☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » תולדות אברהם יצחק רבי גייט צום כותל!

תולדות אברהם יצחק רבי גייט צום כותל!

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8553

chusid » זונטאג מערץ 29, 2015 8:13 pm

· #262615
תולדות אברהם יצחק רבי גייט צום כותל!
ברעיקינג! דע נאכט האט זיך די תולדות אברהם יצחק רבי אריינגעכאפט באישון לילה מתפלל זיין ביים כותל המערבי צום ערשטן מאל זינט די סאטמערער רבי האט דאס געאסר'ט אין יאר תשכ"ז.
איך וואלט געוואלט פארשטיין בתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? און איז דע נייע גייסט אויכט כלפי אנדערע איסורים?
📎 11034910_960530767304686_9063770721588955359_n.jpg 📎 2 tay.jpg

ימי קדם » זונטאג מערץ 29, 2015 10:06 pm

· #262654
דו מיינסט די ערשטע מאל אלס רבי. ער פלעגט גיין בקביעות מיט ר' מנחם מונדרער בעפאר ער איז געווארן רבי.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 29, 2015 10:54 pm

· #262663
א איד גייט צום כותל מאכט מען פון דעם אן אשכול?

ישמעאל הכהן » זונטאג מערץ 29, 2015 10:55 pm

· #262664
ניין. אבער ווען אן א.ג. ערליכער איד גייט, איז עס יא ווערד אן אשכול.....

גאנצל » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:23 pm

· #262811
מיינסט צו זאגן א א.ג. קנאי ווייל גענוג ערליכע אידן גייען צום כותל ליידער

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:31 pm

· #262830
ישמעאל הכהן
ניין. אבער ווען אן א.ג. ערליכער איד גייט, איז עס יא ווערד אן אשכול.....

נו א.ג. ערליכער אידן מעגן נישט גיין צום כותל?

ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:46 pm

· #262834
ישמעאל הכהן
ניין. אבער ווען אן א.ג. ערליכער איד גייט, איז עס יא ווערד אן אשכול.....

זייגער » מאנטאג מערץ 30, 2015 8:27 pm

· #262946
עם ישראל חי!!
נצח ישראל לא ישקר!!

סמבטיון » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:27 am

· #263045
עבירה גוררת עבירה, קודם מאכט מען שלום מיטן בעלזער, אין דערנאך קומט מען אהן צום ערגסטן רח"ל, געגאנגען צום שריד בית מקדשינו, אוי באשעפער זיסע! ווער ווייסט וואס נאך קומט..

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:30 am

· #263121
[ציטאט אראפגענומען]



אוי איז דאס א זיסע שטיקל מתוק מדבש
כפתור ופרח

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:47 am

· #263124
Re: תולדות אברהם יצחק רבי גייט צום כותל!
יא יא, ס'קומט זיך אים א לייק.

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:13 am

· #263128
נופת צופים
יא יא, ס'קומט זיך אים א לייק.


אין מביאין ריאה מן השוטים..... עס איז נישט קיין סוד אד דער היילגער מוזשער ז''ל איז געווען לאו חכים טובא ולאו טיפוש זוטא... מתיר צו זיין א איסור פון רבינו הקוה''ט זי''ע, וואס איז אנגענומען הייליג ביי זיינע תלמידים וחסידים, געבויעט אויף א מושזאי מעשה, וואס איז אגב פונקט אזוי אמת ווי דער רבי זי''ע האט צוגעזאגט פאר זיין חיים די ר''ת תפילין פון הייליגן קדו''י זי''ע, גיין אריין בגדר של טפשות...

און דאס וואס דער אברהם יצחק רבי גייט צום כותל איז גאר קיין פלא נישט... ער איז א וויזניצער תלמוד און ער האט מיט סאטמאר קיין פארקער נישט.... ער איז נאר דא צו קישן סאטמאר ווען ער דארף א פאר דאללאר, ווי אלע שנארערס פון ישראל... ער וועט גלייבן אין וואס די ווילסט נאר.... נאר אהער מיט א טשעקל.....

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מערץ 31, 2015 7:35 pm

· #263292
[ציטאט אראפגענומען]


אגיד האמת איך פארשטיי נישט צו די לייקן וואס איז דער מעלות וואס טוט אויף איך האב נישט קיין אנונג אין דעם.....

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:50 pm

· #263351
Re: תולדות אברהם יצחק רבי גייט צום כותל!
התם ומתמם עם תמימים


אגיד האמת איך פארשטיי נישט צו די לייקן וואס איז דער מעלות וואס טוט אויף איך האב נישט קיין אנונג אין דעם.....

איך האב עס אויך נאכנישט פארשטאנען. וואס האט מען פון די גאנצע לייקעראציע?

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:50 pm

· #263372
די לייק סיסטעם העלפט אויף אזויפיל אז די אשכול ווערט נישט אנגעפירקעלט מיט תגובות ווי: נאדיר א גרינע, אדער

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 1, 2015 7:44 am

· #263431
[ציטאט אראפגענומען]


די מישט אויס. אין על הגאולה שרייבט ער "יש למנוע" אבער אין די נשא תורה, וואס איז די מקור פאר "לדעתי לדעתי", האט ער געזאגט טאר מען נישט גיין צום כותל

מ'קריגט זיך דא ארום וואספארא טיפ מענטש סאטמאר רב איז געווען. ס'דערקענט זיך אז מ'האמיר שוין נישט ר' שלמה יעקב וואס וואלט אלס אויסגעקלארט.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך אפריל 1, 2015 9:04 am

· #263451
שמעון וואלף
[ציטאט אראפגענומען]


די מישט אויס. אין על הגאולה שרייבט ער "יש למנוע" אבער אין די נשא תורה, וואס איז די מקור פאר "לדעתי לדעתי", האט ער געזאגט טאר מען נישט גיין צום כותל

מ'קריגט זיך דא ארום וואספארא טיפ מענטש סאטמאר רב איז געווען. ס'דערקענט זיך אז מ'האמיר שוין נישט ר' שלמה יעקב וואס וואלט אלס אויסגעקלארט.


נע שלמה יעקב וואלט מער פארדרייט לפי רצונו ודי בזה

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 2:53 pm

· #263547
שמעון וואלף
ס'דערקענט זיך אז מ'האמיר שוין נישט ר' שלמה יעקב וואס וואלט אלס אויסגעקלארט.


וואס איז געווען זיין ניק דא?

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:56 am

· #263738
למעשה איז דער טאטע זיינע נישט געגאנגען צום כותל ווייל ער האט זיך מבטל געווען פאר די שיטה פונעם ד"י (ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פונעם ד"י )במילא איז אומפארשטענדליך אז ער איז יא געגאנגען אויב זיין טאטע האט נישט אזוי געטון

זייגער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:07 am

· #263741
גאנצל
למעשה איז דער טאטע זיינע נישט געגאנגען צום כותל ווייל ער האט זיך מבטל געווען פאר די שיטה פונעם ד"י (ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פונעם ד"י )במילא איז אומפארשטענדליך אז ער איז יא געגאנגען אויב זיין טאטע האט נישט אזוי געטון


קיינמאל נישט געוואוסט אז די תולדות אהרן רבי ז'ל איז געווען א תלמיד פון די דברי יציב.

הוגה » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 7:19 am

· #263764
גאנצל
למעשה איז דער טאטע זיינע נישט געגאנגען צום כותל ווייל ער האט זיך מבטל געווען פאר די שיטה פונעם ד"י (ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פונעם ד"י )במילא איז אומפארשטענדליך אז ער איז יא געגאנגען אויב זיין טאטע האט נישט אזוי געטון


@גאנצל, יעצט האסטו געמאכט אן גוטע ארגומענט פארוואס ער זאל יא גיין. שרייבסט אז זיין טאטע איז נישט געגאנגען, האלטנדיג זיך פאר א תלמיד פון די דברי יואל. נו אויב אזוי דארף ער יא גיין, זייענדיג א תלמיד פון דער אמרי חיים. ובכלל, זייט ווען איז א גדולה ביי חסידים ווען א רבי מאכט נאך זיין טאטע? רביס האבן זיך אלץ גרויס געהאלטן אז זיי האבן "אן אנדערע דרך".

די איינציגסטע סיבה פארוואס די תולדות רביס זענען נישט געגאנגען ביז היינט (בפומבי) איז ווייל עס איז אין די תקנות.

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:28 pm

· #263808
הוגה

די איינציגסטע סיבה פארוואס די תולדות רביס זענען נישט געגאנגען ביז היינט (בפומבי) איז ווייל עס איז אין די תקנות.

וועלכע תקנות?

הוגה » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 12:48 pm

· #263811
די תקנות פאר די חבורה, פון רבי אברהם יצחק ז"ל. אזוי מיין איך.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:14 pm

· #263820
נישט ריכטיג.

אסאך ר' אהרעלעך זענען אלץ געגאנגען עמטליך

אוהב ספרים » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:35 pm

· #263829
גאנצל
למעשה איז דער טאטע זיינע נישט געגאנגען צום כותל ווייל ער האט זיך מבטל געווען פאר די שיטה פונעם ד"י (ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פונעם ד"י )במילא איז אומפארשטענדליך אז ער איז יא געגאנגען אויב זיין טאטע האט נישט אזוי געטון


וואס הייסט עס איז דא וואס האלטען, ער האט געלערנט אין שטאט סאטמאר ביים דברי יואל

אוהב ספרים » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:36 pm

· #263830
הוגה
די תקנות פאר די חבורה, פון רבי אברהם יצחק ז"ל. אזוי מיין איך.



די תקנות זענען במקורם פון ר' אהרן בעל שומר אמונים, ר' אברהם יצחק איז נישט געגאנגען אלטץ סאטמארע תלמיד, דער עולם גייט אומעמטליך. ר' שמואל יעקב איז אויכעט געגאנגען פאר ער איז געווארען רבי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:37 pm

· #263831
דער תולדות אברהם יצחק רבי איז מער וויזניץ (רבו האמרי חיים ז"ל) געשטימט ווי תולדות אהרן, ממילא איז נישט קיין פראבלעם פאר אים. (אביו ורבו, רבו קודם... ניין?)
און ביטע, הערט אויף צו מאכן א שטורעם אין א גלעזל וואסער, און קעהר נעמען פון יענעמ'ס "עבירות".
Live and let live

פון מיר אויס קען מען פארשפארן דעם אשכול.

Kool man » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:50 pm

· #263834
לכאורה אלץ תלמיד פון אמרי חיים דארף ער אויך אנהייבען גיין צו בחירות, וואס האט מער תופס מקום געוועזען ביים אמרי חיים ווי כותל 😉

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:17 pm

· #263846
דעס האב איך געהערט פון א גרויסע אנהענגער פון תו"א רבי'ן זצ"ל אז ער האט בעצם געלאזט זיינע חסידים גיין צום כותל ער איז נאר נישט געגאנגען אלס תלמיד

קענסט אים אפפרעגן

chusid » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:40 pm

· #263937
די שטורעם איז נישט אלץ זיין 'חטא' פון גיין צום כותל נאר מער א פליאה מה נשתנה יום מיומיים

shem-tov » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:08 pm

· #264439
אזוי דער מוזשויער איז געגאנגן צום כותל. ערשטענס מוז איך נישט גלייבן משזרס באבע מעשה. צווייטענס. ווי ווייט איך ווייס איז ער א גאנץ לעבן געגאנגן אין וואנט אריין. ער איז קיין שטוב מענטש קיינמאל נישט געווען אויב עפעס איז ער געווען א אומבאלימפעטער נעפיו וואס מען האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבען אבער האט קיינמאל נישט פארפעלט זיך צו נער צולייגן. כידוע בין אנ"ש

שלמה המלך » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:51 pm

· #265687
WOW אזויפיל שטותים מיט הבלים אז נאר!
תו"א זצ"ל האט געהאט א פראבלעם ווי אלע אלטע מארמאראשע (ווי יענער זאגט) האבען געהאט, קיינער האט זיך נישט געזיכט צי האבען ציטוהן מיט די אמאליגע טעראריסט פון וויליאמפעסט וואס האבען שוין היינט א ערד גרוך! עס איז אים געוועהן ליבערשט צי זיצען אינדערהיים.
תו"א רבי גייט שוין לאנג און היצטערט אויך די ברודער, ער איז א וויזניצער תלמיד דארט ווי זיין טאטע האט אים געשיקט לערנען און קען רואיג גיין ריכארדלעס וואס די ארומיגע האבען צי זאגען און אפילו די בחירות איז געוועהן א גרעסערע עסק אין וויזניץ אבער אלץ ווארעמקייט ברענט אינעם מער דעם שריד בית אלוקינו VS די בחירות.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אפריל 15, 2015 4:00 pm

· #266329
chusid
ברעיקינג! דע נאכט האט זיך די תולדות אברהם יצחק רבי אריינגעכאפט באישון לילה מתפלל זיין ביים כותל המערבי


ברוך השם נאר איינער איז געקומען צום שכל.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 15, 2016 4:24 am

· #325082
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2016/03/blog-post_715.html?m=1">http://bshch.blogspot.com/2016/03/blog- ... 5.html?m=1</a>

מיין קאזין א ריכטיגע סאטמערע חסיד ר׳ ד.ש. לאנדא בן ר׳ וואלף פאטאגראפירט זיך ביים כותל, און שאולזאהן איז בשמחה!

בן אדם » דינסטאג מערץ 15, 2016 2:36 pm

· #325138
ס'איז געפאטאשאפט, זעסט נישט?

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 5:47 am

· #325251
בן אדם
ס'איז געפאטאשאפט, זעסט נישט?


דעס זאגט מען היינט אויף א יעדע בילד, מסתם מאכסטו א דזשאוק, כ'קען אים אנרופן פרעגן.
איך זעה נישט ס'זאל זיין פאטאשאפ, און ס'איז מיר גאנץ א קליינע נפק"מ צי יא צי נישט. איך בין געוועהן מיט מיין עקס-שוואגער און זיין משפחה מיט א היפשע פאר יאהר צוריק אין ארץ ישראל און זיי זענען אלע געגאנגען צום כותל, הייסע סאטמורים! אונז האבן דארט געדאווענט מיטן די מנין פונעם "עכטע" קאסובער רבי הרה"צ ר' מנחם מונדרור שליט"א מ'קאסוב ירושלים. הרב אייזענבערג מיט זיינע חסידים זענען אויך געוועהן דארט, ס'איז געוועהן שבת פאר ל"ג בעומר, און צווישן אייזענבערגס חסידים האב איך אויך געטראפן אפאר סאטמורים. זעהט אויס ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך הויואל משה...


בד"וו ווער האט געבויעט דעם כותל? א פאלנער גוי! יא, אמת? אדער אונז גיין האבן א די"ת וועגן דעם אויך?

שושן פורים » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:03 am

· #325267
שבת אחים
בן אדם
ס'איז געפאטאשאפט, זעסט נישט?


אונז האבן דארט געדאווענט מיטן די מנין פונעם "עכטע" קאסובער רבי הרה"צ ר' מנחם מונדרור שליט"א מ'קאסוב ירושלים.

רבי מנחם מונדרר לעבט שוין נישט א שיינע פאר יאר