☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...

מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8497
בלאט: 1 2

חקרן » זונטאג מערץ 22, 2015 8:11 pm

· #260545
מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
פון דא
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=26156">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=26156</a>

אני משה מרדכי בן בלימא - הנקרא 'מנשה לוסטיג', וויל מודיע זיין בשער בת רבים.
אז ווער ס'זארגט זיך נישט יעצט, מיר צו זוכן א שידוך, און פראבירט נישט וויפיל ער קען, מיר צוצוהעלפן טרעפן די ריכטיגע, זאל ביטע נישט קומען מיר וואונטשן און פאהר'זינגען ווען כ'וועל בשעה טובה ומוצלחת א חתן ווערן סוף.
געדענקט גוט, איך וועל נישט עקסעפטן קיין חניפות און מגילות, פון ווער ס'האט מיך נישט תכלית'דיג פראבירט צו העלפן.
זיבן יאר אליינס קען טאקע ווערן פארגיטיגט מיט איין גוטע מזל טוב, אבער נאר ווער ס'האט מיטגעשפירט בפועל.
איי עמ ווערי סיריעס!

חקרן » זונטאג מערץ 22, 2015 8:22 pm

· #260550
על פי בקשת חברינו ר' מנשה, ווער איך געבעטן מודיע צו זיין דעם ציבור, אז אני הק' חקרן מקאווע שטיבל, בין נישט מנשה לוסטיג וכל שם וחניכה דאית להו.

בעל מדות » זונטאג מערץ 22, 2015 9:07 pm

· #260559
וואספארא מין שפראך איז דאס? אגעס איך זאל אפלאזן מיינע דריי בחורים אין די יארן, ארויסגיין פון ארבעט, און נאר אדרעסירן א סקווירא סעלעב. וועלכע איך וועל נישט קענען וואונטשן מזל טוב ווען ער שטייט בזמן שמחה, איך הער.

נופת צופים » זונטאג מערץ 22, 2015 10:09 pm

· #260572
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
איז דא איינער דא וואס פארשטייט וואס דא גייט פאר?

Kool man » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:37 pm

· #260794
איך בעהט דיך, נישט מיט אזא האבע סטראשע..

נ.ב. זאג איהם אז איך בין הארצען גערען גרייט איהם צו העלפען מיט א שידוך, אבער ער מאכט זיך צופיהל צושפילטע אטענשאן [סאו טו סעי] ברבים, ער האקט פשוט אונטער אלע השתדלות, אונז וועלען זיך אלע פרייען איהם צו זעהן אונטער די חופה בקרוב בשעטומ"צ

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:30 pm

· #260852
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט אז גאט ברוך הוא, וואס אסאך פון זיינע קינדער שמאכטן אין תפיסה לכבודו קען זיי נישט העלפן, קען זיי נישט העלפן, נאך אלעם גלייבסטו דאך אז ער איז דער בעל היכולת ובעל הכוחות כולם, נו ווי איז ער ווען מ'דארף עהם?

[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס, און ווען א יוד בעט הילף, געבט מען עהם נישט אריין קובלנא אין מויל, (אזוי מיין איך, בין איך ראנג?)

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:42 pm

· #260859
מנשה לוסטיג
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט אז גאט ברוך הוא, וואס אסאך פון זיינע קינדער שמאכטן אין תפיסה לכבודו קען זיי נישט העלפן, קען זיי נישט העלפן, נאך אלעם גלייבסטו דאך אז ער איז דער בעל היכולת ובעל הכוחות כולם, נו ווי איז ער ווען מ'דארף עהם?

[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס, און ווען א יוד בעט הילף, געבט מען עהם נישט אריין קובלנא אין מויל, (אזוי מיין איך, בין איך ראנג?)

דער שורה שמעקט עפעס מיט כפירה. כפירה זאג איך? עס שמעקט פון עקל. ובזה יצאתי.

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:47 pm

· #260863
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
ניין איך האלט ער האט א שטארקע פוינט , אסאך מאל זעהט מען גרושים מיט אלטע בחורים וואס דרייען זיך אין בית מדרש און לעכטצן נאך א גיט ווארט און קיינער געט נישט קיין דעקל פאר זיי, און פליצלינג ווען זיי טרעפן א שידוך זענען זיי דא, הננו. ווי ביסטו געווען ביז יעצט הא??

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:48 pm

· #260865
פרייוויליג
מנשה לוסטיג
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט אז גאט ברוך הוא, וואס אסאך פון זיינע קינדער שמאכטן אין תפיסה לכבודו קען זיי נישט העלפן, קען זיי נישט העלפן, נאך אלעם גלייבסטו דאך אז ער איז דער בעל היכולת ובעל הכוחות כולם, נו ווי איז ער ווען מ'דארף עהם?

[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס, און ווען א יוד בעט הילף, געבט מען עהם נישט אריין קובלנא אין מויל, (אזוי מיין איך, בין איך ראנג?)

דער שורה שמעקט עפעס מיט כפירה. כפירה זאג איך? עס שמעקט פון עקל. ובזה יצאתי.

בזה יצאת? אשר יצר הויעך אין א סידור

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:49 pm

· #260866
קאצקע ציקער
ניין איך האלט ער האט א שטארקע פוינט , אסאך מאל זעהט מען גרושים מיט אלטע בחורים וואס דרייען זיך אין בית מדרש און לעכטצן נאך א גיט ווארט און קיינער געט נישט קיין דעקל פאר זיי, און פליצלינג ווען זיי טרעפן א שידוך זענען זיי דא, הננו. ווי ביסטו געווען ביז יעצט הא??

וואס האב איך שוין שלעכט געזאגט? און פארוואס קומט מיר א שפיי פארן רעדן אן רמזים.

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:51 pm

· #260867
אויב דו האסט נישט פארשטאנען ,קאצקא איז אויף דיין זייט.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:52 pm

· #260868
מנשה לוסטיג
פרייוויליג
מנשה לוסטיג
[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט אז גאט ברוך הוא, וואס אסאך פון זיינע קינדער שמאכטן אין תפיסה לכבודו קען זיי נישט העלפן, קען זיי נישט העלפן, נאך אלעם גלייבסטו דאך אז ער איז דער בעל היכולת ובעל הכוחות כולם, נו ווי איז ער ווען מ'דארף עהם?

[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס, און ווען א יוד בעט הילף, געבט מען עהם נישט אריין קובלנא אין מויל, (אזוי מיין איך, בין איך ראנג?)

דער שורה שמעקט עפעס מיט כפירה. כפירה זאג איך? עס שמעקט פון עקל. ובזה יצאתי.

בזה יצאת? אשר יצר הויעך אין א סידור

גוט געזאגט! דאס אז דו קענסט זאגן אשר יצר, און נאכדערצו אויף א קול דארפסטו שענקן א הודאה צו ג-ט. און נישט זאגן: נו ווי איז ער ווען דו דארפסט אים...

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:00 pm

· #260876
איך האב געשריבן
[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס]
און כ'האב נישט די פראגעס, נישט אויף גאט און נישט אויף זיינע ליבע עובדי השם וואס צייגן אונז די דרך החיים.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:12 pm

· #260881
מנשה לוסטיג
איך האב געשריבן
[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס]
און כ'האב נישט די פראגעס, נישט אויף גאט און נישט אויף זיינע ליבע עובדי השם וואס צייגן אונז די דרך החיים.

נאך א אינטענסיווע אויספארשונג בין איך געקומען צו די החלטה אז איך פארשטיי וואס דו רעדסט. האסט געצויגן א גראדע ליניע פון הצאדיק מסקווירא צו ג-ט ברוך הוא. וויבאלד איינער האט געשטעלט א פראגע וואס קען בועל זיין אינעם צאדיק, האט מען תיכף אפירגענומען אבינו שבשמים מיט א קאנטער קשיא, אז ער אליין קען דיך אויך נישט העלפן. מ'שטיינס געזאגט דער חסיד האט נישט די פראגע, נאר די משכילים פרעגן דאס...

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:14 pm

· #260883
הרב הקדוש רבי אהרן פון טשערנאביל האט געזאגט, ווער ס'האט א קשיא אויף א רבי האט א קשיא אויפן אייבירשטער. ווייל צדיק און אלוקות איז איינס.
לפי דיין מאס דעת, איז רבי אהרן אויף פון די פאר'סקווערטע.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:17 pm

· #260884
מנשה לוסטיג
הרב הקדוש רבי אהרן פון טשערנאביל האט געזאגט, ווער ס'האט א קשיא אויף א רבי האט א קשיא אויפן אייבירשטער. ווייל צדיק און אלוקות איז איינס.
לפי דיין מאס דעת, איז רבי אהרן אויף פון די פאר'סקווערטע.

הרב הצדיק מקאצק האט געזאגט: עס איז דא אמונת צדיקים, אבער איך דארף נישט האבן קיין אמונה אז דיין רבי איז א צדיק...

petergrifin » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:17 pm

· #260885
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
וואס דער גיהינום? ער האט נישט גערעדט דא קעגן קיינעם, איז פארוואס באפאלט מען איהם. און דו האלסט טאקע אז ער האט גערעדט כפירה?! אבי געפייניגט.

zurich » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:30 pm

· #260891
פרייוויליג
מנשה לוסטיג
איך האב געשריבן
[איך אלץ חסיד, האב נישט די פראגעס]
און כ'האב נישט די פראגעס, נישט אויף גאט און נישט אויף זיינע ליבע עובדי השם וואס צייגן אונז די דרך החיים.

נאך א אינטענסיווע אויספארשונג בין איך געקומען צו די החלטה אז איך פארשטיי וואס דו רעדסט. האסט געצויגן א גראדע ליניע פון הצאדיק מסקווירא צו ג-ט ברוך הוא. וויבאלד איינער האט געשטעלט א פראגע וואס קען בועל זיין אינעם צאדיק, האט מען תיכף אפירגענומען אבינו שבשמים מיט א קאנטער קשיא, אז ער אליין קען דיך אויך נישט העלפן. מ'שטיינס געזאגט דער חסיד האט נישט די פראגע, נאר די משכילים פרעגן דאס...

ער פרעגט לשיטתך ניין? ביסט נישט אזא נאר ווי דו ווילסט מען זאל מיינען

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מערץ 23, 2015 7:43 pm

· #260922
מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין

רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 23, 2015 8:16 pm

· #260942
מנשה, ביסט גרייט צו נעמען א פרוי וואס האלט אז ס'נשתכח תורת הבע"ש, אדער וועט זיין שלום בית פראבלעמען ?

מפוזרי » מאנטאג מערץ 23, 2015 8:51 pm

· #260961
איך פארשטיי נישט, א איד איז מודיע צערו לרבים און שרייט פון ווייטאג, קענסט נישט אדער דו ווילסט נישט העלפן איז נישט, אבער וואס האט מען צו לאכן?

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:23 pm

· #260976
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
התם ומתמם עם תמימים
מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין

רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...

אזויפיל אנדערע ניקים האט מנשה?

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:46 pm

· #260991
נהורא נפישא
מנשה, ביסט גרייט צו נעמען א פרוי וואס האלט אז ס'נשתכח תורת הבע"ש, אדער וועט זיין שלום בית פראבלעמען ?

איך קען איר דערמאנען..
וויאזוי זאגט מען אין ראדני? ס'דא א מסיבת הסברה, אז דו וועסט נישט פארשטיין וועט מען דיר שוין מסביר זיין...

למען האמת, אויב דו פרעגסט ערנסט, ניין איך האב נישט מורא צו נעמען קיין נשתכח פרוי, אויב ס'דא אהבה ורצון איז גארנישט קיין פראבלעם צו פועל'ן אין שטוב.

מנשה לוסטיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:47 pm

· #260994
פרייוויליג
התם ומתמם עם תמימים
מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין

רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...

אזויפיל אנדערע ניקים האט מנשה?

כ'מיין אז איך קען אריינגיין אין די בוך אויף רעקארד ברעיקינג, אלץ איינציגער! ווער ס'האט ארויסגעשריבן זיין עכטע נאמען אין די היימישע בלאגס
און מיין איינציגסטע נאמען, איך האב נישט קיין צוויי נעמען אין די זעלבע בלאג

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:54 pm

· #261002
דו מיינסט אוודאי אז אלע דיינע ניקס זענען יוזשעלי איין נאמענדיגע?

סאשי פיש » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:56 pm

· #261005
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
טאמבי טאמבס אפ[emoji106]

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:17 pm

· #261017
פאר א גוט יאר קען מען פליז אראפקריכן פון מנשה'נן? ענקער ווייבער לאזן ענק נאר עסן פון א באקס און פון מאחורי לאזט זי דיר אפילו נישט טראכטן? גיי טשיל אוט אבער לאז אפ מנשה'קן וואס האט גארנישט שלעכטס געטוהן (אפשר אביסל אומבאלימפערט ,אבער זייט ווען איז דאס א קריים?)

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:18 pm

· #261019
טאמבל סאס
דו מיינסט אוודאי אז אלע דיינע ניקס זענען יוזשעלי איין נאמענדיגע?

העי העי! מנשה האט א פונקט, ער איז פון די איינצעלנע ניקס וואס געבן אן זייער ריכטיגע נאמען, פארוואס סתם חוזק מאכן, נאכדערצו באהאלטן אונטער א ניק?

יין שרף » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:19 pm

· #261022
איך אויך
פאר א גוט יאר קען מען פליז אראפקריכן פון מנשה'נן? גיי טשיל אוט אבער לאז אפ מנשה'קן וואס האט גארנישט שלעכטס געטוהן

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:24 pm

· #261023
ישראל קאפקע
טאמבל סאס
דו מיינסט אוודאי אז אלע דיינע ניקס זענען יוזשעלי איין נאמענדיגע?

העי העי! מנשה האט א פונקט, ער איז פון די איינצעלנע ניקס וואס געבן אן זייער ריכטיגע נאמען, פארוואס סתם חוזק מאכן, נאכדערצו באהאלטן אונטער א ניק?

אפשר איז דאס גאר לגריעותא? ווייל דאס מאכט אז מ'זאל נישט קענען זיין דוגרי מיט אים צוליב די סימפאטיע וואס מאנכע האבן געווענליך צו אן עכטע נאמען - ספעציעל ווען ס'איז דער געליטענער מנשה'לע.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:55 pm

· #261028
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
ווער האט דא אויפגעוועקט דעם בער פון שלאף?

petergrifin » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:59 pm

· #261032
דו ביזט אבסעסד?

חקרן » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:59 pm

· #261033
א שווערע טאג געווען דא היינט אין שטיבל, דא מיט מנשה, דא מיט גענדי, דא מיט איך אויך... ס'איז געווען עפעס זייער אנגעצויגן... אפשר מאכט מען עפעס א געשמאקע פארברענגען איבער א טעלער טשאלנט?

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:25 pm

· #261054
פרייוויליג
התם ומתמם עם תמימים
מנשה איך בין מיט דיר איך האב מיטלייד מיט דיר
איך קען טאקע נישט העלפן צו זוכען א שידוך איך האב נישט עקספעירינט מיט דאס
וועל איך כאטשיג מתפלל זיין

רבותי ער האט נישט גערעדט כפירה אדער עקל ער האט ארויס געברענגט א פיינע פוינט ...

אזויפיל אנדערע ניקים האט מנשה?


איך בין מוסר מודעה אז איך האב מיט דער ניק מנשה גארנישט
איך בין נישט מנשה אין איך בין נישט קיין סקווערע חסיד בכלל

אבער איך בין א איד מיט געפילן אז א איד איז צובראכן האב איך מיטלייד

אין אז איינער זאגט עפעס מיינט נאך נישט ווער ווייס וואס
מען איז מדייק אויף יעדעס ווארט כאילו ווער ווייס וואס מען האט דא געטראפן

אביסל מענשטליכקייט אביסל געפילן פאר יענעם .....................

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:32 pm

· #261060
מורי ורבותי איך זע אז א געוויסער עולם דא האט עפעס א פיק אויף ר' מנשה, קען זיין אז עס עפעס אין דער עבר האט ער געשריבן נישט שיין, איך ווייס נישט איך בין דערווייל דא נאר אפאר חדשים און איך האב נישט געזעהן אין איהם גארנישט ראנג,

איז געקומען איינער און האט מיט זיין גוט הארץ מפרסם געווען דא מנשה'ס ביטע, האט זיך אנגעהויבן א סומאטוכע, מען האט גלייך אריין געמישט זיין רבי'ן דא, וואו קומט עס אריין פארשטיי איך נישט, און כאילו ווי דער רבי מוז איהם העלפן, און מנשה האט דאך גוט גענטפערט אויב קען זיין רבי העלפן זעהט ער דאך וואס עס טוהט זיך אין הימל נו השי"ת זעהט אויך וואס עס טוהט זיך דארט און ער העלפט איהם אויך נאך נישט און נישט נאר איהם נאר פילע אנדערע וואס פארלאזן זיך אויף איהם ווייל השי"ת זעהט אויך דאס פארבארגענע, נו מעג דאך מנשה אזוי גלייבן אויף זיין רבי'ן און אפילו ער פועל'ט נאך נישט אויס קיין ישועה פאר איהם קען ער נאך אלס גלייבן אין זיין רבי'ן, וואו קומט אריין כפירה אדער עקל? איך פארשטיי נישט, אונז זענען דאך אינטעליגענט, פליז רעדן נאר צום נושא און נישט דער נשוא,

וכאן המקום להודות פאר אלע וואס האבן געשריבן דא צו דער זאך, יישר כחכם,

בשם אלע סאלידע חברי השטיבל
געוואלדיג

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:38 pm

· #261072
Re: מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
דאס שוין נישט שיין. דו קענסט נישט זיך אינטערשרייבן בשם כל הקהל. ביסט שוים באלד ווי ביבי וואס רעד אין נאמען פון כלל ישראל...[emoji38]

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:45 pm

· #261082
פרייוויליג
דאס שוין נישט שיין. דו קענסט נישט זיך אינטערשרייבן בשם כל הקהל. ביסט שוים באלד ווי ביבי וואס רעד אין נאמען פון כלל ישראל...[emoji38]


אויב אזוי גיי צו די קונסול פין דער פראנצויזן אין זאג זיי קלאר אז ער רעדט נישט בשם כל הקהל.....

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:08 am

· #261097
ניין נאר בשם די סאלידע וואס האלטן אזוי ווי מיר.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:19 am

· #261108
אֵלִי אֵלִי, לָמָה עֲזַבְתָּנִי; רָחוֹק מִישׁוּעָתִי, דִּבְרֵי שַׁאֲגָתִי.
אֱלֹהַי--אֶקְרָא יוֹמָם, וְלֹא תַעֲנֶה; וְלַיְלָה, וְלֹא-דֻמִיָּה לִי.
וְאַתָּה קָדוֹשׁ-- יוֹשֵׁב, תְּהִלּוֹת יִשְׂרָאֵל.
בְּךָ, בָּטְחוּ אֲבֹתֵינוּ; בָּטְחוּ, וַתְּפַלְּטֵמוֹ.
אֵלֶיךָ זָעֲקוּ וְנִמְלָטוּ; בְּךָ בָטְחוּ וְלֹא-בוֹשׁוּ.
וְאָנֹכִי תוֹלַעַת וְלֹא-אִישׁ; חֶרְפַּת אָדָם, וּבְזוּי עָם.
כָּל-רֹאַי, יַלְעִגוּ לִי; יַפְטִירוּ בְשָׂפָה, יָנִיעוּ רֹאשׁ.

גֹּל אֶל-יְהוָה יְפַלְּטֵהוּ; יַצִּילֵהוּ, כִּי חָפֵץ בּוֹ.
סְבָבוּנִי, פָּרִים רַבִּים; אַבִּירֵי בָשָׁן כִּתְּרוּנִי.
פָּצוּ עָלַי פִּיהֶם; אַרְיֵה, טֹרֵף וְשֹׁאֵג.
כַּמַּיִם נִשְׁפַּכְתִּי-- וְהִתְפָּרְדוּ, כָּל-עַצְמוֹתָי:
הָיָה לִבִּי, כַּדּוֹנָג; נָמֵס, בְּתוֹךְ מֵעָי.

יָבֵשׁ כַּחֶרֶשׂ, כֹּחִי, וּלְשׁוֹנִי, מֻדְבָּק מַלְקוֹחָי; וְלַעֲפַר-מָוֶת תִּשְׁפְּתֵנִי.
כִּי סְבָבוּנִי, כְּלָבִים: עֲדַת מְרֵעִים, הִקִּיפוּנִי; כָּאֲרִי, יָדַי וְרַגְלָי.
אֲסַפֵּר כָּל-עַצְמוֹתָי; הֵמָּה יַבִּיטוּ, יִרְאוּ-בִי.
יְחַלְּקוּ בְגָדַי לָהֶם; וְעַל-לְבוּשִׁי, יַפִּילוּ גוֹרָל.
וְאַתָּה יְהוָה, אַל-תִּרְחָק; אֱיָלוּתִי, לְעֶזְרָתִי חוּשָׁה.
הַצִּילָה מֵחֶרֶב נַפְשִׁי; מִיַּד-כֶּלֶב, יְחִידָתִי.
הוֹשִׁיעֵנִי, מִפִּי אַרְיֵה; וּמִקַּרְנֵי רֵמִים עֲנִיתָנִי.

אֲסַפְּרָה שִׁמְךָ לְאֶחָי; בְּתוֹךְ קָהָל אֲהַלְלֶךָּ.
יִרְאֵי יְהוָה, הַלְלוּהוּ-- כָּל-זֶרַע יַעֲקֹב כַּבְּדוּהוּ;
וְגוּרוּ מִמֶּנּוּ, כָּל-זֶרַע יִשְׂרָאֵל.
כִּי לֹא-בָזָה וְלֹא שִׁקַּץ, עֱנוּת עָנִי-- וְלֹא-הִסְתִּיר פָּנָיו מִמֶּנּוּ;
וּבְשַׁוְּעוֹ אֵלָיו שָׁמֵעַ.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:22 am

· #261111
נו שם הוי'ה בתפארתו... מענטשן ליינען דאס במקומות המכוסים!

מנחם » דינסטאג מערץ 24, 2015 12:28 am

· #261114
איך בין מוחה, ווען א צווייטער וויינט וויינט מען מיט, לאכן איז כ"ש מופרך, אפגעזען ווער עס איז.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 5:13 pm

· #261424
דאס אז איך האב געשריבן אזא מעסעדש, האט געהאט צו א שטארקע אפקלאנג, יש דורשין לגנאי ויש דורשין לשבח.
וואס האלט איר?

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:17 pm

· #261461
איך פיל מיט דיר מנשה טייערער. איך קען אפילו נישט פארשטעלן דיין מיטמאכעניש. איך האף אז דו וועסט בקרוב געהאלפן ווערן. כאטש איך בין נישט קיין שדכן און איך האב נאך קיינמאל נישט אויסגעפירט א שידוך. אזוי אויך האב איך כמעט נישט אהנגעטראגן א שידוף פאר קיינעם. אבער איך בין שוין געגאנגן צו שדכנים צו פרעגן אויב זיי האלטן אויף א געוויסע שידוך איז פאסיג אדער נישט. אויב זיי האבן געהאלטן אז עס איז גוט, האב איך זיי געבעטן עס אהנצוטראגן.

איך בין נישט מסכים מיט די נעגאטיווע תגובות אין דעם אשכול. ווען א מענטש קומט ארויס צו פאבליק און בעט פאר הילף אויף א זאך וועס ער איז קלעם, איז נישט די פאסיגע זאך זיך אפצורעגען מיט אים אויף אלטע חשבונות.

בנוגע דיין שאלה מנשה צו דו האסט געטוהן א גוטע זאך? דאס בין איך נישט זיכער. ווייל איך ווייס נישט צו עס איז גוט פאר דיין אימעדזש זיך צו פארשטעלן אלס א דעספרעט סינגל וואס זיכט א שידוך. כאטש יעדער (כמעט) אין דיין מצב איז דעספרעט, אבער מיט דעם דעקלעראציע האסטו זיך געשטעלט אלס דעם רחמנותדיגע סינגל. אנשטאט אז מענטשן זאלן דיר קענען אלס דער פרייליכער משמח אלקים ואנשים מנשה, ווייסט יעצט יעדער אז דו ביסט דעספרעט נאך א שידוך. אבער מי יודע אז דער אויפוואכונג וואס דו האסט געמאכט וועט גאר ברענגן די ישועה.

און יא איך האף אז איך וועל קענען בקרוב צוזאמען מיט אלע חברי הק"ש קענען דיר וואונטשן מזל טוב אויף דיין גליקליכע שידוך.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:32 pm

· #261469
איך האב נישט געפרעגט צו כ'האב געטון גוט, כדי צו וויסן וואס צו טון און וואס נישט. איך האב פשוט געוואלט הערן יעדנס מיינונג. און טאמער מיינט איינער [וואס האט מיך נאך קיינמאל געטראפן פערזענליך] אז ער ווייסט וואס איך בין, דעפרעסט, דעספערט פרייליך צו טרויעריג, פענסי צו כאניאקיש, איז זיך גרויס טועה.
איך בין א סארט געביין, וואס מאנכע לערנען זיך אכט יאר קאלידש מיר ארויסצוהאבן... חחח

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:27 pm

· #261490
מנשה לוסטיג
הרב הקדוש רבי אהרן פון טשערנאביל האט געזאגט, ווער ס'האט א קשיא אויף א רבי האט א קשיא אויפן אייבירשטער. ווייל צדיק און אלוקות איז איינס.
לפי דיין מאס דעת, איז רבי אהרן אויף פון די פאר'סקווערטע.


טייערער רבי מנשה איך האב באמת מיטלייד מיט דיין שווערע מצב, און דער הייליגער באשעפער פון אינזערע אבות הק' אברהם יצחק ויעקב, און דער באשעפער פון די צדיקי בית טשערנאביל וסקווירא, אנגעהויבן פינעם היילגען מאור עניים, מיט זיין הייליגען זון רבי מרדכי מטשערנאבל זי''ע, מיט זיין הייליגען זון ר' איציקל סקווירער זי''ע, מיט זיין זון ר' דוד'ל זי''ע און זיין זון דער פריערדיגער סקווירא רבי זי''ע זאל דיר בקרוב שיקן דיין באשערטע ב''ב.

אבער דער מאמר וואס די זאגסט נאך פון ר' אהרן מטשערנאביל איז כפירה און מינות, און ע''ז בשותף לכל הדיעות..... און מען דארף זיך קריעה רייסן נאך אזאנא דברי ניעוץ.

והשם הטוב יכפר ובזה יצאתי ידי חובת מחאה....

ידיך מר קאך_לעפל

I'm back » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:27 pm

· #261491
[ציטאט אראפגענומען]


איך האף אז די פארופסט זיך נישט אלס איינער פון דער 'קליגערע'.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:37 pm

· #261515
קאך_לעפל
מנשה לוסטיג
הרב הקדוש רבי אהרן פון טשערנאביל האט געזאגט, ווער ס'האט א קשיא אויף א רבי האט א קשיא אויפן אייבירשטער. ווייל צדיק און אלוקות איז איינס.
לפי דיין מאס דעת, איז רבי אהרן אויף פון די פאר'סקווערטע.


טייערער רבי מנשה איך האב באמת מיטלייד מיט דיין שווערע מצב, און דער הייליגער באשעפער פון אינזערע אבות הק' אברהם יצחק ויעקב, און דער באשעפער פון די צדיקי בית טשערנאביל וסקווירא, אנגעהויבן פינעם היילגען מאור עניים, מיט זיין הייליגען זון רבי מרדכי מטשערנאבל זי''ע, מיט זיין הייליגען זון ר' איציקל סקווירער זי''ע, מיט זיין זון ר' דוד'ל זי''ע און זיין זון דער פריערדיגער סקווירא רבי זי''ע זאל דיר בקרוב שיקן דיין באשערטע ב''ב.

אבער דער מאמר וואס די זאגסט נאך פון ר' אהרן מטשערנאביל איז כפירה און מינות, און ע''ז בשותף לכל הדיעות..... און מען דארף זיך קריעה רייסן נאך אזאנא דברי ניעוץ.

והשם הטוב יכפר ובזה יצאתי ידי חובת מחאה....

ידיך מר קאך_לעפל

אויב דו ביסט גרייט צו מרבה זיין דעת ותבונה בחכמת אלוקים, וואלט איך דיר געראטן, אכטונג צוגעבן פאר די שרייבט אזא סטעיטמענט, אויף א מאמר מקורי פון צדיקים כמלאכים, און בעיקר וואס איך וואלט דיר געבעטן מיט דאס גאנצע יודיש הארץ וואס איך פארמאג, אפיר נעמען דעם ספר הקדוש מאור עינים, און אז וועסט לערנען שטיקל נאך שטיקל, וועסטו אלץ געוואויר ווערן וואס א וועלט ס'פארהאנען העכער דעת בעל הבית - שיין גערעדט.

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:40 pm

· #261532
מנשה זיסער איך מיין אז די כאפטסט נישט הרה''ק רבי אהרן מטעשרנאביל זי''ע איז געווען א קדוש עליון וואס מלאכים און שרפים האבן געציטערט מקדושתו........ נארוואס דען? דער מאמאר וואס די שרייבסט נאך פון אים האט ער פשוט נישט געזאגט..... דאס קומט מיסתמא פון די חסידים שוטים וואס זינדיגן נישט ווייל זיי האבן מורא אז דער באשעפער וועט זיין אויסזאגן פארן רעבין שליט''א....... כאפטסט? מען נעמט דברי מינות און מען שמירט עס אן אויף אזא קדוש עליון ווי הרה''ק רבי אהרן מטשערנאבל זי''ע........... הקב''ה תובע בעלבון של צדיקים.......

הרב_שלום » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 pm

· #261546
פנחס שעכטער איז גרויסער שדכן פאר זיוויג שני 6463004544

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 25, 2015 12:35 am

· #261576
מנשה לוסטיג לאזט מעלדן...
מנשה לוסטיג
אויב דו ביסט גרייט צו מרבה זיין דעת ותבונה בחכמת אלוקים, וואלט איך דיר געראטן, אכטונג צוגעבן פאר די שרייבט אזא סטעיטמענט, אויף א מאמר מקורי פון צדיקים כמלאכים, און בעיקר וואס איך וואלט דיר געבעטן מיט דאס גאנצע יודיש הארץ וואס איך פארמאג, אפיר נעמען דעם ספר הקדוש מאור עינים, און אז וועסט לערנען שטיקל נאך שטיקל, וועסטו אלץ געוואויר ווערן וואס א וועלט ס'פארהאנען העכער דעת בעל הבית - שיין גערעדט.

אויב דו וועסט לערנען "נועם אלימלך" וועסטו זען אז דאס וואס מהאט דיר געזאגט אז נאר אין מאור עינים קען מען טרעפן העכערע דעת בעל הבית איז נאר ווייל ער איז געווען די זיידע פון די רבי שליט"א... אבער עס איז לאו דוקא מאור עינים וכן הענין לגבי מאור ושמש.
בלאט: 1 2