☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8486

אשכול אן א טיטל #8486

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8486

— » פרייטאג מערץ 20, 2015 2:21 pm

· #260227

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעון וואלף » פרייטאג מערץ 20, 2015 3:03 pm

· #260245
ס'ליגט מיר אין קאפ אז סאטמאר טשארשט אלע מעמבערס אפאר דאללער וואס גייט פאר התאחדות. איינער ווייסט אויב ס'גייט נאך אן?

קען זיין אז פון די געלט פון הכשרים, גייט אביסול אראפ פאר די צענטראלע קאסע.

אפשר וואלט אונזער ר' בערעלע געהאט מער אינפא, זייענדיג אזוי נאנט מיט ר' איצא'ן

ישמעאל הכהן » פרייטאג מערץ 20, 2015 3:04 pm

· #260246
הכשרים

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:05 pm

· #260285
שמעון וואלף
ס'ליגט מיר אין קאפ אז סאטמאר טשארשט אלע מעמבערס אפאר דאללער וואס גייט פאר התאחדות. איינער ווייסט אויב ס'גייט נאך אן?

קען זיין אז פון די געלט פון הכשרים, גייט אביסול אראפ פאר די צענטראלע קאסע.

אפשר וואלט אונזער ר' בערעלע געהאט מער אינפא, זייענדיג אזוי נאנט מיט ר' איצא'ן

שמעון וואלף: נישט נאר איך קען נישט פארענטפערן דיין קשיא, נאר איך האב נאך א סאך א הארבערע קשיא. פון וואו נעמען אט די הייליגע אידן מיט איצא שייגעץ בראשם דאס געלט צו פינאנסירן די אלע הפגנות און דעמאנסטראציעס קיין מאנהעטן און די באסעס קיין וואשינגטאן, די.סי. כדי צו שרייען אויף דעם ראש הכופרים ביבי נתניהו (שר"י, ימ"ש, עפ"ל, ארענדז"ש.) פוי...! מילא די געלטער וואס ער נעמט איין פון די הכשרים און די פאלשע דין תורה'ס, דאס לייגט ער דאך אין טאש. אבער קושיא קיימא. פון וואו נעמען זיי די גרויסע געלטער וואס די אלע שטותים קאסטן אפ...? אויכעט, ווער פינאנסירט די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא"...! ס'מוז זיין א פאר משוגעים מיט ברייטע טאשן וואס מ'רעדט זיי איין אז זיי וועלן גיין גראד אין גן עדן אויב זיי געבן געלטער אויף די אלע שטותים...! אפשר אין זעלבן גן עדן וואס זייערע פריינט און אחים לדעה, די פאלעסטינער רוצחים און מערדערס. די שאהידים, ...!

יין שרף » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:11 pm

· #260286
(לולא דמסתפינא אמרתי הערשל שרייבער)

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:13 pm

· #260287
די קשיא איז זאת ועוד, די אלע אבסורדע מוחאות ווי די פלעיס הנ״ל איז א עון בעל יכופר. ווייל קיינער נעמט נישט ערנסט די מוחאות און ווען עס איז שוין איינמאל דא א געהעריגע מוחאה לאכט די עולם. עס איז ממש א קינדער שפיל. ווען איך זע א צעטל פון התאחדות ברענגט מיך עס ארויף הומער.

פליקער » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:24 pm

· #260290
איך וואלט ענדערש ג'אסר'ט די טייערע פרייז וואס די שפיל קאסט
אמאל האט געקאסט א איינטריט צים שפיל צווישן פיפצן פאר א רעגעלע טיקעט ביז פערציג טולער פאר א ווי איי פי,
היינט איז א ווי איי פי הינדערט צוואנציג דולר, א פלעינע טיקעט איז מינימום פערציג דולר
דא איז דא שגץ שטיק, מנהסתם ווייל זיי גיבן געלט פאר סאכדעס צי פינאנצירן די עדווערטייזמענט איסור

אבי גערעדט » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:31 pm

· #260292
אלע קאמפיין שטותים ווייסעך נישט, אבער איך גלייב אז די פלעי איסור צעטלעך ווערט אראנדשירט און באצאלט דורך די פלעי אראנדזשירער, והא ראי' ווי נאר די פלעי אדווערטייזמענט איז ערשינען אויף די פאולס איז א טאג צוויי שפעטער ערשינען די איסור צעטל, האלטסט התאחדות האט שוין געהאט צייט צו מאכן א מיטונג און באשליסן ארויסצוגעבן ס'צעטל? אוודאי אז נישט

פליקער » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:35 pm

· #260293
וואס מיטינג, ווען מיטינג, פון וועים רעדסטו דא

פליקער » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:38 pm

· #260294
אינטערעסאנט גריידע ווי אזוי פירט התאחדות קענעדע, מילא ארצות הברית פארשטיי איך, זיי האבן דאך א הויפט קוואטיר אויף דעוויזשען עוועניו, וואס די געביידע האט מער שפין געוועיב ווי גאנץ קעטסקילס, אבער קאנאדע, דאס איז שוין חוצפה

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:40 pm

· #260295
פליקער
אינטערעסאנט גריידע ווי אזוי פירט התאחדות קענעדע, מילא ארצות הברית פארשטיי איך, זיי האבן דאך א הויפט קוואטיר אויף דעוויזשען עוועניו, וואס די געביידע האט מער שפין געוועיב ווי גאנץ קעטסקילס, אבער קאנאדע, דאס איז שוין חוצפה

פאר'ן זעלבן געלט וואלט מען שוין געקענט צו דריקן ..."המלוכה המאוחדת ואויסטראליע-ניו זילאנד"...!

שמערל » פרייטאג מערץ 20, 2015 6:45 pm

· #260296
ווען אימער איר זעט אזא מין צעטל, זייט וויסן אז א טאג פריער האט איינער פון די נגידים אפגעטוען א גרויסע זינד.

איך אויך » זונטאג מערץ 22, 2015 1:47 am

· #260381
קודם זאג מיר ווער זענען די קאנאדישע חברים אינעם אלייענס.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 2:49 am

· #260391
איך אויך
קודם זאג מיר ווער זענען די קאנאדישע חברים אינעם אלייענס.

א פאר סאטמערער אידעלעך וועלכע וואוינען אין מאנטריאל...און דאווענען אין סאטמאר'ע ביהמ"ד אויף האטשיסאן סטריט...!

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מערץ 22, 2015 3:19 am

· #260396
פרייוויליג
די קשיא איז זאת ועוד, די אלע אבסורדע מוחאות ווי די פלעיס הנ״ל איז א עון בעל יכופר. ווייל קיינער נעמט נישט ערנסט די מוחאות און ווען עס איז שוין איינמאל דא א געהעריגע מוחאה לאכט די עולם. עס איז ממש א קינדער שפיל. ווען איך זע א צעטל פון התאחדות ברענגט מיך עס ארויף הומער.

וואס מיינט ביי דיר א ערנסטע מחאה
פלארידע איסור ?
שמאל געפאסטע קליידער ?
ארטיסטן ?
עירוב ?
גראבונגען פון קברים ?
ווען אחז געוועהן די לעצטע מאל די האסט געזעהן א ערנסטע מחאה

פרייוויליג » זונטאג מערץ 22, 2015 10:13 am

· #260415
למשל מוחה זיין אויף בשר וחלב אדער אז מען טאר נישט הרג׳נען א מענטש אדער אז מען טאר נישט גנב׳ענען.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 23, 2015 3:42 pm

· #260812
שמערל
ווען אימער איר זעט אזא מין צעטל, זייט וויסן אז א טאג פריער האט איינער פון די נגידים אפגעטוען א גרויסע זינד.


דעם זינד פון נישט באצאלען לא יחרץ געלט

לך לך » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:13 pm

· #260817
כמיין ס'ווערט ריין פינאנצירט פון די ווייס-געבאטעלטע סאכדעס זאלץ און צוקער כשר לפסח.
לייזן אריין שווערע אלפים דערפון

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:11 pm

· #260880
כידוע איז דא אפאר עשירים, מ'דארף נישט פורט בשמם זיין ווייל יעדער ווייסט ווער זיי זענען, וואס זעט אויס זענען מכפר זייערע חטאת נעורים צו חטא הידוע צו ווער ווייסט וואס, מיט דעם וואס זיי פינאנצירן די משוגעת'ן, צו ס'איז כינוסי כלל ישראל, אסיפות אויף צניעות, באכען אריין מעלאנעס אין פילטערינג, פינאנצירן פלאקאטן קעגן שמאל געפאסטע קליידער מיט צוויי פיסיגע דאסטערס, זעט אויס ס'מאכט זיי שלאפן בעסער. נו, שלאף געזונטערהייט, זיסע חלומות... (אוי! זיסע חלומות וועלן נאר גורם זיין מער אסיפות..., שוין)

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:38 am

· #261282
לך לך
כמיין ס'ווערט ריין פינאנצירט פון די ווייס-געבאטעלטע סאכדעס זאלץ און צוקער כשר לפסח.
לייזן אריין שווערע אלפים דערפון


ס'קוקט אויס אז ס'גייט נישט אזוי גוט;זיי האבן געמוזט נידערן די פרייז
📎 QuickMemo+_2015-03-24-11-35-33~2.jpg

סאשי פיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:53 am

· #261287
ווייל עס איז געווען זייער טייער און כמעט קיינער האט עס נישט געקויפט, איבער צוויי טאלער מער פאר א צוקער אליין.
האבען זיי אויפגענומען א מארקעטער

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 12:59 am

· #261585
דער קאץ איז ארויס פון זאק domino צוקער קאמפעני באלאנגט פאר התאחדות
📎 100MEDIA$IMAG0357.jpg

ווארט זאגער » מיטוואך מערץ 25, 2015 1:03 am

· #261588
איינמאל האט מען אפגעזאגט דעם גוי וואס קלינט אויף התאחדות אפיס אין וומסב"ג ווייל ס'נישט געווען פאר אים וואס צו קלינען, האט ער געפרעגט אויב ס'מעגליך ער זאל ארבעטען פאר זיי אין זייער אנדערע ברענטש אין קענעדע.

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 25, 2015 1:08 am

· #261592
גראדע פארדרוסט מיר שוין לאנג פארוואס זיד אמעריקא איז ארויסגעפאלן פונעם התאחדות פאראיין. ווי איז די אחריות פון לאזן די אידן דארט אויף הפקר?!