☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?

השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8580

זורח » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 8:29 pm

· #263917
השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?
לשנה הבאה... באמעריקע?

הערט א מעשה וואס האט פאסירט מיט אפאר צענדליגער יארן צוריק.

ווי מיר ווייסן, איז אונטערן סאוויעטישן רעזשים געווען כמעט אוממעגליך פאר אידן צו פארלאזן די רוסישע ערד, און יעדער וואס האט פרובירט צו דעפעקטירן איז באצייכנט געווארן ווי א פארברעכער. דאך זענען געווען נישט ווייניג אידן וואס האבן געטון אלעס אין דער וועלט כדי צו קענען זיך דורכברעכן דעם שטאלענעם מויער און דערגרייכן די ברעגעס פונעם הייליגן לאנד. דער שרייבער פון די שורות האט שוין אליין אמאל באגעגנט א רוסישן איד וואס אנטיילגענומען אין לאנגע הונגער-סטרייקס אלס בחור, זיצנדיג אין די רוסישע תפיסות פאר'ן חטא פון קעמפן פאר זיין רעכט צו פארן קיין ארץ-ישראל.

צווישן די וואס האבן געוואלט עמיגרירן איז געווען א איד מיט'ן נאמען אנאטאלי שאראנסקי, אדער אויפ'ן אידישן נאמען נתן שאראנסקי, וועמענס הארץ ס'האט געצויגן אויף ארץ-ישראל. זייענדיג א יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן האט ער איינגעגעבן א וויזע צו קענען ארויספארן אויף ארץ-ישראל, אבער זיין פארלאנג איז צוריקגעוויזן געווארן צוליב "זיכערהייט סיבות".

קורץ נאכדעם וואס ער האט חתונה געהאט, האט די רוסישע רעגירונג געגעבן רשות פאר שאראנסקי'ס ווייב צו פארלאזן דאס לאנד (מיט רשות פון איר מאן), איבערלאזנדיג אים אליין אונטער דער אייזערנער פארהאנג, מיט א טיפער בענקשאפט צו זיין משפחה און צום הייליגן לאנד. דורך פארשידענע בלבולים האט מען אים איינגעזעצט אין תפיסה ווי א פאליטישער פארברעכער און כלומר'שטער שפיאן פאר דער אמעריקאנער רעגירונג.

מ'קען זיך פארשטעלן אז דער פיזישער מצב פון שאראנסקי איז געווען אומדערטרעגליך, אבער ס'האט נישט בארירט מיט א האר זיין אנטשלאסנקייט זיך ארויסצוזען פונעם גיהנם און עמיגרירן קיין ארץ-ישראל.

נאך איינעם פון די משפטים וואס ער איז דורכגעגאנגען, הערנדיג די שווערע אורטיילן וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן קעגן אים, האט זיך שאראנסקי אויסגעדרייט צו זיין ברודער און געזאגט הויך בפני כל הקהל ועדה אינעם רוסישן געריכט-זאל:

מיין פאלק איז צעשפרייט געווארן איבער דער גאנצער וועלט במשך צוויי טויזנט יאר, אבער אין יעדן פלאץ זאגן אידן נאכאמאל און נאכאמאל "לשנה הבאה בירושלים!" היינט ווען איך בין ווייטער ווי שטענדיג פון מיין פאלק און פון מיין ווייב, ווען ס'שטייט מיר פאָר לאנגע און שווערע יארן פון תפיסה, וויל איך זאגן פאר מיין פאלק און פאר מיין ווייב: "לשנה הבאה בירושלים! לשנה הבאה בירושלים!"


נאכ'ן אפזיצן ניין יאר אין תפיסה, בשעת די דרויסנדיגע וועלט האט פארלייגט שווערע דיפלאמאטישע דרוק אויף רוסלאנד צוליב דער אומ'יושר'דיגער באהאנדלונג קעגן שאראנסקי, איז ער ענדליך באפרייט געווארן און באקומען די געגארטע ערלויבעניש צו פארן קיין ארץ-ישראל. שאראנסקי האט באשריבן זיין געשיכטע אינעם בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן מיט'ן נאמען "לא אירע רע", און איבערגעלאזט מיט זיין פערזענליכע מעשה א טיפן רושם אין די הערצער פון אידן ארום דער וועלט.

דאס איז די געשיכטע פון איינעם וואס דער זיכרון פון ציון, און דער אייביגער וואונטש פון "לשנה הבאה בירושלים", האט אים אויפגעהאלטן אין די שווערסטע מאמענטן. זיין ביאגראפיע איז פארבליבן אן אייביגע מוטיגונג און חיזוק פאר אלע אידן וואס זענען מפוזר ומפורד בין העמים און בענקען קיין ציון.

***

שאראנסקי איז בלויז א ביישפיל פון איין איד, אבער א סך אידן, אין אלע דורות, האבן געשעפט האפענונג פון די פאר ווערטער וואס מ'זאגט ארויס ביים סדר, אז איבעראיאר וועט מען זיין אין ירושלים. מיר ווארטן און האפן אויף דער גאולה שלימה, ווען מיר וועלן זוכה זיין צו עסן מן הזבחים ומן הפסחים אין ירושלים עיר הקודש, דערווייל איז כאטש דער איינער וואונטש פון "לשנה הבאה בארעא דישראל" א פרט וואס ווענדט זיך אין אונז. פארן קיין ירושלים וואוינען איז בכלל נישט קיין ווייטע זאך אויסצופירן אין אונזער צייט. אויב ווארטן מיר טאקע אויפ'ן בנין בית-המקדש, לאמיר ווייניגסטנס ווייזן אז דאס ווארט ירושלים פארמאגט אן ערנסטן באדייט אין אונזער לעבן.

נישט די בלויזע סלאגאנען פון "לשנה הבאה" האבן דערהאלטן דעם גייסט פון אידן במשך די דורות, נישט דאס בלויזע דרייען זיך ביים סוף פונעם סדר אין א משפחה-רינג, זינגענדיג "לשנה הבאה בירושלים" אין דער טראדיציאנעלער מעלאדיע, נישט די אויסערליכע שעפשען פון די ליפן האבן גערירט די הערצער פון אידן אמאל און היינט, נאר די אויפריכטיגקייט מיט וואס די ווערטער זענען ארויסגעזאגט געווארן, די אמת'דיגקייט פון די אותיות וועלכע האבן גערופן און געקיצלט אין הארצן, דערמאנענדיג אין א ציון וואס איז נישט בלויז א ווייטער אומרעאליסטישער באגריף, נאר א קאנקרעטער ווינקל אויפ'ן כדור-הארץ וואס ווארט און בענקט נאך אירע קינדער, בשעת זיי צאפלען זיך אין יסורים אויף פרעמדער ערד.

אין די פריערדיגע דורות איז נישט געווען אזוי לייכט דורכצומאכן דעם וועג קיין ירושלים, ווייל כל זמן ארץ-ישראל איז נישט געווען געהעריג באוואוינט מיט אידן איז דאס פארן אהין געווען פארבינדן מיט גרויסע ייסורים און שוועריגקייטן. דאך האט דער איד קיינמאל נישט אויפגעגעבן אויף זיין וואונטש "צו זיין איבעראיאר אין ירושלים". היינט צוטאגס ווען מיר זענען אזוי נאנט פון דעם טיפסטן אידישן דורות'דיגן וואונטש, וואס האלט אונז נאך צוריק פון נעמען דעם טריט? קען זיין אז מיר פילן זיך זייער באקוועם אין דעם גלות-אמעריקע, ברוך-השם פאר דעם, אבער איז דאס א סיבה צו פארגעסן אין דער שבועה וואס מיר האבן געגעבן פאר ציון מיט טויזנטער יארן צוריק, אויסרופנדיג מיט א בלוטיגן הארץ "אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני"? אויף מאמע-לשון הייסט דאס, "אויב כ'וועל דיך פארגעסן ירושלים, זאל מיין רעכטע האנט פארגעסן ווערן".

פארשטייט זיך אז יעדער מענטש האט זיך זיינע פריוואטע חשבונות, נישט יעדער האט די מעגליכקייט איבערצולאזן אלעס און זיך אריבערפעקלען מיט דער משפחה צום ארץ ציון וירושלים, אבער אפילו אויב מ'קען עס טאקע נישט אויספירן מאמענטאל, איז דאך נישט מעגליך אז מ'זאל בכלל נישט באמערקן אז אן אינערליך קול רופט אהין, קיין מזרח. דער איד וואס נעמט בכלל נישט אין באטראכט די מעגליכקייט פון גיין וואוינען קיין ארץ-ישראל ווי נאר ס'וועט אים מעגליך זיין דאס אויסצופירן, ווייל די באקוועמליכקייט פונעם גלות (ווי ס'איז אין דער יעצטיגער רגע!) איז אים ליבער פון אלעמען, דער איז גאנץ זיכער עובר אויף דער נאציאנאלער שבועה וואס דאס אידישע פאלק האט אויסגעדרוקט אין די ווערטער פון דוד המלך, קיינמאל קיינמאל נישט צו פארגעסן אין דער שטאט ירושלים.

לאמיר ווידער אויפהייבן אונזער רעכטע האנט, אט די האנט וואס מיר האבן גענומען אלץ עָרֵב, און ווידער ארויסזאגן אונזער שבועה אז מיר וועלן אין ציון נישט פארגעסן. ווען מיר גייען צו היי-יאר צום סדר לאמיר ווייזן פאר אונזערע קינדער אז מיר זענען נישט קיין היפאקריטן, מיר זאגן נישט די ווערטער פון דער הגדה בלויז ווייל ס'שטייט אזוי געשריבן אינעם ספר, און ווען מיר רופן אויס "לשנה הבאה בארעא דישראל" זאלן אונזערע קינדער פילן אז מיר פארשטייען און פארנעמען דעם פולן געוויכט פון די ווערטער און מיר שטייען אונטער דעם. איר פילט אז איר זענט נישט ביכולת צו זיין אויפריכטיג מיט וואס איר זאגט? נישט קיין פראבלעם, נאר למען השם לאזט אויס די פאר שורות פון דער הגדה. ס'איז אלץ בעסער ווי צו דעמאנסטרירן פאר דער משפחה אין דער הייליגסטער נאכט פונעם יאר אז אידישקייט איז א סעט פון טויטע לאזונגען וואס מיינען חלילה גארנישט.

נאכאמאל, יעדער מענטש האט זיך זיינע אומשטענדן אין לעבן, און נאר ווייניג מענטשן זענען טאקע ביכולת צו פארן אויף דער מינוט, אדער אזוי דאכט זיך על כל פנים, אבער דאס איז שוין אן ענין וואס געהערט צום באשעפער. וואס מיר דארפן וויסן איז נאר דאס, אז ווייניגסטנס זאל אונזער פלאן ליגן ערגעץ אויפ'ן געוויסן, מיר זאלן פארשטיין אז ס'איז א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה, מ'קען עס נישט איגנארירן, און אז דאס נאבעלע ווארט "ציון" טאר קיינמאל נישט ארויספאלן פון אונזערע ליפן.  

ירושלים מוז אריינקומען אין אונזערע שמועסן, ווען מיר זאגן ארויס דאס ווארט פון מויל מוז מען דערקענען דאס הייליגע פייער אין אונזערע אויגן. ווען מ'לייגט די קינדער שלאפן ביינאכט מעג מען זיי דערציילן איבער שרה'לעך מיט שלמה'לעך וואס האבן געגלוסט צו פארן קיין ארץ-ישראל, און זיי האבן געשוויצט צו דערגרייכן זייער באגער, ביז זיי האבן נאך לאנגע פארצויגענע מיטלען דערפילט זייער חלום. מ'דארף נישט מורא האבן אז די קינדער וועלן עס אננעמען צו בוכשטעבליך, ווייל דאס איז דאך דער ציל פון חינוך. נאר דעמאלט, ווען די קינדער וועלן זען ווי קאנקרעט און ממשות'דיג אונזער בענקשאפט איז, וועלן מיר קענען אויסרופן מיט אן אמת פסח ביינאכט: "השתא הכא, לשנה הבאה בארעא דישראל!"
📎 FB_IMG_1428021419206.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:02 pm

· #263922
לשנה הבאה בארעא דישראל איז נאר מיט א תנאי אויב לשנה הבאה איז בני חורין. און נאר אויף אזא אופן בעט מען לשנה הבאה בירושלים. פסח איז א זמן וואס מען בעט אויף פרייהייט, נישט וואס מען רעדט פון מצוות ישוב א"י.

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:34 pm

· #263934
ווער עס האלט נישט ביים זיך ציען קיין ישראל קען למען השם רואיג זאגן לשנה הבא בארעא דישראל. איך נעם עס אויף מיין אחריות!

פליקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:49 pm

· #263939
איך נעם עס זייער פערסענעל, לשנה הבאה עניווער אבי נישט אין וויליאמסבורג.
מיר קענען זיך נישט ארויס זעין פין וויליאמסבורג אפילו מיר וואוינען אין מויזן לעכער, און אין נאז לעכער, וואס איז משיח'ס פלאן פאר אינז, מיר לייזען זיך נישט אליינס אויס אפילו אלע אפציעס זענען דא פאר אינז, עס גייט אינז גארנישט אן.
וויי איז אינז, לשנה הבאה זעמער ווייטער דא אין דעים געשאלטענעם שטאט.
השתא עבדי פון אינזערע לענדלאר'ס
לשנה הבאה וועמער זיין מער אינדער ערד וויי איז אינז וויי איז אינזערע קינדער, נישטא קיין האפענינג.

איך קלער אז מען ברויך זאגען הא לחמא עניא בניגון איכה

פלאוויוס » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:24 pm

· #263951
גאנץ שיין @זורח. א ריכטיגער געדאנק לכאורה.

שמעקעדיג
לשנה הבאה בארעא דישראל איז נאר מיט א תנאי אויב לשנה הבאה איז בני חורין. און נאר אויף אזא אופן בעט מען לשנה הבאה בירושלים. פסח איז א זמן וואס מען בעט אויף פרייהייט, נישט וואס מען רעדט פון מצוות ישוב א"י.


פסח בעט מען אויף פרייהייט, אבער אויך אויף נאך זאכן. מ'בעט אויף שיבת הקרבנות (ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים), מ'בעט אויף שיבת ציון (לשנה הבאה בירושלים), און אויף נאך זאכן וואס האבן א שייכות מיט די פארשידענע שטאפלען פון גאולה. ווען מ'בעט אויף "רפאנו" און "ברך עלינו" מאכט מען א תנאי אז מ'וויל האבן איינס נאר אויב ס'קומט אויך דאס צווייטע?... פשטות זעט נישט אויס אזוי. איך בין אבער מסכים מיט דיר אז אזוי פארשטייט מען עס לכאורה צווישן היימישע אידן אין ניו יארק.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:35 pm

· #263955
צו וואס פארדרייען די ווערטער פון די בעל הגדה?
לשנה הבאה בארעא דישראל מיינט (אלע יארן) אז מיר האפן אויף אז די באשעפער וועט אונז אויסלייזן, אונז שיקן משיח און אונז ארויפפירן צום הייליגן לאנד.

במשך אונזער צוויי טויזנט יאר אין גלות האט עס נישט געמיינט אז מיר האבן אין פלאן ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל אין דעם קומענדיגן יאר, זיך אריבער ציען אדער מאכן עליה למדינת ישראל פאר ביאת המשיח.


אנשטאט אונז (און אונזערע עלטערן און גדולים) אנרופן היפאקריטן, זייט מוחל כאפט א בליק אין שפיגל.
א נייעם עיקר האסטו אונז אריינגעפעלשט אין אונזער אמונה. א נייעם נאציאנאלן העלד האסטו אונז אויסגעטראפן, איינער וואס גייט אין א בלויזן קאפ, גלייבט נישט אין גאט, און היט נישט רוב פון די תרי"ג מצוות. פון זיין נאציאנאליסטישן סטראגל ברענגסטו א ביישפיל פאר אונז, אונז צו מאכן שפירן גילטי מיט דיינע פארדרייען הלכות און פריאריטעטן כאילו מיר און אונזערע עלטערן זענען נישט געווען קיין געטרייע אידן וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונזער אמונה און תרי"ג מצוות.

עס איז טראגי-קאמיש צו רעדן פון 'נאציאנאלע שבועות' מיטן ביישפיל פון איינעם וואס לייגט נישט קיין געוויכט אויף די תרי"ג מצוות און די עשרת הדברות וואס מיר האבן אנגענומען ביים הר סיני.

(איך בין נישט אויסן דא אראפצורייסן נתן שאראנסקי, אין בין נישט אינטערעסירט אדער אין א פאזיציע צו דזשאדזשן אידן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן מיט א גענצליך אומרעליגיעזע ערציאונג אין אן אנטי-רעליגיע סביבה. נאר אז דו האסט די חוצפה אראפצורעדן צו כלל ישראל און און אונז אנרופן היפאקריטן, פארשלאגן אז מיר זאלן אויסלאזן 'סלאגאנען' פונעם הגדה, און טראדיציאנאלע לידער, ווייל עס שטימט נישט מיט דיין געפעלשטע לאזונג איז אין פלאץ קלאר צו מאכן וואס דו פראבירסט אונז צו פארקויפן).

איר פילט אז איר דארפט אויפקלערן כלל ישראל איבער דעם מצווה פון ישוב ארץ ישראל? נישט קיין פראבלעם (כאטש פארוואס די מצווה איז גילטיג נאר (אדער דווקא) אין די געביטן איז מיר נאכנישט גענצליך פארשטענדליך), נאר למען השם לאזט אויס די הגדה פון אייערע שורות, און לאזט אנאטאלי רוען דארט אין זיינע קרייזן וואו ער שפירט זיך באקוועם. פארדרייט נישט די פשט אין די פשוטע ווערטער פונעם בעל הגדה צו דעמאנסטרירן די אזויגעשטויגענע היפאקריטיע פון דעם אידישן פאלק דורכאויס אונזערע יארן אין גלות. האלט פון שאראנסקי וויפיל איר ווילט, נאר נעמט אים נישט קיין ביישפיל פאר שומרי תורה ומצוות, אלץ מיטן ציל צו דעמאנסטרירן אז אידישקייט איז א סעט פון הייסע נאציאנאליסטישע לאזונגען בשעת וואס אנדערע מצוות עשה דאורייתא זענען צווייט-ראנקיג.

מאטי » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:04 pm

· #263964
העי ישראל, רילעקס... ס'איז דא גענוג און נאך שיטות וואס האלטן אז ביאת המשיח דארף קומען פון אינעווייניג, אידן דארפן פשוט מחליט זיין ארויסצוגיין פון גלות.

פאר אן אנהייב, פון הרב צבי הירש קאלישער ז"ל האט איר שוין געהערט? א תלמיד פון ר' עקיבא איגר געוועזן.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:12 pm

· #263969
מאטי
העי ישראל, רילעקס... ס'איז דא גענוג און נאך שיטות וואס האלטן אז ביאת המשיח דארף קומען פון אינעווייניג, אידן דארפן פשוט מחליט זיין ארויסצוגיין פון גלות.

פאר אן אנהייב, פון הרב צבי הירש קאלישער ז"ל האט איר שוין געהערט? א תלמיד פון ר' עקיבא איגר געוועזן.

יא, איך האב שוין ברוך השם גראדואירט ערשטע קלאס.

דאס איז נישט מיין ביין דא. עס שטערט מיר דאס פארדרייען פשוט פשט אין דאס וואס אידן האבן געזאגט פסח ביים סדר אלע יארן אין גלות, און בעיקר נוצן דעם פארדרייטן פשט אפמאלן די אלע זאגער'ס אלס היפאקריטן.
דאס זעלבע מיטן נוצן נתן שאראנסקי און אונזערע 'שבועות און פארפליכטונגען' אלס אידן.

מאטי » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:18 pm

· #263972
נו איך פארשטיי נישט וואס דיר באדערט דא, לויט די שיטות וואס האלטן אז גאולה קומט פון אינעווייניג איז טאקע פשט אין הגדה "לשנה הבאה בירושלים" אז כלל ישראל גייט נתעורר ווערן נאטורלעך צו פארלאזן דעם גלות.

וליתר שאת ליגט דאך דער אשכול אין העמק דבר וואס האט שוין געשלינגען פיל קאנטראווערסיאלע נושאים וואס האט דיר נישט ארויסגעקומען פון די כלים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:22 pm

· #263976
יין שרף
ווער עס האלט נישט ביים זיך ציען קיין ישראל קען למען השם רואיג זאגן לשנה הבא בארעא דישראל. איך נעם עס אויף מיין אחריות!

יין שרף: ער בעט און האפט אז משיח זאלל נישט קומען איידער זיין הערליכער פאלאץ אין בארא פארק אדער מאנסי ווערט פארטיג און ער מופט אריין...!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:27 pm

· #263980
מאטי
נו איך פארשטיי נישט וואס דיר באדערט דא, לויט די שיטות וואס האלטן אז גאולה קומט פון אינעווייניג איז טאקע פשט אין הגדה "לשנה הבאה בירושלים" אז כלל ישראל גייט נתעורר ווערן נאטורלעך צו פארלאזן דעם גלות.

וליתר שאת ליגט דאך דער אשכול אין העמק דבר וואס האט שוין געשלינגען פיל קאנטראווערסיאלע נושאים וואס האט דיר נישט ארויסגעקומען פון די כלים.

זעסט דאך וואס מיר שטערט, איך שרייב עס דאך קלאר ארויס.

די וואס האבן אזוי געהאלטן האבן טאקע געפאקט פעק אדער אגיטירט פאר עליה, ס'איבריגע האבן געלערנט אנדערש פשט און זיך געפירט אין איינקלאנג דערמיט. און ס'איז א חוצפה צו באשולדיגן זיי אין היפאקריטווע.

אויך זע איך נישט אז העמק דבר אשכולות זענען אן קאמענטארן, יעדער קאמאנטירט ווי ער פארשטייט און וואס אים שטערט, כאטש עס זענען דא אנדער וואס טיילן נישט מיט זיינע מיינונגען און שוועריגקייטן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:31 pm

· #263982
ישראל קאפקע: איך בין מסכים מיט דיר 100% אז אנאטאלי/נתן שאראנסקי איז נישט קיין גוטער ביישפיל פאר די וועלכע שטרעבן עולה צו זיין קיין ארץ ישראל. ווייל א מענטש וועלכער האט נישט קיין טראפ אמונה אין בורא עולם און איז בכלל נישט אינטרעסירט מקיים צו זיין תורה ומצוות, טראצדעם וואס זיין ווייב איז אן ערליכע אידישע פרוי און איז מקיים אלע מצוות שבתורה. זיין עליה קיין ארץ ישראל קען פאר אונז בשום אופן נישט דינען אלס מוסטער אדער שטרעבונג. ווייל א גוי קענמען זיין בעסער אין רוסלאנד. און ער זאגט זיכער נישט די הגדה של פסח מיט די כוונות וואס אונז ערליכע אידן זאגן דאס...!

בר-כוכבא » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:29 am

· #264000
Re: השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?
מענין שלא באותו ענין: וואס איז דער טייטש פונעם ווארט ״געביטן״, אויף וואס קאפקא איז סטאק געבליבן? (א משפחה מיטגליד מיט ״זידלונגען״?)

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:35 am

· #264003
בר-כוכבא
מענין שלא באותו ענין: וואס איז דער טייטש פונעם ווארט ״געביטן״, אויף וואס קאפקא איז סטאק געבליבן? (א משפחה מיטגליד מיט ״זידלונגען״?)

געביטן איז טייטש טעריטאריע און מיינט די טעריטאריע וואס מדינת ישראל האט איינגענומען אין די זעקס טאגיגע קריג.
זידלונגען זענען די התנחלויות וואס זענען געבויט געווארן אין די געביטן.

זורח » פרייטאג אפריל 3, 2015 7:39 am

· #264024
ישראל לויט אסאך ראשונים איז דע נוסח פון הא לחמא עניא נתקן געווארן אין בבל, צו איז עס געווען נאך פאר די סוף פון די 70 יאר ווען מ'האט נישט געקענט ארויפגיין דערפאר האט מען געדאווענט דערויף, צו איז עס געווען שפעטער (על כל פנים האט מען עס זיכער ווייטער געזאגט דעמאלטס) ווען מ'האט יא געקענט אבער מ'האט נישט געוואלט ארויפגיין כידוע מחז"ל אם עליתם כחומה וכו'.

די בני בבל זענען טאקע יא געווען היפאקריטס, דאס זענען נישו מיינע ווערטער נאר ווערטער פון חז"ל, עט ליעסט האבן זיי דאס פארשטאנען און מתפלל געווען אז זיי זאלן מער נישט זיין קיין היפאקריטס, אז מ'טראכט פון פאקטן זעהט מען קלאר אז דאס איז די ארגעניעאלע פשט און כלל נישט פארדרייט.

די מעשה מיט נתן שאראנסקי איז די משל נישט די נמשל, אנשטאט נוצן א באורינג משל פון א קעניג וואס א געהאט א פאלאץ מיט א בן יחיד, נוצן מיר אן עכטע פאסירונג מיט מיינונג כדי לשבר את האוזן.

ולהוי ידוע אז מיר זענען אויך נישט מקיים רוב תרי"ג מצות בזמן הזה!

אסאך מצות זענען נישט אין עפעקט היינט צוטאגס ווייל עס איז נישט "רוב ישראל שרויין על אדמתן" שולדיג דערין זענען איך, די, אלע יודן וואס וואוינען נאכנישט אין ארץ ישראל, איעדער יוד וואס וואוינט אין חוץ לארץ איז נישט נאר א חלק פון די גרעסטע חילול השם וואס איז פארהאן כמבואר ביחזקאל פרק כ', איז מעכב די גאולה, נאר אויך מעכב קיום המצות, מיר בעטן ותחזינה עינינו בשובך לציון אבער מיר האלטן נישט ביים ארויפגיין, היש לך היפאקריט גדול מזה? פרעגט ר' יהודה הלוי

אפילו ביים סדר זענען מיר נישט מקיים רוב מצות (פסח וכל המסתעף ומרור).

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:40 am

· #264295
א פרישע מעשה
אינז דארפען זיך פארענטפערען, אינז זעמיר די כופרים און ביאת המשיח אינז האבן פיינט א"י?
דאגעגן די אוכלי הארנבת והשפנים השרויים על אדמת קודש זיי זענען דעי וואס משיח גייט זיי אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס און זאגן עטס האטס מיר ציגעאלט, כ'האב שוין נישט געקענט ציקיקען ענקערע ליבשאפט און בענקשאפט צו א"י כ'האב מיר געמיזט מגלה זיין....

@זורח טאמער דיר פארשמעקט בעסער די ישראלישע פאטעיטא בארעקאס הייב דיך אויף נעם מיט וועם די ווילסט און יאג אפ,
אונז האבן נאך אזוי ליב א"י ווי דיר, איך בעט נאך יעדן טאג ולירשלים עירך ברחמים תשוב איך ווארט יעדען טאג מען זאל מיר אהין טראגן על כנפי נשרים אפלאזען דעם טריפענעם ארץ העמים, אבער meanwhile בלייב איך דא מיט מיין בענקשאפט ציזאמען מיט אחינו בית ישראל בגולה
אז די האסט ליב שיינע ווייסע שטיינערדיגע הייזער (אדער בעסער געזאגט די האסט ליב עצמאות...... ) האבן מיר שוין געשמיסט הייב דיך אויף און יאג, אבער שטייטזיך מאך מיר נישט דעם כופר און פרוביר זיך נישט איינרעדן אז די ביזט די אמת'ע מאמין.

זורח » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:08 pm

· #264357
ח"ו מיר האבן קיינעם נישט באשולדיגט מיט זיין כופרים אדער סיי וואס, נאר מיר זאגן בסך הכל קלאר דעם דבר ה'.

מיר אפעלירן נישט דא לכתחילה צו קיין שוואכע יודן נאר צו יודן יראים ושלמים שומרי תורה ומצוות, וואס זאלן גארן זיך צו באזעצן אין הייליג לאנד פונקט ווי צדיקים במשך אלע דורות האבן געגארט דערצו.

וועלכע פסוק אדער חז"ל מאכט דיר ווארטן אויף כנפי נשרים? און פונקטליך וואס מיינט עס?

איז ישוב ארץ ישראל א מצוה וואס איז שקול כנגד כל המצות אדער נישט?

פארוואס שרייבן חז"ל זייער שארף אויף די יושבי בבל. אז זיי האבן מעכב געווען די גאולה, ווייל זיי זענען נישט ארויף צוזאמען מיט די אוכלי ארנבת וכו' בימי עזרא, אמער האבן זיי דען נישט געדאווענט ולירושלים עירך וכו'?

איז די ברכה פון רפאינו אדער ברך עלינו אויך אזא מין ברכה וואס מען דאווענט און דערנאך זעצט מען זיך אוועק אויפן דיוואן מיט די שטעק שיך צו ווארטן אויף א רפואה מן שמים אדער פרנסה מן שמים? צו מען טוט ביידע סיי בעטן און סיי טוען.

פלאוויוס » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:32 pm

· #264378
@פלעין יודיש:

מיטן פולסטן רעספעקט צו דיין מיינונג אז יישוב ארץ-ישראל איז נישט נוגע בזמננו (מקור?), בין איך נישט מסכים מיט דיין אויסברוך קעגן אפיקורסים וכו' וכו'. נתן שרנסקי איז נישט קיין פרומער איד, אבער ער איז א איד. אויב ער פילט אז ארץ-ישראל פארבינדט אים מיט זיינע אידישע ווארצלען איז עס אפשר נישט גענוג, אבער ס'איז יעדנפאלס נישט קיין פוסטע זאך. ווען איך זע א סעקולערער איד וואס עסט נאר כשר וועל איך נישט זאגן "ס'איז גארנישט ווערט", נאר איך וועל אים ארויסהייבן פאר זיין מינימאלן קשר וואס ער האלט אויף מיט אידישקייט. ארץ-ישראל איז היינט דער שטערקסטער צוציאונגס-קראפט וואס פארבינדט אידן איבער דער וועלט מיט אונזערע ווארצלען. איך זע בכלל נישט וויאזוי דער פרט קען פארדאמט ווערן.

איך ווייס נישט צי זורח האט געדארפט ניצן אזא ביישפיל ביים רעדן פון יישוב ארץ-ישראל בזמננו, אבער לאחר המעשה האבן זיי דוקא גענומען א געלונגענעם משל, וויבאלד ווען מ'וויל ארויסברענגען א שוואכקייט וואס פרומע אידן האבן איז נישטא קיין שטערקערע זאך ווי צוצוברענגען אן עקסטרעמען פאראלעל פון נישט-פרומע אידן. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, "היתכן אז דו אלס פרומער איד פילסט נישט דעם קשר צו אזא שטארקן אידישן ענין וואס אפילו דער ווייטער איד פילט."

פארשטייט זיך אז דו קענסט דא ווידער קומען מיט דיין קעגנערשאפט צו דעם גאנצן ארץ-ישראל ענין, אבער דאס האט נישט צוטון מיט שרנסקי, מיט עצמאות, אדער מיט שטיינערנע הייזער, נאר דאס איז אבסאלוט אן ענין פון געפיל. ליינענדיג דיינע ווערטער האב איך נישט געזען אזוי ווייט א לאגישע רעאקציע צו זורח, נאר ענדערש אן אפשטויס און מיגל פון ארץ-ישראל (וויאזוי דען זאל זיך ערקלערן דער זלזול קעגן די שטיינערנע הייזער?) קנאות קען זיין א ליבליכע זאך, אבער נאר ווען ס'איז באגרעניצט צו אידעאלאגיע. ארויסצואווייזן פיינטשאפט/זלזול קעגן קאנקרעטע אספעקטן פונעם אידישן לעבן על אדמת הקודש, וואס האבן ניטאמאל א דירעקטע שייכות מיט מיט כפירה בכל אופן שהוא, איז נישט קיין קנאות, נאר אן אפשיי פונעם דארטיגן מציאות.

דו פארגלעטסט דיינע געפילן מיט דעם וואס "דו דאוונסט יעדן טאג פאר'ן עתיד פון ארץ-ישראל" אבער דאס מיינט ביי דיר עפעס א מיסטישער באגריף וואס האט גארנישט מיט דעם קאנקרעטן און ממשות'דיגן ווינקל וואס געפינט זיך אויף דער מאפע ביים ברעג פונעם ים-התיכון. געלויבט גאט וואס איך טייל מיך נישט מיט דיין געפיל, נאר דאס הארץ רייסט מיך צו די שטיינערנע הייזער מיט די קאלטע באלאטעס, די פאטעיטא בארעקעס און די פיתה-פלפל (נישט אום פסח גערעדט), וויבאלד נאך אלעמען זענען זיי אלע א טייל פונעם ממשות'דיגן ארץ-ישראל.

זורח » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:42 pm

· #264380
ס'איז כדי צוצוברענגן די הייליגע ווערטער פונעם רמב"ם ווי ער שרייבט אויף די וואס האבן די פאלשע איינרעדעניש פון ווארטען אויף זייערע פלעצער אין גלות
"אלה שמפתים עצמם ואומרים שיעמדו במקומם עד שיבוא מלך המשיח לארץ־המערב ואז יהי׳ יוצאים והולכים לירושלים עוברים הם ומחטיאים זולתם" — די יעניגע וואס רעדען זיך אז זיי דארפען נישט פארען פריער קיין ארץ־־ישראל נאר זאגען אז זיי וועלען שטיין אויף זייער פלאץ ביז דער מלך המשיח וועט קומען צו גיין אין דעם מערב־לאנד זיי אויסלייזען און ערשט דעמאלטס וועלען זיי גיין קיין ירושלים, זענען אליין עובר און מאכען אויך אנדערע זינדיגען. (רמב״ם מאמר קדוש־השם)

אט זענען די ווערטער פונעם הייליגען רבי נחמן ברעסלאווער וואס האט אמאל גערעדט מיט גרויס דבקות וועגן א״י, און געזאגט צו זיינע תלמידים, אז מען זאל זעהן צו מאכען די גרעסטע אנשטרענגונגען, און דורכברעכען די שטארקסטע אבני־נגף שטרויכעל שטיינער אין וועג, אבי צוצוקומען קיין א״י, באמערקענדיג ווי די תלמידים זוכען רמזים אין דעם וואס ער האט געזאגט, האט ער זיך אויסגעדריקט: "איך מיין פשוט ארץ־ישראל אהן קיין שום רמזים, נישט ארץ־ישראל של מעלה נאר ארץ־ישראל של מטה" איך האב אינזינען דאס איינפאכע א״י מיט איהרע הייזער, פעלדער און גערטנער. (שיחות הר״ן)

ווי אויך איז גאר שטארק כדי צוצוברענגן די טיפע ווערטער פון רבי אברהם אזולאי זצל (א תלמיד פון רבי חיים ויטאל מצפת עלטער זיידע פון מרן החיד"א) וואס שרייבט אין זיין ספר "חסד לאברהם" די קומענדע רייד:
"כל הדר בארץ ישראל נקרא צדיק, הגם שהוא אינו כפי הנראה לעיניים, כי אם לא היה צדיק, היתה הארץ מקיאו, כמו שכתוב ותקיא הארץ את יושביה , וכיוון שהארץ אינה מקיאו, בהכרח הוא שנקרא צדיק ואף שהוא בחזקת רשע"
(חסד לאברהם, מעין שלישי, עין הארץ, נהר יב).

ענליך צו דעם ווערט געברענגט אין ספר טוב הארץ:
אז מען וואוינט אין ארץ־ישראל איז מען נישט בחזקת רשע
יעדער אידישער מענטש וואס האט געמאכט ארץ־ישראל אלץ זיין וואוין־ארט, איז אין דער בחינה פון א צדיק, ווייל אויב ער וואלט נישט געווען אין דער מדרגה פון א צדיק, וואלט איהם דאס לאנד נישט קולט געווען. א באווייז דערויף איז וואס ארץ־ישראל ווערט אנגערופען ״שער־השמים״ דאס הימלישע טויער און אין וועלכע די ראשי־תיבות פון די לעצטע ווערטער זה השער לה' צ'דיקים י'בואו ב'ו זענען: ״צבי״, דאס איז א רמז, אז דער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל איז א צדיק. (טוב־הארץ)

מען קען אריינגיין אין א אריכות'דיגע שמועס פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער כאטש אויף אזויפיל אז דער תנא רבי מאיר'ס בין כך ובין כך קרואין בנים איז גאר שטארק יא געזאגט געווארן אויף די שוואכערע אין ארץ הקודש, אסאך מער ווי די שוואכערע אין חוץ לארץ, דער גרעסטער ראיה פאר דעם איז א פשוטער עפיזאד און אונזער הייליגער תורה ווען עם ישראל איז געראטעוועט געווארן נאר אין דער זכות פון ירבעם בן יואש. כאטש אז ירבעם בן יואש איז געווען זייער א זינדיגער קעניג ווי די פסוק זאגט: וַיעַש הָרַע בְעֵינֵי ה' לֹא סָר מִכל חַטאות יָרָבְעָם בֶן נְבָט אֲשֶר הֶחֱטִיא אֶת-יִשרָאֵל פונדעסטוועגן דאך איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן נאר אין זיין זכות: כּי רָאה ה' אֶת עֳנִי יִשְרָאֵל מֹרֶה מְאֹד וְאֶפֶס עָצור וְאֶפֶס עָזוב וְאֵין עֹזֵר לְיִשְרָאֵל, וְלֹא דִבֶר ה' לִמְחות אֶת שֵם יִשְרָאֵל מִתחַת הַשָמָיִם, וַיושִיעֵם בְיַד יָרָבְעָם בן-יואש, דאס אלץ נאר ווייל ער האט פארשפרייט די גרעניצן פון ארץ-ישראל ווי דער פסוק זאגט: הוא הֵשיב אֶת גְבול יִשְרָאֵל מִלְבוא חֲמָת עַד יָם הָעֲרָבָה, כדְבַר ה' אֱלֹקֵי יִשְרָאֵל אֲשר דבֶר בְיַד עַבְדו יונָה בֶן אֲמִתַי הַנָבִיא אֲשֶר מִגַת הַחֵפֶר, (מלכים ב יד כה-כז)

פלעין יודיש » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:48 pm

· #264381
פלאוויוס
@פלעין יודיש:

מיטן פולסטן רעספעקט צו דיין מיינונג אז יישוב ארץ-ישראל איז נישט נוגע בזמננו (מקור?), בין איך נישט מסכים מיט דיין אויסברוך קעגן אפיקורסים וכו' וכו'. נתן שרנסקי איז נישט קיין פרומער איד, אבער ער איז א איד. אויב ער פילט אז ארץ-ישראל פארבינדט אים מיט זיינע אידישע ווארצלען איז עס אפשר נישט גענוג, אבער ס'איז יעדנפאלס נישט קיין פוסטע זאך. ווען איך זע א סעקולערער איד וואס עסט נאר כשר וועל איך נישט זאגן "ס'איז גארנישט ווערט", נאר איך וועל אים ארויסהייבן פאר זיין מינימאלן קשר וואס ער האלט אויף מיט אידישקייט. ארץ-ישראל איז היינט דער שטערקסטער צוציאונגס-קראפט וואס פארבינדט אידן איבער דער וועלט מיט אונזערע ווארצלען. איך זע בכלל נישט וויאזוי דער פרט קען פארדאמט ווערן.

איך ווייס נישט צי זורח האט געדארפט ניצן אזא ביישפיל ביים רעדן פון יישוב ארץ-ישראל בזמננו, אבער לאחר המעשה האבן זיי דוקא גענומען א געלונגענעם משל, וויבאלד ווען מ'וויל ארויסברענגען א שוואכקייט וואס פרומע אידן האבן איז נישטא קיין שטערקערע זאך ווי צוצוברענגען אן עקסטרעמען פאראלעל פון נישט-פרומע אידן. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, "היתכן אז דו אלס פרומער איד פילסט נישט דעם קשר צו אזא שטארקן אידישן ענין וואס אפילו דער ווייטער איד פילט."

פארשטייט זיך אז דו קענסט דא ווידער קומען מיט דיין קעגנערשאפט צו דעם גאנצן ארץ-ישראל ענין, אבער דאס האט נישט צוטון מיט שרנסקי, מיט עצמאות, אדער מיט שטיינערנע הייזער, נאר דאס איז אבסאלוט אן ענין פון געפיל. ליינענדיג דיינע ווערטער האב איך נישט געזען אזוי ווייט א לאגישע רעאקציע צו זורח, נאר ענדערש אן אפשטויס און מיגל פון ארץ-ישראל (וויאזוי דען זאל זיך ערקלערן דער זלזול קעגן די שטיינערנע הייזער?) קנאות קען זיין א ליבליכע זאך, אבער נאר ווען ס'איז באגרעניצט צו אידעאלאגיע. ארויסצואווייזן פיינטשאפט/זלזול קעגן קאנקרעטע אספעקטן פונעם אידישן לעבן על אדמת הקודש, וואס האבן ניטאמאל א דירעקטע שייכות מיט מיט כפירה בכל אופן שהוא, איז נישט קיין קנאות, נאר אן אפשיי פונעם דארטיגן מציאות.

דו פארגלעטסט דיינע געפילן מיט דעם וואס "דו דאוונסט יעדן טאג פאר'ן עתיד פון ארץ-ישראל" אבער דאס מיינט ביי דיר עפעס א מיסטישער באגריף וואס האט גארנישט מיט דעם קאנקרעטן און ממשות'דיגן ווינקל וואס געפינט זיך אויף דער מאפע ביים ברעג פונעם ים-התיכון. געלויבט גאט וואס איך טייל מיך נישט מיט דיין געפיל, נאר דאס הארץ רייסט מיך צו די שטיינערנע הייזער מיט די קאלטע באלאטעס, די פאטעיטא בארעקעס און די פיתה-פלפל (נישט אום פסח גערעדט), וויבאלד נאך אלעמען זענען זיי אלע א טייל פונעם ממשות'דיגן ארץ-ישראל.

דעי חלק האט מיט יודישקייט קיין שייכות
ווען די יודישע מדינה זאל ווען זיין אין אגאנדע וואלט שארינסקי'ס הארץ ווי איך זורח מיט זיין גאנצע וועבזייטעל געווען דארט
דאגעגן מיין הארץ בענקט און ווארט אויפן מינוט ווען מ'זאל מיר פירען קיין ירושלים ואלך אתכם קוממיות

זורח בין איך ניטאמאל אינערסירט צו ענטפערן פונקט ווי איך גיי מיר ניטאמאל טענה'ן מיט א מזרחי,
זיינע לאנגע מאמרים איז ביי מיר בכלל נישט קיין חידוש אזוי האבן שוין די אוהבי ציון און די מדינה אויפשטעלערס גערעד פאר הונדערט יאר צוריק, איך זעה נישט קיין שום נייע וועג אנדערש ווי זיי וואס זורח וויל אינז פארשטעלן.
איין בקשה האב איך צו אים ער זאל לאזן די תורה מיט גאט'ס נאמען אינדרויסן פון זיינע כפירה'שע מאמרים

יעצט קענסטו אנהייבען חוזק מאכן פון די מצומצםדיגע סאטמערע וואס שרייען כופרים ציונים, גאו עהעד

פלאוויוס » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:54 pm

· #264384
@זורח, דער רמב"ם איז זייער אינטערעסאנט. כ'האב עס קיינמאל פריער נישט געזען, ס'זעט אויס ווי ער רעדט דירעקט צו אונזערע אידן (משמעות אז ס'זענען שטענדיג געווען אזעלכע), און אז מ'רעדט פון אויטאריטעט איז ער לכאורה גענוג א מקור...

@פלעין יודיש, קיינער וועט חלילה נישט חוזק מאכן פון סאטמאר. ווי געזאגט פריער, איז קנאות א רעספעקטירטע אידעאלאגיע אין מיינע אויגן. מיין פראבלעם איז געווען וואס דו האסט אריינגעמישט אנטאגאניסטישע געפילן צו ארץ-ישראל.

דיינע טענות קעגן שרנסקי זענען נישט באזירט. קעגן זורח איז עס לעכערליך.

זורח » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:09 pm

· #264387
@פלעין יודיש ס'איז באמת א שאד וואס די ווילסט נישט ענטפערן, ווען מיר גייען אריין אין א געהעריגע לאגישע דיאלאג וועלן מיר זיך גוט פארשטיין איינער דעם צווייטן, אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, מיר וועלן ביידע צושטעלן מקורות פאר אונזערע פארשידענארטיגע מהלכים, און אולי וועט איינער פון אונז איינזעהן אז דער צווייטער מהלך איז מער אויסגעהאלטן פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט.

אדרבה מיר זענען גרייט צו הערן מקורות וואס ווייזן אז מיר האבן טעות אדער אן אפניינונג פונעם דרך הישן והמסורה לנו מסיני, נאר דער אמת אבער דער קלארער אפענער אמת איז אונזער ציעל.

גדעון » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:34 pm

· #264390
Re: השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?
הייסט עס אז לדעתך אויב איך מוף יעצט קיין ארץ ישראל וועל איך שוין סיי ווי נישט קענען זאגן דעם לשנה הבא, זינט איך וואוין שוין דארט.

זורח » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:46 pm

· #264394
גדעון
הייסט עס אז לדעתך אויב איך מוף יעצט קיין ארץ ישראל וועל איך שוין סיי ווי נישט קענען זאגן דעם לשנה הבא, זינט איך וואוין שוין דארט.


זייער א גוטע הערה, עס ווערט טאקע שוין ארומגעשמועסט דערפון, עיין בגוגל ותמצא נחת, אונזער שמועס איז נישט קיין הלכה'דיגע שמועס לגבי די נוסח פון הא לחמא עניא, נאר א אויפריכטיגע שמועס לגבי צולייגן קאפ און טראכטן וואס מען זאגט.

אינטערעסאנט צו באצייכענען אז אין אן הגדה פון גניזת קהיר מזמן בית שני ווערט טאקע געברענגט צום אנפאנג הא לחמא עניא די נוסח: "אתמול היינו עבדים והיום אנחנו בני חורים"

למדן » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:50 pm

· #264415
מיר האבן א קלארע מסורה וואס ציהט זיך ארויף ביזן רבין זכרונו לברכה... אז ס' נישטא קיין מצות ישוב א''י און מ' האט נישט ארויפצוגיין ביז משיח וועט קומען און דו קומסט מיר מיט א רמב''ם

בר-כוכבא » דינסטאג אפריל 7, 2015 12:30 am

· #264478
השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?
דער גאון וצדיק און אוהב ישראל סאטמארער רבי זצ״ל האט געהאט א שטארקן כוח. זיין קנאות איז געקומען ממקור טהור און דערפאר האט עס זיך אריינגעזעצט אין די הערצער פון טויזנטער אידן און זייערע קינדער און אייניקלעך. דאס קנאות איז פארבליבן אויך אין די תלמידי תלמידיו, אפילו די אויפגעקלערטע. זיי, די אויפגעקלערטע, וועלן מסכים זיין מגלגל צו זיין די אנטי ציוניסטישע שיטה אין ראדיקאל-לינקע אידאלאגיעס און זינגען דעם איסלאמישן ניגון. זיי זענען גרייט דורכצוגיין יסורי איוב מיטן מציאות, אבי דאס קנאות זאל בלייבן דארט וואו ס׳איז פארפלאנצט געווארן.
קיין אנדער הסבר האב איך נישט אויף עטליכע פון די תגובות.
לגופו של ענין, קען יעדער די מעשה מיט יענעם איד, וואס איז צום ערשטן מאל אין לעבן ארויף קיין ירושלים ברענגען א קרבן. ער האט די גאסן פון ירושלים נישט געקענט און דער וועג צום הר הבית איז אים פרעמד געווען. ווען ער האט זיך ענדליך דערשלאגן צום בית השם און זיך געטראפן אין דער עזרה, האט אים באגעגנט טאקע דער כהן גדול. דער גרעסטער מענטש ביי אונזער פאלק האט געפרעגט ביי דעם צוטומלטן איד מיט די וואנדערנדע בליקן וועמען ער זוכט. ווען דער איד האט געענטפערט אז ער וויל זען דעם כהן גדול, האט יענער אים אנגעקוקט מיט רחמנות און א טרער פון רחמנות האט זיך אים ארויסגעגליטשט פון אויג.
כ׳האב מורא, אז אפילו נאך דעם וואס כלל ישראל וועט שוין לאנג זיין אין ארץ ישראל, די עבודה וועט אנגיין, די שכינה וועט רוען, און אידן וועלן דינען דעם אויבערשטן פריי פון עול הגלות און שעבוד מלכיות, וועלן נאך זיין הייפעלעך אידן אין עטליכע ווינקלען פון ניו יארק, וואס וועלן מיט תמימותדיגן עקשנות און קני פארשטייפט פון אזוי לאנג זיך נישט ביקן צום בעל הציוני ממשיך זיין מתפלל צו זיין יעדן טאג ולירושלים עירך ברחמים תשוב, און דערביי אונטערקרעכצן אויף די מיליאנען אפגעפרעמדטע ברידער זייערע, וואס האבן נישט בעסער וואס צו טאן מיטן טאג ווי בויען ווייסע הייזער אין די געביטן.
א שאד.

petergrifin » דינסטאג אפריל 7, 2015 12:52 am

· #264482
טאקע?? װען די שכינה װעט רוען אין דער בית המקדש װאס זורח מיט בר–כוכבא און זײער
קינדער װאס קטנ׳ן אין די הויזן בשעת די פאלעסטינער װארפן שטײנער דעמאלסט װעט
אויך זײן א הײפעלע אידן אין נ׳י װאס גײען נישט מודה זײן על האמת?

װער גײט בויען דער בית המקדש? אפאר לײדיג גײער װאס שלעפען ארויף זײער קינדער מיט
געװאלד אויף דער הר הבית? און װעם גײסטו קרוינען אלס דער כהן גדול? וכהנה מיט די
אײנגערעדטע חברה װאס ארבײטן נישט און האבן צופיל צײט אין טאג צו פארדרײען א קאפ.

געט א דזאב!!!!

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:41 am

· #264536
אנאנים ביטע טשעק זיך אויס צי ביסט נישט געווארן געדעמעדזשד אלס קינד. צום צווייטן מאל.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 5:51 pm

· #264619
איך וואלט געוואלט פרעגן אפאר שאלות פון געוויסע כותבים דא אינעם אשכול,

1) זורח דו וואוינסט שוין אין ארץ ישראל? אויב נישט פארוואס? מסתם האסטו א גוטע סיבה. אויב יא, ווען האסטו זיך געצויגן ביום עמדך על דעתך אדער ווען עס איז געווארן מעגליך פאר דיר?

2) די אלע וואס האבן דא דערמאנט גדולים וואס האבן זיך אויסגעדרוקט זייער טייער וועגן ארץ ישראל ווי למשל ר"י אייבעשיץ, רמב"ם, ר"נ מברסלב, פרי צדיק, וכו' וואו האבן זיי געוואוינט?

3) אויף וועמען איז געזאגט געווארן ותבואי ותטמאו את ארצי? אויף גוים אדער אידן? וויאזוי קען מען ארויף גיין בעפאר מען איז גרייט מיט די הנהגה, איהר ווייסט ואס דער רמב"ן שרייבט וועגן זינדיגן אין א"י?

ר' זורח האט ברוך ה' מצליח געווען צו זיך אנהייבן גרייטן לעליה לארץ און פארדעם וויל ער אונז אלע זאלן מיטקומען מיט איהם יעצט ווען ער איז געווארן גרייט, זענען געקומען אפאר חברה וואס זענען אנגעגעסן אויף סאטמאר והמסתעף און גענומען פארגרעסערן די מצוה ככל כמה שאפשר, און מנגד זענען געקומען געוויסע וואס ווילן אינגאנצן אויסרייסן די ענין פון ארץ ישראל.

זורח האט אנגעהויבן דא א אשכול וועגן טכנישע ענינים וואזוי זיך צו איינגלידערן אין א"י און דאס איז זייער גוט געווען אבער צו מאכן א חיוב אויף יעדן ארויף צוגיין יעצט ווייל דו ביסט געווארן רעדי? איך וויל און איך האף אויך צו מופן קיין א"י און ווען איך וועל קענען אי"ה וועל איך דאס אויספירן,

פיל זיך באקוועם מיט דייין יעצטיגע שריט, טוהסט א גוטע זאך און אונז וועלן דאס טוהן ווען אונז וועלן גרייט ווערן.

בר-כוכבא » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:08 pm

· #264685
השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?
איך קען נישט רעדן פאר זורח, אבער איך וואוין לצערי נישט אין ארץ ישראל. כ׳וויל אהינגיין, אבער ס׳האט דערווייל זיך נישט אויסגעארבעט. דעם קיץ קען מען נישט מדחיק זיין און כ׳האף אז דער אויבערשטער וועט מיר באשערן יא ארויפצוגיין דארט צו יענעם פלאץ וואו כביכול עיניו בה מראשית ועד אחרית.
כ׳בין נישט באקאנט מיט די וואוין ערטער פון די אויסגערעכנטע גדולים. כ׳גלייב אבער אז די קשיא דארף געשטעלט ווערן צו די באטרעפנדע גדולים זעלבסט.
און טאקע די ווערטער ״ותבואי ותטמאו את ארצי״ זענען געזאגט געווארן אינעם מדבר, וואו אידן זענען געבליבן וואנדערן צוליב׳ן חטא פון מוציא לעז זיין אויף ארץ ישראל.

זורח » מיטוואך אפריל 8, 2015 2:37 am

· #264775
@געוואלדיג

איך וועל פרובן ענטפערן דיינע שאלות כאטשיג עס איז נישט אינגאנצן קלאר וואס עס טוט דיר דא באדערן.

עס איז כלל נישט נוגע הלכה למעשה צו מר. זורח וואוינט יא אדער נישט אין ארץ ישראל, קען זיין אז ער וואוינט יא קען זיין אז ער איז אויפן וועג און קען גאר זיין אז ער האט אונסין וואס האלט אים געבינדן מיט קייטן צום גלות, קען זיין אז ער גלייכט מער טשאקאלאד ענדערש ווי ווענילע, קען זיין אז ער האט ענדערש ליב ווייסע וויין ווי איידער רויטע וויין, די אלע פרטים איז נישט נוגע, די שמועס איז צו א יוד דארף על פי הלכה ועל פי השקפה ארויפגיין זיך דארט באזעצן, די שמועס איז צו א יוד דארף מאכן דאס פאר זיין שאיפת החיים דארט זיך צו באזעצן ווי די תוה"ק זאגט אונז כי הוא חייך ואורך ימיך לשבת על האדמה אשר ה' אלוהיך נשבע לאבותיך..., די שמועס איז בכלל נישט וואס דער אדער יענער יחיד האט יא אדער נישט געטון.

די אלע צדיקים במשך אלע דורות וואס האבן געפלאקערט פאר ישוב ארץ ישראל האבן זיך מוסר נפש געווען ארויפצוגיין, טייל פון זיי זיך אריינגעלייגט אין סכנת מות ממש (ווי דער אוה"ח שרייבט וועגן זיין אייגענע עליה), די אלע יארן זייטן חורבן ביז אונזערע צייטן איז דאס לאנד געווען א מדבר שממה פונדעסטוועגן דאך האבן זיי שטענדיג געגארט געבעטן און געמאנט פון זיך און פון די תלמידים עולה צו זיין, די ליסטע און סיפורים וועגן די אלע עליות איז רייך ועוד ידינו נטויה דאז צו באשרייבן אי"ה, פארשטייט זיך אז נישט אלץ האט זיך עס אויסגעארבעט, דער יעבץ אין די הקדמה צו זיין עמדין סידור געבט א לענגערע שמועס וועגן דער יוד וואס האט זיך באקוועם געמאכט אין גלות, וואס מאכט זיך א נייע ירושלים דארט וואו ער וואוינט, אז ער שטייט מיט די פיס אויסגעדרייט ביים דאווענען צו מזרח זייט צו ירושלים, אבער ווען עס קומט צו נוצן די פיס ארויפצוגיין קומט אלע מיני תירוצים פארוואס ער איז נישט אינטערעסירט, צום סוף פון די לאנגע שמועס פירט ער אויס אז ער אליין איז נאכנישט ארויף וועגן געזונטהייט סיבות, אבער דאס האט אים בכלל נישט צוריקגעהאלטן פון רעדן דערוועגן.

דער רמב"ם איז לכתחילה ארויף געגאנגען אבער האט צום סוף געמוזט פארלאזן דאס לאנד, דער רמב"ן איז יא געבליבן כאטש ער האט נישט געהאט קיין מנין, כאטש עס האט געבוזשעוועט טייפוס, רויבעריי און אנדערע פראבלעמען וואס האבן געמאכט דאס לעבן דארט כמעט אוממעגליך.

קיינער האט נישט קיין טענות, אבער אויף אזויפיל עפען אויף א טירל, לאז אריין אביסל לאגיק, אביסל א געפיל צום הייליג לאנד וואס דער של"ה שרייבט אז ער האט געזעהן יודן עמי הארצים ווען מען האט נאר דערמאנט ארץ ישראל האבן טרערן גענומען גיסן פון זייערע אויגן פון ליבשאפט און בענקשאפט, אדער ווי דער חרדים שרייבט אז א יוד דארף שטרעבן צוריקצוקומען קיין ארץ ישראל ווי א קינד וויל לויפן צו די מאמע'ס שויס, דער בת קול וויינט איעדען טאג או לו לבנים שגלו מעל שולחן אביהם, וויי פאר די קינדער וואס זענען פארטריבן פונעם טאטנס טיש פונעם טאטענס פאלאץ, פון דעם רעדן מיר דא, אז א יוד זאל כאטש וועלן וואוינען דארט, זאל כאטש טראכטן מתי אבוא לידי ואקיימנה, אוי הלואי ווען דאס ליבשאפט צום לאנד זאל ווערן צוריק אנגעצינדן אין מיין הארץ.

ווי דער ספרי פארציילט אונז: ר׳ יהודה בן בתירא און ר׳ מתיא בן חרש און נאך חכמים זענען געגאנגען קיין חוץ־לארץ. צוקומענדיג צום ארט פלטום, האבען זיי זיך דערמאנט אין ארץ־ישראל, האבען זיי ארונטערגעלאזט די אויגען, צעריסען די קליידער און געוויינט, און זיי האבען זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל. צוריקקומענדיג האבען זיי געזאגט אז דאס וואוינען אין ארץ־ישראל איז גלייך קעגען אלע מצוות פון דער תורה.

די פאקט אז מיר דארפן שטיין און מסביר זיין פארוואס עס איז בעסער ביים טאטענס טיש, פארוואס עס איז בעסער ביי די מאמענס שויס, פארוואס מיר זאלן וועלן זיך געפונען אונטער די שטענדיג וואכזאמע אויגן פון השי"ת עיני ה' אלקיך בה, פארוואס מיר זאלן זיך זיך עקלען און גרוילן פון די ארצות הטמאות פון חוץ לארץ וואס ווערט אנגעקוקט ווי א בית הקברות אין די אויגן פון חז"ל, פארוואס מיר זאלן יא וועלן האבן א באשעפער צו זיין דומה כמי שיש לו אלוה, נישט צו זיין עובדי עבודה זרה און עובר זיין אויפן גרעסטען חילול השם, די פאקט אז מען דארף די אלע זאכן משבר זיין אל האוזן, אז מען דארף מסביר זיין פארוואס כריין איז נישט זיס, דאס אליין ווייזט ווי מיאוס מיר זענען פארקראכן, ווי ווייט מיר זענען פון השראת השכינה, בו בזמן ווען און די זעלבע צייט הערן מיר נישט אויף בעטן ותחזינה עינינו, שתעלנו לארצנו, שובה אלינו, שתוליכנו מהרה, וכו' וכו'.

פיין, מיר פארשטייען אז דאס איז נישט אונזער שולד, וואס קענען מיר טוען נאך אזויפיל יאר אין גלות, וואס וויל מען פון אונז נעבעך תינוקות שנשבו, גערעכט! אבער דאך האבן מיר פארגעסן אז מיר זענען נישט געווארן אויסדערוועלט אלץ א פאלק צו בויען מוסדות אין קינגס ראקלענד אדער ארענדזש קאונטיס, ווי דער משך חכמה זאגט אז איעדע 150-200 יאר שפילט זיך אפ דער זעלבער שפיל, מען מאכט זיך באקוועם ערגעץ וואו און א ווינקל אין גלות, און מען מיינט אה אט זענען מיר אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, ביז מיר כאפן אזוילכע פראסקעס אז מיר פליען צום נעקסטן שטאט צום נעקסטן ווילעדזש, און אזוי ווייטער וחוזר חלילה, ווען די איינציגסטער ענטפער איז נאר איין זאך: מיר באלאנגען נישט דאהי!

אויב די פילסט אז די האלסט נאכנישט דארטן, אויב די פילסט אז די רויטע ווייסע בלויע קאלירן רעדן צו דיינע געפילן, פיין, מיר זענען מיט דיר אל די וועי, אבער על כל פנים ווייס און פארשטיי אז ניין דא איז נישט דיין געבורט ארט, דא איז נישט די פלאץ פון א יוד'ס נאטורליכע געוואוקס, פרעג די יודן פון "טויזענט יאר יודיש לעבן אין אונגארן" צו זיי באקומען נאך פאטריאטישע געפילן ווען מען רעדט פון די מוטער היים, אוודאי נישט, ווייל אונזער נשמה'ס היים האט נאר איין געגאגראפישע פונקט, ארץ חמדה, ארץ אבותינו, וזה הא!

ותבואי ותטמאו את ארצי איז א פסוק און ירמיהו פרק ב' ווי דער נביא מאנט און פאדערט פארוואס מען האט אפגעלאזט תורה און מצוות און פארגעסן פארוואס מיר האבן באקומען ארץ ישראל, אוודאי א יוד וואס וויל קומען קיין א"י צו עפענען ח"ו א בית תועבה צו א בית טרפות זאל ער ענדערש בלייבן אין חו"ל עד שיעבור עליו רוח טהרה ממרום, מיר רעדן דא פון יודן וואס זאלן ארויפקומען טוען מצוות, היטן די תורה, אויפציען יודישע תורות, פארשפרייטן דעם דבר ה', העלפן אריינברענגן א רוח קדושה אין די תינוקות שנשבו בכל קצוי הארץ, נאר פארדעם האבן מיר דאס לאנד.

און וואס טוט זיך מיט די אנדערע פסוקים פונעם זעלבן פרק? צו זענען דאס נישט הייליגע ווערטער וואס מאנט אונז פונקט אזוי?

זכרתי לך חסד נעורייך, אהבת כלולותייך--לכתך אחריי במדבר, בארץ לא זרועה.

כה אמר ה', מה-מצאו אבותיכם בי עוול--כי רחקו, מעליי; וילכו אחרי ההבל, ויהבלו.

ואביא אתכם אל-ארץ הכרמל, לאכול פרייה וטובה.

אותי עזבו מקור מים חיים, לחצוב להם בורות--בורות נשברים, אשר לא-יכילו המים.

וישיתו ארצו לשמה, עריו ניצתו מבלי יושב.

התשכח בתולה עדייה, כלה קישוריה; ועמי שכחוני, ימים אין מספר.

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 8, 2015 12:45 pm

· #264833
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6259">viewtopic.php?f=13&t=6259</a><!-- l -->

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 8, 2015 8:04 pm

· #264940
געפיל האט דא יעדער איינער, דא פראבירסטו מאכן יעדן פילן גילטי פארן נאכנישט דארט זיין און אויף דעם באצי איך זיך.

petergrifin » מיטוואך אפריל 8, 2015 9:27 pm

· #264973
Re: השתא הכא, לשנה הבאה... באמעריקע?
די וואס וואוינען דארט דרייען נישט אן קיינעם. ס'איז נאר די וואס עס גייט זיי נעבעך נישט מיזן זיי האבן די שטיצע פון אנדערע אולי ירחם.

באשטעטיגט » מיטוואך אפריל 29, 2015 9:44 pm

· #271091
רבי אברהם אזולאי, זקנו של החיד"א
חסד לאברהם מעין ג ,נהר כב - במעלת הדר בארץ ישראל בביאת המשיח

דע כי מסורת קבלה בידינו כי באותו יום כשיבא המשיח עם קיבוץ גליות לארץ ישראל, באותו יום ימצא בארץ ישראל שבעת אלפים מבני ישראל, ובאותו היום יחיו המתים שבארץ, ובאותו היום יסתלקו חומת האש מירושלים, ובאותו יום יבנה בית המקדש באבנים טובים ומרגליות, ובאותו יום יחזרו המתים שבארץ ישראל בעת חיותם בריה חדשה רוחניים, וכן הז' אלפים הנמצאים חיים, כולם בריה חדשה גוף רוחני, כגופו של אדם הראשון קודם החטא וכגופו של [חנוך ו]משה רבינו ע"ה [ואליהו], וישוטו כולם באויר מעופפים כנשרים וגו', וכל זה לעיני אנשי קיבוץ הגליות:
וכשישראל בני קיבוץ גליות יראו שאחיהם נעשה בריה חדשה, ופורחים באויר ללכת ולדור בגן עדן תחתון ללמוד תורה מפי השם יתברך, אזי, יתקבלו בני קיבוץ גליות דאגה בלבם ודאבון נפש, ויתרעמו למלך המשיח ויאמרו וכי אין אנו בני ישראל כמותם, מאין זכו הם להיות רוחניים בגוף ונפש מה שאין כן אנו ולמה נגרע:
ואומר להם מלך המשיח כבר נודע ומפורסם שכל מידותיו של הקדוש ברוך הוא מדה כנגד מדה, אותם שהיו בחו"ל והשתדלו לבא בארץ כדי לזכות לנפש טהורה, ולא חשו על ממונם ולא על גופם, ובאו בים וביבשה, ולא חששו להיותם נטבעים בים, או נגזל ביבשה, או להיותם שבויים ביד אדונים קשים, ובעבור שעשו העיקר מרוחם ומנפשם ולא מגופם וממונם, לכן חזרו רוחניות מדה כנגד מדה, ואתם שהייתם יכולים לבא בארץ כמותם ונתרשלתם לבא בעבור חמדת הממון וחששתם לממוניכם וגופכם ומהם עשיתם עיקר ומנפשכם ומרוחכם עשיתם טפל, לכן נשארתם גשמיים מדה כנגד מדה.ולחמדת ממון שחמדתם הנה הש"י נותן לכם ממון בלי שיעור, שכל כסף וזהב ואבנים טובים ומרגליות הנטבעים בים כל הימים, מושבע הים להביא אותםבים יפו תוך ג' ימים לטבעתם, וכל מה שנטבע מששת ימי בראשית עד זמן שלמה הכל הקיא ים יפו ליבשה ומשם נתעשר שלמה, ומה שנטבע מזמן שלמה עד זמן קיבוץ גליות הכל עתידה ים יפו להקיא אותם ליבשה, והמשיח יחלק אותם לכל צדיק וצדיק חלקו, הה"ד כי שפע ימים יינקו, וגם כל המטמוניות שתחת העפר עתידה הארץ להיות נעשית מחילות מחילות להתגלגל ולהוליך כל אוצרות המלכים, ומוליך אותם לארץ ישראל כדכתיב ושפוני טמוני חול וגו', והכל יתגלה בתוך ארץ ישראל למלך המשיח והוא יחלק אותם לאנשי קיבוץ גליות לכל אחד חלקו, וישבעו ממון רב לאותם שהקפידו על ממונם ועל גופם ישארו גשמיים ושבעים ממון, ואותם שלא חשו על גופם ועל ממונם אלא על רוחם בלבד הקדוש ברוך הוא עושה אותם בריה חדשה, ומוליך אותם לגן עדן התחתון כנזכר. וזמש"ל. מסכ"י:

(צ"ע מה שכתוב "שבעת אלפים"-ואפשר ליישב דשורש נשמה נתפצל לכמה גופות..או י"ל שבזכות אוהבי א"י נתרבו העולים !)

איש את רעהו » זונטאג יולי 24, 2016 3:55 pm

· #343318
זורח רעדט פון איין זייט מיט אהערגעשטעלטע געגועין צו אידישקייט
פון די צווייטע זייט מטבע געט ער שטיצע פאר שארונסקי וואס איז יעצט אויף די מינוט אינוואלווד אין ארויפשלעפן פראנצויזישע אידישע בירגער קיין ארץ ישראל ווי א גרויסע טייל פין די עולים ווערן בזדון אפ'געשמדט דורך די מדינת ישראל
#וואס גייט דא פאר