פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8547
פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן
דאס איז א נושא ווי מ'טאפט א וואנט, ווער איז גוט און ווער מאכט נאר חרוב ? דאס איז א זאך וואס יעדער פראבירט אויסצוגעפינען און ביי אונז מאכט מען א סוד פון די גאנצע זאך ממילא איז צען מאל שווערער צו טון די ריסערטש. לאור דאס אלעס ארבעט איך אויף א שטיקל ליסטע וואס איך קען באקומען פון ריליף פון סוקסעספולע טעראפיסטן, און אוודאי ווער עס קען צולייגן גוטע מומחים וועט טוען א גרויסן גמילות חסד און וועט זעכער באקומען זיין שכר.
אה זריזין מקדימין קוים געקומען שוין א נייע אשכול, נו לאמיר זעהן וואס דו האסט צו צושטעלן און מען וועט מוסיף זיין
פאר קינדער? עלטערע? הילף אין וואס? יעדער גוטע טערעפיסט איז נישט גוט אויף אלעס.
Re: פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן
געוואלדיגאה זריזין מקדימין קוים געקומען שוין א נייע אשכול, נו לאמיר זעהן וואס דו האסט צו צושטעלן און מען וועט מוסיף זיין
וואס פארשטייסטע נישט. ער איז שוין א תושב דא, נאר ער שעמט זיך צו פרעגן דעי עניינים (כאמור ) האט ער געמאכט א נייע ניק.
די ליסטע וואס איך ארבעט יעצט איז פאר עלטערע מענער-בחורים אבער איך האף נאכצוקומען מיט א ליסטע פאר קינדער, אויב איינער האט עפעס אינפערמאציע וואס קען ארויסהעלפן דאן ביטע לאזן וויסן אין אישי. דא קומט אבער א פראבלעם וויאזוי צו מפרסם זיין די נישט גוטע לויט די תקנות המקום- זאל איך נאר שרייבן גוטע ומכלל הן אתה שומע לאו?
אקעי, לאמיר אייך זאגן וואס איך ווייס.
דהיינו, ווער ס'האט מיר געהאלפן אין שווערע זמנים, [ווער נישט וועל איך נישט שריבן... חח] און בנוסף זענען מיט א היי דעגרי און זענען 'טאפ' וואס איז שייך אויפן היימישער מארקעט.
א טעראפיסט פאר יונגע אלטע סינגלס און חתונה געהאטע, איז אין מאנסי דא 'מאטי קליין', וואס קאסט טאקע א פרייז יעדע וויזיט, אבער ס'ווערד יעדע פעני, ווייל ער מאכט נישט קיין לאנגע מעשיות, ער 'צילט' אז מ'זאל נישט דארפן קומען צו עהם מער נאך א פערטל - טאפס א האלבע יאר, פאר ווער ס'פארשטייט וואס דאס מיינט, די שיטה פון טאקע טוישן דעם קליענט, נישט סתם שלעפן און בא'נעבעכן.
ווידער א גוטע ספעציאליסט אין דיאגניזירן יעדן, קינדער עלטערע גלייך, איז דער באקאנטער דאקטאר פרייס, וואס פירט אן א האלבע טאג דעם פסיכולאגישע אפטיילונג אין ביקור חולים אף ראקלענד, און א האלבע טאג האנדעלט ער אין זיין אייגענע אפיס, וואס ער איז דער קעניג פון פסיכאלאגישע דאקטורים, על כל פנים אינעם היינטיגער דור - דערווייל!
Re: פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן
מנשה לוסטיג [ווער נישט וועל איך נישט שריבן... חח]
איז דא א סמיילי פאר חח?
Re: פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן
יא דער מאטי קליין איז זייער גוט, ער האט אויך א אפיס אין וויליפעסט
אויף מרדכי (מאטי) וויינבערגער האב איך געהערט גוטע אינפא.
דר. בנציון סורוצקין פון פלעטבוש איז זייער גוט check out <a class="postlink" href="http://drsorotzkin.com">http://drsorotzkin.com</a>
פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן
וואס טוט זיך מיט ר׳ לייבל שטערנליכט , כהאב געהערט אסאך פון זיינע שיעורים רוב מאל איז ער מיר גאנץ געפאלן.
ר' יואל כהן פון מאנסי איז זייער גוט זיך צוהיילן פון אלע סארט spiritual abuse
נאטירליךר' יואל כהן פון מאנסי איז זייער גוט זיך צוהיילן פון אלע סארט spiritual abuse
וואס איז דאס spiritual abuse?
הוגהנאטירליךר' יואל כהן פון מאנסי איז זייער גוט זיך צוהיילן פון אלע סארט spiritual abuse
וואס איז דאס spiritual abuse?
ברלנד/כהן געיט?
Spiritual abuse איז abuse אין נאמען פון רעליגיע, למשל לעבן מיט די איינרעדעניש אז דער רבוש"ע איז בא בטרוניא עם בריותיו(און אויף יעדע קלייניקייט איז מען חייב מיתה וכל היסורים) אדער אז ער פארגינט נישט קיין עולם הזה וכו'
איך כאפ נאכאלץ נישט פונקטליך. ווער איז דער ר' יואל כהן? ווער איז זיין קליענטעל? און וואס איז זיין מעטאד?
.
וואס האלט דער עולם. איז דא א וועג וויזוי פטור צו ווערן פון די אלע ענקזייעטי דעפערעסיע וכו' לגמרי, דאס הייסט, צו קען מען מאכן דיליט!! ווי גלייך די גאנטצע עביוז איז קיינמאל געשעהן אן דארפן ציריקקיקן און זיך מחזק זיין מיט כל המיני טיפס? אדער ניין
און זייער אסך פעלער, יא
נישט דיליט אויף די מעשה אבער דיליט אויף די נאכווייען.
וויזוי?
ס'דא מערער מהלכים וואו אזוי א פראפעשנל קען דילען מיט טראמא
check out EMDR
ס'דא נאך מהלכים אויך
קאצקע ציקערוואס האלט דער עולם. איז דא א וועג וויזוי פטור צו ווערן פון די אלע ענקזייעטי דעפערעסיע וכו' לגמרי, דאס הייסט, צו קען מען מאכן דיליט!! ווי גלייך די גאנטצע עביוז איז קיינמאל געשעהן אן דארפן ציריקקיקן און זיך מחזק זיין מיט כל המיני טיפס? אדער ניין
אויב די אביוז האט איבערגעלאזט א טיפע וואונד אויפן נפש איז מסתבר אז נישט. מען קען עס אבער גענוג נוטרעלייזן אז עס זאל נישט שטערן אין טאג טעגליכן לעבן.
אני פסחולוג גדול אבל אין לי אישור 🙄 מהרבנים
קאצקע ציקערוואס האלט דער עולם. איז דא א וועג וויזוי פטור צו ווערן פון די אלע ענקזייעטי דעפערעסיע וכו' לגמרי, דאס הייסט, צו קען מען מאכן דיליט!! ווי גלייך די גאנטצע עביוז איז קיינמאל געשעהן אן דארפן ציריקקיקן און זיך מחזק זיין מיט כל המיני טיפס? אדער ניין
בעיקר איז דא 2 מהלכים CBT און psychoanalysis די נפק"מ צווישן די 2, CBT גייט נישט אל השורש נאר לערנט אויס וויאזוי צו דיעלן מיט שווערע געפיהלען אבער עס היילט נישט אזוי ווייט אויס, אבער psychoanalysis גייט אל השורש און עס איז מעגליך אינגאצן צו איבערמאכן די לעבן.
אבער בכל אופן איז זייער שווער אנצוקומען צום פאסיגן מענטש (אפילו נאך relief) מען דארף גרויס סייעתא דשמיא אז מען זאל זיך סתם ארומדרייען און וועסטען צייט און געלט
CBT
ווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
psychoanalysis איז היינט צוטאגס כמעט א פארגאנגענהייט און איז א waste of time געווענדליך
cbt ווער ס'קען דאס גיט גייט יא צום שורש
א חוץ מזה איסז דא איבער 300 מהלכים
ירח בן יומוווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
ווענד זיך פארוואס
CBT איז זייער אנגענימען היינט און האט זייער אסך סדאדיס empirical evidence אז דאס ארבעט
הקטןpsychoanalysis איז היינט צוטאגס כמעט א פארגאנגענהייט און איז א waste of time געווענדליך
cbt ווער ס'קען דאס גיט גייט יא צום שורש
א חוץ מזה איסז דא איבער 300 מהלכים
ווען איך גענוצט psychoanalysis האב איך נישט געמיינט כפשוטו צוריקצוגיין צו פרויד נאר לאפיקי פון CBT וואס איז ראשי תיבות Cognitive Behavioral Therapy דאס מיינט זיך צו טוישן דורך מחשבה ומעשה וואס איז נישט אפגעפרעגט, אבער אויב מען לאזט אויס די גאנצע טיפערע חלק פון די מענטש די inner child וכל שום וחניכה דאית ליה, האט מען נישט אויסגעהיילט בשורש די אלע ווייטאגן און אומזעכערקייט.
נ.ב. פאר די אלע וואס האלטן נאך אז טערעפי איז נארישקייטן דא האט איר אן ארטיקל וואס לדעתי איז יורד לעמקו של דברים <a class="postlink" href="http://drsorotzkin.com/why-cant-he-just-move-on/">http://drsorotzkin.com/why-cant-he-just-move-on/</a>
ירח בן יומוווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
אהרן פריעדמאן האט א בוך אויף דעם - גם אתה יכול לצאת מזה.
ונבנתה העירירח בן יומוווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
אהרן פריעדמאן האט א בוך אויף דעם - גם אתה יכול לצאת מזה.
א גוטע בוך אויף CBT איז Feeling Good: The New Mood Therapy by David D. Burns אויך איז דא זייער א גוטע בוך אויף תורת הנפש בכלל וואס גיט א זייער קלארע בילד איז Facing Codependence by Pia Mellody
ירח בן יומוווייסט איינער וואס איז די מהלך CBT? איז עס אנגענומען ביי דאקטורים? היילט עס טאקע?
לדעתי היילט עס נישט ס'פשוט טיפס וויזוי זיך מחזק זיין אבער דאס היילט נישט. די פראבלעם פון CBT איז אז ס'דיעלט בכלל נישט מיט די סאבקאנטשעס מיינד וואס די סאבקאנטשעס מיינד איז די דרייוו פון די מענטש, CBT איז זייער אויבערפלעכליך. כדאי צו היילן דארף מען טיעף אריינגיין אינעם נפש
איך האב מורא אז נאר משיח וועט פארשטיין יעדן איינעם'ס נשמה
רבי אהרון הוא מבין גדול בעיניני תחלואי הנפש
moshav zekeinimרבי אהרון הוא מבין גדול בעיניני תחלואי הנפש
איזה ר' אהרון התכוונת?
ט"ב
באמת זה לא משנה אני חושב שכל צדיק רב גדול בישראל שהוא דעת תורה יכול לרפאות תחלואי נפש
ס'דא רביס וואס דארפן זיך קודם אליינס היילן נאכדעם קען מען רעדן פון היילן אנדערע
כל המבזה
כל המבזה תלמודי חכמים...
כ'מיין אז אין עבודת ה' איז אויך דא CBT און מער טיפערע ארבעט.
ר' אביגדור מיללער, חובת הלבבות, גר"א, נפש החיים, חב"ד איז מער ווי CBT און איזביצה, רב קוק, בעש"ט, חוזה מלובלין, המגיד ממעזריטש, ר' יהודה הלוי, איז מער ווי די טיפערע ארבעט (איננע"ר וואר"ק בלע"ז )
איך ברענג די נעמען צו ארויסברענגען מיין פוינט ובודאי יש מקום לדון בזה.
איך האב אמאל געהאט א שמיעס מיט א עסקן וועגן די נושא האבן מיר אזוי ארימגערעדט וועגן יא טון CBT צו נישט, זאגט מיר די עסקן אז ער האלט דעפיניטלי אז מענטשן זאלן גיין פאר סיביטי, ער טענה'ט, מען דארף נישט נישטערן אין מיסט לאז אפ דיגארבידיז. זאגט ער מיר א משל, אז ס' צוגעגליכן צו הויז וואס אין די בעסטמענט איז דא פיל מיט גארבעדז איז אנשטאט צו וואוינען אין די בעסטמענט גייט מען ארויף א שטאק און פארטיג מען דארף נישט דיעלען מיט די מיסט. אזוי האט ער מיר געוואלט מסביר אז סיביטי איז די ריכטיגע מהלך צו גיין, געב איך עים א פרעג, און וואס טוט זיך אויב די גארבעדז איז אזוי שטארק אז די שמעקט קימט ארויף ביזן דריטען שטאק??
איך מיין איך האב דאס שוין געשריבן- גיטע cbt גייט אויך צים שורש וואו core beliefs און automatic thoughts און underlying assumptions
דאס אז CBT איז נאר פין אויבן און גייט נישט טיף דאס איז קריטיק אויף CBT וואס איז געקימען פין דו צד שכנגד וואס איז אפגעווארפען געווארן פין די CBT קעמפ
BT האלט אויך אז אדם נפעל כפי פעולותיו און די בעסטמענט ווערט אויסגעוואשן דארך behavior וואו למשל exposure and response prevention פאר OCD
הקטןאיך מיין איך האב דאס שוין געשריבן- גיטע cbt גייט אויך צים שורש וואו core beliefs און automatic thoughts און underlying assumptions
דאס אז CBT איז נאר פין אויבן און גייט נישט טיף דאס איז קריטיק אויף CBT וואס איז געקימען פין דו צד שכנגד וואס איז אפגעווארפען געווארן פין די CBT קעמפ
BT האלט אויך אז אדם נפעל כפי פעולותיו און די בעסטמענט ווערט אויסגעוואשן דארך behavior וואו למשל exposure and response prevention פאר OCD
כ'מיין אז דער אמת איז, עס ווענד זיך מער אין די נאטור פון א מענטש, א מענטש וואס איז מער שכלי ווי רגשי, קען אפשר האבן הצלחה מיט CBT, אבער איינער וואס איז מער נשמה ווי שכל פיהלט ווי CBT דערשטיקט זיין נפש.
moshav zekeinimבאמת זה לא משנה אני חושב שכל צדיק רב גדול בישראל שהוא דעת תורה יכול לרפאות תחלואי נפש
זה הרגשה שלך? או אתה מדבר ממציאות? מעולם לא שמעתי שנשיא מאיזה מוסד יכול לרפאות לא בגשם ולא ברוח, והלואי שלא יקלקלו
[בנוהג שבעולם כשיש שאלה באיזה עניין קשה נכנסים לצדיק להנות ממנו עצה ותושיה
נאטירליךmoshav zekeinimבאמת זה לא משנה אני חושב שכל צדיק רב גדול בישראל שהוא דעת תורה יכול לרפאות תחלואי נפש
זה הרגשה שלך? או אתה מדבר ממציאות? מעולם לא שמעתי שנשיא מאיזה מוסד יכול לרפאות לא בגשם ולא ברוח, והלואי שלא יקלקלו
באמת זענט עטס ביידע גערעכט
moshav דו האסט די advantage אז דו גלייבסט, קענסטו מקבל זיין א תועלת
ווידער נאטירלך האט דאס נישט.
נאטירליךהקטןאיך מיין איך האב דאס שוין געשריבן- גיטע cbt גייט אויך צים שורש וואו core beliefs און automatic thoughts און underlying assumptions
דאס אז CBT איז נאר פין אויבן און גייט נישט טיף דאס איז קריטיק אויף CBT וואס איז געקימען פין דו צד שכנגד וואס איז אפגעווארפען געווארן פין די CBT קעמפ
BT האלט אויך אז אדם נפעל כפי פעולותיו און די בעסטמענט ווערט אויסגעוואשן דארך behavior וואו למשל exposure and response prevention פאר OCD
כ'מיין אז דער אמת איז, עס ווענד זיך מער אין די נאטור פון א מענטש, א מענטש וואס איז מער שכלי ווי רגשי, קען אפשר האבן הצלחה מיט CBT, אבער איינער וואס איז מער נשמה ווי שכל פיהלט ווי CBT דערשטיקט זיין נפש.
@נאטירליך, האסט אמאל געהערט פין אזא זאך וואס ריפט זיך א "HOT COGNITIONS" און די קאנטעקטס פין CBT?
הקטןנאטירליךהקטןאיך מיין איך האב דאס שוין געשריבן- גיטע cbt גייט אויך צים שורש וואו core beliefs און automatic thoughts און underlying assumptions
דאס אז CBT איז נאר פין אויבן און גייט נישט טיף דאס איז קריטיק אויף CBT וואס איז געקימען פין דו צד שכנגד וואס איז אפגעווארפען געווארן פין די CBT קעמפ
BT האלט אויך אז אדם נפעל כפי פעולותיו און די בעסטמענט ווערט אויסגעוואשן דארך behavior וואו למשל exposure and response prevention פאר OCD
כ'מיין אז דער אמת איז, עס ווענד זיך מער אין די נאטור פון א מענטש, א מענטש וואס איז מער שכלי ווי רגשי, קען אפשר האבן הצלחה מיט CBT, אבער איינער וואס איז מער נשמה ווי שכל פיהלט ווי CBT דערשטיקט זיין נפש.
@נאטירליך, האסט אמאל געהערט פין אזא זאך וואס ריפט זיך א "HOT COGNITIONS" און די קאנטעקטס פין CBT?
ניין, אדרבה יאירו דבריך.....
ויקיפדיה העברית
תחומי עיסק:
פסיכולוגיה קלינית - עוסקת בניתוח ופתרון בעיות נפשיות והפרעות התנהגות.
פסיכולוגיה חינוכית - עוסקת בחקר תהליכים חינוכיים מנקודת מבט של הפרט המתחנך או של הפרט במסגרת החינוכית. תחום זה מתמקד גם במערכת יחסי הגומלין בין הפרט ובית הספר.
פסיכולוגיה ארגונית ותעשייתית - עוסקת בדינמיקות ארגוניות הנובעות מהאינטרקציה בין החברים בארגון. חופפת במידה רבה עם פסיכולוגיה חברתית, אך מתמקדת ביישום. בין היתר עוסקת במוטיבציה, מנהיגות, עריכת בחינות מיון וקבלה לעבודה, ייעוץ למפעלים ויעול שיטת העבודה.
פסיכולוגיה שיקומית - מתמחה בטיפול באנשים שנפגעו ממחלות או תאונות, עיבוד אבל וטראומות אחרות.
פסיכולוגיה מחקרית - עוסקת בתהליכים הקושרים תהליכים נפשיים לתהליכים ביולוגיים (מדעי המוח), תהליכים חברתיים (פסיכולוגיה חברתית) ואחרים.
אסכולות:
פסיכואנליזה - אסכולה תאורטית וטיפולית חשובה מיסודו של זיגמונד פרויד, שתחום העניין שלה הוא "תורת האישיות", כלומר - מבנה האישיות הכולל של האדם וההתפתחות התקינה והפתולוגית של מבנה זה.
פסיכולוגיה אינדיבידואלית - אסכולה מיסודו של אלפרד אדלר, המתייחסת לאינדיבידואל בצורה הוליסטית (אחדותית) ללא חלוקתו לרכיבים שונים של האישיות כפי שנעשה באסכולות אחרות.
פסיכולוגיה אנליטית - אסכולה מיסודו של קרל יונג המרחיבה את הפסיכואנליזה, והעושה שימוש נרחב במושגים מיתוסים וארכיטיפים ותת מודע קולקטיבי.
פסיכולוגיה התנהגותית (ביהביוריזם) - אסכולה העוסקת בתחומים שונים של התנהגות האדם מתוך הסתמכות על מדע ניתוח התנהגות. עוסקת גם בתחומים של ההתנהגויות על בסיס התניה רספונדנטית (רפלקסים, רגשות ותחושות) ובעיקר בהתנהגות אופרנטית - כל מגוון ההתנהגות המתפעלת של האדם, בכל הגילאים.
פסיכולוגיה הומניסטית - אסכולה העוסקת במימד האנושי של הפסיכולוגיה וההקשר שלו להתפתחות התאוריה הפסיכולוגית, אשר התפתחה כתגובה לביהביוריזם מצד אחד, ולפסיכואנליזה, מצד שני.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=3mhq9Szof8M&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=3mhq9Sz ... ata_player</a> פסיכיאטר