לאמיר אפ
דו אפגעריסענע אלטע פערד, איך האב שוין נישט קיין כח, גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט און לאז מיר אפ. הער אויף צו פגע'נען באצייטנס, אלעס האט א שיעור. פארשטאנען?
גאפיל דיך אפ פון מיר, מיטשע נישט, רייט אויף א צווייטן, געט לאוסט, לך לעזאזל, ווער פארשווינדן
לקיים מה שנאמר, ונסתם ואין רודף
איך בין געגאנגן ווי די שווארצע פעפער וואקסט, און איך זעה גאר אז דו ביסט די פארמער.
דיין ווייב האט שוין פסחדיג געמאכט די פילן?
לײג די פיס אויף די פלײצע און יאג אפּ.
אנטשולדיגט, אבער מיינע נערוון איז נישט דיין שפאנציר גארטן.
איך האב געהאט א רבי אין חדר וואס פלעגט שרייען ווי אן עגלה ערופה... איך וועל דיר אנכאפען ביים גארגעל און ארויסווארפען פון פענסטער
כ'האב מקבל געווען פון די זיידעס אז מען דארף נישט זיין קלוגער ווי די זיידעס.
אקעי, כאפ דיינע שמאלציגע לאבעס מיט דיין ליידיגע מח חלל און יאג אפ צום גהינם של אשמדאי. דא האסטו צידה לדרך, א געזאלצענע בני מעיים פון א בית יענה געטינקען אין הייסע פעפער מיט זית שמרים. אינטערוועגענס ווען ס'כאפט דיר א הונגער קדחת קענסטו זיך זעטיגען אויף דעם.
מיין מנהל בתוך כעסו פלעגט שטענדיג קריצן מיט די ציין און זאגן בזה"ל:
איך וועל דיר צורייבן דיינע באקן, צומאלן ווי א זייפן בלאז, צוטרעטן ביז ס'וועט גארנישט בלייבן פון דיר
רויטע וואנצעסwhat a sick person
יא דאס איז די ריכטיגע טיטעל אויף אים
אז דו ווילסט קריכן אויף מיינע נערוון, טו דיר כאטש אויס די שוך.