כינוס כלל ישראל, איחוד הקהילות, ער"ח סיון תשע"ה
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8449
כינוס כלל ישראל, איחוד הקהילות, ער"ח סיון תשע"ה
אין די איצטיגע מינוטין שליסט זיך די ערשטע אסיפת העסקנים אין פלאנירן א מעכטיגע כינוס, וואס וועט - לויט די רבנישע/רוחניתדיגע עסקנים - ווארפן א שרעק אויף די פאר פארבליבענע אייגנטומער פון נישט געפילטערטע טעכנעלאגישע כלים.
עס וועט פארקומען אויף די ריזיגע ליידיגע שטח אויף 37th סטריט און 13. דארט ווי ס'איז נעכטען אפגעראכטען געווארן די בני אמונים הכנסת ספר תורה.
ס'קען זיין אז די מעמד וועט פארקומען אין צוויי טעג, באזונדער פאר מענער און פרויען.
אין בעפארברייטונג גייען ווערן אפגעהאלטן קלענערע אסיפות ווי ס'גייט ווערן אויפגענומען ווערן גבאים און יעדע בית מדרש אין בארא פארק וואס מ'קען זיך צו אים ווענדען און פרעגן הילף אין די ענינים.
יעצט הייסט עס אז ר' אלימלך בידערמאן וועט מאכן הפרת נדרים און וועט צום ערשטען מאל יורד זיין קיין חוץ לארץ עפ"י הוראות גדולי הרבנים שליט"א.
נאך א רעדנער איז אונטער א פראגע צייכן צו ער איז גענוג כשר פאר די פרומערע קהילות.
הכונו! גדול יהיה כבוד המעמד הזה.
די זשאוק איז אווער. ס'וועלן טאקע זיין די טויזענטער וואס וועלן קומען קוקן, אבער די ערענסקייט וואס איז געווען ביים ערשטן כינוס, וועט נישט זיין.
די ארגענאזירער פון יענעם כינוס האבן אויסגעשאסן די לעצטע פייל אומ'אחריות'דיג און ליצנות געמאכט פון כלל ישראל.
אויף אזויפיל וועלן זיי מעגליך יא אויפטון אז חיים נחום הלוי פריד וועט אונז מעגליך קומען געבן א וויזיט לכבוד די אסיפה.
זיי וויייסען דאס אויך, וועגן דעם גייט עס נישט זיין סקולען און רחמיסטריווקא סטייל.
זיי פלאנען צו גייען מער מיט א סאושעל / סייקאליגע סארט דרשות, צו כאפן די בעל בתישע ביזנעס עולם.
צום ערשטע מאל אין היסטוריה האבן זיך באטייליגט פארשטייער פון ביידע איינצעלע באבוב און סאטמאר.
ס'קוקט אויס אז עפעס מעכטיג עומד אחר כתלינו.
איך גיי נישט
משבקאיך גיי נישט
דיין רבי וועט קומען אן זיין משב"ק?
גרויסע אידישע פירמעס גייען אפעציעל ספאנצערן דעם מעמד, ס'גייט זיין אויפרייסערישע עדווערטייזמענט. און פארשטייט זיך א כשר'ע העלףטיים.
ניין מיין רבי וועט שיקן זיין אנדערע ניק . די איינציגסטע זאך וואס העט מיר מאכן גיין איז אויב קען איך האבן אויסשליסליכע רעכטן צו פארקויפן קאלטע פלייש סענדוויטשעס . פשי וואס געלט יענער האט איינקאסירט דארט
לדעתי קען דאס ווערן א כמעט יערליכע ערשיינונג און ס׳וועט נישט זיין דאס ערשטע אבסורד אין אונזער חיי יום יום, א בחינה פון דייעט מיט ראגעלעך, מיר דארפן אונזערע סעלפאונס און מיר דארפן אונזערע אסיפות.
ווילאנג דער טאן איז מעסיג מענטשליך זאל עס שיין מצליח זיין, ס׳וועט אפילו קריגן מיין פולע גוטהייסונג און השתתפות.
נאכאמזל עס איז פארהאן באמבאסטישע און גיגאנטישע פארזאמלונג צענטערן, ווען נישט וואלט דער קאמף געווען א פארלוינער.
#קאפאיןזאמדאלערט
וואסי פשט "מיט דיין פולע השתתפות"? דו פלאנסט עפעס צו טוישן בנוגע סמארטפאון /אינטערנעט?
ביי מיר איז עס פארט אוו לייף און כ'פלאן עס נישט אויפצוגעבן, ממילא בין איך מיר נישט משתתף און די זאכן.
נחמתני. איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז אפשר זאל איך גיין. אם אין אני לי. זעה איך שוין, יעדעס יאר עט זיין גענוג לויפערס וואס ווילן נישט פארפאסן א "היסטארישע" מעמד.
Whos is the one that's behind the asifa idea and who's organizing it?
As a side note, is there anyone else that thinks that to give yourself the nik
אויסלייזער is not appropriate?
נופת צופיםוואסי פשט "מיט דיין פולע השתתפות"? דו פלאנסט עפעס צו טוישן בנוגע סמארטפאון /אינטערנעט?
״פערזענליכע״ השתתפות, ותו לא.
אז דער שפיטיווקער איז נישט דארט מיט זיין סעלפואן קום איך נישט.
כ'זעה אז פערגעמענט מאכט מער געלט טויט ווי לעבעדיג.
It's not owned by them anymore. it's owned by bobov-48 (shtultz bobov)
bobiv 48/וועט נישט בוין וויטער וועגן די נארישקייטן?
מעיל מארט און גארמעי גלאט זענען די מעין ספאנסערס
אויסלייזערמעיל מארט און גארמעי גלאט זענען די מעין ספאנסערס
מה ענין אכילה אצל סמארטפאון׳ס?
Without smartphones people will not know their way to Pomegranate and KJ Poultry so they will have to go to Gourmet and Meal mart
משבקאיך גיי נישט
בלי"נ: איך אויך נישט. מ'וועט קענען ליינען די נייעס אויף
קאווע שטיבל...!
הויפט עסקן פון נעכטיגען אסיפה לאזט זיך ארויס פונעם עסק. ספק גדול אויב די אנדערע נערים וועלן קענען עפעס מאכן.
שטארק מעגליך אז די נייעס וואס איז צו פרי ארויסגערינען וועט גורם זיין צום ביטול הפלאן.
מי הוא זה ההויפט עסקן? (ק' הל"ב?)
ולמה?
ומי הוא השאר נערים? (י' פ' הור"ץ?)
איך גיי יא אויב עס גייט טאקע נישט רעגענען (פאר ווער עס געדענקט)
אויסלייזערהויפט עסקן פון נעכטיגען אסיפה לאזט זיך ארויס פונעם עסק. ספק גדול אויב די אנדערע נערים וועלן קענען עפעס מאכן.
שטארק מעגליך אז די נייעס וואס איז צו פרי ארויסגערינען וועט גורם זיין צום ביטול הפלאן.
ווי געזאגט איז געווארן א שטיקל אויסברוך צווישען די גרויסע חברה- דער מכה בפטיש איז געווען די פטירה פון רב וואזנער זצ"ל. עסקן X האט געטענהט אז היות מ'גייט מאכן א גרויסע הספד נאך פסח, וועט מען שוין דארט רעדן פון די אינטערנעט. לכבוד דעם האט ער זיך ארויסגעלאזט פונעם עסק.
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט גארנישט ספעציעל פארקומען ביים דריטען יארצייט פון סיטי פילד, ווי סקולענע טיעם האט געשפילט קעגען די ארונים טיעם
לדעתי לדעתי, זאלען אפאר קלוגע חברה אויסטרעפען וועגען צו מאכען גוט געלט פון די זאכען, און זיי זאלען זיך אריינלאזען אינ'ם געשעפט צו מאכען די זאכען יעדער פאר מאנאטען.
ס'וועט העלפען לייזען אסאך פראבלעמען. א גביר וואס האט א זוהן א לא עלינו, וואס טוט ער מיט איהם? אזוי קען ער איהם געבען ארבעט אין דער ווינקעל פונ'ם ביזנעס נישט קאלייע צו מאכען דער עיקר חלק פונ'ם ביזנעס. אזוי אויך וועלען מיר זיך אלע קענען צוגרייטען פאר די אסיפות, דרוקען טי-שערט''ס מיט'ן פאסיגען לאזונג און מסדר זיין פרעס טראק''ס ליהנות בהם בני אדם. קונטרס שרייבער'ס וועלען האבען פרנסה, הן בעד הן קעגען. דרוקערס פון צעטליך און די אויבענדערמאנטע קונטרסים. מ'עלען מוזען בויען שטאדיומ'ס אין ברוקלין לעיקוואוד און מאנסי און ערגעץ אינצווישען געבען פרנסה פאר אלע בוי-קאנטראקטאר'ס. רעבע'ס וועלען קענען דינגען די פלעצער פאר די גרויסע (שטויס - אחוריים) טישען. מ'עט זיך רייסען ווער פילט אן דער גרעסערע פלאץ. (אויף צו קענען באנוצען דערמיט פאר כ''א חגאות, וועט מען עס מוזען אנרופען אן ארמאר''י, כמסורת אבותינו ורבותינו.)
בקיצור מי לה' אלי, בשם ה' נעשה ונצליח