☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » וידיאו פון דער ריי"צ מליובאוויטש נ"ע

וידיאו פון דער ריי"צ מליובאוויטש נ"ע

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8554

ונבנתה העיר » זונטאג מערץ 29, 2015 10:17 pm

· #262656
וידיאו פון דער ריי"צ מליובאוויטש נ"ע
שלום וברכה, טייערע פריינט.

ליובאוויטש האט שוין מיט א שיינע פאר יאהר צוריק ארויסגעגעבן א פופציג מינוט'יגע וידיאו פון אור וחיות נפשינו, דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי, ריי"צ, נ"ע.

מסיבה שאינה ידועה לי, איז עס קיינמאהל באקאנט געווארן אין די וועלט אינדרויסען פון חב"ד, האב איך מטוב לבי עס ארויפגעלאדענט אויף יו טוב [ווארטס נאר אז אייוועלט זאל עס מגלה זיין...], והיות חב"ד פארקויפט עס נאך, האב איך עס ארויפגעשטעלט אלס אנליסטעד.

צווישן אנדערע איז דא אויף איהר דעם רבינ'ס באזוך אין ניו יארק בשנת תרפ"ט, זיין אנקומען קיין אמעריקא זיך צו באזעצן, און ניין מינוט 'קאלירטע' וידיאו ווי ער ווערט אן אמעריקאנער בירגער.

תהנו.

פרייוויליג » זונטאג מערץ 29, 2015 10:48 pm

· #262660
איז מהרי״צ דער וואס איז געראטעוועט געווארן אינמיטן מלחמה דורך א געהיימע מיסיע?

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:14 pm

· #262673
ליובאוויטש האט שוין געהאט דא אין ניו יארק נאך איידער דער מהרייצ איז דא אנגעקומען? נישט געוואוסט.

פליקער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:59 pm

· #262696
שרעקעדיג אינטרעסאנט

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:50 am

· #262713
ונבנתה העיר: ייש"כ פאר ברענגען דעם גאר וויכטיגן, היסטארישן קליפ פון כ"ק מהריי"צ נ"ע. קוקנדיג דעם קליפ ווערט מען אוועקגעפיהרט אין אנדערע וועלטן. עולמות שחרבו. ווער ס'האט נאר א ביסל געליינט איבער די פעולות פונ'ם מהריי"צ לטובת אידישקייט אין סאוויעטן פארבאנד. און די יסורי הגוף והנפש וואס ער איז אריבער דורך די רשעים די קאמוניסטישע יעווסעקעס. און טראץ די אלע יסורים האט ער אויפגעהאלטן אידישקייט מיט מסירות נפש, דער קען א ביסל אפשאצן דאס גדלות און אצילות פונ'ם רבי דער מהריי"צ.

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רבי האט זיך זייער שטארק געעלטערט אין די צען יאר זינט זיין ערשטן באזוך אין אמעריקע. די אלע יסורי הגוף והנפש וועלכע ער איז אדורך צוליעב שמירת התורה והמצוות האבן נאכגעיאגט. און ס'האט זיך אויסגעדרוקט אין זיין פיזישע שוואכקייט. אבער דער כבוד מלכים וועלכע ער האט באקומען איבעראל וואו ער האט באזוכט ווייזט אויף זיין אמת'דיגע גדלות און אצילות. ער איז דאך געווען מגזע אראלים ותרשישים. זי"ע.

chusid » מאנטאג מערץ 30, 2015 2:25 am

· #262742
וואס איז פשט פון די כבוד מלכים און אז די ראש העיר שיקט א נציג האט ליבאביטש געהאט גאנצע 1000 משפחות אין ניו יארק אדער אמעריקע בימים ההם?

פליקער » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:22 pm

· #262829
אויך א גרויסן יישר כוח @ונבנתה העיר, קענסטו אביסלע איבערגיין וואס איז געוועין די השתלשלות הדברים

וואס איז ער דורך אין רוסלאנד
ווי אזוי איז ער ארויס פון דארטן
ווער האט געארבייט אויף זיין באפרייאינג
פון ווי האט ער געהאט די אלע קאנעקשן'ס
פארוואס איז ער געקומען אויף ארצות הברית
ווען איז ער אוועק געפארן
ווי איז ער געפארן
ווי האט ער פארברעינג בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען למען הצלת ישראל בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען פארן כלל ישראל אחר המגיפה
ווי אזוי איז ער באפרייט געווארן פון די מלחמה
איין גרויסע פראגע צייכן פאר אלע קשיות
?

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:41 pm

· #318151
הילולא.

אינטערסאנטער » דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:56 pm

· #318177
ביטע לייגן די ווידיאו אויך אויף א פלאץ ווי זשעי נעט לאזט אריין, וואס יו טוב איז נישט אויף די ליסטע

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 2:06 pm

· #318392
אנאנים: איבער דיין תגובה פון מארטש 31 '15. (כ'האב עס ערשט יעצט באמערקט.) א קליינע הערה. די אויסוואנדערונג פון הצה"ק מהריי"ץ קיין לאטוויע איז נישט געקומען אויפ'ן באפעל פון די פארשאלטענע .."טשעקא"/קגב. נאר דאס איז געווען דער רצון הצדיק זעלבסט און זיינע חסידים, וועלכע האבן מורא געהאט אז די רשעים וועלן זיך טרעפן א צווייטע געלעגנהייט איהם צו ארעסטירן...ולאו בכל יומא מתרחש ניסא...!
דער מהריי"ץ זי"ע האט יא געהאט אויף זיך א גזירת גלות פון די רשעים,ימ"ש. נאר דאס איז געווען צו א פארמאכטע שטאט ערגעץ ביי די אוראלן בערג. נאר נאכדעם וואס ער איז ערלויבט געווארן צוריק צו קומען פון דארט קיין לענינגראד, האבן די חסידים דערטראכט אט דעם פלאן. און דאס איז געקומען דורך די שטארקע השתדלות פון ר' מרדכי דובין ז"ל, וועלכער איז געווען דער אמבאסאדאר פון לאטוויע צו דעם סאוויעטן פארבאנד...!

פארשוויגען » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:12 pm

· #318441
אינטרעסאנט, די חבד'סקע פענימער האבען זיך נישט געטוישט זייט דעמאלטס..

ונבנתה העיר » מוצ"ש יולי 30, 2016 11:35 pm

· #343971
.
📎 2.pdf 📎 1.pdf

מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:42 pm

· #355141
ווייסט איינער אויב ס'דא אודיאו פון די רבי מהריי"ץ
יישר כח פאר די קליפ
מחיה נפשות

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 6, 2017 5:40 pm

· #362111
ונבנתה העיר
הילולא.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 6, 2017 7:39 pm

· #362127
קאווע טרינקער
ליובאוויטש האט שוין געהאט דא אין ניו יארק נאך איידער דער מהרייצ איז דא אנגעקומען? נישט געוואוסט.


ליבאוויטש האט געהאט מער חסידים אין אמעריקא אין יענע צייט, מער ווי ביידע באבוב'ס האבן אינאיינעם. נאר דער מהלך פונעם מהרחיי"ץ איז טאקע געוועהן אז די חסידים זאל בלייבען כל אחד על מקומו כדי צו פארשפרייטען אידישקייט, אומצואליגע אלף בינה'ס אין יסודות'דיגע הלכה פאנפלעטן האט ער געלאזט דרוקן און די חסידים זאלען דאס פארשפרייטען, וואס דאס איז געוועהן די ערשטע קערענדליך פון די 'שלוחים' אפטיילונג.

פליקער
אויך א גרויסן יישר כוח @ונבנתה העיר, קענסטו אביסלע איבערגיין וואס איז געוועין די השתלשלות הדברים

פון ווי האט ער געהאט די אלע קאנעקשן'ס
פארוואס איז ער געקומען אויף ארצות הברית
וואס האט ער געטיען למען הצלת ישראל בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען פארן כלל ישראל אחר המגיפה
?


הונדרעטער בריעוו איז געדרוקט אין די כרכים 'אגרת הקודש - ריי"ץ" וואס ער שיקט אוועק צו לעזן פראבלעמען צו העלפן די אלע וואס האבן איהם געשיקט בריעוו אויף הילף.

גרויס קאנקעקשאנס האט ער געמאכט ביי זיין ערשטע באזוך, און במיוחד דורך משפחת קרעמער (וואס מ'זעהט אויפ'ן ווידיא) און ר' ישראל יאקבסאהן, ועוד, וואס רוב רובא פון די תקופה פון ליבאוויטש אין אמעריקא איז געדרוקט מיט בילדער און דאקומענטן אינעם ספר 'תולדות חב"ד בארה"ב תר"ס-תש"י'.
דא האט איהר א לינק:
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/30475">http://www.hebrewbooks.org/30475</a>

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:55 pm

· #412024
מילטאן קראמער, דער יונגעל וועלכער זינגט ביי 2:30, איז נפטר געווארן אין די פייוו טאונס.



📎 nf_2356_31362.jpg

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 4, 2020 11:18 pm

· #442530
זכותו יגן.

📎 ז.jpg

נאך א מיינונג » מיטוואך פעברואר 5, 2020 9:24 am

· #442543
ונבנתה העיר
זכותו יגן.

📎 ז.jpg

א דוגמא דערצו קען מען טרעפן דא און ווייטער אין יענע ספר

וע"ע משנה נגעים פרק ב' משנה ה', ודו"ק.

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 29, 2023 2:51 pm

· #516401
לכבוד י' שבט. יש אומרים אז דאס איז א רעקארדירונג פונעם רבי'ן ריי"ץ נ"ע.

ס'איז מומלץ צו שרייבן צוואה פאר'ן אויסהערן.

------------

אנו חושפים כאן הקלטה נדירה מההתוועדות האחרונה עד כה שנערכה עם הרבי הריי"צ במרכז חב"ד העולמי 770, בימי 'חג הגאולה' י"ב-י"ג תמוז תש"ט • הקול המרכזי הבודד הוא של הרבי הריי"צ עצמו, בניגון דביקות מיוחד של חסיד עובד השם שהיה מתפלל עם ניגון זה. ניגון בה היה חביב מאוד אצל הרבי הריי"צ • האזינו לקולו הקדוש של הנשיא השישי

דוראק » דינסטאג פעברואר 7, 2023 7:59 pm

· #516689
ס׳איז דאָ נאָך אַ רעקאָרדירונג וואָס דרייט זיך שוין יאָרן וואָס מ׳קען הערן אויך ווי ער רעדט.

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 26, 2023 1:07 pm

· #522800
כאפט אייך אהן די הויזן.

פן דעם זעלבן פארברענגן, י"ג תמוז תש"ט, מיט סובטייטלס.

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:13 pm

· #523124
איך ווייס נישט פארוואס איך קען נישט זעהן דא קיין איין ווידיאו וואס ונבנתה האט געברענגט. עס איז א בלענק פעיזש

Nanach » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:47 pm

· #523132
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט פארוואס איך קען נישט זעהן דא קיין איין ווידיאו וואס ונבנתה האט געברענגט. עס איז א בלענק פעיזש
same by me

שמן למאור » פרייטאג אפריל 28, 2023 12:43 am

· #523142
אינטערסאנטער
איך ווייס נישט פארוואס איך קען נישט זעהן דא קיין איין ווידיאו וואס ונבנתה האט געברענגט. עס איז א בלענק פעיזש
עס געשעט אויך ביי מיר צומאל, די עצה איז צו ציטירן די מעסעדזש און אזוי באקומט מען די לינק פונעם יוטוב ווידיאו.

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 28, 2023 1:34 am

· #523145
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערעסאנט וואס די זאגסט. איך האב געהערט די רעקורדינג און איך בין געווען היבש סורפרייזד ווייל פון די בילדער זעהט ער אויס צו זיין א געזינטער מענטש אבער זיין רעדן וואס איך האב געהערט איז שרעקליך. איז דאס געווען צוליב די סטראק?