דאס איז געווען דער צווייטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט און איך האב זייער הנאה געהאט דערפון. עס איז גוט געשריבן, געשמאק צו ליינען. איך וועל שרייבן די זעלבע קריטיק ווי איך האב געשריבן ביי ברסלבער, עס פעלט אויס צו אדרעסירן נעגאטיווע חלקים אויך (פארשטייט זיך מיט ריספעקט) ווייל אז נישט באקומט עס א פנים ווי א פראפאגאנדע ארטיקל. עס עקזיסטירט נישט אן אדם המושלם.
איך מוז דיר, זאגן אז דיין ארטיקל האט גענצליך געטוישט מיין בליק אויף הרב שלעזינגער מן הקצה אל הקצה. וואוינענדיג אין מאנסי האב איך מיר אלץ גע'עקלט פון זיין מנהג פון ממהר זיין למחות אויף א יעדע נארישקייט. לדוגמא, שאפערס העיווען, וואו ער טרעט נישט אריין עד היום הזה, אפילו אויף א שמחה. אין מאנסי ווייסט מען אז א יעדע דריטע וואך ביי פרקי אבות קומט א מחאה אויף נאך א פירצה. אויך האב איך מיטגעהאלטן אנדערע זאכן וואס האבן געלאזט א נעגאטיווע רושם.
אבער נאכן ליינען דיין ארטיקל האב איך באקומען די פולסטע ריספעקט פאר אים, מחמת דריי נקודות וואס דו רירסט אן. די ערשטע צוויי רירסטו ממש אן בקיצור, אבער איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי אנדערע און געהערט מער באריכות. דער דריטע נקודה שרייבסטו יא מער באריכות און דאס האט מיר דאס מערסטע איינגעקויפט. דא האט איר די דריי נקודות.
1) דער אופן וויאזוי הרב שלעזינגער איז אנטלאפן פון מחלוקת אין זיין ערשטע שול, תפארת משה, עד כדי כך ער האט נישט געלאזט בויען זיין שול ביז מען צאלט אפ די הלוואה פון דער אנדערע שול. מען קען אזא זאך נישט טרעפן בימינו מיט קיין לעכט.
2) דער אופן וויאזוי ער גיבט זיך אפ מיט אלמנות, יתומים און אנדערע נצרכים, סיי מיט'ן שאפן געלט און סיי מיט'ן זיי מחזק זיין פערזענליך. א באקאנטע זאגט מיר אז ער פארט ארום מאנסי והגלילות, א יעדע ערב שבת פאר עטליכע שטונדע, צו באזוכן אלע אלמנות ויתומים. און דא רעדט מען פון א איד וואס האט אן action packed schedule. ער וואלט געקענט נוצן די איבעריגע פאר שעה.
3) והעולה על כולם, די וועג ווי ער נעמט אן זיין פאסטן אלץ אן עבדות און נישט א שררה. ער לעבט פון דער ציבור, דערפאר קומט זיי שיעורים ביום ובלילה, ער גיבט זיך אוועק פארן ציבור 24/7 ממש. ער פארט נישט אויף וועקאציעס, באזוכט נישט ביי רביס, פליט נישט אויף קברי צדיקים, ער לעבט צו טון פאר זיינע מענטשן. רוב רובם פון די היינטיגע רבנים לעבן מיט די געפיל אז א יעדער איז זיי שולדיג, עס קומט זיי אלעס.
איך וואלט נאר געוואלט מעורר זיין אז דו שרייבסט אז ער איז "משונה'דיג קלוג", בנוגע די הונדערטער אידן וואס רעדן זיך אדורך מיט אים בכל ענינים. עס מוז באטאנט ווערן אז זיין "קלוג'שאפט" איז דיין פערזענליכע אפיניאן. אסאך האלטן אז ער איז בכלל נישט Street smart, ובפרט בעיניני חינוך.
פון מיין עקספיריענס מוז איך אים דן זיין לכף זכות אויף עטליכע עצות והדרכות וואס ער האט געגעבן פאר געוויסע מענטשן, אז כך גילו לו משמים. ווייל אויף דער וועלט האט עס נישט געמאכט קיין טראפ סענס, וכמו שנתבאר אחר זמן.
אויך פון אנדערע האב איך געהערט אז ער ענטפערט תשובות ועצות חותכות, אן אדורך טון די צדדים, און ער עקשנ'ט זיך שטארק און האלט זיך ביי זיינס. דאס צייגט אז די תשובות קומען נישט מתוך חכמה נאר מתוך זיין בטחון אין זיין סיעתא דשמיא וכח התורה. וממילא, דער וואס, זוכט דאס איז גוט, אבער דער וואס זוכט חכמה, כ'בין נישט זיכער אויב ער איז די ריכטיגע אדרעס.
נאך אמאל וויל איך מיר באדאנקן פאר דיין רייכע ארטיקל!
.