☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הרב אריה דוד שטיינהרטר

הרב אריה דוד שטיינהרטר

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8508

ראש הישיבה » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:27 pm

· #260728
הרב אריה דוד שטיינהרטר
איך זיך אינפארמאציע אויף דעם משפיע. איך ווייס גארנישט וועגן אים. לעצטנס איז דא א גרעסערע פאלויאינג נאך אים. עס איז נוגע פאר מיינס א ברודער. אויב איינער ווייסט עפעס וועגן אים זאל ביטע שרייבן.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:50 pm

· #260738
א חשוב'ער איד, שטארקער תלמיד חכם, זייער קליג און א גאר גרויסער מאניפאלעיטאר. טייל האלטן אים זאגאר פאר א יודע נסתרות אבער דאס איז זיכער אז ער איז א געניטער פסיכילאג. ער וואוינט אין ירושלים און גיבט זיך אפ מיט בחורים אין נויט. פאר זיין נומער ביטע קומט אין אישי.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:52 pm

· #260740
אפטעמיסט
א חשוב'ער איד, שטארקער תלמיד חכם, זייער קליג און א גאר גרויסער מאניפאלעיטאר.

היאך יתקיימו שניהם?

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:54 pm

· #260741
ער מאניפאלעיט די בחורים וואס ער נעמט קער פון. חשוב בלייבט ער.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:55 pm

· #260743
נישט אין מיין בוק. כמובן אויב איז אמת וואס איר זאגט.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:59 pm

· #260744

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:02 pm

· #260746
ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס גלייכן אים נישט. איך זאג דיר וואס איך האלט פון אים. ער גיבט זיך אוועק פאר אנדערע און נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'קען נישט שרייבן אויף אן אפענעם פארום.

----

איך ווייס נישט ווער דער דאקטאר איז. שטיינהארטער זעט נישט אויס אזוי. די בילד איז פון יארן צוריק.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:06 pm

· #260749
אפטעמיסט
ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס גלייכן אים נישט. איך זאג דיר וואס איך האלט פון אים. ער גיבט זיך אוועק פאר אנדערע און נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'קען נישט שרייבן אויף אן אפענעם פארום.

----

איך ווייס נישט ווער דער דאקטאר איז. שטיינהארטער זעט נישט אויס אזוי. די בילד איז פון יארן צוריק.


וואס זענען די סודות דא?

וואס הייסט ער זעהט נישט אזוי אויס? פון וואס איך געדענק אים זעהט ער אזוי אויס, קען זיין היינט איז זיין בארד מער ווייס צווואס.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:10 pm

· #260751
מעשיות וואס כ'האב פערזענליך מיטגעהאלטן יארן צוריק וואס איך קען נישט אויספויקן ברבים. אויך זיין אקטיוויטעטן אינערהאלב יד לאחים. ער איז אסאך ווייסער. לזה התכוונתי.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:17 pm

· #260754
מה שאצלך שבח גנאי הוא אצלי.

עס האט נישט קיין זין רעדן פרטים שאינם מאומתים כל הצורך, וועל איך נאר זאגען באופן כללי מיין שיטה.

בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה. אמונתו איז טייטש ארנטליכקייט, גלייכקייט. דער מערסטע יסודישע מעלה וואס א מענטש דארף האבען איז זיין גלייך, דאס גייט מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין, דער גרעסטער צדיק תלמיד חכם און העלפער, אז מען קען עם נישט גלייבען אויפ'ן ווארט, אז ער האנדלט נישט מיט מענטשען גלייך בתמימות, אז ער קען דיר זאגען גראבע ליגנט אין פרצוף אן קיין בושה, אז ער האנדלט מיט מענטשען מיט קונצן און חשבונות, מאניפולירט, זאגט איין זאך און מיינט א דריטער זאך, האלט זיך אלעמאל קלוגער פון דיר, און רעדט נישט קיינמאל גלייך אויף גלייך, איז זיין גאנצער צדקות ווערט א רעטאך. א פשוט'ער חבר קען מען מיט אזא בריה נישט זיין, כל שכן נישט עם מקבל זיין ברבי. (אגב וואס הייסט ער איז א תלמיד חכם? אין וועלכער מקצוע פונקט איז זיין מומחיות? אין נגלה? אין הלכה? אין לומדות? אין עיון? אין בקיאות? אין אגדה? אין קבלה? אדער אין זאגען שיעורים אין אור החיים הקדוש? וואס הייסט ער גיט זיך אוועק פאר אנדערע? אז ער האט נישט קיין נארמאלע דזשאב און ער איז פארנומען זיך אריינמישען אין די לעבן פון אנדערע מענטשען?)

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:30 pm

· #260764
מ'קריכט דא אריין אין א לאנגער שמועס. אין קורצען איז אזוי, עלטערן האבן רעכט אויפצוצוען זייערע קינדער, עכ"פ יונגע קינדער, וויאזוי זיי ווילן. אויב א טאטע בעט א פסיכילאג צו טוישן זיין זון'ס מיינונג, איז דער פסיכילאג נישט קיין אוממענטש אויב ער פארדרייט אים די קאפ. ודוק כי קצרתי

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:35 pm

· #260765
אז איינער איז א דרייקאפ איז שווער אנצונעמען אז מיט די טאטע האנדלט ער יא גלייך. פארוואס זאל די טאטע אננעמען אז ער טוהט טאקע פאר זיינע מטרות? מיינסט טאקע אז מיט די טאטע האנדלט ער יא ערליך?

בר מן דין, דינג איך זיך טאקע אויף דער יסוד. קושטא קאי שקרא לא קאי. הרבה למדתי וראיתי מרבותי מחנכים מעולים יראי שמים ומאחד מהם לא ראיתי או שמעתי הצדקה להנהגה כזאת.

בן נריהו » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:35 pm

· #260766
צוויי מאנען - מיט די "שטיינהארטער" נאמען - טוהט מען דא אויפטוישען. דער יעניגער וואס מיט בחורים גיבט זיך אפ - הרב יודא איז זיין נאמען.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:37 pm

· #260767
כמדומה שאחים הם, הרב יהודה הוא רשמית פסיכולוג ויועץ, והרב אריה דוד מתקרי משפיע וכו' והוא פסיכולוג ויועץ. ועל שניהם אני אומר אותו דבר. אלא שעל יהודה אין בכלל קס"ד שהוא משפיע או משהו רוחני כזה, ובעניינו יש להאריך בנפרד.

בן נריהו » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:43 pm

· #260770
א זוהן זיינס - פון הרב יודא'ן - האט ער פארהייראט מיט א מיידעל וואס איז ביי עם ערצויגן. ווער עס טוהט מיט אייפער פאר ג-ט'סוועגן - דער ווערט פארשריגען דורך נישט-טוהערס אז א קעסטעלע מיט ווערים הענגט אויף ארונטער.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:46 pm

· #260771
אופס... כ'האב געמיינט מ'רעדט פון יודא שטיינהארטער

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:55 pm

· #260776
.

ראש הישיבה » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:06 pm

· #260777
אויב איינער האט מער פרטישע אינפערמאציע אדער אייגענע עקספיריענס, זאל ביטע דא לייגן אדער שיקן אין אישי, עס איז אן ענין נחוץ.

שכוח

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:10 pm

· #260779
בן נריהו
א טאכטער זיינס - פון הרב יודא'ן - האט ער פארהייראט מיט א בחור וואס איז ביי עם ערצויגן. ווער עס טוהט מיט אייפער פאר ג-ט'סוועגן - דער ווערט פארשריגען דורך נישט-טוהערס אז א קעסטעלע מיט ווערים הענגט אויף ארונטער.

בן נריהו » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:13 pm

· #260781
אפטעמיסט
בן נריהו
א טאכטער זיינס - פון הרב יודא'ן - האט ער פארהייראט מיט א בחור וואס איז ביי עם ערצויגן. ווער עס טוהט מיט אייפער פאר ג-ט'סוועגן - דער ווערט פארשריגען דורך נישט-טוהערס אז א קעסטעלע מיט ווערים הענגט אויף ארונטער.

א צייכען פון עהרע איז דאס - צו גלויבן אזוי שטארק אין די אייגענע ווערק. נישט א מאניפיולירער איז ער - דער הרב יודא, נאר אן אויפטוהער מיט א קלארע - און שטארקע - מיין, איז ער.

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:18 pm

· #260783
.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:22 pm

· #260786
אדרבה, דערצייל. ס'קען נוגע זיין. וואס האסטו צו זאגן אויף אים?

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:24 pm

· #260787
אינו מן הענין לכתוב סיפורים אישיים. ולכתוב בלי להוכיח גם כן אינו מן הענין, אז חדלתי. אם לעצתי תקשיבו - לא תגע בו יד.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:27 pm

· #260788
לעיקוואד די קענסט אריינגיין אויף די רעקאד פון די מערסטע פינטליך און קאווע שטיבל נאך אפילו מער ווי קאך_לעפל
יעדע אשכול ווי די ביסט אקטיוו ווערט אנגעפינטלט אויף א שרעקליכע פארנעם
איז דא א סעטינג אויף קאווע שטיבל אז א תגובה זאל נאר שטיין פאר דריי מינוט און נאכדעם זאל אוטעמאטיק ארויף קומען א פינטל?

Kool man » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:27 pm

· #260790
ס'דא וואס זאגען אויף איהם אז ער קומט אין חלום צו זיינע נאפאלגער און צו זייערע עלטערען צו דער זעלבער צייט, און אינדערפרי ויקוצו והנה חלומות. 😈

סאשי פיש » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:43 pm

· #260795
הרב אריה דוד שטיינהרטר
וואוינט ער נישט אין בני ברק?

Kool man » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:48 pm

· #260796
סאשי פיש
וואוינט ער נישט אין בני ברק?


יא, ער וואוינט אין בני ברק, זיין ברודער דוכט זיך וואוינט אין ירושלים

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:10 pm

· #260816
האלטס אן א מינוט ,איז ער נישט נישט דער ברסלעווער וואס האט א ישיבה אויף די העכסטע שטאק העכער רב שפע (אדער וואטעווער עס הייסט היינטצוטאגס)?

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 24, 2015 5:37 pm

· #261443
הרב אריה דוד שטיינהרטר
יאיך האב געמאכט ריסוירטש. ער איז מקרב זייער סאך בחורים. פון זיי זענען דא אזעלעכע וואס מען האט געמיינט אז אבד תקוום, אבער ער האט זיי ארויסגעשלעפט פון די תהום. אזוי אויך איז ער מחזק לבבות נשברות פון אינגעלייט.

פון דיע וואס האבן געהאט א קשר מיט אים יאהרן צוריק, דהיינו מער פון 10-15 יאהר צוריק, הערט מען מער א נארמאלע הנהגה. ער איז א קלוגע א ברייטער, וואס דעמאלס האט ער שוין געטרייט צו זיין א קונצן מאכער. למעשה איז די קשר געווען על פי רוב בעיסד אויף לאגיק.

פון דיע וואס זענען מקושר מיט אים אין די לעצטע תקופה, הערט מען מער פון איינער וואס זעהט מסוף העולם ועד סופו. ער קען מרגיש זיין ווען איינער פון זיינע חסידים זענען אין א מצב פון נסיון און אים רופן אויף די סעיל און הייסן גיי נישט דארט אהין. כאטש אז ער איז אויך א קלוגע מענטש, איז אבער די קשר מיט אים מער א מיסטישע קשר. זיי גלייבן אז ער איז אן אורים ותומים. די חוזה מלובלין קען זיך פארשטעקן פאר אים.

מען זאגט אז די משפיעים ראקאוו און מארגענשטערן שליט"א שווערן זיך אין אים. זיינס א חבר נעורים טענה'ט אז ער איז אן איש אמת. ער וועט נישט בלאפן פאר קיינעם.

איך האב אויך געהערט געוויסע נעגאטיווע אינפארמאציע אויף אים, ווי למשל אז ער בלאפט צו דער מענטש, וכדומה, אבער נאך בירור איז עס נישט געווען געבויט אויף א קראנטע מקור.

כאטש איך בין פון די קטני אמנה שרייב איך וואס איך האב געהערט.

יוסל פון בני ברק » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 5:55 pm

· #350098
איך ווייס נישו צו עס נאך נוגע אבער איך פלעג אריינפאלן דארט ביי ארי׳ דוד שטיינהארטער פון מאל צו מאל האב ערשט האנטיגע אינפערמאציע, קודם ער איז באמת אן ערליכע איד וואס געבט זיך אינגאנצן אוועק פאר א צווייטע איד, זיין מהלך לויפט בכלל נישט ווי אסאך אנדערע נישט ארויסצושרייבן קיין נעמען ער מאכט עס זייער down to earth די אידישקייט מען דארף נישט פליען אין די ליפטן ער ווייסט פונקטלעך וויאזוי צו טשילן מיט א טעלער טשולענט ליל שישי טאקע וועגען דעם האט ער שוין צירוק געברענגט בחורים וואס מחנכים האבן זיך געשוואוירן ביי סאדאם׳ס בארד אז זיי וועלן בלייבן אין תהום, דעס וואס איינער האט געזאגט אז ס׳איז דא היינט דארט חברה וואס שווערן זיך אז ער זעהט ווער ווייסט וואס און אז עס לויפט זייער מיסטיש איז אזוי ס׳איז אנגעקומען אין די לעצטע פאר יאר אינגעלייט פון אנדערע חסידית׳ן ביי אים וואס זיי ווייסן איין זאך אז א רבי מיט חסידים מיינט איין זאך לייטס מיט פארענטשעס מיט שיינע קארן און אויב ס׳איז דא מופתים ווי למשל אז איינער האט גידארפט א טישא און די רבי האט פונקט געהאט א טישא דאן האבן זיי שוין געסקארט פארן לעבן, אקוציר האבן זיך אריינגערוקט ביי אים דארט אפאר פון די מינע, איז געלט פאר לייטס מיט קארן האבן זיי דאך נישט אבער צו מאכן מופתים קאסט דאך נישט קיין געלט זענען זיי געבליבן ביי דעם, אבער דעס צו ער רופט אן מענטשן פונקט פארן זונדיגן איך ווייס נישט ווי אמת דאס איז און פון ווי דאס קומט, אבער דאס ווייס איך יא אז ער איז אן אמתע אויפריכטיגע מענטש ער איז נישט דא פאר זיין בויך ער געבט זיך באמת אוועק פאר אנדערע, און אויך אז ער איז באמת א ערליכע איד
נ.ב. אסאך האבן אים דא אויסגעמישט מיט זיין ברודער יודא אים קען איך נישט איך ווייס נישט פונקטלעך וואס זיין אויפטוה איז פיסכעלאג אדער ווייס איך וואס.

מיר'ער בחור » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:44 pm

· #350126
אין דאס אז ער זאגט פאר קידוש פרייטיג'ס צונאכט'ס פאר יעדעם ווי אזוי זיין וואך איז אדארך געגאנגען איז נישט קיין מיסטישע זאכן

יוסל פון בני ברק » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2016 11:54 pm

· #350131
מיר'ער בחור
אין דאס אז ער זאגט פאר קידוש פרייטיג'ס צונאכט'ס פאר יעדעם ווי אזוי זיין וואך איז אדארך געגאנגען איז נישט קיין מיסטישע זאכן

איך ווייס נישט צו די בוסט שוין אמאל דארט געווען אדער נאר געהערט איך בין שוין געווען ביי א סעודה פון אים אויך און דעס הייבט זיך נישט אן די אייציגסטע זאך וואס יא איז אז ער בענטשט יעדעם פאר קידוש און זאגט אז ביי קידוש איז מען מוחל אלע עבירות גארנישט מער

מיר'ער בחור » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:11 am

· #350133
יוסל פון בני ברק
מיר'ער בחור
אין דאס אז ער זאגט פאר קידוש פרייטיג'ס צונאכט'ס פאר יעדעם ווי אזוי זיין וואך איז אדארך געגאנגען איז נישט קיין מיסטישע זאכן

איך ווייס נישט צו די בוסט שוין אמאל דארט געווען אדער נאר געהערט איך בין שוין געווען ביי א סעודה פון אים אויך און דעס הייבט זיך נישט אן די אייציגסטע זאך וואס יא איז אז ער בענטשט יעדעם פאר קידוש און זאגט אז ביי קידוש איז מען מוחל אלע עבירות גארנישט מער
איך האב עס טאקע נאר געהערט אבער פון איינער וואס דרייט זיך דארטן אין ער האט עם שוין געזאגט פאר קידוש אפאר מאל אז די אין די טאג איז נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין ( אין גראדע זענען יענע טעג טאקע נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין נאר סאך ערגער במלוא מובן המלה )

יוסל פון בני ברק » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:06 am

· #350150
אין ער האט עם שוין געזאגט פאר קידוש אפאר מאל אז די אין די טאג איז נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין ( אין גראדע זענען יענע טעג טאקע נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין נאר סאך ערגער במלוא מובן המלה )[/quote]
אויב אזוי איז וואס איז פונקטלעך מיסטיש דא אדרבה ואדרבה יעדע משפיע אדער רבי אדער מחנך וואס זעהט אז עז גייט דורך אויף איינע פון זיינע בחורים א שווערע טאג אדער וואך זאל ער אים זאגן עפעס און ארויסהעלפן איך זעה באמת נישט וואס שטערט דיך דא

מיר'ער בחור » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:18 am

· #350154
יוסל פון בני ברק
אין ער האט עם שוין געזאגט פאר קידוש אפאר מאל אז די אין די טאג איז נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין ( אין גראדע זענען יענע טעג טאקע נישט געווען ווי ס'דארף צו זיין נאר סאך ערגער במלוא מובן המלה )
אויב אזוי איז וואס איז פונקטלעך מיסטיש דא אדרבה ואדרבה יעדע משפיע אדער רבי אדער מחנך וואס זעהט אז עז גייט דורך אויף איינע פון זיינע בחורים א שווערע טאג אדער וואך זאל ער אים זאגן עפעס און ארויסהעלפן איך זעה באמת נישט וואס שטערט דיך דא
אנטשולדיגט יוסל אויב איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען איך האב בסך הכל רעאגירט צו דאס וואס דו האסט געזאגט אז דו ווייסט נישט פון קיין מיסטישע ענינים ביי עם אין איך האב געמיינט צו זאגן אז ער האט עם יא געזאגט זאכן וואס קיינער האט נישט געוויסט וד"ל

יוסל פון בני ברק » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:31 am

· #350156
Ouch אויב אזוי איז עס שוין גארנישט מיסטיש ער ווייסט טאקע