☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אידישע דיירעקטארי עפפס

אידישע דיירעקטארי עפפס

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8509

גנדי » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:30 pm

· #260791
אידישע דיירעקטארי עפפס
אזוי ווי רוב היימישע עולם האט היינט צוטאגס סמארטפאון'ס - זענען ארויסגעקומען די אידישע דיירעקטאריס אויך אויף אן עפפ.

סמארט ליסט
http://smartlistlocal.com/

אנדרויד
https://play.google.com/store/apps/deta ... list&hl=en

עפל
https://itunes.apple.com/us/app/elist-l ... mpt=uo%3D4

ביזנעס דיירעקטארי
http://thejbd.com/

אנדרויד
https://play.google.com/store/apps/deta ... bdbusiness

עפל
https://itunes.apple.com/us/app/jewish- ... ?ls=1&mt=8

די אידישע פאון בוק
http://thejewishphonebook.com/

אנדרויד
https://play.google.com/store/apps/deta ... o718&hl=en

עפל
(נאך נישט דא)

איך האלט אז דאס ווייזט אז די אידישע ביזנעסער ווייסען די מציאות אז די וועלט רוקט זיך פאראויס און בלייבט נישט שטעקן.

איך בין נייגעריג וועלכע עפפ/ס נוצט דער עולם?

וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע איינס?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 7, 2015 2:36 pm

· #281152
סמארט ליסט איז זייער גוט. איך ניץ עס שוין זייער א לאנגע צייט. ס׳ ארבעט בעסער אויף ענדרויד ווייל ווען איינער קאלט אריין ביי ענדרויד קומט ארויף די נאמען אפי׳ מ׳ האט נאך נישט די קאנטאקט אין די פאון. אבער עפל האט ליב צו קאנטראלען די עולם סא ביי אייפאון ארבעט עס נישט דערווייל. מ׳ קען סערטשען ביי אדרעס אדער ביי טעלעפאן נומבער. אויך קען מען זיכען ביי סטריט, מקען למשל אריין טייפען 49 אין אלע נאמבערס פון 49 סטריט וועט ארויס קומען און א שיינע סדר. די אנדערע עפפס זענען זייער שווער צו ניצען פון א סמארט פאן זיכער. די פראבלעים מיט סמארט ליסט איז אבער אז זיי האבען נישט אלע ביזנעסעס אין די עפפ, זיי האבען נאר אזעלעכע וואס צאלען. און די ביזנעסער דא אין ברוקלין זענען נאך נישט צוגעוואוינט צו צאלען פאר דעים.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 8, 2015 10:19 am

· #281321
איך פארשטיי אז די עפפס קומען מיר ארויסהעלפן, נישט ח"ו שפיאנירן פאר די הייליגע מוסדות און אנדערע נייגעריגע יענטעס,
פארט בין איך אביסל פערענויד, פון אזויפיל טעראר איז דאך לא ימלט אז כ'זאל נישט ווערן אנגעשטעקט מיט אביסל יראת העונש,
אלזא קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די עפפ דארף האבן כל מיני אינפארמאציע פון מיר?

📎 Smart List Access.jpg

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג יוני 8, 2015 1:40 pm

· #281352
Re: אידישע דיירעקטארי עפפס
שמעקעדיג
איך פארשטיי אז די עפפס קומען מיר ארויסהעלפן, נישט ח"ו שפיאנירן פאר די הייליגע מוסדות און אנדערע נייגעריגע יענטעס,
פארט בין איך אביסל פערענויד, פון אזויפיל טעראר איז דאך לא ימלט אז כ'זאל נישט ווערן אנגעשטעקט מיט אביסל יראת העונש,
אלזא קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די עפפ דארף האבן כל מיני אינפארמאציע פון מיר?

ס׳ טאקע אנגעשטעקט אביסל פון ר׳ פישל!

פרייוויליג » מאנטאג יוני 8, 2015 3:21 pm

· #281379
גנדי

די אידישע פאון בוק
http://thejewishphonebook.com/

עפל
(נאך נישט דא)

שוין יא דא