☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)

די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8601

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:33 pm

· #264316
די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)
"דערצייל מיר א מעשה". א יוניווערסאלע בקשה וואס עלטען הערן כסדר פון זייערע קינדער, וואס מלמדים הערן פון די תלמידים, וואס עלטערע מענטשן בעטן איינער פון צווייטן – נישט ממש אויף דעם נוסח, אבער אין פארעם פון גיין אין בוך געשעפט אדער לייברערי און אויפזוכן א גוטן ביכל מיט א גוטע מעשה.

א מעשה האט א לעבן וואס גייט ווייטער ווי די מעשה וואס זי דערציילט. צו דערציילן א מעשה איז נישט בלויז איבערצוגעבן די טרוקענע פאקטן פון וואס האט פאסירט, נאר איבערצוגעבן דעם סיפור וואס האט פאסירט, עס צו מאכן לעבן פון פריש אין די ווערטער פונעם בעל מספר. יעדער איינער פון אונז ווייסט דעם חילוק פון א גוטער בעל מספר ביז א שוואכערע. די מעלה פון דעם גוטן איז לאו דווקא דער יכולת איבערצוגעבן באופן מדוייק וואס האט אייגנטליך פאסירט; אדרבה, דער וואס חזר'ט איין יעדע דעטאל טרוקן פונקט וואס איז געווען, וועט זיין מעשה זיין לאנגווייליג. דער גוטער בעל מספר ווייסט צוצולייגן דעטאלן, אראפצונעמען דעטאלן, אבער בשעת ער דערציילט שפירט מען ווי מען איז ממש דארט, די געשיכטע לעבט אין זיין דערציילונג.

דער אידישער מסורת, ווי אלע ווייסן, איז געבויעט אויף א סיפור. די מעשה וואס מען דערציילט דורכאויס די דורות פון יציאת מצרים, פון מתן תורה, פון די גאנצע געשיכטע פון כלל ישראל מאז היותו לגוי ועד היום. וואלט געווען א טעות טאמער מיינט איינער אז דער מעלה פון דער סיפור איז אז זי איז פונקט אזוי קראנט ווי זי איז פארגעקומען, מיט יעדע טרוקענע דעטאל, יעדע נאמען, יעדע דאטום ריכטיג. אזוינע היסטאריעס זענען דא פיל, און נאך בעסער פארשריבן פונקטליך מיט אלע פרטים. די מעלה פון די אידישע געשיכטע איז אז זי איז געבויט אויף דעם גוטן סארט בעל מספר, וואס ווען ער גיט איבער די מעשה לעבט די מעשה טאקע דעמאלטס. עס איז נישט א מעשה וואס שפיגלט נאר איבער וואס איז אמאל געשעהן, נאר עס שפילט זיך יעצט אפ פון פריש לעבעדיג לויט דער כשרון און יכולת פון דער מספר און זיינע צוהערער, ווי די בחינה אין רש"י "בכל יום יהיו בעיניך כחדשים כאילו קבלתם היום מהר סיני".

ווייסט יעדער גוטער בעל מספר, אז די ווערטער זענען נאר איין טייל פון דער סיפור. אויף צו מאכן די מעשה לעבעדיג פאדערט זיך פראפס, עס פאדערט זיך שפילן פעהיגקייטן, דראמא, אלעס וואס איז נכלל בשם הכולל טעאטער, וואס איז די מלאכה פון מאכן א מעשה קומען צום לעבן, צו קענען עושה רושם זיין ביי די צוקוקער און צוזעהער, און זיי ממש אריין טראנספארטירן אין דעם מצב פון די מעשה, אז זיי זאלן פארגעסן די פאקטישע מצב וואו זיי געפינען זיך און גענצליך אריינגיין אין די אטמאספערע פון די מעשה. א גוטער דראמאטיסט ווייסט צו מאכן זיין ציבור וויינען ווען די מעשה איז טרויעריג און לאכן ווען די מעשה ווערט פרייליך. הגם אז בשכלם ווייסן זיי אז די גאנצע מעשה מוז נישט האבן פאסירט, און איז הפנים נישט נוגע יעצט, לייגט דאס זיי אבער אריין אין א מצב ווי כאילו דער חולה גייט ממש עכט שטארבן, און דער הירא איז עכט מנצח. אין די וועלט איז אנגענומען אז די תפקיד פון א גוטער דראמאטיסט איז אז ער קען אריינברענגען דעם עולם אין א suspension of disbelief, ד.ה. אז די מעשה איז אזוי גוט געמאכט אז מען לאזט אפ א מינוט די ראציאנאלער באהאנדלונג צי איז דאס אמת אדער געשעהט דאס ממש, און מען שטעלט זיך פאר כאילו דער שפיל איז ממש עכט.

ווען די תורה האט אוועקגעשטעלט וויאזוי עס זאל צוגיין דאס איבערגעבן די מסורה און די מעשה פון יציאת מצרים, האט זי דאס מסדר געווען מיט אלע פיטשעווקעס פון טעאטער און דראמא. דער סדר פון ליל פסח איז די שאו (show) ווי מען דראמאטאזירט די מעשה פון יציאת מצרים. ווייט נישט קיין טרוקענע מסורה פון פאקטן, לייגן חז"ל אראפ אלע פרטים פון דעם וועג וויאזוי מען שפילט די שפיל. טוהט מען זיך אן מיט שיינע קליידער, מען לאנט זיך אן אויף א בעט כדרך בני חורין, מען טרינקט וויין וואס איז מגביר דעם כח הדמיון מען זאל זיך פארשטעלן ווי מען גייט ממש ארויס פון מצרים, און מען רי-ענעקט די יציאת מצרים. ווי די משנה שטעלט אוועק 'וכאן הבן שואל' ביי מה נשתנה. ווי יעדער גוטער דראמאטיסט ווייסט, א שפיל דארף האבען דיאלאג, א שאלה; א תשובה; א שמועס. סתם א דרשה א מאנאלאג איז נישט אינטרעסאנט. די קשיות און תירוצים זענען נישט ראציאנאל אז מען דארף א תירוץ אויף די שאלה, ווי יעדער פרעגט, געדענקט דען נישט דאס קינד פון פאריאר? האט ער דען נישט געלערנט אין חדר די תשובה? נאר דאס איז אלעס צו דראמאטאזירן און אריינברענגען דעם עולם אין דעם מצב. טאמער איינער שפילט דאס גוט, איז די שינויים וואס מען מאכט כדי שישאלו התינוקות, די קשיות די תירוצים, ברענגט אריין ממש מען זאל זיך וואונדערן וואס אזי טאקע פשט, מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות. דער הארץ שפילט מיט, און פרעגט און ענטפערט, הגם אז אין מח ווייסט ער בעצם די תירוץ.

זאגט די הגדה, ואפילו כולנו חכמים כולנו נבונים מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח. אפילו דו ווייסט שוין די מעשה, דו ווייסט אלעס, איז די מצוה דאס איבער דערציילן, איבערצולעבן דער יציאת מצרים. און ווי מער איינער קען בעסער דערציילן, מער דראמאטאזירן, מער זיך פארשטעלן מיט פרטים וויאזוי די מעשה גייט, איז אלץ בעסער. אן דעם איז דאך דער 'מרבה לספר' ממש נישט מובן, וואס איז דען שייך צוצולייגן צו די מעשה, וואס איז געווען איז געווען, לא תוסיפו ולא תגרעו ממנו! אבער טאמער פארשטייט מען אז דא רעדט מען פון אזא אופן, איז פשוט אז ווי א בעסערער בעל מספר מען איז, ווי מער איימיצער לייגט צו פרטים, ער דמיונ'ט מער ווי די מכות האבן אויסגעזעהן, ווי דער פרעה לויפט ארום מיט פידזשאמאס, וועלכע קאליר פידזשאמאס האט ער געהאט, וכו' וכו', הרי זה משובח. הגם אוודאי ער ווייסט נישט אויב די מעשה איז טאקע פונקט אזוי געווען, איז דאס דער חיוב מרבה זיין בסיפור יציאת מצרים, עס אראפצומאלן מיט אלע פארבן. און די הגדה דעמאנסטרירט דאס מיט א מעשה (!) ווי די חכמים זענען געזעצן א גאנצע נאכט און דערציילט נייע זאכן וועגן יציאת מצרים. א חלק פון די זאכן וואס זיי האבן דערציילט איז מסתמא די מדרשים און אגדות פון חז"ל, וואס זענען די וועגן ווי אזוי זיי האבן זיך פארגעשטעלט און פארגעלייגט די מעשה.

"בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים". דאס איז א ציווי וואס נאר דער הארץ וואס הערט דראמא קען פארשטיין. אדער ווי דער רמב"ם איז בפירוש גורס "להראות את עצמו", צו שפילן דעם שפיל כאילו הוא יצא ממצרים. און די משנה גיט כללים וויאזוי מאכט מען א גוטע מעשה. מתחיל בגנות ומסיים בשבח, מיט א גוטע דיאלאג, מיט פארשידענע פראפס, מצה זו, מרור זו, בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, מען ווייזט מיטן פינגער, מען בויעט אויף דעם סוספענס, מתחילה עובדי עבודה זרה היו, מען דערציילט די גאנצע מעשה, ביז מען קומט צום קלימאקס, ונאמר לפניו שירה חדשה הללוי-ה.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:35 pm

· #264318
אויב איינער וויל זעהן די ווערזיע מט מיינע טייפאוס קען ער עס ליינען אויף מיין וועבסייט <a class="postlink" href="http://www.yitzchoklowy.com/moadim/seder-drama/">http://www.yitzchoklowy.com/moadim/seder-drama/</a>, איך האב מיך נישט מתבונן געווען וואס פונקט דער שמעקעדיג האט צוגעלייגט..
ווי אויך האב איך געשריבען בערך די זעלבע זאך דארט אויף ענגליש (פאר א צווייטע אויסגאבע..) <a class="postlink" href="http://www.yitzchoklowy.com/moadim/storytelling-for-the-ages-hagaddah/">http://www.yitzchoklowy.com/moadim/stor ... -hagaddah/</a>

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:38 pm

· #264319
דער עיקר יסוד פון דער געדאנק אז דער סדר איז א טעאטער שפיל האב איך געהערט פון פרופ' הרה"ג שלום רוזנברג שליט"א. איך האב עס אבער צונומען על פי דרכי און נישט נאכגעקוקט ווי ער שרייבט דאס האב איך אויסעלאזט דער מקור, אבער דא זאג איך אויס דער סוד להביא גאולה לעולם..

כוכב » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:50 pm

· #264322
אזא זאכליכע און פראקטישע ביאור אויף דעם חייב אדם לראות את עצמו האב איך נאך קיינמאל געהערט
לולא דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דאס איז אמת לאמיתה, דער געזעץ פון א סיפור איז מחייב עס זאך זיין כאילו הוא עצמו יצא, אז נישט איז דאס קיין סיפור נישט.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:52 pm

· #264323
דאס איז אגב אויך דער תירוץ אויף ראובן'ס דינאזואר סומאטאכע. וכבר נתבאר בזה כמדומה.

chusid » מאנטאג אפריל 6, 2015 2:01 pm

· #264331
איז דאס נישט כפירה? דארפן מיר נישט גלייבן אז יעדע ווארט אין די תורה איז אמת און נישט קיין גוזמאות?

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 6, 2015 2:04 pm

· #264335
ניין עס איז נישט כפירה. און עס איז נישט מדויק אז עס איז נישט אמת נאר גוזמאות, נאר ענדערש עס איז געשריבען אויף אן אופן מען זאל עס קענען פארשטיין און אידענטיפיצירען דערמיט, נישט אויף אן אופן וואס איז רחוק מן השכל והלב. שוין אבער דאס צונעמען דארף מען נאך אן ארטיקל.. אפשר שבועות, אדער חול המועד..

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 6, 2015 2:24 pm

· #264343
גאר געשמאקע תורה תבלין כנגדה. יישר כוח!

ברסלבער » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:32 am

· #264541
איך האב באמת זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען דעם גאנצן פה-סח, כ'האב באפורצוגט די ארטיקלן וואס זענען נוגע מער צו פסח, און דיין ארטיקל בתוכם.
דיין ארטיקל איז מיר זייער צוניץ געקומען ביים סדר, די סיפור יציאת מצרים האט געהאט גאר אן אנדער געשמאק און טעם מיט דיינע אנווייזונגען. אגב, זענען מיינע קינדער דאס יאר צום ערשטן מאל געוואויר געווארן די קאליר פון פרעה'ס פיזשאמעס...

הוגה » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:59 am

· #264544
עס, זענען דא וואס זארגן זיך אז ס'איז כפירה. איך בין מער באזארגט אז עס איז שקר, אדער נישט גענצליך אמת. מילא אז מ'איז ממחיש א מעשה מיט משלים וכדומה, אבער צולייגן פאקטן און דראמאטעזירן א מעשה עד כדי כך אז מ'זאל מיינען אז אזוי איז עס טאקע געשעהן? I'm a bit troubled by this idea. דו נישט @לעיקוואד?


.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 1:01 pm

· #264556
הוגה
שקר ווענדט זיך אין די כוונה. אוודאי אז איינער וועט נוצען די סארט דראמאטישע טריקס איינצורעדן דער באנק טעלער אז זיי קומען עם מער געלט ווי ער האט אמתדיג איז דאס א פראבלעם פון שקר. אבער אז מען גייט צו א פלעי אדער פילם צו זעהן א נישט געשטויגענע מעשה כאילו עס איז עכט וואס איז שקר דא. דער פראבלעם פון שקר איז נישט אין דעם וואס די ווערטער שטימען נישט מיט די מציאות נאר מיט דער כוונה און מטרה פון נארן און אויסנארן מענטשען. דא ווערט קיינער נישט גענארט יעדער ווייסט אז פרעה האט נישט עכט געהאט רויטע פיזשאמעס.

chusid » דינסטאג אפריל 7, 2015 1:17 pm

· #264558
און לעיקוואוד'ס תורה דא איז אויכט נישט שקר ווייל יעדער ווייסט ער מיינט עס נישט

יידל » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:44 pm

· #264563
כיהודה ועוד ללעיקוואד, דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געהערט בשם רעביצין תמר רוס אז ביים וואטשן א פילם, אויב וועט זיצן איינער אין טעאטער אין כסדר אנווייזן אויף די קינאמאטישע טריקס וואס מען האט גענוצט צו עררייכן די פארשידנארטיגע אפעקטן וועט מען יענעם ארויספירן פון זאל. יעדע ווייסט אז דאס זענען נאר אקטיארן און אז דער מענטש ווערט נישט באמת געשטאכן און דער באמבע רייסט נישט באמת אויף. אבער אז מען איז כסדר ביזי אנצווייזן וועלכע חלקים פון דער פילם איז נישט "עכט" פארלירט דער פילם דעם טעם. און די זעלבע איז בנידון דידן. אוודאי איז הוגה גערעכט אז דאס קינד דארף פארשטיין צווישן די שורות אז די פיטשיווקעס וואס מ'פארציילט אים איז נאר לרווחא שמעתתא, מען טאר אבער נישט פארגעסן אז פיקציע איז נישט אינטערעסאנט נאר אויב מ'קען זיך פארלירן דערין.

ביבער » דינסטאג אפריל 7, 2015 2:56 pm

· #264566
די פראבלעם איז נישט כפירה אדער שקר, נאר די מעסידזש, אויב די תורה ווערסיע איז נישט ליטערעל וואלט איך עס נישט פארציילט פאר מיינע קינדער און אוודאי נישט גענוצט אלס א סעמפל זיך צו אידענטיפיצירן, עס האט אסאך ווייאלענס אימאראליטי, ראסיזם, ווי האט דוקינס געשריבן, The God of the Old Testament is arguably the most unpleasant character in all fiction
אויב ס'איז אבער ליטערעל דעמאלט איז דא די תירוץ רצון השם און וואס פארשטיי מיר אונז נסתרים דרכי השם.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 3:12 pm

· #264568
אוממאראלישע זאכען טאר מען נישט פארציילען אדער אידענטיפיצירען נישט קיין חילוק וואס די תירוץ איז.
דוקינס האט געזאגט, נו מסתמא האסטו נישט געטראפען קיין גרעסערע מומחה אויף מפרש זיין די חומש ווי עם ברענגסטו זיין פשט.

הוגה » דינסטאג אפריל 7, 2015 3:13 pm

· #264569
ביבער, פארוואס קען די "נסתרים דרכי השם" תירוץ נישט ארבייטען ביים טון די רצון ה' צו פארציילען אזעלכע מעשיות? נאר ביים אקטועלע טון איז עס פארשטענדליך?

ביבער » דינסטאג אפריל 7, 2015 4:01 pm

· #264577
ס'אפשר פונקט אזוי פארשטענדליך אבער איך וואלט נאכאלס גענומען א צווייטע טשיילד פריענדלי בוק ווען ס'קומט צו לערנען מאראל און אידענטיטי.

בן אדם » דינסטאג אפריל 7, 2015 4:38 pm

· #264592
איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל. ס'ברענגט אויס א וויכטיגע פוינט, אז דער מעשה קען נישט אנדערש אריין אין קאפ, נאר אויף אזא אויפן פון צולייגען אביסל אינטערעסאטע זאכן. און אפילו פאר זיך אויף צו איבער פארציילן די סיפור, אזוי ווי מ'זאגט "חייב אדם לראות את עצמו". אבער נישט חלילה אז די פסוק אדער די מדרש האט צוגעלייגט די פיטשיווקעס ח"ו. אין די תוה"ק איז נאר דא טריקענע פאקטען, און די פסוק, און אזוי אויך די מדרש, איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די מעשה זאל קנאקען. נאר דער דזשאב האט שוין די תורה געלאזט פאר אונז אז מיר זאלען עס געדענקען.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 5:27 pm

· #264610
איך האב געטראפען ר' צדוק הכהן אין קונטרס עמלה של תורה הנדפס בסוף פרי צדיק לשמות רעדט איבער המרבה לספר ענליך צו דער גאנג.
כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח. משמע מזה שצריך לחדש איזה דבר בענין יציאת מצרים, דזולת זה מגוף הסיפור אין אנו יודעין אלא הכתוב בתורה ומקובל מחז"ל. ולא מצינו שתיקנו לסדר כל הסיפורים אף למצוה מן המובחר ולמהדרין מן המהדרין. ועל כרחך הך המרבה דמשובח המכוון שיכול לחדש ולהוסיף בענין הסיפור מדנפשיה איזה שבחים למקום על הטוב שהיטיב עמנו ביציאת מצרים מלבד המסופר וידוע.
וכן המעשה שסיפרו כל הלילה מסתמא גם כן הוא מה שחידשו לדרוש בזה כל אחד. וממה שלא נמצא מסיפוריהם דבר במדרשות ובמכילתא וכדומה בדברי חז"ל נראה דלפי שלא היו תלמידיהם עמהם נראה דהיו עוסקים בסודות ונסתרות שאין לגלות לתלמידים ועל כן לא נתגלו דבריהם לנו.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 5:30 pm

· #264613
בן אדם
איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל. ס'ברענגט אויס א וויכטיגע פוינט, אז דער מעשה קען נישט אנדערש אריין אין קאפ, נאר אויף אזא אויפן פון צולייגען אביסל אינטערעסאטע זאכן. און אפילו פאר זיך אויף צו איבער פארציילן די סיפור, אזוי ווי מ'זאגט "חייב אדם לראות את עצמו". אבער נישט חלילה אז די פסוק אדער די מדרש האט צוגעלייגט די פיטשיווקעס ח"ו. אין די תוה"ק איז נאר דא טריקענע פאקטען, און די פסוק, און אזוי אויך די מדרש, איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די מעשה זאל קנאקען. נאר דער דזשאב האט שוין די תורה געלאזט פאר אונז אז מיר זאלען עס געדענקען.

וועגן דער פסוק, איך ווייס נישט אויב ער האט צוגעלייגט פרטים צו מאכן אינטרעסאנט די מעשה, אבער אראפגענומען, און באופן כללי געשריבען אויף אן אופן וואס די מעשה זאל זיין געשמאק, האט ער זיכער. עס קען קיינער נישט צושטעלן דער סגנון הסיפור פון חומש צו א טריקענע היסטאריש ביכל. עס ליינט זיך פיל ענדערש ווי א נאוועל אדער ליטעראטורישע באשרייבונג. און עס איז פשוט אז אין דער כתיבת התורה גופא ליגט שוין די כוונה פון למען תספר, און עס ברענגט ארויס די חלקים וואס זענען וויכטיג לענין הסיפור נישט סתם טרוקענע פאקטן.
מדרשי חז"ל איז פשוט על פי הפשט ומדברי הראשונים אז אסאך פון זיי זענען נישט אז זיי האבען עפעס געהאט מקובל די מעשה אזוי פונקט איז געשעהן נאר אז זיי דמיונ'ען די מעשה לויט ווי זיי האבען פארשטאנען עס צו מאכען מער אינטרעסנט און לקרב אל האוזן מה שהיא יכולה לשמוע.

בן אדם » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:46 pm

· #264630
ווי זענען די מקורות אז די מדרשים זענען ענדערש דמיונות ווי קבלה? און פארוואס זענען זיי אנדערש פון די דברי הלכה אז מ'טאר נישט משנה זיין כקיצו של יו"ד?

מאטי » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:52 pm

· #264631
דו כאפסט באמת נישט דער נפק"מ צווישן א נאראטיוו און געזעץ?

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:53 pm

· #264634
Re: די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)
סאיס פשוט אז די מדרשי חזל אויף סיפור יציאות מצרים איז נישט ממש געשען. סאיז דא סתירה'דיגע סיפרים, סקען נישט זיין אז ביידע זענען געווען בפעול.
וויפיל מכות איז געווען 50 אדער 200?

ביבער » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:31 pm

· #264659
לעיקוואד
איך האב געטראפען ר' צדוק הכהן אין קונטרס עמלה של תורה הנדפס בסוף פרי צדיק לשמות רעדט איבער המרבה לספר ענליך צו דער גאנג.
כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח. משמע מזה שצריך לחדש איזה דבר בענין יציאת מצרים, דזולת זה מגוף הסיפור אין אנו יודעין אלא הכתוב בתורה ומקובל מחז"ל. ולא מצינו שתיקנו לסדר כל הסיפורים אף למצוה מן המובחר ולמהדרין מן המהדרין. ועל כרחך הך המרבה דמשובח המכוון שיכול לחדש ולהוסיף בענין הסיפור מדנפשיה איזה שבחים למקום על הטוב שהיטיב עמנו ביציאת מצרים מלבד המסופר וידוע.
וכן המעשה שסיפרו כל הלילה מסתמא גם כן הוא מה שחידשו לדרוש בזה כל אחד. וממה שלא נמצא מסיפוריהם דבר במדרשות ובמכילתא וכדומה בדברי חז"ל נראה דלפי שלא היו תלמידיהם עמהם נראה דהיו עוסקים בסודות ונסתרות שאין לגלות לתלמידים ועל כן לא נתגלו דבריהם לנו.

מסתבר אז מחדש זיין מיינט ער אין פרד"ס, חידושים אויף זאכן וואס שטייט שוין, ס'סטופיד צו געבן א שבח והודי' אויף א פריש געבאקענע זאך וואס איך האב ערשט יעצט אויפגעטראכט.

חוץ מזה, אויב זאגט מען אז די מעשה איז לאו דוקא איז עס א פראבלעם פון אין אדם מוריש שקר לבניו און צוווארפט די יסוד פון אמונה דורך מסורה.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:34 pm

· #264660
אמת כ'בין מסופק אויב ר צדוק מיינט ממש ווי מיר אדער נישט, ולכן כתבתי ענליך, אבער דער יסוד איז דער זעלבער. ער גיט דאך סייווי א שבח והודאה אויף זיינע חידושים.
עס זעהט מיר אויס אז איר פארשטייט נישט מיין פוינט אויב פרעגט איר ווייטער דער זעלבער שאלה. איך ווייס נישט וויאזוי נאכמאל מסביר זיין אז איר זאלט פארשטיין. דאס האט גארנישט מיט מוריש זיין שקר, אוודאי די אלע פרטים זענען לאו דווקא פונקט געשעהן, אבער נישט דאס איז דער פוינט און נישט דאס איז דער פוינט פון אמונה ע"י מסורה.

chusid » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:43 pm

· #264667
נולד מאוחר
סאיס פשוט אז די מדרשי חזל אויף סיפור יציאות מצרים איז נישט ממש געשען. סאיז דא סתירה'דיגע סיפרים, סקען נישט זיין אז ביידע זענען געווען בפעול.
וויפיל מכות איז געווען 50 אדער 200?

דאן פארוואס איז דא א מחלוקת וויפיל מכות? ווייל דיין טיאטער האט געזאגט אזוי און זיין אזוי?

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:45 pm

· #264668
Re: די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)
לויט לעקוואדס מאמר שטימט זייער גוט, יעדער פראביערט צי באלעבען די מעשה, און טרריט צי זיין מער דראמאטיש.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:45 pm

· #264669
עס איז טאקע נישט קיין מחלוקת, איינער זאגט אזא מעשה איינער זאגט א צווייטער מעשה, און מען זעהט ווי יעדער פראבירט איבערשטייגען דער צווייטען מיט זיין כוח הדרוש אויסצוטראכטען ווי מען קען טרעפן מער מכות. דאס איז א כלל וואס שטייט שוין אין ספרי הכללים אז מחלוקות בדברי אגדה שליסען נישט אויס איינער די צווייטער ווי א מחלוקת בהלכה.
@נולד האקט

chusid » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:52 pm

· #264673
לעיקוואוד, אויב קען דמיון פון 200 מכות אריינגיטייטשט ווערן אין פסוק , דאן וואלט געמאכט סענס צו אריין טייטשן אין פסוק אז די פיזשאמעס איז רויט געווען?

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:03 pm

· #264682
שיין אמאזאן, איך וועל מעתיק זיין א שטיקל כוזרי (דער פון דער א"ג כוזרי מסורה הוכחה..) וואס רעדט וועגן דער חשיבות פון דמיונ'ען און מצייר זיין די סיפורים.
הכוזרי מאמר ג
אמר החבר: החסיד הוא מי שהוא מושל, נשמע בחושיו וכוחותיו הנפשיים והגופיים, ומנהיגם ההנהגה הגופיות, כמו שנאמר [משלי ט"ז ל"ב]: 'ומושל ברוחו מלוכד עיר'. ..

ולא עזב אחד מאלו הכוחות והאיברים שירבה במה שהוא מיוחד בו ויפחית הנשארים. וכאשר עשה צרכי כל אחד מהם, ונתן לטבעיים מה שיספיק להם מהמנוחה והשנה, ולחיוניים מה שיספיק להם מהיקיצה והתנועה במעשה העולם, אז יקרא אל עדתו כמושל הנשמע שקורא אל חילו השומע לעזור לו, להידבק במדרגה שהיא למעלה ממנה, רוצה לומר המדרגה האלוקית אשר היא למעלה מהמדרגה השכלית. ויסדר עדתו ויתקנה, ודומה לסדר שסידר משה עליו השלום לעדתו סביבות הר סיני. ומצווה הכוח החפצי שיהיה מקבל ושומר לאשר יבוא מאצלו צווי, ויעשהו לעתו. וישמש בכוחות ובאיברים כפי אשר יצווה מבלי המְרות. ויצווה אותו שלא יפנה אל השדים [=השטן] המחשביים והמתדמים, ולא יקבלם ולא יאמין בם, עד שיוועץ את השכל, ואם יכשיר מה שיש אצלם - יקבלם, ואם לא - ימרם, ויקבל החפצי זה ממנו ויסכים לעשותו. ומיישר כלי המחשבה, ומפנה אותו מכל אשר קדם מהמחשבות העולמיות.

ומצווה המדמה להמציא ההדור שבצורות הנמצאות אצלו בעזר הזיכרון, לדמות אליו העניין האלוקי המבוקש, כמו מעמד הר סיני ומעמד אברהם ויצחק בהר המוריה, וכמו משכן משה וסדר העבודה וחול הכבוד בבית המקדש, וזולת זה הרבה. ומצווה השומר לשמור את זה ולא ישכחהו, ויגער במחשבי ושדיו מלבלבל האמת ומספקו. ויגער בכוח הכעסני והתאווני מהטות החפצי [=הרצון] והניעו והטרידו במה שיש אצלם מהכעס והתאווה.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:08 pm

· #264686
אויך דער פיאסעצנע רבי רעדט אסאך פון דער חשיבות פון מצייר זיין און דמיונ'ען די סיפורים פון תנ"ך און אפילו פון גאט כידוע בספריו וזה אריכות בפני עצמו.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:13 pm

· #264690
chusid
לעיקוואוד, אויב קען דמיון פון 200 מכות אריינגיטייטשט ווערן אין פסוק , דאן וואלט געמאכט סענס צו אריין טייטשן אין פסוק אז די פיזשאמעס איז רויט געווען?

אוודאי, טאמער איז איינער א גוטע בעל דרשן און דער עולם פארשטייט צו אזא סארט דרוש. היינט איז נישט איינגעפירט דרשנען די סארט דרשות פון חז"ל אזויפיל ממילא איז עס אפשר נישט אזוי רעלוואנט אבער בימיהם איז דאס געווען דער שפראך.

בן אדם » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:28 pm

· #264700
מאטי
דו כאפסט באמת נישט דער נפק"מ צווישן א נאראטיוו און געזעץ?

ס'דארף נישט קיין נפק"מ. פארוואס זאל איך אננעמען זייער הלכות אויב זייערע סיפורים פון די יסודות און יודישקייט איז אויפגעבלאזן ?

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:36 pm

· #264701
בן אדם
ווי זענען די מקורות אז די מדרשים זענען ענדערש דמיונות ווי קבלה? און פארוואס זענען זיי אנדערש פון די דברי הלכה אז מ'טאר נישט משנה זיין כקיצו של יו"ד?


איך וועל מיך אויך עכט פרייען פאר א מקור, יישר כח

בן אדם » מיטוואך אפריל 8, 2015 11:30 am

· #264817
[ציטאט אראפגענומען]

פאר די קינדער ואס גלייבן אלס, איז א שאד אויפציווייזן אויף יעדע דעטעיל אז סיז צוגעלייגט. ס'וועט נעמען צו סאך צייט. מ'דארף זיי פשוט אויפקלערן צו האבן א אנדערע מהלך המחשבה צו פארשטיין וואס איז די מעשה און וואס איז ציגעפוצט

יידל » מיטוואך אפריל 8, 2015 3:12 pm

· #264871
געוואלדיג
בן אדם
ווי זענען די מקורות אז די מדרשים זענען ענדערש דמיונות ווי קבלה? און פארוואס זענען זיי אנדערש פון די דברי הלכה אז מ'טאר נישט משנה זיין כקיצו של יו"ד?


איך וועל מיך אויך עכט פרייען פאר א מקור, יישר כח

רמב"ן בספר הויכוח

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 8, 2015 3:56 pm

· #264880
Re: די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)
רמב"ם פירש המשניות ווי ער איז מסביר די קליידער וואס גייט וואקסען אויף ביימער ווען משיח גייט קומען. ער שרייבט אז מדרשים איז געמאכט פאר נשים וקטנים

בן אדם » מיטוואך אפריל 8, 2015 4:08 pm

· #264881
הייסט אז די נשים וקטנים דארפן באדאנקען די תנאים וואס זיי האבן געטראפן אזויפיל צייט פאר זיי ? און אפשר האבן זיי גאר געמאכט יוסף שפיל'ס ?
ווי פונקטליך איז דער מקור ? איך קען נישט נאכזאגן "געהערט פון נולד מאוחר".

מאטי » מיטוואך אפריל 8, 2015 5:02 pm

· #264886
שים בדעתך כי נער קטן הביאוהו אצל המלמד ללמדו תורה. וזהו הטוב הגדול לו לעניין מה שישיג מן השלמות. אלא שהוא, למיעוט שנותיו וחולשת שכלו, אינו מבין מעלת אותו הטוב, ואל מה שיגיעהו בשבילו מן השלמות.

ולפיכך בהכרח יצטרך המלמד, שהוא יותר שלם ממנו, שיזרז אותו על הלמוד בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שנותיו. ויאמר לו: "קרא ואתן לך אגוזים או תאנים, ואתן לך מעט דבש". ובזה הוא קורא ומשתדל. לא לעצם הקריאה, לפי שאינו יודע מעלתה, אלא כדי שיתנו לו אותו המאכל. ואכילת אותן המגדים אצלו יקר בעיניו מן הקריאה, וטובה הרבה בלא ספק. ולפיכך חושב הלימוד עמל ויגיעה, והוא עמל בו כדי שיגיע לו באותו עמל התכלית האהוב אצלו, והוא אגוז אחד או חתיכה דבש.


וכשיגדיל ויחזיק שכלו ויקל בעיניו אותו הדבר שהיה אצלו נכבד מלפנים, וחזר לאהוב זולתו, יזרזו אותו ויעוררו תאוותו בו מאותו הדבר החמוד לו, ויאמר לו מלמדו: "קרא ואקח לך מנעלים יפים או בגדים חמודים", ובזה ישתדל לקרוא, לא לעצם הלימוד, אלא לאותו המלבוש. והבגד ההוא נכבד בעיניו מן התורה, והוא אצלו תכלית קריאתו.


וכאשר יהיה שלם בשכלו יותר, ויתבזה בעיניו זה הדבר גם כן, ישים נפשו למה שהוא גדול מזה, ואז יאמר לו רבו: "למד פרשה זו או פרק זה, ואתן לך דינר אחד או שני דינרים". ובכך הוא קורא ומשתדל ליקח אותו הממון, ואותו הממון אצלו נכבד מן הלימוד, לפי שתכלית הלמוד אצלו הוא שיקח הזהב שהבטיחוהו בו.
וכשיהיה דעתו שלמה, ונקלה בעיניו זה השיעור, וידע שזה דבר נקל, יתאווה למה שהוא נכבד מזה. ויאמר לו רבו: "למוד כדי שתהיה ראש ודיין, ויכבדוך בני אדם ויקומו מפניך, כגון פלוני ופלוני". והוא קורא ומשתדל כדי להשיג מעלה זו, ותהיה התכלית אצלו הכבוד שיכבדו אותו בני אדם וינשאוהו וישבחו אותו.

וכל זה מגונה, ואמנם יצטרך למיעוט שכל אדם שישים תכלית החכמה דבר אחר זולתי החכמה, ויאמר לאיזה דבר נלמד, אלא כדי שנשיג בו זה הכבוד, וזה הוללות על האמת. ועל לימוד כזה אומרים חכמים "שלא לשמה", כלומר שיעשה המצות וילמד וישתדל בתורה לא לאותו הדבר בעצמו, אלא בשביל דבר אחר.

הציץ ונפגע » מיטוואך אפריל 8, 2015 5:09 pm

· #264888
בן אדם
הייסט אז די נשים וקטנים דארפן באדאנקען די תנאים וואס זיי האבן געטראפן אזויפיל צייט פאר זיי ? און אפשר האבן זיי גאר געמאכט יוסף שפיל'ס ?
ווי פונקטליך איז דער מקור ? איך קען נישט נאכזאגן "געהערט פון נולד מאוחר".


א שלל מקורות נאכצוזאגן. זע אויך דא, ספעציעל אין הערה 35 און ווייטער.

א איד » מאנטאג אפריל 13, 2015 6:47 pm

· #265725
קודם ייש"כ @לעיקוואד פארן ארטיקל, קיין חידוש איז עס נישט געווען, ווייל דאס איז דאך פשוט, אז מצות סיפור יציאת מצרים קומט מיט דאמאטיזירן די זאך כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן, וכך קיבלתי מבית אבותי ורבותי, אויפצושפילן פאר די קינדער די סדר נאכט, אבער א גוע חזרה און א דערמאנונג איז עס זיכער געווען.
און א איך זעה נישט קיין פראבלעם אין די חלק, אז די קינדער זאלן גלייבן די משלים וואס מ'לייגט אראפ, פונקט ווי דו פארציילסט זיי א משעה בשעת'ן שלאפן גיין, אדער ביי דיסעודה, און די לייגסט צו זאלץ און פעפער, און ווען זיי ווערן עלטער זעה איך נישט אז זיי זאלן בלייבן מיט די זאך, אז וואס איך זאג זיי איז אמת אין קודש קדשים, זיי פארשטייען אליינס, אז עס איז נאר געווען אביסל צום טעם.