☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » בקשו רחמים

בקשו רחמים

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8467
בלאט: 1 2

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:59 am

· #259740
בקשו רחמים
איך עפען דעם אשכול ווי מ'וועט קענען מעלדן פאר'ן ציבור מתפלל צו זיין ווען ס'מאכט זיך חלילה אן עת צרה. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו ונשמע ונתבשר בשורות טובות.

דאס האב איך נעכטן באקומען און עס רייסט שטיקער.
📎 17188874329.jpg

כוכב » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:28 am

· #259743
I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.

שמערל » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:10 am

· #259745
ווי אויך די צרות רבים פון די וואס גייען זאגן תמניא אפי, פאר דאס אומשולדיג פיר נעמענדיג מיידל.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:09 am

· #259755
.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:38 am

· #259761
הארץ רייסענד.
(וואו שיקט מען אפ דאס קוויטל?)

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:59 am

· #259770
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס שרייבסטו "וכו'"? שרייב ארויס דער המשך!

דנטרין לגברייהו עד דאתו מבי מדרשא. שטייט דא אז די ווייבער האלטן אויס די מענער כדי זיי זאלן קענען זיין אגאנצען טאג אין בית המדרש? ניין. ווען די מענער גייען ביינאכט צו שיעורי תורה זיצען די ווייבער אינדערהיים און ווארטען מיט געדולד אז די מענער זאלן אהיימקומען צו א פרוי וואס איז נאך אויף, שמועסט מיט איהם, עסט מיט איהם וכו'.

.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 12:57 pm

· #259788
פישלע העררינג
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס שרייבסטו "וכו'"? שרייב ארויס דער המשך!

דנטרין לגברייהו עד דאתו מבי מדרשא. שטייט דא אז די ווייבער האלטן אויס די מענער כדי זיי זאלן קענען זיין אגאנצען טאג אין בית המדרש? ניין. ווען די מענער גייען ביינאכט צו שיעורי תורה זיצען די ווייבער אינדערהיים און ווארטען מיט געדולד אז די מענער זאלן אהיימקומען צו א פרוי וואס איז נאך אויף, שמועסט מיט איהם, עסט מיט איהם וכו'.

.


פישל, פארוואס שרייבסטי וכו' און נישט די המשך?

כוכב
I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.


Support מוז נישט מיינען פיינענשל סופארט, ס'קען מיינען געבן חיזוק און ענקארעזשמענט.

כוכב » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:01 pm

· #259806
[ציטאט אראפגענומען]


פון דעם קאנטעקסט זעט אויס ווי מ'רעדט פון פינאנציעלע שטיצע פון דער פרוי וואס איז געוויס נישט השקפת חז"ל.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:00 pm

· #259903
מען האט פארפארן פון די נושא

ליפא » מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:41 pm

· #322330
📎 IMG_20160222_173711.jpg

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:22 pm

· #322343
אוי וויי! איך הער דאך כסדר אויס זיינע שיעורים אויף קול הלשון און בכלל נישט געוויסט אז ער איז נישט געזונט.

לאמיר נעמען דעם תהילים'ל און איינרייסן

שלום על ישראל » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:40 pm

· #322347
ווער ס'האט "עכט" גענומען א תהילים צוליב א קאפי\פעיסט, זאל אויפהייבן די הענט. אבער נאר ווער ס'האט 'עכט'...

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 6:03 pm

· #375648
שוין א לאנגע צייט וואס די רבי איז נישט אנוועזנד אינעם שטאט📎 מודעה עצרת תפילה והתעוררות.jpg




ווער פירט אצינד דעם ציבור ?

שבת אחים » מאנטאג יוני 25, 2018 10:37 pm

· #407155
[ציטאט אראפגענומען]


א פיינע אינגערמאן. כ'קען אים און זיין משפחה (כ'געדענק נאך זיין פאטער הרה"ח ר' שמואל ליכטמאן ז"ל - מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי - אוועק יונגערהייט ל"ע. זיין זיידע איז דאך געוועהן די באוואוסטע רעכטע-האנט פונעם אהב"י הרה"ח ר' יחיאל שטיינמעץ ז"ל. און דורך זיין שווער'ס זייט ר' מענדל ראזענבערג איז ער א אייניקל פון הרה"ח ר' יודל עביר ראזענבערג ז"ל פון די נענטסטע מענטשען צום סב"ק כידוע.)

ער איז געפארן מיט זיין ביציקל און האט פארלוירן קאנטראל און אריינגעזעצט אין א געפארקטע קאר. זיין מוח איז געשוואלן, דאקטוירים ווארטן אז די געשווילאכץ זאל זיך אויסהיילן צו קענען פונקטליך אנאליזירן דעם מצב. ער איז אין קאלאמביע שפיטאל. מיר האפן אז ער וועט האבן א רפואה שלימה בעז"ה בקרוב ממש.

שבת אחים » מאנטאג יוני 25, 2018 10:47 pm

· #407159
[ציטאט אראפגענומען]


Wow... שוידערליך. וואס איז זיין מצב יעצט?

אבו עלא » דינסטאג יוני 26, 2018 1:52 am

· #407173
()

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 8:00 am

· #407178
ביטע נישט פאר'צימעס'ן. דאנקע שיין.

בת קול » דינסטאג יוני 26, 2018 8:48 pm

· #407286
מינדל רבקה בת ריזל, געטראפן אין א פול.

סמבטיון » דינסטאג יוני 26, 2018 9:02 pm

· #407287
OMG . WHERE?? I

דער דאס » דינסטאג יוני 26, 2018 9:09 pm

· #407289
פונעם טעגליכן דער איד.
📎 Screenshot_20180626-210839.jpg

בת קול » מיטוואך יוני 27, 2018 1:20 pm

· #407355
📎 mindel rivka bas raizel.jpg

א איד » דאנערשטאג יוני 28, 2018 5:38 pm

· #407537
Re: בקשו רחמים
בת קול
מינדל רבקה בת ריזל, געטראפן אין א פול.
מ'האט צוגעלייגט די נאמען רבקה?

בן ישי » זונטאג יולי 1, 2018 6:45 pm

· #407703
JERUSALEM: TEHILLIM: Yeshua Tzvi ben Baila Raizel, Yeshiva Bochur from Williamsburg injured when a metal beam fell onto him on Kikar Shabbos.

בן תורה » דינסטאג יולי 3, 2018 1:41 am

· #407836
בן ישי
JERUSALEM: TEHILLIM: Yeshua Tzvi ben Baila Raizel, Yeshiva Bochur from Williamsburg injured when a metal beam fell onto him on Kikar Shabbos.

דאס איז א בחור פון ווילי וואס האט זיך נארוואס צוריקגעקערט קיין ירושלים נאכן ווערן א חתן די פארגאנגענע וואך.
ער האט געכאפט א ערנסטע הע"ד אינדזשור"י רח"ל

בן ישי » זונטאג יולי 8, 2018 11:04 pm

· #408339
ק/פ
אפדעיט שב"ק און סקולען: כ"ק הרה"ק מסקולען שליט"א איז אריינגעקומען דיע וואך שב''ק בלויז א שעה צום באטע ליל שב"ק, און א שעה א האלב צו מלוה מלכה - צו די תפלות איז די רבי שליט''א נישט אריינגעקומען - כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו השלימה פון מרן ישראל אברהם בן שינא רחל שליט"א.ש

בן ישי » מאנטאג יולי 30, 2018 10:04 pm

· #410148
האדמו"ר מויז'ניץ יעבור מחר (שלישי) טיפול רפואי בבית החולים במנצ'סטר שבאנגליה

בהודעה שהועברה לחסידים במערכת הטלפונים הפנימית של ויז'ניץ, ע"י המשב"ק הרה"ג רבי שאול גרינברגר, נאמר כי הרבי יעבור טיפול רפואי מחר, יום שלישי, בבית החולים במנצ'סטר.

הגבאי ביקש "מכל אנשי שלומינו שבכל אתר ואתר", להרבות בתפילה למען בריאותו השלימה של הרבי.

נודע עוד, כי הטיפול שיעבור הרבי, יהיה בלבו. כמו כן, כבר בשבוע הראשון בו שהה הרבי בחופש, הגיע לבדיקות בבית החולים.

הציבור נקרא להתפלל לרפואת האדמו"ר, רבי ישראל בן לאה אסתר.

כידוע, האדמו"ר שוהה בימים אלו למנוחה בחלדודנא שבבריטניה, עד לתחילת חודש אלול.

בן ישי » מאנטאג יולי 30, 2018 10:16 pm

· #410150
ויסברג בטוויטר: אשת הפני מנחם מגור זצ"ל מאושפזת במעיני הישועה. אשת הרבי מגור מאושפזת עדיין באיכילוב. הרבנית מבעלזא המריאה לארה"ב לביקור חולים אצל אחותה הרבנית מסקווירא.

בן ישי » דינסטאג יולי 31, 2018 9:01 pm

· #410229
אדמו"ר מ'סקווירא
📎 IMG_20180731_205345_804.jpg

בן ישי » זונטאג אוגוסט 5, 2018 3:38 am

· #410497
וויזניץ לונדון: דער ציבור ווערט געבעטען מתפלל צו זיין פארן רבינ'ס אייניקל 3 יעריג מיידל, נאך וואס זי איז אראפגעפאלן דורכן פענסטער איינס און אהאלב שטאק, שבת נאכמיטאג אין מעטראפאל-לאווין האטעל אין ארוזא שווייץ.

דאס מיידל איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט אן העליקאפטער, און איז בחסדי השם מיט גרויסע נסים ביים באוואוסטזיין און וואך, די דאקטורים האפן איר צו באפרייען נאך עטליכע טעג.

רייזל בת מרגליא לרפואה שלימה

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 5, 2018 2:38 pm

· #410520
בן ישי: ווען דו האסט געזאגט ..."רעבע"... האביך נישט געוואוסט פון וועלכן רעבי'ן דו רעדסט. אבער ווען כ'האב געזעהן די חתימה פון די מאמע'ס נאמען האביך שוין אלעס פארשטאנען...! די רעדע איז פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'וויזשניץ שליט"א...!

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:15 am

· #412009
[ציטאט אראפגענומען]


ער איז ב״ה אין א גוטע צושטאנד. און ער ווערט בעסער און בעסער... ער וועט זיין הונדערט פראצענט אקעי. הודו לה׳ כי טוב. מיט די הילף פון זכות אבות, תהילים כולל, און די הייסע טרערן ביים חלה-נעמען פון די הייליגע בעלזער רביצין האט גאט זיך ענדליך מרחם געוועהן...

און אלעס בזכות ווייל זיין זיידע איז געוועהן יד ימינו פון די הייליגע סב״ק מוויזניץ הגה״ק מרן רבי ישראל בן צפורה/ברוך...

😂

ברוך שאמר » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 2:29 am

· #412513
כ -ק אדמו-ר מסקולען
רבתי רייסט איין ביים הייליגע באשעפער לרפואת כ-ק אדמו-ר מסקולען שליט-א

נקודת-אמת » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2018 4:15 pm

· #412549
ברוך שאמר
רבתי רייסט איין ביים הייליגע באשעפער לרפואת כ-ק אדמו-ר מסקולען שליט-א

מזכיר צו זיין די נאמען: ר' ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפו"ש
אריינגעפיהרט געווארן אין שפיטאהל צוליב א שווערע אמאניע (לינגען-אנצינדונג) וואס קומט שוין צוריק אריבער א האלבע יאהר א יעדע 2 וואכן

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:25 am

· #443998
הרב ר׳ מנחם מענדל בן סימא מירל אדמו״ר מ׳וויזניץ-קיימישע, גיבערס (זון-גלעזער רבי)


לויט די קלאנגן פיהלט ער זיך נישט גוט און ליגט אין בעט זייער קראנק ל״ע. ער איז געקומען אין קאנטאקט פארגאנגענעם שבת מיט א חסיד וואס האט אים געקישט די הענט וואס איז שפעטער באשטעטיגט געווארן אז דער יעניגער איז אנגעשטעקט מיט די נייע קאראנא וויירוס רח״ל
ער וויל זיך דערווייל נישט גיין טעסטן.

זיין נעפיו מרן ר׳ יעקב יוסף-אדמו״ר מוויזניץ-ב״פ האט אויך געהאט א חשד אז ער פיהלט זיך נישט גוט אבער ער האט גענומען די טעסט און ס׳איז ב״ה געוועהן נעגעטיוו.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות ולא ישמע עוד שבר בגבולינו אמן.

נקודת-אמת » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 9:52 am

· #443999
שבת אחים
הרב ר׳ מנחם מענדל בן מרגליא .

בן מרגליא??
דאכט זיך מיר אז ר' מאטעלע'ס צווייטע רביצין האט געהייסן סימא מירל

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:14 pm

· #444003
מרגליא האט געהייסן ר' מאטעלע'ס מאמע. נישט מסתבר זיין ווייב זאל האבן דער זעלבער נאמען.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:29 pm

· #444005
אישתישבי
מרגליא האט געהייסן ר' מאטעלע'ס מאמע. נישט מסתבר זיין ווייב זאל האבן דער זעלבער נאמען.



יא יא כהאב א טעות געמאכט. בן סימא מירל. פאראכטן

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 1:42 pm

· #444006
פארוואס וויל ער זיך נישט גיין טעסטען?

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 2:28 pm

· #444009
וואס העלפט די טעסט? אדערווייל באהאנדלט מען סייווי נישט די עצם מחלה. נאר די סימפטאמען.

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 3:29 pm

· #444012
גערעכט, זאג עס פאר די פרעזידענט, ער מיטשעט זיך זייער צו צושטעלן טעסט קיטס.

בענבען » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 4:36 pm

· #494056
ר' דוד בן סימא מירל לרפו"ש
וויזניצער רבי פון לאנדאן
גאר א חשובער רבי וואס לאזט זיך אראפ צו זיינע חסידים און צו סתם מענטשן טעגליך
מען זעהט כסדר בילדער פון אים מיט האלב אפעפארענע און גאנץ אפגעפארענע בחורים מיט אזא ליבשאפט
אזעלעכע רביס דארפן מיר
רייסט איין

Nanach » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 5:01 pm

· #494061
בענבען
ר' דוד בן סימא מירל לרפו"ש
וויזניצער רבי פון לאנדאן
גאר א חשובער רבי וואס לאזט זיך אראפ צו זיינע חסידים און צו סתם מענטשן טעגליך
מען זעהט כסדר בילדער פון אים מיט האלב אפעפארענע און גאנץ אפגעפארענע בחורים מיט אזא ליבשאפט
אזעלעכע רביס דארפן מיר
רייסט איין

וואס גייט פאר?

בענבען » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 5:05 pm

· #494063
שמועות פורחות אז ס'איז יענע מעשה אבער נישט קאנפימירט
מ'שמועסט אז ער קומט קיין סיינאי צום ברודער

שטורמישער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:14 pm

· #494082
נאך וואס ער האט זיך נישט געשפירט אמבעסטן אין לויף פון די לעצטע פאר טעג, געווען זייער שוואך, און נישט געווען געהעריג דא, איז מען געגאנגען אויף אונטערזוכונגען, און מ'האט געטראפן א שרעקליכע געוואוקס אין מח רח"ל
יעצט כרגע איז ער אין שפיטאל אין לאנדאן, וועלכער לאזט אים דערווייל נישט אהיימגיין. די עסקנים ארבעטן פיבערהאפטיג זעהן וואס מ'קען טון, אפשר ברענגען קיין אמעריקע, אדער קיין בריסל. דערווייל איז מען בלויז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:30 am

· #494339
בענבען
שמועות פורחות אז ס'איז יענע מעשה אבער נישט קאנפימירט
מ'שמועסט אז ער קומט קיין סיינאי צום ברודער


אויב וועט ער דארפן טריטמענטס וועט מען אים ברענגן קיין ניו יארק. דערווייל ווייסן זיי נאכנישט אויב סאיז malignant און וויאזוי מ׳גייט אים טריטן.

די רבי שליט”א האט נעכטן גערעדט פארן ציבור געבעטן מ׳זאל מתפלל זיין פאר אים. און אויך געבעטן מ׳זאל העלפן די צובראכענע בחורים און יונגעלייט מיט וואס ער געבט זיך אפ געווענטליך, יעצט ווען ער איז נישטא.

די רבי איז באוואוסט אלץ איינער וואס גיבט זיך פערזענליך אפ מיט הונדערטער צובראכנע אידן.

בענבען » דינסטאג פעברואר 8, 2022 9:58 pm

· #494524
יעקב יצחק בן בריינדיל אסתר

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך פעברואר 9, 2022 12:13 pm

· #494590
בענבען
יעקב יצחק בן בריינדיל אסתר

בד"ה

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 9, 2022 6:13 pm

· #494626
א חסיד פון ווילנא:...? ביטע האלט דעם עולם אינפארמירט...ייש"כ...!

א חסיד פון ווילנא » זונטאג פעברואר 13, 2022 10:13 pm

· #494912
berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא:...? ביטע האלט דעם עולם אינפארמירט...ייש"כ...!



וואס מיינט די פינטלעך און ? נאך מיין נאמען?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 14, 2022 2:10 am

· #494925
די פינטלעך קומען מדגיש צו זיין אז איך רעד צו א חשוב'ן איד. די קוועסטשן מארק איז א טעות!
בלאט: 1 2