משיח קומט??
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8510
משיח קומט??
ב' בניסן ה'תשע"ה הדפסה
מסר חדש ומדהים שביקש להפיץ הגר"ח קנייבסקי שליט"א "משיח הגיע ואני פגשתי אותו". בתו של הגר"ח קנייבסקי שליט"א ביקשה להודיע לכל עם ישראל שאביה הרב קנייבסקי פגש במשיח אשר אמר לו שעומדת להיות מלחמה גדולה ושאנחנו ממש קרובים לגאולה השלמה וכל התהליך הוא עניין של חודשים בודדים!!!!!
עוד היא אמרה בשמו, שעד מוצאי שביעית (שנת השמיטה בא אנו נמצאים) עם ישראל יזכה להיגאל גאולת עולם!!!!
ואנו אומרים כל שנותר לנו לעשות זה לפנות מקום בלב לדברים הגדולים הללו, שיוצאים מפי אחד מגדולי ישראל, שכל מלה אצלו שקולה ומדודה.
את הדברים ניתן לאמת עם הרבנית קולדצקי שתחייה.
אנו הפיצו ושתפו עם חברים ומשפחה את דברי הרב הגאון על מנת שאנשים יעשו תשובה במהרה ויבינו שסוף סוף שנגמר הזמן ומשיח כבר כאן.
מתוך: עולמם של חרדים
די אויבערשטער זאל העלפן אז ער אליינס זאל עס דערלעבן במהרה בימינו.
איך האב מורא דער שטן האט זיך פארשטעלט ווי משיח כדי אונז צו פארדרייען א קאפ...
אחכה לו "בכל יום" שיבא! נישט אין א האלב יאר פון יעצט.
זעהט אויס אז לגבי משיח איז שאולזאהן יא באגלייבט און מען איז עס נאך מפרסם, אתמה?
ועל כגון דא נאמר ווער עס ווייסט זאגט נישט און ווער עס זאגט ווייסט נישט
#אמונהפשוטהאלערט
נושא ונותן
א. ס'איז יעצט שמיטה ב. די גמרא ברענגט אין סנהדרין א גאנצע רשימה פין סימנים, וואס חוץ פין דער בית וועד יהיה לזנות אין דער פני הדור זענען כלבים, איז נאך נישט דא די סימנים
אלע סימנים כמעט זענען שוין מקויים.
נושא ונותןנושא ונותן
א. ס'איז יעצט שמיטה ב. די גמרא ברענגט אין סנהדרין א גאנצע רשימה פין סימנים, וואס חוץ פין דער בית וועד יהיה לזנות אין דער פני הדור זענען כלבים, איז נאך נישט דא די סימנים
וואס ווילסטו פון סאכדעס...?... 😂 🙄
איך ציטער אויב איך גיי יעצט אויסגעפונען אז ר' חיים'ס געמאסטענע דיבורים מיינט אויכט גארנישט..
מאראנצן קען שוין אנגרייטן אן ארטיקל צו באשרייבן משיח'ן אין אנשי שם. מ'וועט דאך דארפן האבן וואס צו ליינען אויף די ריזיגע ליינס מקריב צו זיין אונזערע חטאות שמינות.
עס איז ידוע ביי צדיקים אז ווען זיי האבען געזעהן משיח קומט האט דאס געמיינט אז יענע טאג זענען זיי נפטר געווארען. לאמיר האפן אז ר חיים זאל נאך לעבן לאנגע יארן און זאל נישט אנקומען צו דער משיח.
Re: משיח קומט??
ווי אויך איז ידוע ביי כמה וכמה זקנים, צדיקים ופשוטים צוגלייך, אז איינמאל זיי האבן אנגעהויבן צו רעדן נישט צו דער זאך הנקרא בלשונינו "שטותים", זענען זיי דיאגנאזירט געווארן מיט די מחלה הנקרא "אלצערהיימערס". וכבר הערתי על זה מלפני כמה חדשים מפי מקורות חזקים.
ווי נעמט א רבי אליעזר'ל זשיקעווער צו מאכן א שבועה דאורייתא אז משיח קומט נישט תר"כ (תשע"ה).
איך גלייב באמונה שלימה אז גאט האט א פלאן ווען ער שיקן משיח'ן - אבער איך גלייב פונקט אזוי באמונה שלימה אז ער "שעירט" נישט זיין פלאן מיט קיינעם!
ווען איך בין ווען א מנהיג אדער א רבי וואלט איך ענדערש מודיע געווען אז משיח האט מיר געזאגט אז ער קומט זיכער נישט היי יאר.
װי אלע אזעלכע נײעס קומען נאר פון א״י, איז שוין דא א גרײטע פרה אדומה?
איז משיח'ס אייזל שוין גרייט ?
אויף ר' חיים האב איך נישט קיין טענת אבער אויף די משפחה וואס פארשפרייטן די דאזיגע דברי הבל קומט זיך מכות.
משיח איז שוין לאנג דא. ער ווארט פאר אונז. מיר זאלן עם באמערקן.
ווער יאשקע?
נהורא נפישאאיז משיח'ס אייזל שוין גרייט ?
אויב ער קומט קיין וויליאמסבורג, מונרו בורו פרק קען ער זיך אויסוועהלען פון א סטאדע פון צוויי פוסיגע אייזלעך קוען און אקסען
אין בני ברק אויכעט.
הוגהווען איך בין ווען א מנהיג אדער א רבי וואלט איך ענדערש מודיע געווען אז משיח האט מיר געזאגט אז ער קומט זיכער נישט היי יאר.
לויט ווי וואס עס קומט פאר אין די רבישע הויפען קען מען זיכער זיין אז ער קומט נישט.
נאר איין האפענונג איז דא. אז מיט אזויפיהל רעבנים איז שוין דער היינטיגע דור כמעט כלו חי** איז אפשר מיט נאך אפאר רביס קומט ער טאקע
שמעקעדיג
מתוך: עולמם של חרדים
נישט ארץ ישראל נישט משפחה אלא שאולזאהן כאן כמו שכבר כתבתתי לעיל
משיח קומט??
דאס איז קלאר אז משיח גייט קומען איין טאג. אכחה לו בכל יום שיבא. אבער עס איז העכסט זיכער אז מען דארף גוזר זיין א גזירה אז ער קומט נישט יעצט. אזוי ווי עס האט פאסירט בימי התלמידי בעש״ט ווען עס איז געווען א שטורעם אז משיח קומט, איז דער גרויסער רבי ארויף אויפן בימה און געשוואורען אז משיח קומט נישט די יאר. ער האט דאס געזאגט צוליב אויב משיח וואלט נישט אנגעקומען וואלט געווארן א גרויסע הסתרה אדער (געלעכטער).
דער יום הגאולה ווייסט נאר די רבוש״ע. און עס איז היבש קורצזיכטיג זיך אפילו צו באציען צו רבי חיים. ער האט גאנץ זיכער געמיינט אז משיח איז נאנט היום תאמצינו בבחינת אחכה לו בכל יום.
בשורה טובה! משיח קומט נישט. קאלער-וואר!!!
.
ער קעקעצט, דער ארוש??
ארוש איז א נוגע בדבר, ווען עס וועט זיין דעם ומלאה הארץ דעה איז ער פארטיג
עס איז קלאר יא אמת משיח קומט יא
למעשה ווייס איך נישט פארוואס די וועלט איז נישט מפרסם די מעשה בשלימות
איך האב עס גיהערט דער נאכט פון ר' חיים אליין איך האב אים געטראפן בהקיץ אין מיין דיינינג רום דער נאכט
האט ער מיר געזאגט אז נאך משיח האט אים געזאגט אז ער קומט האט ר' חיים אים צריק גיפרעגט במה זכינו? וואס האבען מיר יעצט זוכה גיוועהן
האט משיח גיענטפערט בזכות פון קלאפן ביי די ווארט "עץ"
עס איז געווארן אזא טומל ביי די פמליא של מעלה מען קלאפט און מען האלט נישט ביי המן די גאנצע פמליא איז אראפ געקומען זעהן וואס טוט זיך און זיי האבן גיזעהן אז מען האלט ביי "עץ" און כביכול האט גיגעבן א שמייכל און געזאגט פאר דער דור האב איך געווארט מען קען אים שוין אראפ שיקן!
מען האט איצט געמאלדען פון בית חיינו וואס געפינט זיך אויף 770 איסטערן פארקוויי אז חב''ד גייט ארויסגיין אין א מעכטיגע קריג מיט די קנייבסקיסטען, א שטייגער ווי די מלחמה וואס זיי האבן געפירט מיט רב שך ז''ל:
אז אילהו הנביא וועט קומען מבשר זיין די בשירת הגאולה: זאלט איר אים נישט גלויבן!
אז משיח וועט זיך באווייזען אויפן אייזעל און זאגן אידן הגיע זמן גאלתכם: זאל איר אים נישט גלייבן!
אז אלע פעלקער וועלן ברענגן מתנות פאר משיח צדקינו: זאל איר נישט גלייבן!
אז משיח וועט מלחמה האלטן מיט אלע פעלקער אין זיי באזיגען: זאלט איר נישט גלייבן!
אז משיח וועט ארויף טראגן די אידן קיין ארץ ישראל: זאלט איר ווידער נישט גלייבן!
אז די אבות וועלן אויפשטיין תחיית המתים און קומען באגריסען דעם מלך המשיח: זאלט איר ווידער נישט גלייבן!
נאר ווען איר וועט זעהן ווי עס קומט צו פארן אן אלטען קעדילעק מיט א אידל מיט א קניינטש היט, און זינגט ופרצת און פאכעט מיט די הענט און פייפט מיטן מויל, דעמאלאסט זאלט איר יא גליבן אז דאס איז טאקע משיח אליינס.......
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד.........
📎 2020-09-15.jpeg
א זיסע אשכול דאס, ס'איז טאקע א גוטע געדאנק אז מ'זאל דא האלטן חשבון אויף יעדעס מאל וואס ס'דרייען זיך ארום אזעלכע מימרות און שמועות אזוי וועט מען זיך אויסלערנען זיך נישט צוטוהן צומאכן פון די קאפ-פארדרייענישן. Fool me once, shame on you, fool me twice, shame on me
איז נישט די מאמר אייערע ???
פארווע חסידאיז נישט די מאמר אייערע ???
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/397508">viewtopic.php?p=397508#p397508</a><!-- l -->