☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי

פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8589

שעפטל » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:57 pm

· #264088
פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי
אין די מינוטן איז נפטר געווארן הגאון האדיר הגדול, עטרת תפארת ישראל, רב רבנן, שר התורה ועמוד ההוראה, פוסק הדור מרן רבי שמואל הלוי וואזנער זי"ע, גאב"ד זכרון מאיר אין בני ברק וראש ישיבת חכמי לובלין, און בעל שו"ת שבט הלוי, זייענדיג אלט איבער 101 יאר.

הרב וואזנער, צו דער 'בעל שבט הלוי' ווי מ'האט אים גערופן איז געבוירן געווארן ב' אלול תרע"ג‏, אין שטאט ווינא, צו זיין פאטער מוה"ר יוסף צבי ז"ל און זיין מאמע רחל ע"ה, טאכטער פון הגה"צ רבי בנציון שיף זצ"ל.
אויף זיין מאמע'ן דערציילט מען די באקאנטע מעשה אז זי האט עפעס געזינגן וואונדערבאר, איר קול באשה איז געווארן באוויסט איבעראל, ביז עפעס אן אגענט האט איר געטראפן אין ווינא, און איר פארגעשלאגן א קאריער, זי האט דאס זייער געוואלט, ווען אירע עלטערן האבן ביי איר נישט געקענט פועל'ן אז זי זאל דאס נישט אננעמען, האבן זיי איר גענומען צו זייער רב, הגה"צ רבי שלמה בוימגארטן זצ"ל און אים געבעטן ער זאל ביי איר שתדל'ן. ווען רבי שלמה האט געזעהן אז ער קען דאס אויך נישט ערלעדיגן, האט ער זיי געשיקט צום צדיק רבי יצחק מאיר זצ"ל פון קופישניץ וואס האט זיך פונקט דאן געפינען אין ווינא, דער קופישניצער האט איר געפרעגט פארוואס זי וויל דאס אזוי שטארק, האט זי מיט אן אמת גענטפערט אז פשוט פאר די באוויסטקייט! האט איר דער קופישניצער געזאגט "יעדעס מאמע'ס טרוים איז צו האבן גוטע קינדער, זאג איך דיר יעצט צו, אז דו וועסט אויפגעבן דיין ווילן פון ווערן באוויסט אין די וועלט, וועסטו אבער ווערן באוויסט דורך א קינד דיינער, דו וועסט האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט און זיין באוויסט איבעראל!" ווען דער משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א האט אמאל געטראפן הרב וואזנער און געפרעגט איבער די מעשה, האט דאס הרב וואזנער באשטעטיגט, און צוגעלייגט "ווען איך בין געווען אינג פלעגט מיך מיין מאמע אייביג בעטן און פארלאנגן איך זאל לערנען און לערנען און אויפוואקסן אן ערליכע איד, זי פלעגט צולייגן 'דו האסט נישט קיין אהנונג וואס איך האב פאר דיר אויפגעגעבן!'"

ער האט געלערנט ביי הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל אין ישיבת חכמי לובלין, און ביים משגיח הגאון רבי אברהם שמעון הלוי ענגיל הורביץ זי"ע, רבי שמעון'לע זעלכוב'ער, וואס האט געדינט אלס משפיע אינעם לובלינע ישיבה.
אין זיין הקדמה אויפן שו"ת שבט הלוי ח"א דערמאנט הרב וואזנער נאך פון זיינע רבי'ס, קודם "אלוף נעורי" הגה"צ מוהר"ר שמואל דוד הלוי אונגאר זי"ע, (אב"ד נייטרא ו) בעמ"ס נאות דשא, און הגה"צ מוהר"ר יוסף אלימלך כהנא זי"ע (אב"ד אונגוואר און צעהלים ו) בעמ"ס שו"ת מהרי"א הכהן.

‏אין יאר תרצ"ה האט ער חתונה געהאט צו הרבנית רבקה ע"ה (נפטרה כ' טבת תשנ"ו), טאכטער פון הגה"צ רבי מרדכי גלבר‏ זצ"ל, און אין יאר תרצ"ט איז ער ארויף קיין ארץ ישראל. ער האט זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק, און געלערנט ביים ירושלימער רב הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל. און האט מקיים געווען דעם שימוש חכמים ביים טעפליקער גאון, הגה"צ ‏רבי שמשון אהרן פולונסקי זצ"ל, רב שכונת בית ישראל אין ירושלים וראש "ישיבת רבינו חיים יוסף".

אין תש"ז האט דער באקאנטער פילענטראפ, ר' יעקב הלפרין ז"ל געבעטן הרב וואזנער צו קומען דינען אלס רב אינעם שכונת זכרון מאיר, וואס ווערט אנגערופן נאך רבי מאיר שפירא ז"ל, זיי זענען אריבער צום חזון איש זצ"ל וואס האט געפועל'ט ביי הרב וואזנער עס אנצונעמען. און האט דארט מייסד געווען די ישיבה חכמי לובלין, א נאמען נאכן ישיבה ווי ער האט געלערנט. פון דעמאלטס ביז ממש לעצטענס איז ער געווען א תופס הישיבה במלוא מובן המילה, געגעבן טויזענטע שיעורים אין יעדע מקצוע און סוגיא, זיך געהאלטן זייער נאנט מיט זיינע תלמידים, און טאקע ארויסגעגעבן ‏גאונים אדירים, פוסקים און דיינים אין די הונדערטער.

הרב וואזנער, איז געווען אן אנגענומענער פוסק אין די גאנצע וועלט, ביי חסידים און ליטאים צוגלייך, רעכטע מיט לינקע... ער איז אייביג געגאנגן צווישן די טראפן מיט א געוואלדיגע קלוגשאפט, א שטייגער, ווי ער אליינס האט קיינמאל נישט אנטייל גענומען אין די בחירות אין ארץ ישראל, געווען אפיציעל אנגעהאנגן אין די עדה החרדית, אבער קיינמאל נישט ארויסגעגעבן אן איסור אויך נישט, טראץ דעם וואס מ'זאגט אז ווען רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געשריבן דעם ספה"ק ויואל משה, האט ער עס געשיקט צו הרב וואזנער עס איבערצוקוקן פאר ס'גייט צום דריק. פארשטייט זיך אז קיין חוב קדוש צו גיין וועהלן האט ער אויך נישט אינטערגעשריבן..
בכלל איז הרב וואזנער געווען נאנט מיט אלע גדולים אין ארץ ישראל בפרט, ער האט געדינט אלס חבר נשיאות וועד הישיבות, מיט הגאון רבי ניסים קרליץ, הגאון רבי שמואל אויערבאך און נאך...
פון די אנדערע זייט האט ער אויך געדינט אלס חבר נשיאות כולל שומרי החומות מיט אדמור"י סאטמאר און גאב"ד ירושלים...
בקיצור מ'האט טעגליך געקענט זעהן בילדער און דאקומענטן ווי ס'זענען פארגעקומען אסיפות ווי די גדולי ליטאי אדער לינקע גאר האבן זיך באטייליגט און הרב וואזנער איז געווען צווישן די משתתפים, צו ביים סיום הש"ס זיצענדיג מיט הגראי"ל שטיינמאן, ‎הגר"ח קניבסקי‎ ועוד ועוד. דערנאך געקענט זיצן מיט די גרעסטע קנאים.

הרב וואזנער איז געווען ממש א ראש המדברים בכל מקום, ממש אין יעדע גרויסע פארזאמלונג אין ארץ ישראל האט ער אויפגעטרעטן, סיי ביי חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, קנאי'שע און פרייע'רע. אפגערעדט אויב ס'איז געווען א "דעת תורה" מאמענט, האט ער אפילו געגעבן הוק-אפס, א שטייגער ווי ביים כינוס כלל ישראל אין אמעריקע.

דאס חביבות התורה ולומדיה פארלאנגט זיך באמת א באשרייבונג פאר זיך, ער האט אויפגעלאכטן ווען א מורה הוראה, צו אפילו א אינגערמאנטשיק 75 יאר אינגער פון אים איז אריינגעקומען צו אים ווייזענדיג א נייע ספר וואס יענער פלאנט ארויסצוגעבן, ער האט יענעם אויפגענומען מיט עהרע, מחזק געווען און גערעדט מיט אים בהלכה, איבערגעגאנגן נושאים וואס ווערט ארויסגעברענגט אינעם ספר, געגעבן שיינע הסכמות, און אויב ס'איז געווען א הלכה ספר, האט ער זיכער געמאכט אז דאס ווערט איבערגעקוקט, אין די לעצטערע פאר יאר זענען זיינע תלמידים הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, אדער הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א געווען זיינע שילוחים זיכער צו מאכן אז די ספר איז אויסגעהאלטן.
און אז מ'רעדט שוין פון ספרים, איז טאקע ממש נישטא קיין הלכה ספר אין די לעצטיגע צענדליגע יארן ווי עס ווערט נישט דערמאנט א פסק הלכה פון הרב וואזנער. אין סיי וואספארא ענין ווערט אראפגעברענגט עפעס וואס הרב וואזנער האט ערגעץ געשריבן אין זיינע שו"ת שבט הלוי, צו וואס הרב וואזנער האט יענעם געזאגט פרעזענדליך.
און גראדע נישט נאר רבנים און דיינים האט ער מכבד געווען ווי עס פאסט (צו יענער האט געהאלטן אז ס'פאסט אזוי...) נאר יעדע מענטש וואס איז געקומען אין זיין געגענווארט האט ער אייביג געגעבן דעם זיסן שמייכל, ער האט געקענט גריסן קליינע קינדער, נישט געווארט אויף קיין כבוד. אן עניו גדול מאוד געווען, געהאלטן פון זיך גארנישט.

ער איז געשטאנען ווייט מחלוקת, טראץ וואס מ'האט אים זייער אסאך מאל פרובירט אריינצושלעפן, מיט זיין גוטע נאז און חכמה איז ער געשטאנען אין די זייט, און איז נישט געפאלן פארן געשריי אז מ'מיינט די תורה צו גאר אידישקייט.. און אין כמעט יעדע מחלוקה'לע צווישן כלל ישראל האבן ביידע צדדים פרובירט אים אויפצוווייזן אז יענער מיינט לשם שמים, און אז הרב וואזנער קען דא גאר זיין דער פוסק האחרון אז דער צד השני זאל דארפן אראפלייגן די געווער, דאס האט אבער ביי אים גארנישט געמיינט, נישט פארדעם איז ער דא געווען, ער האט ענדערשט גע'פסק'נט נאך שאלות און אויסגעארבייט הלכות.
איך וועל דערמאנען אן אינטערסאנטע עפיזאד, ווען ס'האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן סאטמאר/עדה החרדית מיט בעלזא, איז מסתמה הרב וואזנער געווען דער סאמע איינציגסטער וואס האט נישט אינטערגעשריבן יענע "ובנביאי אל תרעו" צעטיל וואס רובא דרובא רבנים פון יענע דור האבן אינטערגעשריבן (כ'רעד די וואס זענען געווען מיט די שיטה), מ'האט אויף אים גראדע שווער געארבייט ער זאל יא! ביי די פרשה האט ער גראדע געמאכט א שטיקל אויסנאם און יא געארבייט פאר א שלום! ווי ער אליינס האט דערציילט מיט יארן שפעטער פאר כ"ק אדמו"ר מרן (מהר"א) מ'סאטמאר שליט"א, ווען סאטמארער רבי האט אים באזיכט ה' ויקהל תשע"ד בביתו נאווה קודש אין בני ברק (גענומען פון קול התאחדותינו פקודי-שקלים תשע"ד):
‎
כ'האב פונקט דערמאנט פאר רבי חיים (בנו הגאון רבי חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א, דומ"ץ זכרון מאיר ב"ב מלפנים אב"ד דקהילתינו בלאנדאן יע"א) - איך בין דאך א איש שלום - ווען ס'איז געווען די מחלוקה... האב איך געמאכט מיט א בריוו א שלום, נישט ממש שלום נאר א רואיגקייט, האט מיך אייער טאטע אנגערופן צעהן מינוט פאר שבת 'איך וויל אייך מכיר טובה זיין, אויב נישט אייער בריוו העט איך געפאלן' דאס לשון האט ער מיר געזאגט.

כ"ו שבט תשמ"ו, איז נפטר געווארן הגאון רבי יעקב לאנדא ז"ל, אב"ד בני ברק, און ביים לוי' האט מען אויסגערופן אז עפ"י צוואתו זאל זיין זון הגאון רבי משה יהודה לייב שליט"א איבערנעמען. אבער דער גאון רבי אלעזר מנחם מן שך ז"ל האט זיך אקעגן געשטעלט (אלס הרב לאנדא איז געווען א חבד'ניק..) און הרב שך האט דעמאלטס פארגעשלאגן אז הרב וואזנער זאל איבערנעמען! הרב וואזנער איז נישט געווען אין בני ברק דעמאלטס, ער איז געווען אין לאנדאן, ווען ער איז צוריקגעקומען איז ער געגאנגן צום צענטראלן שלושים סעודה פונעם רב העיר, און דארט ברבים מקבל מרות געווען פונעם נייעם רב! (א פרשה פאר זיך וויאזוי ס'האט זיך אויסגעקאכט, און הרב שך איז גראדע זייער ברוגז געווען אויף הרב וואזנער).

שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חנה יוטא, די טאכטער פון הגה"צ אהרן דוד הכהן קאהן, (זי איז געווען א שוועסטער מיט הגה"ק דער תולדות אהרן'ע רבי מהרא"י זצ"ל)

ער האט איבערגעלאזט קינדער רבנים, מורי הוראה און בעלי בתים נכבדים:
בנו הגדול, הגה"צ רבי חיים מאיר הלוי שליט"א, דומ"ץ זכרון מאיר, ראב"ד שבט הלוי, ור"מ ישיבת חכמי לובלין, ומלפנים אב"ד ור"מ קיט"ל ד'סאטמאר לאנדאן.
‏בנו הגה"צ רבי בנציון, אב"ד שבט הלוי מאנסי און אין בית שמש, וראש בי"ד שבט הלוי בארה"ב.
בנו הרב יוסף צבי שליט"א
בנו הרב משה יהודה שליט"א
בנו ‏הגאון רבי אברהם אליהו שליט"א, אב"ד שבט הלוי מודיעין עלית
בנו הגאון רבי מרדכי אלימלך שליט"א, אב"ד שבט הלוי בארא פארק.
חתנו הגאון אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א, אב"ד שבט הלוי ירושלים.
און פארלוירן איין איידעם, הגאון רבי ישראל אונגאר ז"ל, פון סקווירא (נפטר געווארן פון די שוויין פלו ה"י, תשנ"ט)

פון די באקאנטע אייניקלעך זענען‏:
הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א, אב"ד סאטמאר לאנדאן, בן בנו הגדול מהר"ח.
הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א, אב"ד קיט"ל סאטמאר מאנסי בן בנו מהרמ"י
הגה"צ רבי שרגא פייביש האגער שליט"א, אדמו"ר מ'קאסוב בארא פארק, איידעם ביי מהר"ח.
הגאון רבי מרדכי זאב וואזנער שליט"א. רב דקהל מחזה אברהם, און ראש ישיבת ישיבה לצעירים סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג , בן בנו מהר"ח

שווער צו זאגן אז די אבידה וועט האבן א תמורה, גאר שוואכע שאנסן פאראויסצוזאגן אויף איינעם אז יענער וועט איבערנעמען זיין פלאץ בהוראה, דינענדיג אלס פוסק פאר אלע שיכטן און קרייזן.

האט אבער איבערגעלאזט ספרים וואס ס'וועט זעכער זיין שפתותיו דובבות
שאלות ותשובות "שבט הלוי" האלט ביי 11 בענדער, און א גאר געלונגענע עקסטערע באנד פון "מפתחות שו"ת שבט הלוי".
ספרי "שבט הלוי על התורה", ביזדערווייל איז נאר דא אויף בראשית.
"חידושי שבט הלוי" - אויף ש"ס.
ספר "תורת הלוי" אויף הלכות סת"ם
ספר "תורת הלוי" אויף הלכות שמיטה
ספר "שיעורי שבט הלוי" אויף הלכות נידה.

איך בין זיכער אז די מכון "מעיינות הלוי" וועט נאר בארייכן דעם עולם התורה מיט צענדליגע ספרים.

בעל מדות » פרייטאג אפריל 3, 2015 1:15 pm

· #264095
קוקט אויס ווי ער איז שוין געווען געהארגעט ביי דיר אין די דרעפט'ס...
א שטארקע לאך אין די הארץ פון דעם גלות איד, וויי צו דעם ספינה פארלירנדיג דעם קברניטה, ברוך אתה השם אלוקינו מלך העולם ברוך דיין האמת!

חאצקעל שניידער » פרייטאג אפריל 3, 2015 2:20 pm

· #264110
ער איז אוועק אין יו״ט?

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 3, 2015 2:21 pm

· #264111
[ציטאט אראפגענומען]

יא אין שכונת שעטוי פארק.

קאוועניק » פרייטאג אפריל 3, 2015 2:31 pm

· #264117
פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי
מיין זיידע ר שלמה איז אזוי אלט ווי רב וואזנער די מעשה איז געווען מיט זיין טאטע ר יוסף בוימגארטען,
רב וואזנער פלעגט אויך לערנען ביי ר׳ יוסף

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 3, 2015 4:19 pm

· #264149
ביי וועלכע אסיפה איז דאס?

כוכב » פרייטאג אפריל 3, 2015 4:53 pm

· #264152
אפרים שטערן.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 5, 2015 9:04 pm

· #264165
סך הכל זעה איך אין דעם בריוו
Kaveshtiebel.com

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:18 am

· #264260
למען ידעו דור אחרון כי עם אשתי ישבתי
IMG_20150406_071625.jpg

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:30 am

· #264263
שעפטל
איך וועל דערמאנען אן אינטערסאנטע עפיזאד, ווען ס'האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן סאטמאר/עדה החרדית מיט בעלזא, איז מסתמה הרב וואזנער געווען דער סאמע איינציגסטער וואס האט נישט אינטערגעשריבן יענע "ובנביאי אל תרעו" צעטיל וואס רובא דרובא רבנים פון יענע דור האבן אינטערגעשריבן


אויף ככר השבת ווערט היינט באריכטעט וועגן א "מכתב התנצלות" וואס רב וואזנער האט געשריבן צום בעלזער ווי ער בעט אים איבער פארן אינטערשרייבן קעגן אים.


כ"ק הגה"צ פאר היחס, דור דור ודורשיו,

כקש"ת מוהר"ר ישכר דוב רוקח שליט"א,

האדמו"ר ואב"ד בעלזא יצ"ו.

אחדשה"ט וש"ת באהבה וכבוד.

ברצוני לברך את כ"ת בברכת שמחת יו"ט וגח"ט. ימלא השי"ת משאלות לבו לטובה.

בהזדמנות זו ברצוני לפייס את כ"ת ואת עדתו הק' על דברים שעברו, כידוע לכבוד מעלתו הק', וגם ידוע שהי' זה שלא ברצוני.

כולנו מצפים להרמת קרן התורה והיראה בלי חוצץ בינינו, ... אך ורק לכבוד ה' ותורתו הקדושה מטרת חיינו.

בכבוד הראוי דוש"ת בלונ"ח

מצפה לרחמי ה'

שמואל הלוי ואזנר

קאוועניק » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:36 am

· #264265
Re: פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הל
קען איינער קלאר מאכען, האט ער אונטערגשריבען, און דערנאך מפייס געווען, אדער ער איז קיינמאל נישט געווען א חותם ?

ידען » מאנטאג אפריל 6, 2015 9:22 am

· #264268
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4478">viewtopic.php?f=42&t=4478</a><!-- l -->

איציק » מאנטאג אפריל 13, 2015 6:05 am

· #265582
.

איציק » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:35 pm

· #265957
.

ישמעאל הכהן » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:40 pm

· #265959
.

א איד » דינסטאג אפריל 14, 2015 3:07 pm

· #265966
שעפטל

און פארלוירן איין איידעם, הגאון רבי ישראל אונגאר ז"ל, פון סקווירא (נפטר געווארן פון די שוויין פלו ה"י, תשנ"ט)


מיינסטו צו זאגו אז ער איז נפטר געווארן תשס"ט

איך אויך » דינסטאג אפריל 14, 2015 10:56 pm

· #266099
וד''ה גייט דא פאר?

יין שרף » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:26 am

· #266164
איך אויך
וד''ה גייט דא פאר?

נופת צופים » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:31 am

· #266184
Re: פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הל
יין שרף
איך אויך
וד''ה גייט דא פאר?

ס'סיריעס ביזנעס דא.

הויזן טראגער » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:42 am

· #266185
Re: פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הל
סהאט אנגעהויבן צו בלאזן א נייע גייסט, מע סקראולט גאנצעטע אשכולות מיט ליידיגע פעידזשעס

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:17 am

· #266194

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 15, 2015 7:51 am

· #266199
די גרעסטע רשעות איז נאך אז מ'האט נישט געלאזט קיין זכר און איך ברעך מיך קאפ זיך צו דערמאנען וואס דא איז געשטאנען.

קורץ און שארף » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:31 pm

· #266256
[ציטאט אראפגענומען]



אפשר האט איינער די גאנצע ארטיקל פונעם טריביון?

כוכב » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:57 pm

· #266294
נפקסה הלכה 😲 .

ל.רוזן » מיטוואך אפריל 15, 2015 6:51 pm

· #266411
Re: פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הל
די ארטיקאל אין טריביון איבער הרב וואזנער ז'ל

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/erdbd1f799x3var/%D7%98%D7%A8%D7%99%D7%91%D7%99%D7%90%D7%9F%20%D7%95%D7%95%D7%90%D7%96%D7%A0%D7%A2%D7%A8.pdf?dl=0">https://www.dropbox.com/s/erdbd1f799x3v ... 8.pdf?dl=0</a>

)קרעטיד א.ו.(

Sent from my LGMS323 Using ForumTouch for Android

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 7:14 pm

· #266835
פארוואס שוואך? ווייל זיי מאכן אים נישט פאר א רשכבה'ג?

א איד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:06 pm

· #266842
Re: פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הל
זיי האבן נישט געשריבן פוסק הדור

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:09 pm

· #266843
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס איז די ווארט "מאמע" און "ע"ה" נישט געהל?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:31 pm

· #266902
The link? עלים לתרופה?

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:54 am

· #266934
📎 rps20150417_005338.jpg

גאנצל » פרייטאג אפריל 17, 2015 11:48 am

· #267044
[ציטאט אראפגענומען]


דער פוסק הדור האט זיך שוואך פארשטאנען מיטן אדמור פון דער איד פארטיי

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 17, 2015 11:57 am

· #267051
א איד
זיי האבן נישט געשריבן פוסק הדור

דער איד ווארפט זיך נישט אזוי מיט טיטלען. ניטאמאל אויף זייער אייגענעם אדמו''ר.

signout » פרייטאג אפריל 17, 2015 3:50 pm

· #267115
ישמעאל הכהן
א איד
זיי האבן נישט געשריבן פוסק הדור

דער איד ווארפט זיך נישט אזוי מיט טיטלען. ניטאמאל אויף זייער אייגענעם אדמו''ר.
ווער גדענקט די טיטול אויף דאמפ אדער ר' ישראל חיים מנשה נאך זיין אינטערווי? נישטו נאך א קהילה וואס בארומט זייער רבי אין איז מקיים דעם יהללוך זר ולא פיך ווי דער איד, קוק וויאזוי זיי באשרייבן זיינע טישן נאך א יו''ט גזמאות מיט טיטלון ווי קינדער

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:02 pm

· #267118
דער איד וואלט געמעגט שרייבן פוסק הדור. די סיבה פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אזוי איז ווייל הרב וואזנער האט זיך נישט אזוי פארשטאנען מיט די פירערשאפט פון יענע פראקציע, ווי @גאנצל שרייבט.
מאמענט פונעם צווייטן זייט איז 'וועי אווער די טאפ', מאכט מיר איבלען.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 17, 2015 4:47 pm

· #267125
פוסק הדור מיינט דער פוסק פונעם דור. ניין?
אויב פארשטייט ער זיך נישט מיט א פראקציע פון טויזענטער אידן איז עס שוין נישט פוסק הדור, כן נראה בדרך צחות, ושמואל הטוב יכפר.

א איד » זונטאג אפריל 19, 2015 3:57 am

· #267286
Re: פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הל
וואס הייסט ער האט זיך נישט אזוי גוט פארשטאנען?
כפי ידיעתי פלעגט ער אלץ גיין צווישן די טראפן, ווען מהרי״י איז געווען אין ארץ ישראל איז ער עם נישט געגאנגען באזוכן? און עס איז נישט געווען אזוינע שיינע שמועסן, ווי צד מהר״א גיט יעצט ארויס?

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 19, 2015 8:14 am

· #267297
א איד
וואס הייסט ער האט זיך נישט אזוי גוט פארשטאנען?
כפי ידיעתי פלעגט ער אלץ גיין צווישן די טראפן, ווען מהרי״י איז געווען אין ארץ ישראל איז ער עם נישט געגאנגען באזוכן? און עס איז נישט געווען אזוינע שיינע שמועסן, ווי צד מהר״א גיט יעצט ארויס?

Listen, ווען ס'איז געשאפן געווארן די צוויי טראפן, מהר"א און מהרי"י, איז שוין רב וואזנער געווען the זאך. אזוי, אז זיין גדלות ווענט זיך גארנישט וועלעכע טראף האט כאילו מער נושא חן געווען ביי אים, אדער וועלעכע טראף זיין גבאי האט געדינט.
ווען מ'זאגט אויף אים "ער איז געגאנגען צווישען די טראפן" מיינט מען די אלע מערכות וואס כלל ישראל בכלל און בני ברק בכלל האבן געהאט אין די לעצטע יובל.

פוסק הדור מיינט אז פון אלע היימישע (אונזער קליינע וועלטעל) מורי הוראות און רבנים, זענען רוב דערפון זיינע מסמכים. אפילו אויב נישט רוב, איז עכ"פ נישטא א צווייטער וואס האט מסמיך געווען אזויפיל ווי אים.

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 19, 2015 8:57 am

· #267303
ישמעאל הכהן
פארוואס שוואך? ווייל זיי מאכן אים נישט פאר א רשכבה'ג?


מסתמה מיינט ער ווייל זיי שרייבן נישט אויף ר' חיים מאיר "הגאון האדיר"

פאר הדור » דינסטאג אפריל 21, 2015 9:23 am

· #268118
אתמול ב"עניינים בצפון" (מרשת "מרכז העניינים") תקפו בחריפות התנהגות של ללא מעט ממשתתפי הלוויה על התנהגותם שגרמה להריגתם של שניים ולפציעתם של אחרים וכן דברים שנעשו נגד פסקיו של הרב וואזנר כמו טהרה לפני הלוויה כשהקבורה לא באותו היום של הפטירה כשהרב וואזנר פסק אחר, וישיבת "שבעה" של בנו בארה"ב לאחר ששמע על פטירת אביו בערב פסח לאחר חצות, נגד פסיקת אביו שאין לשבת שבעה אם שמעו על הפטירה בערב פסח בצהריים.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:48 pm

· #268225
אנא תביא מקורות איפה פסק הרב וואזנער זצ"ל אחרת ממה שהם עשו, תודה רבה.

פאר הדור » מיטוואך אפריל 22, 2015 10:06 am

· #268502
בכתבה הביאו את המקורות בשו"ת "שבט הלוי" עם ציטוטים אך אין לפניי.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 22, 2015 3:28 pm

· #268602
אם אפשר לצטטם פה, תודה.

חאצקעל שניידער » מיטוואך אפריל 22, 2015 7:30 pm

· #268715
פוסק הדור, הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל, בעל שבט הלוי
אפטעמיסט
שעפטל
איך וועל דערמאנען אן אינטערסאנטע עפיזאד, ווען ס'האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן סאטמאר/עדה החרדית מיט בעלזא, איז מסתמה הרב וואזנער געווען דער סאמע איינציגסטער וואס האט נישט אינטערגעשריבן יענע "ובנביאי אל תרעו" צעטיל וואס רובא דרובא רבנים פון יענע דור האבן אינטערגעשריבן


אויף ככר השבת ווערט היינט באריכטעט וועגן א "מכתב התנצלות" וואס רב וואזנער האט געשריבן צום בעלזער ווי ער בעט אים איבער פארן אינטערשרייבן קעגן אים.


כ"ק הגה"צ פאר היחס, דור דור ודורשיו,

כקש"ת מוהר"ר ישכר דוב רוקח שליט"א,

האדמו"ר ואב"ד בעלזא יצ"ו.

אחדשה"ט וש"ת באהבה וכבוד.

ברצוני לברך את כ"ת בברכת שמחת יו"ט וגח"ט. ימלא השי"ת משאלות לבו לטובה.

בהזדמנות זו ברצוני לפייס את כ"ת ואת עדתו הק' על דברים שעברו, כידוע לכבוד מעלתו הק', וגם ידוע שהי' זה שלא ברצוני.

כולנו מצפים להרמת קרן התורה והיראה בלי חוצץ בינינו, ... אך ורק לכבוד ה' ותורתו הקדושה מטרת חיינו.

בכבוד הראוי דוש"ת בלונ"ח

מצפה לרחמי ה'

שמואל הלוי ואזנר
סאיז נישטא קיין דאטום דא ,פון ווען אידעיס?

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 22, 2015 8:06 pm

· #268734
פאר הדור
אתמול ב"עניינים בצפון" (מרשת "מרכז העניינים") תקפו בחריפות התנהגות של ללא מעט ממשתתפי הלוויה על התנהגותם שגרמה להריגתם של שניים ולפציעתם של אחרים וכן דברים שנעשו נגד פסקיו של הרב וואזנר כמו טהרה לפני הלוויה כשהקבורה לא באותו היום של הפטירה כשהרב וואזנר פסק אחר, וישיבת "שבעה" של בנו בארה"ב לאחר ששמע על פטירת אביו בערב פסח לאחר חצות, נגד פסיקת אביו שאין לשבת שבעה אם שמעו על הפטירה בערב פסח בצהריים.

אם כנים הדברים - הה"ד אין שלטון ביום המוות

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2015 9:01 pm

· #268757
ישראל קאפקע
דער איד וואלט געמעגט שרייבן פוסק הדור. די סיבה פארוואס זיי האבן נישט געשריבן אזוי איז ווייל הרב וואזנער האט זיך נישט אזוי פארשטאנען מיט די פירערשאפט פון יענע פראקציע, ווי @גאנצל שרייבט.
מאמענט פונעם צווייטן זייט איז 'וועי אווער די טאפ', מאכט מיר איבלען.

דאס אלעס קומט נאכנישט צו צו די וועג וויאזוי משפחה שרייבט. מיין שאלה איז נאר אויב זיי באקומען באצאלט (מיט דאללערס) פאר דעם ספעציעלן וועג וויאזוי זיי שרייבן... 🙄

פאר הדור » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:37 pm

· #268991
קאווע טרינקער
פאר הדור
אתמול ב"עניינים בצפון" (מרשת "מרכז העניינים") תקפו בחריפות התנהגות של ללא מעט ממשתתפי הלוויה על התנהגותם שגרמה להריגתם של שניים ולפציעתם של אחרים וכן דברים שנעשו נגד פסקיו של הרב וואזנר כמו טהרה לפני הלוויה כשהקבורה לא באותו היום של הפטירה כשהרב וואזנר פסק אחר, וישיבת "שבעה" של בנו בארה"ב לאחר ששמע על פטירת אביו בערב פסח לאחר חצות, נגד פסיקת אביו שאין לשבת שבעה אם שמעו על הפטירה בערב פסח בצהריים.

אם כנים הדברים - הה"ד אין שלטון ביום המוות

לגבי טהרה רק בבית הקברות לאחר מסע הלוויה כשהקבורה אינה באותו היום של הפטירה (ואם באותו היום אז אפשר לעשות את הטהרה לפני מסע הלוויה רק כשיש טורח גדול לציבור) ראו בשו"ת "שבט הלוי" ח"י סימן ר"ז ובחי"א סימן רס"ד.

כמו כן בניגוד למה שספסק לא אמרו בלווייתו את "עקביא בן מהללאל..." ו"ה' נתן ה' לקח..." לפי פסק הרמ"א לגבי לוויה ביום שאין בו תחנון שאין לו בו צידוק הדין אך ב"שו"ת "שבט הלוי" ח"י סימן רמ"ד פסק לומר גם ביום כזה את עקביא בן מהללאל..." ובב"ב לומר גם "ה' נתן וה' לקח...".

לגבי שאין לשבת כלל "שבעה אם שומעים שמועה על פטירה בערב פסח בצהריים ראו שם בח"ו סימן קע"ג. כתוב בכתבה שפסק זה מופיע פעם נוסת אך את המקום השני לא הביאו.

פאר הדור » זונטאג אפריל 26, 2015 3:53 pm

· #269748
הכתבה "תורה נטו" על הרב וואזנר ממוסף "אתנחתא" של "בשבע" בגרסת אתר ערוץ 7 (ישנה גם גרסת סריקה): <a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/296657">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/296657</a>