פראגעס און ענטפערס אין ביזנעס אפערעטינג כללים
יעדער ביזנעס וואס א מענטש טוט מיט'ן ציהל צו מאכן געלט פעלט זיך אויס צוויי פונדאמענטעל זאכן, איינס דער גברא דארף האבן כשרונות און ווילן וכדומה צו פירן די זאך, והשנית די חפצא, די זאך אין וואס ער לייגט זיך אריין דארף האבן פאטענשעל. איינמאל דער ביזנעס הייבט למעשה אן לויפן, קומט אריין אין בילד די צוויי אפערעטינג יסודות פון קאסטעמער קעיר און מארקעטינג.
ארום די פיהר חלקים פון פרי ביזנעס און פאסט אוועקשטעלן די ביזנעס דרייט זיך אלעס. די מער די פיהר חלקים זענען אדורכגעטראכט און בארבייט, די מער פאטענשול דער ביזנעסמאן האט.
די אמאליגע וועלט פון עפענען א פארחזערטע גראסערי אדער פיש סטאר איז דערנאך. ס'איז א וועלט ווי קאסטמער קעיר איז קעניג און מארקעטינג איז משנה למלך. מענטשן וואס האבן נישט קיין ביזנעס ערצויאונג דארפן דאס פארשטיין און לעבן מיט די כללים ווייל אויב נישט זענען דא נאך 20 וואס טוען די זעלבע זאך נאר בעסער.
איך עפן דעם אשכול אויף א שו"ת פארמאט אין די פשוטע אבער וויכטיגע כללים. יעדער איז מכובד צו פרעגן און יעדער קען אוודאי אויך ענטפערן.
אין א ביזנעס וואו עס איז נישטא קיין קאנקורענץ ווי למשל די עלעקטעריק קאמעניס איז אויך פאר זיי וויכטיג קאסטומער קעיר? איך מיין אז נישט
קאן עדיסען איז כמעט א מאנאפאלי. מען רעדט וועגן ביזנעס ווי ס'איז דא קאמפאטישען. און אפילו אויב עס איז נישט דא צופיל קאמפעטישען אויב ס'איז נישט דא א שטארקע פארלאנג פאר דער פראדוקט אדער סערוויס מוזט דו געבן גוטע סערוויס און ניצן מארקעטינג.
קאן עדיסאן איז גראדע א חידוש. ס'דערמאנט פון די אמאליגע (ניינעק/בעל אטלאנטיק/עי.טי.&טי.) טעלעפאן קאמפאניס וועלכע זענען געווען אליינס בעה"ב אויף דער וועלט און האבן געשפריצט מיט גאוה, הויכע פעפערדיגע פרייזן, קאסטומער סערוויס וואס סאקט, עד שבא הרעגירונג און זיי צוהאקט אויף קלענערע קאמפעטישאנ'ס און עס איז געווארן ארדענונג (ר' בערל מסתמא געדענקט איר מער קאמפאניס).
איך ווייס נאך נשט פארוואס דאס פאסירט נישט מיט די עלקטריק קאמפאניס.
עכ"פ איך ווייס נישט צי די סארט שמועסן איז געווען די כוונה פונעם פותח האשכול.
מ'קען פשוט נישט האבן אפאר עלעקטריק קאמפאניס און יעדער וועט ציען זייערע ווייטער און רערן אינטער די גאסן. ס'מוז זיין איין קאמפאני אינטשארטש.
געוואלדיגאין א ביזנעס וואו עס איז נישטא קיין קאנקורענץ ווי למשל די עלעקטעריק קאמעניס איז אויך פאר זיי וויכטיג קאסטומער קעיר? איך מיין אז נישט
אוודאי אז יא, אויב איז נישטא קיין קאסטומער סערוויס בויט מען די קאמפעטישן מיט די אייגענע הענט, עס ווערט נאר א שאלה פון צייט אויף ווען, און ווי ערגער די סערוויס אלס שנעלער וועט עס געשעהן און אלס גרינגער מאכט מען עס.
נו וועלן מיר ווארטן אויפן קאנקורענץ מיט א בענקל און א שירעם
געוואלדיגאין א ביזנעס וואו עס איז נישטא קיין קאנקורענץ ווי למשל די עלעקטעריק קאמעניס איז אויך פאר זיי וויכטיג קאסטומער קעיר? איך מיין אז נישט
It's always important, but since they don't have competition, they don't CARE for the costumer.
קענסט די משל אויף דעם, בשם ר' אליהו חיים מייזלס ז"ל?
Re: פראגעס און ענטפערס אין ביזנעס אפערעטינג כללים
מען טאר נישט פארגעסו אז אלעס איז איופגשריבען פין אויבען.... דעס וואס מען רעד דא איז נאר דעי ביסעלע השתדלעס וואס מען דארף טיען!!
They have competition on the supply
Re: פראגעס און ענטפערס אין ביזנעס אפערעטינג כללים
שמעון וואלףמ'קען פשוט נישט האבן אפאר עלעקטריק קאמפאניס און יעדער וועט ציען זייערע ווייטער און רערן אינטער די גאסן. ס'מוז זיין איין קאמפאני אינטשארטש.
ביי די טעלעפאון קאמפעניס ארבעט עס אזוי. די ווייערס וכו' איז ווערייזען אבער די קענסט דיר אויסוועלן עני אנדערע קאמפעני פאר די סערוויס( עקסטשעינדז, טעלזעק... )
סענט פראם מיי קאושער פאון
יסוד א': דער גברא דארף האבן כשרונות און ווילן.
ווען א מענטש הייבט אן צו קלערן פון ווי ער זאל זיך מפרנס זיין, דארף ער קודם "זיך" אנאלעזירן ווי איידער די מארקעט. עפענען די טעלעפאן בוק און טרעפן א ביזנעס אין וואס צו טוען, איז נישט די ריכטיגע וועג, דער לאנג טערמיניגע סוקסעס ווענד זיך אין וואס ער אלץ מענטש ברענגט צום טיש.
די לעוועל פון רצון איז באמת נישט א זאך וואס א מענטש מאכט אפ אז ער "וויל" מצליח זיין. ווילן איז עפעס וואס ווערט באשאפן אינעם מענטשענס קאנשעס ווען ס'איז דא א העדר פון עפעס וואס ער מוז האבן, האט ליב, אדער צו ווייל ער איז באורד מיט אומ"ווילן"דיגע צייט. ביי יעדער מענטש קלאפט עס אויס אנדערש. למשל, איינער איז געוואוינט צו לעבן זייער באקוועם, מוז ער טוען עפעס וואס גייט אים ברענגן 100 אלפים א יאר. היות זיין ווילן איז זייער שטארק, וועט ער האפענטלעך טוען אלעס אין דער וועלט אנצוקומען אהין. א צווייטע איז א היפי, ער קען ארויסלעבן פון זיין קאר פאר 6 חדשים אויפן אפעשעלעישאן טרעיל און זיין ווילן איז נאר צו האבן גענוג געלט אויף רייז-קעיק און וואסער.
דא קומט אריין די צווייטע חלק פונעם מענטש, כשרונות.
אפילו אויב א מענטש האט די ווילן און פלייס צו טוען עפעס זאכליך פאר פרנסה, מוז ער אבער אנערקענען זיינע כשרונות, און צו וואס ער טויג. מ'רעדט נישט יעצט בפרטיות וועלכע ביזנעס ער זאל עפענען, נאר בכלוליות וועלכע סארט פאזיציע איז פאר אים. למשל, האט ער די כשרונות, דיספלין, און כוחות צו טראגן פרעשור צו זיין א בעל הבית, אדער אפשר וועט זיין תכונות הנפש בעסער ארבייטן אויב ער ארבייט פאר א צווייטן, און אן קיין דאגות באקומען זיין גראדע חודש'ליכע טשעק.
אויב איז דער מענטש מחליט אליינס, אדער מיט די הילף פון א צווייטן וואס פארשטייט ביזנעס און קען אים גוט, אז ער וועט מצליח זיין אלס בעל הבית, זאל ער זיך מתבונן זיין, סיי אין וואס ציהט אים און סיי און וואס ער פילט ער וועט קענען מצליח זיין. צו זאל ער זיך אריינלייגן אין די אינדעסטרי אדער א צווייטע. מ'רעדט נישט וואס ספעציעל, נאר בדרך כלליות, צו טראנספאטאציע, עסן, העלטה קעיר וכדומה. די החלטה דארף געבויעט זיין זייער שטארק אויף ווער ער איז און אויף די אינדעסטרי אינ"ס ענ"ד אוט"ס ווי מ'וועט שפעטער שמועסן. (בדרך אגב, די סטעפ פון טרעפן א געוויסע אינדעסטרי איז נישט וויכטיג ווען איינער זעהט א קלארע וועג פון מאכן געלט, אין א זאך וואס ס'איז דא ווייניג קאמפעיטשאן מיט א שטארקע דימענד, און די אינוועסמינט איז מינאמעל, אז ווען די קאמפעטישאן קומט, זאל ער נישט בלייבן חוזק.)
יעדער איז מסכים? הערות? איך ווער א בלוט סאקינג ביזנעס קאנסאלטענט אויב האב איך די לעצטע ווארט.
זייער שיין, רויטע.
איך מיין אז יעדע בעה"ב פון א ביזנעס איז מסכים אז די בעסטע זאך איז צו ארבעטן פאר א צווייטען -- אויב מ'ווערט שיין באצאלט פארשטייטצעך. די לחץ וואס א בעה"ב פון א ביזנעס האט איז אוממעגליך צו ערקלערן פאר איינעם וואס האט עס נישט אליין עקספיריענסט.
זייער ריכטיג. מ'דארף אויך אין באטראכט נעמען, די השפעה פון זיין א בעל הבית אליינס לאזט אויף די משפחה. מ'דארף האבן נערווען פון אייזן אז די סטרעס זאל זיך נישט איבערגיסן ווען מ'איז אינדערהיים.
אויב דער בעה"ב פארדינט שיין און דער ארבעטער באקומט זיך בלויז זיינע פאר גראשן דאן באלאנסירט זיך עס זייער שיין. קיין איין בעה"ב וויל נישט ווערן קיין ארבעטער. בדוק ומנוסה. עס איז פארט א געוויסע פרידאם וואס דער ארבייטער פארמאגט נישט.
"די אמאליגע וועלט פון עפענען א פארחזערטע גראסערי אדער פיש סטאר איז דערנאך"
איך קען אפאר גראסעריס וואס האבן אריינגעבאכעט שווערע געלטער און עס מאכן אזוי ווי א באוטיק און זענען ליידיג. ווען זיי וואלטען גענומען די מיליאן דאללער און אינוועסטעט אין ביליגע פרייזן, וואלט ער געווען אסאך מער ביזי . אז מ'קען טוען ביידע איז זיכער גוט, אבער איך וואלט בעסער געצאלט $2 פאר א מילך און נישט אזא שיינע גראסערי ווי $3 און א שיינע. א רעסטאראנט אדער אן אדערע סארט געשעפט איז אפשר אנדערשט
שמעקעדיגאויב דער בעה"ב פארדינט שיין און דער ארבעטער באקומט זיך בלויז זיינע פאר גראשן דאן באלאנסירט זיך עס זייער שיין. קיין איין בעה"ב וויל נישט ווערן קיין ארבעטער. בדוק ומנוסה. עס איז פארט א געוויסע פרידאם וואס דער ארבייטער פארמאגט נישט.
ריכטיג, אבער וויפל מאל זעהט מען אז עס באלאנסירט זיך נישט און ביזנעס בעל בתים זענען סטאק אין וואס זיי טוען מחמת גיאות אדער טיפשות. זיי שפייען בלוט אבער מאכן נישט קיין לייטישן גרייצער. די פרידאם איז טאקע זייער זיס, אבער נישט ווען ביזנעס סאקט. א מענטש וואס האט א ביזנעס פאר א פאר יאר, און ער זעהט נישט קיין הצלחה, דארף ער "זיך" גוט אנקוקן צו ער טויג אלס בעל הבית און אויב יא גיין טוען עפעס אנדערש, נאכן מאכן ערענסטע ריסורטש.
כפתור"די אמאליגע וועלט פון עפענען א פארחזערטע גראסערי אדער פיש סטאר איז דערנאך"
איך קען אפאר גראסעריס וואס האבן אריינגעבאכעט שווערע געלטער און עס מאכן אזוי ווי א באוטיק און זענען ליידיג. ווען זיי וואלטען גענומען די מיליאן דאללער און אינוועסטעט אין ביליגע פרייזן, וואלט ער געווען אסאך מער ביזי . אז מ'קען טוען ביידע איז זיכער גוט, אבער איך וואלט בעסער געצאלט $2 פאר א מילך און נישט אזא שיינע גראסערי ווי $3 און א שיינע. א רעסטאראנט אדער אן אדערע סארט געשעפט איז אפשר אנדערשט
גוטע נקודות. ס'איז אבער שווער צו זאגן בכלוליות די סיבה פארוואס א געשעפט איז נישט מצליח. א גראסערי למשל דארף האבן אסאך סיבות מצליח צו זיין היות קאמפטישאן היינט איז שרעקליך גרויס. א גראסערי דארף האבן: גוטע פרייזן, ריין, א גוטע לאקאציע, גוטע סיין, גוטע עדס, העפליכקייט, גוטע דעלוויערי פאליסי, נעמט וויק, נעמט פוד סטעמפס, פארקינג, ארדער איבערן טעלעפאן, קרעדיט (יש להאריך בנקודה זו), גוט געסטאקט, וכו'. די סיבה פארוואס א געשעפט איז נישט מצליח איז ווייל עס פעלט אים איינער פון די זאכן וכדומה להם, ס'איז שווער צו זאגן בכלוליות.
Re: פראגעס און ענטפערס אין ביזנעס אפערעטינג כללים
איך האב געטראכט אז דעי אשכול וועט זיין די גרעסטע פין אלע
קוקט אויס די עולם איז נישט אינטערסירט אין מאכען געלט
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
אביסל צימישטאיך האב געטראכט אז דעי אשכול וועט זיין די גרעסטע פין אלע
קוקט אויס די עולם איז נישט אינטערסירט אין מאכען געלט
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
געזען לעצטנס א טייער ווארט:
"Well, it may be all right in practice, but it will never work in theory." -- Warren Buffett on how the academic community regards his investment approach
דער עולם און קאווע שטיבל איז ע"פ רוב academic געשטומט.