,
דאס צומישעניש מיינע,
ווערט גאר גרויס.
רוח קדים,
מצפון מים,
יצרו של אדם,
רתיחת הדם.
פון איין זייט ניצוצות,
איתרעותא דלעילא,
אוחזת פלצות,
באריכות לילי.
א באמבע פלוצלינג,
פון ערגעץ וואו,
דו האסט היינט א מיטינג,
באקען זיך מיט זי.
איך זעץ מיך פריש,
מיט א פלעשל באר מים,
אויפ'ן דיינינג רום טיש,
שוין אנגעגרייט לחיים.
נאך פאר כ'האב עספיעט,
מיין אטעם צו כאפן,
מזל טוב מ'גריט,
קענסט א וואנט טאפן.
א שטריימל אפאר שטאק,
מיט אלע צוגעהערן,
א דירה אויפ'ן בלאק,
מ'קען צוקוועטשט ווערן.
אין כולל אריין ערליך,
אזוי איז די הלכה,
פרנסה אזוי שווערליך,
פוד סטעמפס איז א ברכה.
אויפ'ן הארטן באנק,
צוריק כבראשונה,
אלץ אויפ'ן געדאנק,
מאן יהיב מזוני.
באלד אלס פרישע פאר,
די מצוה פרו ורבו,
נאך איינס יעדעס יאר
די געלט עס קומט פון וואו.
פרעג איך דא במר,
וואס וועט פון מיר ווערן,
ראש השנה ביים גמר,
פאר מיר געטוהן באשערן?
די ווייב די שוויגער שווער,
אלע ווילן נחת,
איך האלט נישט אויס מער,
עס ברענגט מיר נאר קדחת.
א קטן הצריך,
געהערט פון פאטער,
שפטרני ברוך.
אויף א גרויסע באנד,
בישיבה של קטנים,
טעג נאכאנאנד,
ביי די ווערטער זיינעם.
איין טאג מלאך,
קצות און אורים,
איין טאג גלח,
חטאת נעורים.
פון ישיבה קטנה,
זיך גערוקט פאראויס,
דאס צומישעניש מיינע,
ווערט גאר גרויס.
רוח קדים,
מצפון מים,
יצרו של אדם,
רתיחת הדם.
פון איין זייט ניצוצות,
איתרעותא דלעילא,
אוחזת פלצות,
באריכות לילי.
א באמבע פלוצלינג,
פון ערגעץ וואו,
דו האסט היינט א מיטינג,
באקען זיך מיט זי.
איך זעץ מיך פריש,
מיט א פלעשל באר מים,
אויפ'ן דיינינג רום טיש,
שוין אנגעגרייט לחיים.
נאך פאר כ'האב עספיעט,
מיין אטעם צו כאפן,
מזל טוב מ'גריט,
קענסט א וואנט טאפן.
א שטריימל אפאר שטאק,
מיט אלע צוגעהערן,
א דירה אויפ'ן בלאק,
מ'קען צוקוועטשט ווערן.
אין כולל אריין ערליך,
אזוי איז די הלכה,
פרנסה אזוי שווערליך,
פוד סטעמפס איז א ברכה.
אויפ'ן הארטן באנק,
צוריק כבראשונה,
אלץ אויפ'ן געדאנק,
מאן יהיב מזוני.
באלד אלס פרישע פאר,
די מצוה פרו ורבו,
נאך איינס יעדעס יאר
די געלט עס קומט פון וואו.
פרעג איך דא במר,
וואס וועט פון מיר ווערן,
ראש השנה ביים גמר,
פאר מיר געטוהן באשערן?
די ווייב די שוויגער שווער,
אלע ווילן נחת,
איך האלט נישט אויס מער,
עס ברענגט מיר נאר קדחת.