☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יישר כח ר' כוכב

יישר כח ר' כוכב

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8562

נתן מנחם » דינסטאג מערץ 31, 2015 4:40 pm

· #263233
יישר כח ר' כוכב
רבותי! אונז מיזען אויפקומען מיט א שיינע באלוין פאר אונזער חבר ר' כוכב. א איד וואס איז זיך ממש מוסר נפש בכל נפשו ומאודו פאר כלל ישראל, אין די סאמע שווערסטע סעזאן פון די יאר. א צייט וואס אפילו די פוילסטער פון אונז ברויכען פסח'דיג מאכען לכל הפחות די ספרים שאנק. גיבט ער זיך אוועק שעות על גבי שעות אונז צו דערלאנגען א הערליכע מעשה חושב פון די שיינע ליין מאטריאל "פה-סח" לכבוד יום טוב.

יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח בגלוי
יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח באישי
יא יעדע וועט איהם געבען א לייק

אבער דאס טוט מען דאך יעדע שני וחמישי ווען איינער שרייבט א שיינע ארטיקעל אדער איינער שרייבט גוטע תקנות פאר די מנהלי המוסדות. אונז מיזען טראכטען פון עפעס עקסעפשינאל!
א פופציג דאלערדיגע עמעזאן קארד איז נישט די ענטפער. איהם באקרוינען מיט ווערען א מנהל, איז אויך א שוואכע מעשה, נאכדערצו דער עולם ערהוילט זיך נאך פון די "נייע מנהל עקספיריענס" 😃.

וואס קען מען טוהן עפעס איהם צו באלוינען בבחינת "ככה יעשה לאיש" ?

מאטי » דינסטאג מערץ 31, 2015 7:14 pm

· #263289
ש'כוח כוכב!!

כוכב » דינסטאג מערץ 31, 2015 7:31 pm

· #263291
ווארטס ווארטס, @יאיר ענדיגט שוין די חבורה מצות, ער וועט האבן די פאסיגע ווערטער וויאזוי צו באדאנקען כוכב, מיט א פונקטליכע דעטאלירטע ליסטע וואס מ'וואלט ווען געדארפט טון 😂.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 31, 2015 7:38 pm

· #263293
איך וואלט געמאכט א פארטי פאר אים אין מר. בראדוועי אין מאנהעטן, אבער ס'הייסט ער איז א פרומער, ער גייט נישט צו מאנהעטן.

petergrifin » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:27 pm

· #263301
מאטי
ש'כוח כוכב!!

petergrifin » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:28 pm

· #263303
רויטע וואנצעס
איך וואלט געמאכט א פארטי פאר אים אין מר. בראדוועי אין מאנהעטן, אבער ס'הייסט ער איז א פרומער, ער גייט נישט צו מאנהעטן.


Of course not, they are already kosher for Passover only. 😃

יין שרף » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:17 pm

· #263321
petergrifin
מאטי
ש'כוח כוכב!!

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:29 pm

· #263338
Re: יישר כח ר' כוכב
יא יא @כוכב, הנני משתתף בכל הנ"ל, און איך וועל מיך מערצעשעם אויך משתתף זיין ביי מר. בראדוועי.
רויטע, אפשר אביגיל'ס איז יא גענוג כשר פאר כוכב'ן.
נאך פסח פארשטייט זיך.

יעלה ויבא » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:16 am

· #263379
Re: יישר כח ר' כוכב
ישר כח הרב כוכב!

איך אויך » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:48 am

· #263393
יעלה ויבא
ישר כח הרב כוכב!

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 2:03 am

· #263412
כה נאמר מיט א פולן מויל
ולא פסיק להנערץ בפי כול
כל באיה פון קאווע שטיבל ביסטו די זויל
ברכות כפי מעשיך ויותר טול.

המברך בידידות
געוואלדיג

כוכב » מיטוואך אפריל 1, 2015 6:23 am

· #263427
שוין לאנג נישט געזען אזא געשמאקע אייוועלט אשכול.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:22 pm

· #263489
א יישר כח איז צו ארעם, און געלט קען עס נישט געהעריג באצאלן, בנוסף צום פאקט אז עס איז שווער צו צוזאמשטעלן געלט אנאנים.

מיין הצעה איז, ער זאל באקומען אונטער זיין ניק פערמאנענט א סימבאל אלס פה-סח רעדאקטאר. והי' לאות תפארת על מצחו תמיד ככוכב

פליקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:32 pm

· #263510
ווי באוויסט קען איך נישט מאכן קיין גראם
אנע דעם אז עס זאל האבן א נאך טעם

וועל איך נאר אפגעיבן מיין דאנק
פארן געיבן אינז פה-סח פארן אפיקומן געשאנק

א גיטע געלעיגענהייט מיר זאלן זיך לערנען שרייבן
אויך פיל צייט פארטרייבן

כוכב זאל אויף אונזער חשבון א עדיטער ווערן
און זיך ווייטער בגולוי רופען חיים שטערן

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:34 pm

· #263511
פליקער

און זיך ווייטער בגולוי רופען חיים שטערן


דאס איז דאך אויך נאר א ניק

נופת צופים » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:37 pm

· #263512
Re: יישר כח ר' כוכב
יש ניק בגלוי ויש ניק בסתר

פליקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:37 pm

· #263513
Re: יישר כח ר' כוכב
ני אוודאי, אבער אז כוכב גלייכט דעים נאמען, בין איך אויך מסכים

מה הוא » מיטוואך אפריל 1, 2015 5:58 pm

· #263623
יעצט קומט שוין איינמאל אויף די שאלה:
וואס קען מען טון אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב כוכב??

נופת צופים » מיטוואך אפריל 1, 2015 6:19 pm

· #263627
Re: יישר כח ר' כוכב
ונחנו @מה הוא

ברוב ענוותנותו לאזט ער זיך ארויס פון בילד.
די רעזערוועישען ביי מר. בראדוועי איז פאר דיר אויך.

נתן מנחם » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:34 am

· #263787
א קיש פאר כוכב און מה הוא
קודם כל דאס איז א מעגא שטיקעל איך האב געהאט אזא הנאה דאס צו ליינען, אויב מען מעג זאגען איז דער הנאה איבערגעשטיגען די יערליכע הנאה פון עסן די געטינקענע איי אין זאלץ וואסער ביים סדר.

"המתחיל באשכול אומרים לו גמור"

קודם כל מיז איך מודה זיין ביים עפענען די אשכול האב איך נישט גע'חלום'ט אז עס קומט אזא שיין ארבעט. אנטשולדיגט פאר ענק אנדערעסטימעיטען.

היות סתם א יישר כח און א לייק איז נישט גענוג האב איך געקלערט פון א ריכטיגע הכרת הטוב וואס מען קען דא איינפירען אויף ק"ש, דהיינו:

ק"ש זאל צולייגען א א אפציע צו געבען א ניק א "נשיקה" אזויווי עס איז דא א "לייק" זאל זיין א נשיקה פאר דיע וואס פשוט כפשוטו עס קומט זיך זיי א קיש אין די שטערן. איך וועל לאזען די דעטאלען פאר די מנהלים, נאר אביסעל צוצוהעלפען וועל איך ברענגען אפאר פונקטען וויאזוי דאס זאל בערך ארבעטען.

א) יעדע ניק באקומעט 5 נשיקות א יאר צו טיילען.
ב) אויב לויפט מען אויס אינמיטען יאר פון נשיקות קען מען פארלאנגען א ריפיל אין אישי צו איינע פון די געטרייע גבאים.
ג) די גבאים וועלען איבערקוקוען אייערע פריעדיגע נשיקות און מחליט זיין צו איהר ניצט עס כדבעי און נאך א כובד ראש מיטינג צולייגען צו אייער אקאונט נאך 5.
ד) נשיקות קען מען טיילען פאר מעגא ארבעט און נישט סתם פאר שיינע געשרייבעכצער )תגובות. (למשל פאר די רעדאקטער און גראפיסט פון פה-סח, שושנים, סוכות אראומע, צען טויזענסטע תגובה פון א ניק וכו')
ה) "יונגע קינדער וויל מען נישט זאלען טיילען נשיקות משום חשש". נשיקות איז נאר פאר עלטערע אידען ממילא די נשיקה אפציע באקומט מען נאר נאך כך וכך זאכליכע תגובות.
ה) איינער וואס אביוזד די נשיקות און טיילט ימין ושמאל וועט מען מיזען צונעמען די נשיקות זיינע (דער אמט קען מען אפשר מכבד זיין ר' אסף מיט).

איך האף מיינע ווערטער וועלן נישט פאלן צו טויבע אויערן. והוא רחום יכפר עון............

בין כך ובין כך
נאדיר א קיש ר' כוכב
נאדיר א קיש ר' מה הוא

ווישטס ענק אפ די פנים פון שפייעכץ ווייל אוי איז דאס געווען א נאסע קיש!

ענק האבען פרייליך געמאכט אידען אויף יו"ט, זאל השי"ת ענק פרייליך מאכען תמיד.

חג כשר ושמח!

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:38 am

· #263789
דער וואך אויף נחום׳ס האטליין: דער נתן מנחם פון קאווע א צוצולאסטע פערד א מעגא חזיר מגייט עיהם אויפפיקען דער וואך, כהאב גערעדט מיט טשאלס היינז ער זאגט אז מענדיגט בוין די קעיס

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:48 am

· #263790
א קיש אין די שטער״ן!