☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל

ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8577

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:43 am

· #263793
ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל
יעצט ערב בדיקת חמץ קומט אן שווערע נייעס פון מדינת ישראל אז א איד איז מעגליך פארכאפט געווארן דורך אראבער לעבן חברון. צוויי אידן (מער פרטים, ווי עלטער וכדו' זענען דערווייל נישט באקאנט) זענען שטעקן געבליבן אויפ'ן ראוד מיט א צעבראכענעם רעדל און איינער איז געגאנגען זוכן הילף אינעם דערנעביגן אראבישן דערפעל, אבער איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. גרויסע כוחות פון די מיליטער און פאליציי זוכן פארן פארשוואונדענעם.

<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643869,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643869,00.html</a>

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:01 pm

· #263797
דער פארשוואונדענער איז א 22-יעריגער בחור וואס איז געווען אויפ'ן וועג אהיים פונעם מערת המכפלה.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:08 pm

· #263798
דער פארשוואונדענער יונגעטליכער, ניב אסראף, פון באר שבע.
IMG_20150402_120704.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:11 pm

· #263800
רח"ל.
זאל מען הערן בשורות טובות און עס זאל טאקע זיין א זמן חירותינו מיטן פולן זין פון ווארט.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:18 pm

· #263807
אפדעיט: אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן אן אז עס שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם מיט'ן רעדל. פארוואס דער פארשוואונדענער איז אריין אינעם דערפל איז אומבאקאנט. דער פאליציי זאגט אז ס'איז מעגליך נישט קיין טעראר נאר א קרימינאלע אינצידענט.

chusid » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:22 pm

· #263851
אויף פעיסבוק האט ער נעכטן געפרעגט פארוואס דוקא ווען א מענטש ווערט פארשווינדען זעט מען אז ער איז ווערט געווען..זעט אויס עס איז נישט א קידנעפינג.

פליקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:35 pm

· #263854
לאמיר זיך שוין פארנעמען נישט רעדן אזויפיל לשון הרע פון יעדע אימשטעיטיגטע קוואל וויפיל איז דער שיעור

ער איז אפגעפרן און איבער געלאזט די ווייב און קינדער ביז בא הרוג ברגליו, ווער ס'פארשטייט פארשטייט

ער איז געוועין אויפ שבת ביי אטיאיסטן

וויפיל איז דער שיעור

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 5:45 pm

· #263884
כ'הער ס'דא נייעס?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 5:47 pm

· #263885
yes he was found safe and sound

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 5:58 pm

· #263888
ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!

מאטי » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 6:11 pm

· #263890
ס'געווען א פאני-קאל, ער'ז נישט געווען פארלוירן.

קאוועניק » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 8:30 pm

· #263918
Re: ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל
שמעקעדיג
ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!

ניין די האסט געווינטשען ער זאל ווערן באפרייט, מזאגט דא ער איז קיינמאל נישט געווארען געפאנגען

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:26 pm

· #263931
כ׳פאר שטיי נישט וואס דא גייט פאר , ער איז פארלוירן געווארן ? געקידנעפּט ? א אומגעלונגענע וויץ? מעגליך אז די ישראלים האלטן אפריל פולס דעי דעם צווייטן אין אפריל? 🙄

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:35 pm

· #263935
מ׳האט אים כאטש גוט געפראקט פארן צופידלען די גאנצע יהדות החרדית (והגלילות)?

פליקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:54 pm

· #263942
ואתא, דו זעיסט מיר אויס ווי בערל'ס גילגל, עס איז עפעס מדבר מתוך גרונם

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:06 pm

· #263965
שמעקעדיג
ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!

שמעקעדיג: איך קען דיר אריינפעקסן (פארצייטיש) א קוויטל מיט א פדיון. א הונדערטער...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:09 pm

· #263967
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: יישר כח. תזכה למצוות. אבער פאר מיר איז געניג איין געוועזענע בתולה...פאר וועם איך האב געזאגט "הרי את מקודשת לי כדת משה וישראל...פאר איין און פערציג יאר צוריק... 😂 🙄 איך בין ב"ה נישט קיין מוסלמענער אדער נטורי חרטא... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:13 pm

· #263970
אנאנים: ברוך מחיה המתים...עיין תגובתי לעיל... 😂 🙄 😮

פליקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:25 pm

· #263978
Re: ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל
שוין! א שיינע זעלבי שמיעס

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 3, 2015 1:30 am

· #264012
חברה גייטס מאכטס זיכער צי קיינער האט ענק נישט מאלעסטעד אלס קינד, איר זענט דאך פון זינען גערירט! לאזט דעם בעק לעבן ענד גאו געט עי לייף פאר א גוט יאר!