דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8530
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8530
Page not found
ווער איז דער זינגער?
שכוח @אנאנים איך האב מיך אביסל דערװארעמט מיט דער ניגון.
איז דא נאך װאס מען האט איבער געמאכט?
איז דא נאך װאס מען האט איבער געמאכט?
ירמי דמן, מבד, און אברהם פריד. אבער ער האט געמאכט אסאך מער ניגונים.
בד״א די װעבסײט erlichmusic.com װאס מען זעהט אויף דער קליפ ארבײט נישט.
בד״א די װעבסײט erlichmusic.com װאס מען זעהט אויף דער קליפ ארבײט נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
און דאס איז די מעלה פון דעם אז דערווייל פארדרייט ער נישט ב"ה
ס׳רעגט מיר אויף װען מען פארדרײט. דער גאנצע טעם דער זיסקײט און הארץ װאס אן אמאליגע רוסישע איד
האט געהאט האט מען געזען פון זײנע ניגונים. אבער די װערטער זענען נישט גענוג כשר אײ געס.
האט געהאט האט מען געזען פון זײנע ניגונים. אבער די װערטער זענען נישט גענוג כשר אײ געס.
אכשר דרא כידוע
זעהט אויס ווי ער גיבט אכטונג ביי די פלעצער וואס עס מאכט די גראם צו זיך האלטן צו ר' יו"ט הברה, און ביי אנדערע מקומות נישט אזוי שטארק
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז דער ניגון "דער נאטשאלניק פון ענקעוועדע" פון עהרליך'ס "שלא עשני גוי" אלבוים (תשל"ה.) באמערק די ענליכקייט פון די מעשה מיט זיין "א ברית אין מאסקווע" פון די "תשובה" אלבוים (תשכ"ב).
דע ניגון "סאמארקאנד" טרעפט מען אויף די "חבלי משיח א" אלבוים, און "א אידישע סאמארקאנד" און "א חתונה אין סאמארקאנד" אויף "חבלי משיח ב".
צלפחד
WOW דעס איז אינטערעסאנט!
ר' יו"ט עהרליך זצ"ל איז געוועהן א וועלטס קאמפאזער ווילסו מיר זאגען ער האט געמיזט כשר'ן און אפקויפען ניגונים פון די רוסען? אדער גאר זיי נעמען עס פון אים? 😉
פלא!
איך ווייס נישט ווער עס געווען דער ערשטער זיך איינצורעדן אז ר' יום טוב עהרליך איז געווען א גרויסע קאמפאזער. ער איז געווען א גרויסער ארטיסט און געשריבן הערליכע זאכן און פערפארמד זיינע זאכן זייער גוט. די ניגונים האט ער גענומען פון ווי ער האט נאר געקענט. אויף די סאטמארע טעיפ פון סאטמאר אויף סטאלין פון סטאלין. די איבעריגע פון ערגעץ אנדערש אריינגערעכנט די רוסישע פאפולערע ניגונים וואס ער האט גדענקט פון זיין יוגנט אדער זיין צייט אין די ארמיי אדער ערגעץ אנדערש. איך וועל נישט ווערן סורפרייזד אז ער האט נישט קיין איין ארגינעלע ניגון. דאס מאכט אים נישט קלענער ווייל די עיקר זיינע איז געווען מער די ליריקס און נישט די ניגון אדער מוזיק.
איך האב נאכנישט צוזאמגעציילט אבער ס'איז לכאורה נישט אמת. דא אליין אויף קאווע שטיבעל האבן שוין חברים אנדעקט געניג אריבערגעפירטע ניגונים. נאכדעם האט ער פארשידענע עממי ניגונים ווי קארלין אדג, אויך נישט אייגענס. ס'בלייבט איבער ווייניג וואס מ'קען נאך קלעימען אז עהרליך איז דער קאמפאזער. לויט די ראטע מיר גייען, איז within reason צו ערווארטן נאך אפאר אנדעקונגן פון מקורות העמים. דאס איז שוין יא געניג קלאר, דאכט זיך, אז רוב ווערטפולע ניגונים זיינע זענען שוין אנדעקט געווארן זייער מקורות. יאקאב איז דערווייל אפשר די איינציגסטע ווערטפולע ניגון אן א מקור מן בין העמים. מיין פרעדיקציע איז אז אויב האט ער געבארגט יאקאב איז עס נישט איין פולע ניגון נאר א תנועה פון דא און דארט און אפשר צוגעלייגט א היימישע פאל אויך.
אבער עהרליך, ווי ווייט איך ווייס, האט קיינמאל נישט געקלעימט צו זיין דער קאמפאזער פון זיינע ניגונים. עכ"פ דאס איז מיין לימוד זכות. יעצט אז דער איידעם קומט ארויס און קלעימט יא די ניגונים פאר זיין טאטן, איז עס א נייעס ווערט צו באריכטן, און ונראה בעתיד אויב ער איז גערעכט. ס'וואלט פילייכט געווען אויפריכטיג ער זאל אונז מפרסם זיין א ליסטע פון ניגונים וואס ער קלעימט פאר זיין שווער.
דרך אגב, ערליך האט אריבערגעפירט נישט בלויז מארשן, אבער אויך פאלק ניגונים און קלאסישע מוזיק.
כעלם'ער מגיד איז אן עקספערט. העמיר ווארטן אויף זיין געמאסטענע חוות דעת

קען זיין דער איידעם אליין ווייסט נישט, ער האט נישט קיין צוטריט צו יו טוב און ער מיינט זיין שווער איז דער פארפאסער.
כוכבקען זיין דער איידעם אליין ווייסט נישט, ער האט נישט קיין צוטריט צו יו טוב און ער מיינט זיין שווער איז דער פארפאסער.
זייער מעגליך. כ'גלייב ער האט שוין א העגיאגראפישע אגענדע אויך, און אין ליין מיטן אכשר דרא'דיגע שוואנג. יעדע משפחה מיטגליד פון א סעלעברעטי האט.
כ'בין נייגעריג אויב די איסור פון השגת גבול גייט אן אין א פאל וואס די ווערק זעלבסט איז אן השגת גבול. ווייסט איינער די הלכה אדער געזעץ?
כפי ששמעתי האט ער אויך מחבר געווען ניגונים פאר סטאלין אויף קה אכסוף און מה ידידות. לפי זה איז ער יא געווען א מלחין.
אויב איינער ווייסט עפעס איבער דעם נא להודיע.
אויב איינער ווייסט עפעס איבער דעם נא להודיע.
פרייליך בענד יו"ט עהרליך montage
"דער לעבעדיגער פידל" - סיפור חייו של הר"ר יו"ט ז"ל
"דער לעבעדיגער פידל"
איך וועל זייער שטארק דאנקען ווער עס קען מפרסם זיין דעם קומעדיגן לינק .
ר' משה עהרליך א איינקל פון ר' יו"ט דערציילט וועגן דעם זיידן'ס לעבן באגלייט מיט ניגונים, בילדער וכדו'
די לעקציע איז זייער פאסיג פאר ישיבות אדער קעמפ'ס
און שטארק צוגעפאסט צו היימישע משפחות, אווענטן, א.ד.ג.
מיר וועלן אויך באזוכן אין אמעריקא אי"ה דעם קומענדיגן זוממער
אויף צו באשטעלן אן אווענט ביטע מעלדט אייך איין וואס פריער
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=W0sHKY9QKN8">https://www.youtube.com/watch?v=W0sHKY9QKN8</a>

דער טריביון האט די וואך א באשרייבונג איבער ר' יו"ט ע"ה.
שמעקעדיגדער טריביון האט די וואך א באשרייבונג איבער ר' יו"ט ע"ה.
א נייער ערשיינונג ביי זיי, אן אינטערוויו מיט זיין'ס א טאכטער. מען הויבט אן אינטערוויואירן פרויען!
איך זיך יום טוב ערליך ניגונים אבער אן קיין ווערטער, בלויז די מוזיק, (א שטייגער ווי די יאֲקאָב ניגון)?
פאליטיקאנטאיך זיך יום טוב ערליך ניגונים אבער אן קיין ווערטער, בלויז די מוזיק, (א שטייגער ווי די יאֲקאָב ניגון)?
דאס?
ניין, איך רעד פון מער שטעטעלשע מיוזיק ווי למשל די ניגון פון יאֲקאָב וועלכע הייבט זיך אן 'אויף די בערג פון...."
פאליטיקאנטאיך זיך יום טוב ערליך ניגונים אבער אן קיין ווערטער, בלויז די מוזיק, (א שטייגער ווי די יאֲקאָב ניגון)?
פאליטיקאנטניין, איך רעד פון מער שטעטעלשע מיוזיק ווי למשל די ניגון פון יאֲקאָב וועלכע הייבט זיך אן 'אויף די בערג פון...."
@פאליטיקאנט, דא האסטו
יודישע שרייבערייש"כ @יודישע שרייבער יא דאס האב איך געמיינט ספעציפיש.פאליטיקאנטאיך זיך יום טוב ערליך ניגונים אבער אן קיין ווערטער, בלויז די מוזיק, (א שטייגער ווי די יאֲקאָב ניגון)?פאליטיקאנטניין, איך רעד פון מער שטעטעלשע מיוזיק ווי למשל די ניגון פון יאֲקאָב וועלכע הייבט זיך אן 'אויף די בערג פון...."
@פאליטיקאנט, דא האסטו
אז איינער האט נאך אזוינע שטעטעלשע מוזיק [אן ווערטער] זאל ער ביטע אריינקומען.
א דאנק
פאליטיקאנטאיך זיך יום טוב ערליך ניגונים אבער אן קיין ווערטער, בלויז די מוזיק, (א שטייגער ווי די יאֲקאָב ניגון)?
איינס פון די אלבומ'ס אין די 'יום טוב ערליך' קאלעקציע איז "מזמור לתודה", ווי מען שפילט אראפ מערערע פון זיינע ניגונים אן קיין ווערטער.
יואליש
דאס איז דער ניגון "דער נאטשאלניק פון ענקעוועדע" פון עהרליך'ס "שלא עשני גוי" אלבוים (תשל"ה.) באמערק די ענליכקייט פון די מעשה מיט זיין "א ברית אין מאסקווע" פון די "תשובה" אלבוים (תשכ"ב).
איך ווייס ניט וועגן דער מעשה מיטן נאַטשאַלניק, אָבער די מעשה פון „אַ ברית אין מאָסקווע” איז אַ מעשה שהיה מיט ר' בצלאל ווילשאַנסקי (צאַלקע כערסאָנער). על פי השמועה ווייס מען אויכעט ווער דאָס קינד איז געווען.
דוראקיואליש

קול מבשר האט פאר עטליכע יאר צוריק געהאט א חוה"מ פראיעקט וועגן געשיכטעס אונטער ר' יו"ט'ס לידער
לויט ווי זיי האבן דארט דערציילט איז געווען אן אינטערסאנטער השגחה פרטית מעשה, וואס דורך דעם האט מען אויסגעפונען ווער דאס קינד איז
כפי המונח בזכרוני איז דאס קינד א מגי''ש אין מירער ישיבה
אגב איז נישט נעכטן געווען די יארצייט?
אַ חבר מײנער האָט מיר ערשט געשיקט אַ תגובה וואָס איינער האָט געשריבן אויף אַ דיבישן וועבזײטל (כ'געדענק שוין ניט אויף וועלכן, און כ'האָב קיין כח ניט אויף צו זוכן). על כל פנים, לייג איך עס דאָ לטובת הרבים. איך נעם עקזעקטלי זיראָ פּראָצענט אחריות אויף דאָס וואָס שטייט דאָ געשריבן:
מצו"ב תוצאה של מישהו שחקר היטב אודות הענין:
הנתונים שמובאים להלן אינם מדויקים לגמרי וייתכן שאפשר למצוא טעות קטנה או שינוי לכאן או לכאן, אבל בהחלט הם מעידים על התמונה המלאה.
בכל 36 הקלטות יש ס"ה כ281 רצועות / ניגונים / טרעק'ס (לא כולל: מזמור לתודה, למנצח בנגינות, הלל וקלטת 35 שזה סיכום של כל הקלטות)
2 ניגונים מוכרים כניגונים קלאסיים בעולם - שלמה המל'ך טאכטער (לוקסוס), נישט אמת (אמעריטשקע)
2 ניגוני חב"ד - שפאלער זיידנס טאנץ (חבלי משיח) ו א נס חנוכה מיטן חסיד (חסד)
32 ניגוני סאטמאר ב3 הקלטות של סאטמאר
16 ניגוני קרלין - 15 ב2 הקלטות רננו צדיקים וניגון א מעשה מיט א בער (מידות)
13 הם הקטעים שחוזרים על עצמם בכל מכה ומכה בקלטות יציאת מצרים
12 הם פזמון שחוזר על עצמו בשלא עשני גוי
7 ניגונים שנמצאו להם מקורות רוסיים ברורים: קינדער, טשופטשיק, דער גענעראל, כל נדרי, צימבלען (רק הפזמון...), אני מאמין, דער נאטשאלניק פון ענקאוועדע,
(יש כמה שירים שאולי יש בתוכם תנועה קטנה שדומה לשיר אחר שאינו שלו, וע"ז נאמר שהזכרון הוא הגנב הכי גדול... "דער גרעסטער גנב"... אבל בכל ניגון וניגון אפשר למצוא תנועה שדומה במשהו לניגונים אחרים. מניתי כאן רק את אלו שהם ממש דומים במבנה ובסגנון ואפי' אם נאמר שהוא התבסס על תנועה עתיקה זה עדיין בגדר גאונות שלא מצאנו כזאת.)
ס"ה 83 ניגונים טרעק'ס שיוצאים מן הכלל מתוך 281
אם כן, נשארנו עם 197 ניגונים שהם בחזקת שלו.
יש בקרלין סטולין 5 ניגונים נוספים שלו שיצאו לאור אחר פטירתו לקראת ימים נוראים (המנהג בקרלין הוא להלחין או להוציא לאור כל שנה ניגונים חדשים)
3 מארשים (1 מהם כבר שר ביציאת מצרים),
2 ניגוני ריקוד
2 ניגונים על ק-ה אכסוף - ניגונים אלו מורכבים ביותר, אורכם כ 10 דקות ויש להם כ8-10 בתים שכל מי שמבין אפילו קצת במוזיקה עומד משתומם למול יצירות אלו.
2 ניגונים נוספים שנמצאים בתקליט ישן נושן שהו"ל באמריקה לפני סדרת אידיש נחת.
2 ניגונים: 1 במזמור לתודה - שטורעם ו-1 למנצח בנגינות פסיכישע אטאקע
אחר כל החשבון הזה אנו מגיעים ל 206 ניגונים שהם עדיין בחזקת יצירות שלו. ניגונים שכמעט רובם שונים מאחד מהשני (יש פה ושם ניגונים שהוא שר יותר מפעם אחת) בתוך אלו ישנם ניגונים שהם יצירות מופת ממש שאין להם אח ורע, והניגונים הם מכל הסגנונות, וולאסים, מארשים, קצביים ואיטיים, קצרים וארוכים, פשוטים וגאוניים, שמחים ומרגשים... לו נשפוט את כשרונו וכוחו רק לפי ניגונים אלו הרי זה מעיד על כשרון שאין דומה לו בדורות האחרונים.
הערות:
א. איני חושב שהוא התיימר לומר שהניגונים כולם הם שלו, זה לא נאמר מעולם. אבל ה206 ניגונים האלו מספיקים בכדי להעיד על כוחו וכשרונו בהלחנת ניגונים ומדובר בוודאי בכוח עצום ועילאי.
ב. ניתן לשים לב שהניגונים שנמצאו להם מקורות רוסיים הם בעיקר בקלטות הראשונות.
ג. על הניגונים הנמצאים בקלטות מזמור לתודה ולמנצח בנגינות ידוע בבירור בקרב צאצאיו שהם ניגונים שלו, וזה די הגיוני כי על ניגון שאינו שלו, לכאורה הוא לא היה משקיע כסף בכדי לכתוב לו תווים ועיבודים.
יהי רצון שאכן יהיה מליץ יושר.
3 מארשים (1 מהם כבר שר ביציאת מצרים)
"דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפען..." איז א מעסטער פיס
זאג מיר פליז אז דאס איז עס
@יואליש דא יא קאפי
איינער האָט מיר געשיקט אין אישי אַ בריוו וואָס ער האָט געשיקט ר' יום־טוב'ס אַן אייניקל, און איך שטעל עס דאָ אַרויפעט ברשותו.
נאָר להעיר, אַז עס איז אַ גרויסער חילוק פון „די ליד איז גענומען פון...” ביז „די ליד איז געווירקט פון...”.
אָבער די נקודה וואָס ער שרײבט „לסבך לא היה שום בעיה לאמץ ניגונים עממיים ולהפיצם בגירסא שלו לעמינו בני ישראל” איז אמת ויציב.
שלום רב לך
ראשית כל תודה על המכתב. כבוד גדול זה לי להיות בקשר עם נכד האמן הגדול שגדלתי על ההקלטות שלו משחר ילדותי. ומאוד אני מעריך את השתדלותך להחיות את זכר הסב שלך להנחיל הלאה את אוצרותיו הפנטסטיים לדורות הבאים.
הנה איזה הערות על מה שכתבת.
ראשון עלי להדגיש שכוונתי על ההפניות בפורום קאווע שטיבל (פורום ציבורי שאני הייתי רק אחד מהמגיבים) למקורותיו של כמה ניגונים של סבתך האהוב עלי לא היתה בשום אופן בכוונה להפחית את ערכן של הקומפוזיציות או האמן המבצע. רחוק אני מאוד מזה בדרך כלל, ועוד יותר כשהמדובר הוא רבי יום טוב עהרליך זכרו לברכה. הכושר והגאונות שלו הוא לא דבר שיכולים לינתן לערעור, זה די פשוט.
כבודך מונה שבעה ניגונים שלדעתך רק הם מקורם ברור מבחוץ. לא יודע למה השמטת את השירים דלהלן
השיר "אין א הייזל אין אן אלטן" שכמעט ברור הושפע מ'על כפיו אותו יביא' של יורם טהרלב.
לחן השיר 'רבי עקיבא' מקורו מ'על ענפי שיטה, או ממקורו, הוולס הארמני 'הזמן שלא ישוב'.
השיר וגם הלחן 'צימבלען', שיר יידי משנת 1905
'מיר דאנקען און לויב, פאר דעם פון אויבן', הוליע קבצן.
'איך פאר אהיים', שיר איטלקי בשם Funiculi. גם השיר ובעיקר הלחן.
'משיח קומט', הבו עז לתיש מאת מייק בורשטיין.
'א גריס אייך פון די שטעטעלעך', Лидия Русланова Окрасился месяц багрянцем.
'א טובה פאר א יידן', שיר טאנגו יידי, איך וועל אייביג דיך געדענקען'.
'איך האב געווארט' כמעט ברור שהשיר ולחן הושפע משיר רוסי 'ליד האח'.
'א קאלטע נאכט', הלחן (ובסיס השיר), שיר רוסי 'טרויקע'
זאת ממה שהצליחו למצוא כעת. האינטואיציה חזקה לגבי עוד איזה שירים פופולריים שלו שמקורם רוסי.
הנקודה די ברורה, לסבך לא היה שום בעיה לאמץ ניגונים עממיים ולהפיצם בגירסא שלו לעמינו בני ישראל.
עוד דבר, ברדך כלל, השירים הכי אהובים והכי מופצים של סבך הם דווקא אותם שאימץ, לא אותן שבעצמו חיבר. ז"א שיש בטבע שלנו משיכה עזה לתנועות הבלטיים הישנים. אולי בסטולין יש סטיל שונה ולהם דווקא השירים האורגינליים מקובלים בקרב העם.
תכלית, אני מאוד שמח שעוד יש נצר למלחין הגאון הזה שמוכן להחיות את זכרו ולעבד את המורשת שהנחיל לנו. בעבר היתה איזה שמועה פורחת מאכזבת שבני ביתו של רבי יום טוב לא ממש מעוניינים להנציח את השירים שלו.
נאָר להעיר, אַז עס איז אַ גרויסער חילוק פון „די ליד איז גענומען פון...” ביז „די ליד איז געווירקט פון...”.
אָבער די נקודה וואָס ער שרײבט „לסבך לא היה שום בעיה לאמץ ניגונים עממיים ולהפיצם בגירסא שלו לעמינו בני ישראל” איז אמת ויציב.
סתם, צוויי השגות אויף דעם אויבנגעבראַכטן חשבון:
ער שרײבט אַז ער האָט צוויי ניגוני חב״ד, אין אמת'ן האָט ער לכה״פ דרײ (פיר) – דער ניגון „חתונה אין סאַמאַרקאַנד” (האַרט פאַר „זיידנס טאַנץ”) זינגט ער מיט צוויי ליובאוויטשע ניגונים (ער הייבט אָנעט מיטן ניגון „אבוא בגבורות” און ווײטער גייט ער אַריבער צום ניגון וועלכן מ'זינגט אַמאָל מיט די ווערטער „טויט איז דער עולם”).
אגב שבאגב, ער האָט זיך טועה געווען אין דער ליד וואָס ער זינגט וועגן דעם חסיד פון מיטעלן רבי'ן, וואָרום די מעשה איז געשען מיט ר' פתחיה מענקין וואָס האָט געלעבט אַ סך שפּעטער, ער איז געוועזן אַ חסיד פון רבי'ן נ״ע.
אַ צווייטע הערה, לכאורה איז זײן חשבון ניט קיין ריכטיקער ווײלע ס'דאָ לכה״פ צוויי לידער וואָס איך געדענק אַצינד וואָס ער זינגט מיט דער זעלביקער מעלאָדיע (די נאַטור און איינע אַ ליד אין שבחי ירושלים).

דוראק: ייש"כ פאר צו געבן צו די ליסטע פון די שירים וועלכע ר' יום טוב ערליך ז"ל האט אליינס מלחין געווען, אדאפטירט אדער נאכגעזונגען פון אנדערע, פריער'דיגע גרויסע קאמפאזיטארן און זינגערס.
ער האט אין זיין גאנצן לעבן און שאפן ניט געציהלט צו געווינען סיי וועלכן פרייז אדער אויסצייכענונג פון געלט אדער כבוד. ער האט געזינגען און רעקארדירט ניגונים און שירים ווייל זיין שעפערישע נשמה האט דאס פארלאנגט. אויך כדי מהנה צו זיין עטליכע גענעראציעס פון אידישע קינדער. אזוי ווי איך און די מערסטע קינדער פון חרדי'שע שטובער. וועלכע זענען געווארן אינספירירט דורך די שיינע און הארציגע לידער פון ר' יו"ט ערליך. ממילא איז נישט קיין חילוק וועלכע זענען געווען זיינע אריגינאלע (דאס לאזט זיך דעבאטירן) ווערק שאפונגען. אדער זענען געווארן אינספירירט דורך אנדערע פערזאנען אדער געשעענישן...!
איך געדענק צו האבן געזעהן ר' יו"ט ערליך שפילן ביי חתונות. אין יענע צייטן זענען נאכנישט געווען די סאפיסטיקיר'טע עלעקטראנישע כלים וועלכע זענען פארהאן היינט. זיין פלאטץ איז געווען נעבן די מחיצה. וואו ער איז געזיצן די גאנצע צייט מיט פארמאכטע אויגן. די איינציגע אינסטרומענטן וואס ער האט געהאט איז געווען זיין ..."אקארדיאן"...און אן .."עמפליפייער"...וועלכער איז געווען באהאפטן צו די ספיקערס. אבער גארנישט אין פארגלייך צו די שטארקע ספיקערס וועלכע זענען אין באנוץ היינט...!