☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » כלל ברזל ונחושת - און/אין.

כלל ברזל ונחושת - און/אין.

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8445

פרייוויליג » זונטאג מערץ 15, 2015 11:57 pm

· #258860
כלל ברזל ונחושת - און/אין.
זיך דרייענדיג אסאך אויף אידיש רעדענדע בלאגס קומט מיר אסאך מאל אן צו איבלען די אויגן. עס איז דא כללים אין שפראך, און אידיש איז נישט קיין אויסנאם. איך גיי נישטא געבן א גראמאטישע לעקציע אין אידיש. ווייל הפנאי אינו עמי. אבער אויף איין ווארט האב איך געשפירט פאר וויכטיג יא צו ערקלערן איר באדייט, ווייל אן דעם איז ממש נישט מעגליך צו פארשטיין וואס די עולם שרייבט. עס איז ממש א שרעק! וויפיל מען שרייבט און מען שרייבט און מען שרייבט קען מען זיך נישט דערלערנען די סאמע וויכטיגסטע כללים אין שרייבן.

מען שרייבט ״און״ נאר ביי די פאלגענדע ביישפילן: א זאך מיט נאך א זאך.
משה ״און״ ברוך זענען געגאנגען אויף א שפאציר.
קויף מיר טאמעטעס ״און״ צוויבל.
איך קען נישט מער דערהייבן באבישע שרייבעריי, ״און״ איך זאג די צו עס איז עד כדי גועל.
״און״ אויב גייסטו נישט זיין מארגן אין צייט ביסטו געפייערט.

מען שרייבט ״אין״ נאר ביי די פאלגענדע ביישפילן: ווען עפעס איז אין עפעס.
אין בין אריינגעגאנגען ״אין״ קלויז.
ער שטעקט זיך אייביג אריין די נאז ״אין״ מיך.
און אויב גייסטו נישט מארגן זיין ״אין״ צייט ביסטו געפייערט.
ער איז אריינגעשפרינגען ״אין״ שווים באסיין.

ויהי רצון שילמדו תועים כללי און/אין - הכי פשוט.

אויסלייזער » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:01 am

· #258867
אייזן און קופפער.

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:06 am

· #258871
משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:08 am

· #258872
פרייוויליג: צען מאל א יישר כח. ווען מ'קען געבן א לייק אזוי ווי קרני פרה וואלט איך דיר זיכער געגעבן א דאזן. ווייל דאס נישט קענען אדער ווילן מבחין זיין צווישן "אין" און "און" ברענגט מיך ארויס פון די כלים. נאר איך מיין אז ד'ער ערשטער, דער נחשון פון עם הארצות איז געווען "דער בלאט" דארט זענען זיי געווען ממש קונצלערס אין אוועקהרג'נען די אידישע שפראך. אז זיי האבן אויסגעמישט די "אינ'ס" איז א פשיטא. נאר זיי האבן געהאט אן אנדער משוגעת אויך. אפשר האט עס געהאט צו טון מיט אכשר דרא'קייט. זיי האבן אויף אלץ און אלעם געשריבן בלשון זכר "דער". אפילו וואו ס'איז געווען א דירעקטע סתירה צו די זאך אדער דעם מענטש וואס זיי האבן באשריבן. למשל: דער ספר תורה. דער גמרא. דער פרוי (רח"ל)...וכו'...! משא"כ דער איד, וועלכער האט געהאט העסליכע דיעות און אפיניאנס. אבער געשריבן האבן זיי יא מיט א הויכן פראפעסיאנאלן סטאנדארט פון די אידישע שפראך...!

ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:08 am

· #258873
איך האב דיר אין דער ערד
ותקיא הארץ און די ערד וועט דיר אויסשפייען

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:09 am

· #258874
פישלע העררינג
משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

״מיט״ שרייבט מען בכגון: יענקל איז געפארן מיט משה. מיט שטייט פאר ״צוזאמען״. פיקעלס איז נישט צוזאמען מיט קיוקאמבערס.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:12 am

· #258876
פרייוויליג
פישלע העררינג
משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

דוכט זיך אז ״מיט״ שרייבט מען בכגון: יענקל איז געפארן מיט משה.

אדער קענמען שרייבן: "יענקל און משה זענען געפארן צוזאמען אויף איין וואגן געשלעפט דורך צוויי פערד...!

א איד » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:16 am

· #258879
פרייוויליגער, זייער גוט ארויסגעברענגט, כה לחי.
אלס איינער וואס קען זיך אויס אין גראמאטיק, וואלט אליינס געדארפט פארשטיין, אז די דאזיגע אשכול באלאנגט אינעם שפראך און גראמאטיק פארום.
באט נעווער מיינד, האסט א גערעכטע פוינט

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:17 am

· #258880
פישלע העררינג
משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

נישט ריכטיג.
משה מיט ברוך גייען (אינאיינעם) שפאצירן. איך האב דערציילט פאר משה און (דערנאך) ברוך.
איך האב געקויפט א טוץ אייער און עטליכע צוויבל, איך האבן געגעסן (א טעלער) אייער מיט צוויבל.
מיט איז עם with, און איז ו and.
____
און אין איז א בושה אז מען דארף נאך מסביר זיין. (אזויווי די באטשיס זאגן 'היינט אבער מארגן', נאר מער עלעמענטאר).

פרייוויליג האט מיר אויסגעכאפט מיט אכט מינוט, צוויי מאל אזוי קלאר, האלב די ווערטער.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:25 am

· #258884
ישראל קאפקע
פישלע העררינג
משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

נישט ריכטיג.
משה מיט ברוך גייען (אינאיינעם) שפאצירן. איך האב דערציילט פאר משה און (דערנאך) ברוך.
איך האב געקויפט א טוץ אייער און עטליכע צוויבל, איך האבן געגעסן (א טעלער) אייער מיט צוויבל.
מיט איז עם with, און איז ו and.
____
און אין איז א בושה אז מען דארף נאך מסביר זיין. (אזויווי די באטשיס זאגן 'היינט אבער מארגן', נאר מער עלעמענטאר).

ריכטיג. אבער וויבאלד עס איז ״אידיש״ שרייבט מען דאך אזוי. עניוועי איך האף אז דער אשכול וועט אפקלינגען אזוי הויעך, אז וועט זיך שוין נישט גליסטן פאר איינעם צו שרייבן ווי א תלוש.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 16, 2015 12:28 am

· #258885
א איד
פרייוויליגער, זייער גוט ארויסגעברענגט, כה לחי.
אלס איינער וואס קען זיך אויס אין גראמאטיק, וואלט אליינס געדארפט פארשטיין, אז די דאזיגע אשכול באלאנגט אינעם שפראך און גראמאטיק פארום.
באט נעווער מיינד, האסט א גערעכטע פוינט

איך האב עס געוואלט לייגן אין א פלאץ וואו יעדער וועט דאס ליינען. נישט דארט אין עפעס א נישט אינטערסאנטע קאמפלאצירטע שווערע גראמטיג אויסלייג אשכולות.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:32 am

· #258914
עס איז שוין דא אזא אשכול וואו מען רעדט פון דעם

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7643">viewtopic.php?f=7&t=7643</a><!-- l -->

יואב » מאנטאג מערץ 16, 2015 9:31 am

· #258926
פרייוויליג
א איד
פרייוויליגער, זייער גוט ארויסגעברענגט, כה לחי.
אלס איינער וואס קען זיך אויס אין גראמאטיק, וואלט אליינס געדארפט פארשטיין, אז די דאזיגע אשכול באלאנגט אינעם שפראך און גראמאטיק פארום.
באט נעווער מיינד, האסט א גערעכטע פוינט

איך האב עס געוואלט לייגן אין א פלאץ וואו יעדער וועט דאס ליינען. נישט דארט אין עפעס א נישט אינטערסאנטע קאמפלאצירטע שווערע גראמטיג אויסלייג אשכולות.

ווען ווערט גראמאטיק שווער און קאמפליצירט, און זאל זיין עפעס א באשעפטיגונג וואס ברויך זיין אינטערסאנט בלויז פאר דעם מיעוט, און ווען הייבט דאס אן "איבלען אין די אויגן" און גליטשט זיך אריין אין דער "ממש-א-שרעק-זאנע"? 

יא, איך פארשטיי אז צו ניצן די ווערטער און/אין interchangeably איז גרייזיג, קען ברענגען צו אומריכטיגע באדייטן און קען גיין אויף די נערווען אויך. אז שטיצט איר אבער, און איר פארשטייט די וויכטיגקייט פון אן אויסגעהאלטענער גראמאטיק, אז האלט איר אז "אידיש" איז קיין אויסנאם ווען ס'קומט צו די כללים פון שפראך דאן איז דא פרינציפן.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 16, 2015 10:32 am

· #258937
יואב

ווען עס וואלט אינטערסאנט געווען פאר כתבי האידיש שרייבערס, וואלט די אשכול געווען גענצליך איבריג. און דיינע איצטיגע קשיות וואלטן נישט געווען alive. און די עולם וואלט געשריבן ״און/אין״ על מכונו.

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 16, 2015 1:33 pm

· #258964
ווער געדענקט נאך די בית יהודה חומש פלעגט שטיין אונד ווי די ריכטיגע דייטש-אידיש.
אונד-and

פרייוויליג » זונטאג אפריל 19, 2015 11:36 pm

· #267647
עד מתי יהיה לנו ״און/אין״ למוקש?
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פארעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס די עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען ליינט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטען די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבורד אויף קאווע שטיבל און ארויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלען, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטע תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגען אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגען ליינען זיין תגובה!!!

אפטעמיסט » מאנטאג אפריל 20, 2015 12:53 am

· #267669
פרייוויליג
איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פאררעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס דער עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען לייענט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטען די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבורד אויף קאווע שטיבל און ארויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלען, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטע תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגן אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגן לייענען זיין תגובה!!!

פרייוויליג » מאנטאג אפריל 20, 2015 9:48 am

· #267726
יישר כוחכם!!

פרייוויליג » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:27 pm

· #267864
ווייס איך שוין נישט וואס דו ווילסט יעצט. - וואס דו קענסט יא טון איז צו מאכן אן הפצה פון "און-אין" אינערהאלב קאווע שטיבל. (איך מיין אז די שורה איז גוט געספעלט?)

יואב » מאנטאג אפריל 20, 2015 6:02 pm

· #267876
[ציטאט אראפגענומען]

ואי משום הא...

*ביי דער נעקסטער תגובה. ( "תגובה" געהערט צו דעם נקיבה-מין, און "ביי" איז א פרעפאזיציע.)

*פון "מיר", נישט פון "מיך". אז ס'איז דא א פרעפאזיציע בעפאר, א שטייגער ווי "פון", האלטן אלע אז מ'זאגט "מיר".

יואב » מאנטאג אפריל 20, 2015 6:04 pm

· #267879
פרייוויליג
ווייס איך שוין נישט וואס דו ווילסט יעצט. - וואס דו קענסט יא טון איז צו מאכן אן הפצה פון "און-אין" אינערהאלב קאווע שטיבל. (איך מיין אז די שורה איז גוט געספעלט?)

"א" הפצה, נישט "אן".

פרייוויליג » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:46 pm

· #267915
יואב די ״פון מיר״ לעקציע איז Not necessarily

יואב » מאנטאג אפריל 20, 2015 9:08 pm

· #267955
פרייוויליג
יואב די ״פון מיר״ לעקציע איז Not necessarily

עלעבארירט ביטע. שכח