☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סידור ''פה-סח'' כהלכתו

סידור ''פה-סח'' כהלכתו

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8597

כוכב » מאנטאג אפריל 6, 2015 12:40 am

· #264227
סידור ''פה-סח'' כהלכתו
איך רעספעקטיר זייער די חשוב'ע שרייבער פון פה סח און איך פארשטיי דעם רצון ארויסצושטעלן דעם ארטיקל ווי פריער דא אויף ק''ש פאר הערות והארות ולייקס בלע''ז.
ודא עקא אז עס האט נישט קיין זין ארויסצושטעלן עטליכע אוו דרייסיג ארטיקלען אויפאמאל, דער ריבוי השמן קען פארלעשן די ליכט און מיט אלע ארטיקלען אויפאמאל וועלן אלע איגנארירט ווערן.
דעריבער וועל איך איינשטעלן א סדר, בערך ווי ביי שושנים, ווען די פאעזיעס זענען ארויסגעשטעלט געווארן צוביסלעך.
וועלן מיר אנהויבן מיט די מחברים וואס פאלן אונטער די למען תספר קאטאגאריע וואס האבן א דירעקטן שייכות מיט פסח. איך וועל אייך אלע לאדענען ארויסצושטעלן אייערע ארטיקלען במשך ימי חול המועד אבער מיר וועלן חס זיין אויף דעם כבוד פון א חבר און צו ווארטן ביז אן ארטיקל קריגט א פופצן צוואנציג לייקס און א מינימום רעספאנס ליתן ריווח בין פרק לפרק און דערנאך גיין ווייטער.
איך וועל אי''ה מארגן צוריקשיקן די רעדאגירטע ארטיקל פאר אלע פון למען תספר.
מיר וועלן אנהויבן מיט'ן ערשטן ארטיקל:
@פלאוויוס איר זענט געלאדנט ארויסצושטעלן אייער ארטיקל.
ביטע צוצייכענען אויפ'ן קעפל ווי פאלגנד:(''פה-סח'' #1)

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:25 am

· #264236
לו תשמעני,

ס'פעלט נישט אויס די אויסגעצויגענע ארויפשטעלעכטץ.

יעדער האט דעם פה-סח. מען וויל בלויז מעיר זיין. מ'דארף נישט די עצם ארטיק'ל.

ראובן האט שוין א גאנצע בלאט מיט הערות. ברסלבער האט שוין א געזונטע הערה פון @הוגה לגבי א זוה"ק וואס ער ברענגט. בן נריהו האט שוין אפאר הערה'לעך. כעלמע'ער מגיד דאכצעט האט שוין הערות, און אזוי ווייטער, ווער עס וויל האט שוין הערות.

הנח להם לישראל, מ'איז מעיר אנ'דע ארטיקלען.

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:28 am

· #264237
ס'פעלט יא אויס ארויפצושטעלן די ארטיקלען, דזשאסט פאר די רעקארדס.
אין הונדערט יאר ארום וועלן שוין אלע פה-סח'ס ליגן אין שמות.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:30 am

· #264238
די PDF לינק וועט איין טאג עקספייערן, און די קומענדיגע דורות וועלן נישט וויסן אויף וואס די הערות גייען ארויף. די ארטיקלן דארפן פאראייביגט ווערן אויף ק"ש.

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:31 am

· #264239
אודאי זאל מען עס ארויסשטעלן, אבער ס'מוז נישט זיין אזוי קאנטראלד. אחר הפסח קען עס אלעס ארויף, אפילו שטאטלעך וכדברי כוכב, אבער נושא ונותן זיין קען מען שוין יעצט אפילו אנ'דע ארטיק'ל.

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:35 am

· #264241
כוכב וויל יעצט אז דער מדובר זאל זיך דרייען ארום פלאוויו'ס למען תספר. איך האב יעצט נאר וואס צו זאגן איבער, לדוגמא, מאטי'ס גאט. לאמיר זיך נישט בינדען און לימיטען דער דיסקאשען צו א געצוימטע טאפיק. זאל יעדער מעיר זיין איבער וואס איהם געפעלט. שטעל זיך פאר אז הוגה ברויך ווארטען מיט זיין זוה"ק תגובה ביז מ'האלט, ערגעץ אין חודש תמוז, ביי ברסלבער'ס ארטיק'ל.

הוגה » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:37 am

· #264243
יא, איך האלט אויך אזוי. אלע זאלן דערווייל עפענען אשכולות פאר הערות. איך האב געהאט אסאך גוטע הערות וואס איך האב שוין פארגעסן. אויב ווארט איר ביז די ארטיקל ווערט ארויפגעשטעלט וועט עס שוין גענצליך זיין אויסגעוועפט.

כוכב » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:24 pm

· #264310
@יצחק לאווי און @געוואלדיג, ביטע קוקט אייער אימעיל פאר די רעדאגירטע ווערסיע רון שטעלט עס ארויף.
@ווארט זאגער, איר זענט אויך געלאדנט ארויסצושטעלן אייער ארטיקל.

כוכב » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:55 pm

· #264328

כוכב » דינסטאג אפריל 7, 2015 11:27 am

· #264547
@אנאנים ביזט געלאדנט ארויסצושטעלן דיינע ביידע ארטיקלען. שרייב ביטע א פה סח נומער מהאלט ביי 4.
@סאו וואט ביזט געלאדנט ארויסצושטעלן דיין ארטיקל און שרייב נומער זעקס.
@שמעקעדיג ביטע שיק אריין די רעדאגירטע ווערסיע פאר @פליקער

כוכב » מיטוואך אפריל 8, 2015 2:53 pm

· #264867
@אנאנים שטעל ארויס און לייג א נומער

כוכב » מיטוואך אפריל 8, 2015 10:12 pm

· #264991
@ברסלבער שטעל ארויס דיין ארטיקל און לייג א נומער
@נופת צופים שטעל ארויס דיין פאעזיע און לייג א נומער.

כוכב » מאנטאג אפריל 13, 2015 1:01 pm

· #265629
אלע שרייבער זענען געלאדנט ארויסצושטעלן זייערע ארטיקלען. עס איז מיר שווער צו האלטן קאפ און זיך אפגעבן דערמיט. ווער עס וויל די רעדאגירטע ווערסיע זאל דאס ביטע פארלאנגען אין אישי אדער אימעיל.

נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 1:14 pm

· #265630
Re: סידור ''פה-סח'' כהלכתו
@כוכב איז נאך אין איי סי יו פון פאר פסח. לאזט אים לעבן.