☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עת צרה הוא ליעקב

עת צרה הוא ליעקב

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8555

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:17 pm

· #262674
עת צרה הוא ליעקב
עת צרה היא ליעקב, אחד מבני החבורה שנפל למשכב... אונזער חבר אברהם מאיר יעקב בן מלכה דארף גרויס רחמים, מ'האט אים נארוואס ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר!!! לאמער זיך אלע אפשטעלן פון די ערב פסח ארבייט, היינט 11:00 וועלן מיר אלע אינאיינעם נעמען דעם תהילים'ל און אויסזאגן ספר רביעי, און בעזר ה' וועלן מיר אויספויעלן א גאנצע רפואה...

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:20 pm

· #262675
אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:28 pm

· #262677
Don't be so rude

זוכער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:29 pm

· #262678
קאווע טרינקער
אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.


WOW - דו ביסט עכט COOL - ווען יענער איז ערנסט קראנק קענסטו געהעריג לאכן. WOWOW - דו האסט באליס!?!?

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:30 pm

· #262679
עת צרה
קאווע טרינקער
אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.

וואס פונקטליך איז דיין פראבלעם יעצט אז די ווילסט עס נישט ליינען ליין נישט דא איז א פרייע פלאץ פאר אלע סארט מודעות

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:36 pm

· #262685
זוכער
קאווע טרינקער
אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.


WOW - דו ביסט עכט COOL - ווען יענער איז ערנסט קראנק קענסטו געהעריג לאכן. WOWOW - דו האסט באליס!?!?

ווילסט נישט זאגן תהלים איז נישט - נישט יעדער דארף זעהן וואס א חמור @קאווע טרינקער איז.

ציטירט, כדי ס'זאל זיין ליינבאר נאך דיין רעדאגירן

משבק » זונטאג מערץ 29, 2015 11:38 pm

· #262686
די אשכול שמעקט עפעס פון א פרישע אסף המזכיר סואמאטכע

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 29, 2015 11:41 pm

· #262687
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8467">viewtopic.php?f=25&t=8467</a><!-- l -->

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:15 am

· #262748
ווער איז דער אברהם מאיר יעקב לאוי"ט?

כוכב » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:19 am

· #262749
עת צרה הוא ליעק''ב, הלוא הוא האברך החשוב יאנקי כ''ץ, א וואוילע יונגערמאן, אחד מבני החבורה, מיט פילע גוטע פריינט וועלכער דארף א גרויסע ישועה.. ער האט א חתן אין שטוב, זיין עלטסטע קינד, זאל אים דער אויבערשטער שענקען א רפואה שלימה.

BAL TSHIVA » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:28 pm

· #264399
ברוך דיין האמת יענקי איז מער נישט מיט אינז מי יתן לנו תמירתו.
אלעמאל מיט א שמייכל.
אלע צובראכענע הערצער האבן געטראפן ביי אים א אוזן קשבת אין א ווארט פין חיזוק.
אין ביזנעס געהאנדעלט מיט יושר.
(די קינדער ווילן גיין אויף נאך "איין" ride ביפאר מיגייט אהיים במילא מיז איך מקצר זיין אבער ס'הארץ רייסט שטיקער)

שלמה המלך » מיטוואך אפריל 8, 2015 1:19 pm

· #264841
איך וואלט נישט פארדרייט דעם אשכול פונעם נושא אבער היות עס איז שוין ליידער לאחר המעשה וויל איך כאטש ענדיגען מיט א גיט ווארט לכבוד המועד
קיקט גיט ווער עס שרייבט וואס, און פארשטייט קלאר דעם מאמר "ראויון הדברים למי שאמרן"
קאווע טרינקער
אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.

קאצקע ציקער
Don't be so rude

דאס געשעהט כסדר ביי איעדע קאווע! דאס טיט די קאווע בינס און דאס טיט די ציקער! דער קאווע לייגט אריין די מרה און די ציקער איז עס ממתיק!