☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "דער איד אין ראקלענד"

"דער איד אין ראקלענד"

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8538
בלאט: 1 2

הוגה » פרייטאג מערץ 27, 2015 11:46 am

· #262295
אנאנים, יו מיסד מיי פוינט. איך האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז עס איז נישט לעגאל. איך האב ארויסגעברענגט אז די אידן אין ראקלענד קאונטי האבן די שליטה, זיי טוען וואס זיי ווילן (אפי' אויף א לעגאלע אופן), משא"כ די נישט אידן קענען גארנישט טון דערוועגן, קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי, אויסער אויב עס איז א קאר עקסידענט אין די נייעס.

.

chusid » פרייטאג מערץ 27, 2015 1:22 pm

· #262319
מדינת ישראל איז מער נישט די מערסטע מסוכנ'דיגע פלאץ פאר א איד צו וואוינען ווייל ראקלענד קאונטי איז ערגער..... נאך א מזל אונז האמיר א מדינה .

לעיקוואד » פרייטאג מערץ 27, 2015 1:23 pm

· #262320
הוגה
ווי א פארפאלטע ווארצל אויף א האריגע נאניע

.

מאי האי ? 😲

הוגה » פרייטאג מערץ 27, 2015 2:44 pm

· #262336
עזריאל טייערע, איך בעט דיר, לאמיר זיך האלטן צום ענין דא און נישט פארדרייען דער נושא מיט פרטים וואס זענען נישט נוגע. די נושא דא איז איבער "דער איד אין ראקלענד" און איר צוגלייך צו דער איד אין נאצי דייטשלאנד. איז דא נאך ערגעץ אין דער גאנצע וועלט וואו דער היימישע איד ריגירט מיט א פרייע האנט אזוי ווי "דער איד אין ראקלענד"? איז דא נאך ערגעץ אין דער גאנצע וועלט וואו דער נישט היימישע איד איז אזוי אומבאהאלפן ווי אין ראקלענד קאונטי, און קען גארנישט, זילטש נאדא עקאמפלישען? דאס איז די מצב פון "דער איד אין ראקלענד קאונטי", עס האט גארנישט מיט נאצי דייטשלאנד.


.

מאטי » פרייטאג מערץ 27, 2015 3:31 pm

· #262343
מענטשן וועלכע שטעלן צו יעדע 'אידישע/נישט אידישע' מחלוקה'לע צו נאציס, זענען פשוט'ע נאציס...

און יא...שיעור פארגעסן. די חסידים... הוי זיי זענען ממש ראסיסטן.

📎 2015-03-27 15.20.27.jpg

יואליש » פרייטאג מערץ 27, 2015 4:02 pm

· #262348
כ'האב נאכנישט געליינט די אשכול און נישט געזעהן די ווידיאו אבער צו פירן א קאמף מיט אינטערנעט קאמענטס שיינט מיר אז איימיצער זיכט א בר פלוגתא מיט לעכט לעכצענדיג פאר א קאריער אין פאליטיק.

ווען איז דאס לעצטע מאל איינער האט זיך אפי' געקימערט מיט א ראסיסטישע, אנטיסעמיטישע, זענאפאביק, האמאפאביק אדער מיסאזשאניסטיק פעיסבוך גרופע אדער וועבזייטל וואס איז נישט אפעלירט מיט גאווערנמענט אדער אן אפעציעלע אינסטיטוציע? זיי עקזעסטירן אין די מיליאנען. ס'איז טראגיש אז מענטשן מיט האס עקזיסטירן און פארשפרייטן עס ווייטער (אריינגערעכנט חרידישע זלזול לגבי די "אייניגע" מענטשליכע ווערט פון "גוים") אבער הייבן זייער פראמענענץ העכער ווי ס'איז איז א טעות.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2015 4:25 pm

· #262351
סאשי פיש
וואס מיינט ״נערעיטער״?

סאשי פיש: איך האב פאר דיר זעקס ניקס: והנה: איש צדיק תמים: התם ומתמם עם תמימים: אנאנים: מאכצעכ טאמעוואטע" פאלאטשעק---פי' פלאטשיק:שאינו יודע לשאול: פארצייטיגער יוד:...אפשר איז דא זיבן...! דו ווילסט איינעם דא איינרעדן אז (אזא סאפיסטיקירטער חכם מחוכם, בליעה"ר) ווייסט נישט וואס "נערעיטאר" מיינט...וואס ביסטו...? נעכטן אראפגעקומען פון די שיף...! דו קומסט פון אונגארן...אדער אפשר פון רוסלאנד...?...הא...? גיי פארקויף די לאקשן פאר א צווייטן...! אפשר אין איי-וועלט איז דא אזאלכע תמימים וואס וועלן דיר גלייבן... 😂 🙄

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:16 pm

· #262366
chusid
מדינת ישראל איז מער נישט די מערסטע מסוכנ'דיגע פלאץ פאר א איד צו וואוינען ווייל ראקלענד קאונטי איז ערגער..... נאך א מזל אונז האמיר א מדינה .

נו, ציונות. איך בין מוחה...! וואו זענען אונזערע ערליכע עסקנים. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...אשר קנאת ה' צב' בוער בלבבם...!נעשה את כל הגולה כמדורת אייש???!...אוי. שיער פארגעסן...גיוואאאאאלד...!...!
אוואו זענען אונזערע קלוגע, סאפיסטיקירטע ניקס....כל אחד וואחת בשמו ובשמה הטוב והטובה יתברך/תתברך...!

מנשה לוסטיג » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:19 pm

· #262368
מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו.
נישט דער גוי און נישט דער האלבע גוי איז אומשטאנד דעם 'בלאק דעם בלאק וואויט' צו עקאמפלישען אין א גרופע.
עס איז די נושרים פון אונזערע אפפאל - גראב גערעדט, וואס פיטערן די פויערן אין די ארומיגע גלילות, מיט בילדער און אינסייד נייעס, אבער ווי עס שיינט, וועט זיי עס נישט אזוי גרינג איינגעבן.
און ווי איר פארשטייט פון מיינע ווערטער, בין איך אוודאי מיטן פאן אין די הייעך אויף ניצחון.
מיר האבן געזיגט מיטן כח האחדות, און מיר וועלן בעזרת השם זיגן אין גרויסן.

איש צדיק תמים » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:44 pm

· #262375
די ראקלענד holocaust museum וואס באשטייט גראדע נישט פון קיין איין חרידישער יוד זעהט אויס ליינט נישט הוגה׳ס קריטיק און זיי זענען ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט וואס ברענגט ארויס אז יא! עס איז דא ״איטאלערענס״ קעגן דעם יוד, יא! עס איז דא האס! און יא! די האליקאויסט דארף דערמאנען וואס עס זאל ח״ו נישט נאכאמאל פאסירן!

און לכבוד דעם שטורעם וואס איז ענטשטאנען נאר אדאנק דעם ווידיא וואס האט אויפגעוועקט די וואס האבן דאס איגנארירט ביז היינט, גייען זיי זיך אריינלייגן צו פארשפרייטן מער רעגליעזע טאלערענס.

אינטערסאנט! נישט נאר זאגן גארנישט אז דער ווידיא אז א חרבן (ווי הוגה זאגט) נאר זיי זאגן גאר אז דערמאנען דעם שואה דארף וועקן די געמיטער צו שלום און טאלעראנס.

ליינט זייער סטעיטמענט.
image.jpg

חקרן » זונטאג מערץ 29, 2015 7:02 pm

· #262599
איך פארשטיי נישט. דער עולם דא האט נישט מורא צו רעדן קעגן ווידער און פאלאטשעק? - זיי זענען דאך מקורבים צום פרעזידענט און זענען פערזענליך געלאדנט געווארן צום יעריגן חנוכה מסיבה... איר האט נישט מורא אז זיי וועלן ענק פאר'מסר'ן?

פלאוויוס » זונטאג מערץ 29, 2015 7:22 pm

· #262603
@איש צדיק תמים, אויב עפעס איז עס נאר א ראיה אז מענטשן דערשרעקן זיך פונעם ווארט האלאקאסט. הוגה איז אבער גערעכט אז ס'קומט דא איבערהויפט נישט אריין. ס'איז א מיאוס'ע מאניפולאציע פון א הייליגן באגריף. וויאזוי די דרויסנדיגע נעמען עס אן מאכט נישט דעם קליפ אלס גערעכט אדער אומגערעכט. מ'דארף נאר האבן צוויי אויגן צו זען אז ס'איז א שרעקליכער קליפ.

ביבער » זונטאג מערץ 29, 2015 11:09 pm

· #262670
די ווידעאו באשולדיגט און סטראשעט, און די מוזיעאם סטעיטמענט רופט פאר טאלעראנץ. איך מיין ווען דער ווידעאו וואלט ווען געזאגט דעם מעסידזש וואלט קיינער נישט געהאט קיין טענות.

מנחם » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:49 am

· #262712
דער דמיון צום נאצי האליקאוסט איז לדעתי אן אומדערהערטע דערנידערונג אין די בלוט פון געשטעטנערס/פאלאטשעקס עלטערן, משפחה, וואס זענען אומגעקומען במשכ'ן קריג.

גנדי » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:40 pm

· #262833
ווען איך האב געזעהן דעם ווידיעאו האט דאס מיר געאיבעלט.

דאס איז ריין פאליטיש. דער גוי טאר נישט זאגן איך וויל וואוטן פארקערט פון דיין בלאק וואוט?

וואס האט דאס מיט אנטיסעמעטיזעם?

א מין טפשות'דיגע, נער'ישע ווידיאו.

ווען די מידיע איז קלוג איגנארירן זיי די ווידיעאו וואס די צוויי חדר יונגלעך האבן צוזאם געשטעלט ווי אן אומגעלונגע פורים שפיל?



גראדע מוז איך זאגן אז פאלעטשעק האט א גוטן ענגליש און פרובירט צו רעדן פון הארץ. פון ווי קומט צו א סאטמערע אינגל אזא ענגליש?

גנדי » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:51 pm

· #262836
Kool man
בנין נערים סתירה


בעני נערים סתירה

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 30, 2015 3:11 pm

· #262845
גנדי
ווען איך האב געזעהן דעם ווידיעאו האט דאס מיר געאיבעלט.

דאס איז ריין פאליטיש. דער גוי טאר נישט זאגן איך וויל וואוטן פארקערט פון דיין בלאק וואוט?

וואס האט דאס מיט אנטיסעמעטיזעם?

א מין טפשות'דיגע, נער'ישע ווידיאו.

ווען די מידיע איז קלוג איגנארירן זיי די ווידיעאו וואס די צוויי חדר יונגלעך האבן צוזאם געשטעלט ווי אן אומגעלונגע פורים שפיל?



גראדע מוז איך זאגן אז פאלעטשעק האט א גוטן ענגליש און פרובירט צו רעדן פון הארץ. פון ווי קומט צו א סאטמערע אינגל אזא ענגליש?

פארוואס? ווייל ער זאגט יעדע פאר מינוט "You know" מיט א קוועטש אויף די You?
ניין, איך ווייס נישט - אפשר קענסטו עס מיר ביטע ערקלערן זיי אזוי גוט?

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 30, 2015 3:51 pm

· #262857

נופת צופים » מאנטאג מערץ 30, 2015 3:58 pm

· #262862
Re: "דער איד אין ראקלענד"
ווער איז דער ראביי שעף אז ער פארטרעט מאנסיער אידנטום?

נישט אז איך ווייס פארוואס דעי פאלאטשעק מיט דעי יוסי געשטעטנער האלטן אז זיי פארטרעטן כלל ישראל.

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:18 pm

· #262893
יעדער וואס איז אינעם בלאק וואויט, פארטרעט יודנטום אין מאנסי, און אז ס'קיצעלט איינעם אז מ'קלאפט צוריק אנטיסעמיטיזעם אין פנים, צריכים לבדוק אחריו.

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:21 pm

· #262895
גאלד
די ווידעא איז א בושה, ללא תועלת,

געשטעטנער, פאלאטשעק און ווידער זענען ציהיצטע שארפטאנס וואס פירן די ציבור אין באד אריין

האט איינער באמערקט די לעצטע פאר סעקאנדס פון די ווידעאו? כ'האב מיך געריסן פאר געלעכטער - ס'האט מיר דערמאנט פון די צוויי אמאטעורישע חסידים וואס גייען קיין האליוואד. ס'שיינט ווי די פראדעצורער האבן עס בכוונה איבערגעלאזט. 😂 😂 😂

ס'כאפט מיר א תאווה אפצושרייבן א ליצנות'ל איבער דעם אינטערוויאו.

אויסגערוט » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:22 pm

· #262897
Re: "דער איד אין ראקלענד"
יוסי האט גענומען א העירקאט 🙂

shem-tov » דינסטאג מערץ 31, 2015 9:27 pm

· #263326
איך פארשטיי נישט ווי סקומט צו אזעלעכע הויעכגעשעצטע מידיע לייט און פאליטישע קעפ ווי געשטעטנער. פאלעטשעק. ראלניצקי און דער קלוגער ווידער זיך אראפצולאזען צו אזעלעכע נערישע פראבלעמען ווי מאנסי יודנטום. ביטע לאזט נישט אמעריקע פאר הפקר גייט אייך צוריק צו ענקערע עכטע פראבלעמען ווי אבאמא. קאנגרעס. נתניהו. אד"ג. געשטעטנער שיקט נאר ארויס גוישע טוויטס אפילו פורים צופרי אדער ערב יום כפור ווייל ער איז אסאך העכער פון אונז.. פלוצלינג פורים צופרי זעהט ער אז אפילו אזא חברה מאן ווי טשאקי שומער רעדט פון זיינע המן טאשן האט ער
זיך פלוצלינג דערמאנט אז אפשר איז יא קאאל צו רעדן פון פורים. חחחח. והמבין יבין. בקיצור פליז שאקלט אפ פון מאנסי סאיז גרויליג וואס איר טוט. כמיין דא גייט פארקומען א היסטארישע דיעל מיט איראן און איר זענט ביזי מיט מאנסי ווי קענט איר דאס טאן.. זעהט דאס זאל מער נישט פארקומען.

איש צדיק תמים » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:16 pm

· #263488
טאקע? שוין אכט חדשים וואס דער פעיסבאק פעידזש שפייט אפענע האס און אנטיסעמעטיזם, פלוצלינג א דריי טאג נאך די ווידיא און נאך די גאנצע מידיע אטטענטשען וואס דער האט באקומען האט ער ״צופעליג״ אנגעפאנגען מורה צו האבן.

די צופאל איז עפעס שטוינענדיג.

און מיט נישט אפענע אנטעסעמיזם האט קיינער נישט קיין פראבלעם, דער כלל אז דער גוי האט פיינט דעם איד איז גילטיג סיי ווי און סיי ווען, דער פראבלעם איז נאר ווען עס הייבט אן צו ווערן א אפענע ערשיינונג און א פעיזש וואס איז א מאגנאט פאר אלע אנטעסעמיטן נישט דווקה פון ראקלענד (פופציג פראצענט פון די האסערס דארט זענען נישט לאקאלע מענטשען) ווערט א Norm.

קען זיין אז די ווידיא האט געהאט חלקים וואס עס וואלט געווען בעסער ווען זיי לייגן נישט אריין (איך למשל וואלט דאס נישט פארבינדן מיטן שואה) אבער ווי עס זעהט אויס האבן זיי ערייכט זייער ציל.

אשרי להם.

shem-tov » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:50 pm

· #263494
נו שוין א מחי. נאר פשוט א שאד א שאד אז די קלוגע מאנסי עסקנים זענען נישט געווען אוועילעבעל מיט זייערער ווידיאוס די לעצטע צוויי טויזענט יאר. פרעה. המן. ת"ח ות"ט. היטלער וכו. אזויפיל גזירות רעות און הריגות און אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס זיי וואלטן אונז צאמגעשפארט. שוין. בעסער לעיט דען נעווער. אשרי לנו וואויל פאר אונזער דור אז מיר האבן זוכה געווען צו די קלוגע אפגעריסענע פערדן קליינקעפיגע היץ קעפ וואס פארשטייען צו עסקנות און צו היסטאריע ווי איך צו א ספעיס שאטעל. מאכן חורבנות פארן גאנצן שטאט. זעץ דיך לערנען א דף גמרא דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען די קענסט דעם גוי נישט פייטן. שלא אחד בלבד עמד עלינו. השכים והערב והן כלין מעליהן. דאס איז דאך בדוק ומנוסה. איך בין א מיליאן פערצענט זעכער אז די חברה האבן נאך פון די חז"ל ניטאמאל געהערט. דער יוד טוט וואס ער דארף צו טאן.

איש צדיק תמים » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:56 pm

· #263495
שוין די וואלסט לכאורה און ווארשע נישט געהאלטן קיין ביקס.

shem-tov » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:02 pm

· #263496
כהאב ענק געזאגט. די חברה זענען טויט פאריקט ביי אים איז שוין ווארשע יעצט ווייל דער שכן שעלט אז דער חסיד האט אים מאוס אריינגעקאט אויפן פאליסייד אן בלינקערס און נאך געווארפן בייזע בליקן

ישראל קאפקע » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:14 pm

· #263502
איש צדיק תמים
שוין די וואלסט לכאורה און ווארשע נישט געהאלטן קיין ביקס.

שוין דו וואלסט לכאורה געזען אין שריפת חמץ רעגולאציעס א גאז קאמער.

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:30 pm

· #263509
איש צדיק תמים
שוין די וואלסט לכאורה און ווארשע נישט געהאלטן קיין ביקס.


יא און נישט נאר ער נאר רוב רבנים אין יענעם דור האבן אויך נישט געהאלטן און אפילו ר' מנחם זעמבא איז אויך נישט קלאר וואס ער האט געהאלטן

shem-tov » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 5:14 pm

· #263883
איך עפען א נייע ארגאניזאציע בלאק די בלאק די בלאק די בלאק וואוטס...

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:17 pm

· #263948
[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי ווידער לייגט עס אראפ, און צונעמט עס שיין, בין איך חוזר מקצת על דברי.
מ'דארף טאקע נישט גיין עד קצה האחרון, און פארגלייכן אפאר עגאיסטן צום היסטארישער איוועל אין די האלאקאוסט, אבער זעט איר דאך אז דער וואס פייניגט דארט צום סוף אינעם ווידיאו, איז לדבריו אויך א יוד, און טאקע אזעלכע קרעץ, זענען די גורם אויף די צרות זאלן שפראצן, און מ'דארף האלטן א וואכזאם אויג, און א קאנטראלירטן האנט - טאקע ווי אונזער חשובער רב ווידער זאגט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:02 am

· #265034
עס טוט זיך ווידער אויף טישן און בענק. א חסידישער אינגעלע איז געקראכן אויף א מעמאריעל שטיין, אן אנדענק פאר די 9/11 אומגעקומענע, אין עפעס א פארק אין העווערסטראו, א 15-20 מינוט אוועק פון מאנסי. דער קאונטי עקזעקוטיוו דער שונא ישראל עד דעי האט ארויסגעשטעלט א בילד דערפון אויף זיין פעיסבוק פעידזש, כאילו מען האט דא געטון די חמורה שבחמורות. די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און עס האבן אנגעהויבן שטראמען דערויף העסליכע קאמענטס מלא וגדוש מיט שנאת ישראל, א גרויל צו ליינען.

מצד שני האבן אסאך קאמענטירער באשייגעצט דעם עד דעי פארן אנזייען קנאה ושנאה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:13 am

· #265039
shem-tov
נו שוין א מחי. נאר פשוט א שאד א שאד אז די קלוגע מאנסי עסקנים זענען נישט געווען אוועילעבעל מיט זייערער ווידיאוס די לעצטע צוויי טויזענט יאר. פרעה. המן. ת"ח ות"ט. היטלער וכו. אזויפיל גזירות רעות און הריגות און אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס זיי וואלטן אונז צאמגעשפארט. שוין. בעסער לעיט דען נעווער. אשרי לנו וואויל פאר אונזער דור אז מיר האבן זוכה געווען צו די קלוגע אפגעריסענע פערדן קליינקעפיגע היץ קעפ וואס פארשטייען צו עסקנות און צו היסטאריע ווי איך צו א ספעיס שאטעל. מאכן חורבנות פארן גאנצן שטאט. זעץ דיך לערנען א דף גמרא דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען די קענסט דעם גוי נישט פייטן. שלא אחד בלבד עמד עלינו. השכים והערב והן כלין מעליהן. דאס איז דאך בדוק ומנוסה. איך בין א מיליאן פערצענט זעכער אז די חברה האבן נאך פון די חז"ל ניטאמאל געהערט. דער יוד טוט וואס ער דארף צו טאן.

שם טוב: איך בין מחולק מיט דיר. דער פסוק השכם והערב עליהן לבית המדרש איז געזאגט געווארן אויף אידישע שונאים. די גוי'אישע אנטיסעמיטן דארף מען אמאל ווייזן אז אונז אידן באהאלטן זיך נישט אין די מייזן לעכער איעדעס מאל אן אנטיסעמיט מאכט אויף זיין טמא'נעם פיסק. התגרות באומות טאקע נישט. אבער אפענטפערן די שונאי ישראל איז אמאל יא א נוצליכע מעטאד...!

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 1:38 am

· #265042
לינק פליז

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 2:09 am

· #265047
דזשעי פי אפדעיטס רייסט אראפ עד דעי'ס אנטי חרדים פעיסבוק פאוסט.
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2015/04/08/editorial-ed-day-hands-off-the-hasidic-community/">http://jpupdates.com/2015/04/08/editori ... community/</a>

מאטי » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 2:35 am

· #265049
ישראל קאפקע
דזשעי פי אפדעיטס רייסט אראפ עד דעי'ס אנטי חרדים פעיסבוק פאוסט.
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2015/04/08/editorial-ed-day-hands-off-the-hasidic-community/">http://jpupdates.com/2015/04/08/editori ... community/</a>


For if you remain silent at this time, relief and deliverance for the Jews will arise from another place,’ but your party’s success will perish and your power to influence will be diminished. 👍

אפטעמיסט » זונטאג אפריל 19, 2015 2:23 am

· #267269
<a class="postlink" href="http://www.lohud.com/story/opinion/editorials/2015/04/18/anti-semitism-politics-rockland-east-ramapo-orthodox-school-funding/26014469/?utm_medium=%5B%27twitter%27%5D&utm_source=%5B%27dlvr.it%27%5D">http://www.lohud.com/story/opinion/edit ... r.it%27%5D</a>
בלאט: 1 2