מאראלישע חקירות און ספיקות
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8444
מאראלישע חקירות און ספיקות
שוין, וועל איך אליינס מוזן עפענען אן אשכול איבער דעם, הגם לע"ע דרוקט מיר נאר איין נקודה.
אשרי שיאחז וניפץ את עולליך אל הסלע - אידן, נקמה!
עס איז לכאורה א מושכל ראשון אז א פאלק איז אן ענטעטי, מיר וועלן נאך זעהן א נקמה אין די דייטשן, אין רוים, אין בבל, אין האום עווער יו מייט טינק אוו...
קיין דייטשע מאשינען וועלן מיר נישט קויפן [חוץ באש, אויף דעם איז דא א היתר], נתניהו וועט כאפן אייער ווייל פב"פ האט זיך פארקויפט די נשמה צום שטן.
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
קיין צופרידנשטעלענדע תירוץ צו דיין דילעמע האב איך נישט. איך קען אבער צולייגן נאך אפאר פסוקים צו די דילעמע.
לא תחנם
לא יבוא עמוני ומואבי
ודור רביעי ישובו הנה
ונבנתה דו פארשטייסט אז עס איז דא א זאך ווי א פארשאלטענע ראסע? די דייטשן זענען רשעים אכזריות אפילו זייערע זיידעס און אייניקלעך פירן זיך נישט אזוי. פון א הונט ווערט געבוירן א הונט, און פון א הונט קומט ארויס א הונט. אט די דייטשע רוצחים פארמאגן נאך אן אחיזה אויף דער וועלט ווען זייערע דורות וואקסן.
הוגה, די פסוק איז געשריבן געווארן דורך הקב״ה.
אין וואסארא זין איז דיר פשוט אז א פאלק איז אן ענטיטי און פארוואס אין דער זין איז שווער פארשטיין די שכר ועונש?
קויפען מיר דען פון שפאניע למשל? איך מײן אז יא. מען קען דאך נישט בויקאטען כמעט די גאנצע װעלט. נאר עס
איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע, (מדינת ישראל האט עס נישט גורס געװען קײנמאל). למעשה זעהט מען מער און מער
דײטשע פראדוקטן בײ די הײמישע עולם נאר איך װײס פון א הײמישע קאמפאני װאס מאכט זיכער אראפ צי נעמען
אלע MADE IN GERMANY לעיבעלס. װי אויך מיט די אלטװעלטליכע עקאנעמי איז דא זײער אסאך טײלן װאס קומען
פון דארט סא צו פיל ברירות איז נישט דא.
לעיקוואדאין וואסארא זין איז דיר פשוט אז א פאלק איז אן ענטיטי און פארוואס אין דער זין איז שווער פארשטיין די שכר ועונש?
אדרבה, עס איז מיר נישט פשוט, נאר פונעם גאנצן גערעדאכטס זעהט עפעס אויס אזוי.
petergrifinנאר עס איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע,
פארוואס?
דארף מען אויב אזוי טראכטען וואס איז די הגדרה פון דער כלל איך קלער אז לויט דעם וועט מיושב ווערן.
למשל די קולטור, וואס דאס זאל נאר נישט זיין, וואס איז א חפצא פון כלל און נישט פון פרט. הערט זיך אז די דייטשע קולטור זאל מען אויסמעקן הגם קיין שום פרטישע דייטש פון היינט איז נישט שולדיג וואס זיינע זיידעס האבען געטוהן?
קענסט אפשר מעקן דעם קולטור, אבער זעה אז קיין שום בריה זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן, נאר דורך משיח [אדער איבערגעבן פאר די יו ען].
הוגה, דעם דין פון ממזר דארף מען אויך צולייגען, הגם עס איז דא כמה פרשנים וואס פראבירען דאס מיישב צו זיין, דוגמת אברבנאל, רלב"ג, אבער עס איז נישט מיישב עד הסוף, עכ"פ פאר מיר.
לעיקוואד, די קולטור מיינסטו דיעות ושיטות הגרמנים, אדער עפעס מער פיזיש?
ונבנתה העיר
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
Genes?
בכלל דארף מען וויסן ביי איין מענטש אליין, פארוואס בין איך א מחותן מיט דעם עולה וואס מיין גוף איז באגאנגען דריי יאר צוריק.
ארור אפם. -- זייער צארן, אבער נישט זיי אליינס.
לויט ווי איך פארשטיי רעדט נישט ונבנתה פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט, ממילא די אלע צושטעלער פון לא תחנם וכו' קומט נישט ממש אריין.
מאטיארור אפם. -- זייער צארן, אבער נישט זיי אליינס.
ווי פלעגט מיין מלמד זאגן? איך שלאג נישט דיך, איך שלאג דיין יצר הרע.
ונבנתה העירפארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
גוטע קשיא! פרעג די גוי!
מיליאנע אידען זענען געשחטן געווארן דורך די קריסטען ווייל אונזערס אן עלטער עלטער זיידע האט פארמשפט זייער יאשקע למיתה.
יאירונבנתה העיר
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
Genes?
בכלל דארף מען וויסן ביי איין מענטש אליין, פארוואס בין איך א מחותן מיט דעם עולה וואס מיין גוף איז באגאנגען דריי יאר צוריק.
ביסט דער נענטסטער מחותן.
ונבנתה העירקענסט אפשר מעקן דעם קולטור, אבער זעה אז קיין שום בריה זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן, נאר דורך משיח [אדער איבערגעבן פאר די יו ען].
וואס איך מיין צו זאגען איז אז קיינער ווערט נישט געשעדיגט ווערן, נאר עס וועט נמנע ווערן פון עם די הנאה וואס ער האט היינט פון זיין זיידע'ס ארבעט.
הגע בעצמך, אז ער האט היינט תועלת פון זיין זיידע פארשטייסטו יא על פי הצדק? דאך איז דאס א פאקט, הן לגבי קולטור, הן לגבי אינפרסטרוקטור, הן לגבי נאך זאכען. איז אפשר די סברא פון נקמה איז אז דאס זאל נישט זיין, זאלן זיי דארפן יעצט אנהייבן פון בראשית.
ונבנתה העירpetergrifinנאר עס איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע,
פארוואס?
װײל מען איז אנגעװײטאגט. איך מײן עס האט נישט מיט מאראל נאר פשוט רצחת וגם ירשת?!
אחד העם.
לעיקוואד, די קולטור מיינסטו דיעות ושיטות הגרמנים, אדער עפעס מער פיזיש?
איך ווייס נישט פונקט די הגדרה, און בכלל בין איך נישט מציע דאס למעשה, איך האב דווקא ליב דייטשע קולטור.. איך פראביר נאר מסבר זיין את האוזן דער געדאנק.
אבער למשל, אז מען וועט חרוב מאכען די אלע אוטובאנען וואס היטלער האט געבויט, וואלט דאס מיר מתקבל געווען אלץ א גלייכע נקמה.
petergrifinונבנתה העירpetergrifinנאר עס איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע,
פארוואס?
װײל מען איז אנגעװײטאגט. איך מײן עס האט נישט מיט מאראל נאר פשוט רצחת וגם ירשת?!
וואס עפעס רצח'ת'?
מאטייאירונבנתה העיר
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
Genes?
בכלל דארף מען וויסן ביי איין מענטש אליין, פארוואס בין איך א מחותן מיט דעם עולה וואס מיין גוף איז באגאנגען דריי יאר צוריק.
ביסט דער נענטסטער מחותן.
און אויב דער אייניקל איז דער נענטסטער מחותן?
האט דער קאצקער אמאל געטייטשט, רצחת - גם ירשת. אז דו הרג'עסט איינעם גייט דער שולד אריבער בירושה.
אז מ'רעדט שוין, איז דא מאראלישע פליכטן צו אן אייגן פאלק איבער א פרעמדן פאלק? איז אן אמעריקאנער מחויב צו העלפן א צווייטער אמעריקאנער מער ווי א קאנאדישער, בלויז ווייל פאליטיק האט געזאגט "דא איז די גרעניץ?" וואס טוט זיך מיט שכנים, משפחה, חברים וכדו'?
אמעריקא איז טאקע נישט קיין פאלק.
העלפען מילא, וואס איז ווען אמעריקע וועט ערקלערן קריג אויף קאנאדא? וועט זיין א מאראלישע היתר פאר דער אמעריקאנער סאלדאט שיסען דער קאנאדישער? וכבר דשו בזה רבים..
ונבנתה העיראמעריקא איז טאקע נישט קיין פאלק.
פארוואס איז אמעריקע ווייניגער פאלק ווי ענגלאנד אדער פראנקרייך? ווי לאנג דארף א פאלק שטיין עס זאל קונה זיין דער שם?
ווען האט זיך געענדיגט די טעכניק פון פאלק-שאפונגען
ל"ה
איך דערמאן זיך, ערב שבת זכור האב איך געזעהן הרב בני פרל
שרייבט אזא מעשה.
הרב בני פרלבנתניה שלפני ארבעים שנה היה זקן אחד, שכתב קונטרס על האירועים שעבר בשואה, לקונטרס קרא: "זכור את אשר עשה לך עמלק"
****************
פעם בא לבית הכנסת שהתפללתי בו וניסה למכור את הקונטרס הזה [שכפולים שבורים על נייר גרוע]
האנשים עיינו. ראו איך פעם אחר פעם הוא מכנה את הגרמנים עמלק וכמה צעירים שאלו: "אם היה בא לכאן גרמני, היה מותר להרוג אותו מיד?"
****************
חס וחלילה, ענה הזקן, איך אתם מדברים.
.......... אבל הוא עמלק? שאלו, כתוב "מחה תמחה"
*********************
ואז למדתי פעם ראשונה בחיי פרק בלמדנות [לומדעש]
הגרמנים, ענה הזקן, הם בחינת עמלק.
גם בלמדנות, גם בחסידות, יש המרה של העיסוק בממשי לעיסוק במהויות.
טוב או לא... זה לא העניין. מעניין הרבה יותר הוא העיקרון. עמלק, הוא כבר לא משהו ממשי, הוא רעיון.
לגבי אותו זקן, הגרמנים היו דבר יותר מידי ממשי. שנה לאחר מכן זכיתי להכיר אותו יותר... הוא מעולם לא הפסיק להתגעגע לאשתו, לילד ולילדה שלו.. שהוא לא ידע לומר היכן נרצחו.
אשתו החדשה הייתה ניצולת שואה עמוסת סיוטים, שהשרתה עליו מרירות וכעס.
והוא... לא היה הורג שום גרמני... כי עמלק זה בחינת עמלק.
********************
[אגב, מה היא בחינת עמלק? בחסידות עסקו בכך הרבה... הרבי צדוק הכהן מלובלין כותב כמה פעמים שהמהות היא הרצון לשכוח... לכן אנו מצויים לא תשכח... ויש עוד רעיונות: האמונה במקריות, הציניות ועוד ועוד...]
*********************
**********************************
השבוע הייתי עם תלמידי בבית ספר און.
חייב לומר מליון מילים טובות על הצוות של בית הספר הזה... יום יום להתמודד עם תלמידים מאוד שונים. [אולי אנחנו שונים...]
לא קל.
כל שנה אנו נמצאים שם לפעילות פורימית, הרקדות וכו'.
בשנה שעברה פגשתי שם בחור צעיר מאוד מגרמניה.
מתנדב.
הוא הסביר לי שלאחר שלמד היסטוריה בתיכון החליט להתנדב שנה אחת בישראל.
גרמני שלא היה בו בחינת עמלק.
בתמונה: השבוע, פעילות אחד ההרכבים יחד עם תלמידי בית הספר המופלא "און"
ריכטיג, כ'האב עס געמישט מיט ראסע.
ישראל קאפקע אלערט.
נו, אודאי, ר' יואל כהן האט אמאהל פארברענגט איבער עבודת התפלה, דערנאך שטעלט ער זיך אויף און כיפערט אפ א מעריב, פרעגט מען איהם מאי האי, זאגט ער: עס איז פארהאן דער ענין פון עבודת התפילה...
אלזא וואס בלייבט? מעג איך מיר טוישן די קינדער מיט מיין שכן , פארוואס זאל ביאלאגיע מחליט זיין?
הרב קוקהזוהמא הנשמתית כשם שהיא יכולה להתקבץ בתוך נפש יחידית, להסיר אותה מתכונתה הטובה, ולהפכה לתכונה שפלה, שתוריד אותה למדרגת שפלי החיים, כך היא יכולה להתקבץ בתוך הנפש הכללית של אומה שלמה, לעשות אותה לאומה שפלה ורשעה, בזויה ונגעלה, באופן שהיא ראויה לעבור מן העולם, כדי שלא לעכב על הנוי העולמי של יפיו של עולם מלהתפשט.
ונבנתה העירpetergrifin
װײל מען איז אנגעװײטאגט. איך מײן עס האט נישט מיט מאראל נאר פשוט רצחת וגם ירשת?!
וואס עפעס רצח'ת'?
עס איז א פארשטענדליכע פילינג. שטעל דיר פאר מײן זײדע צװאנציג יאר נאך באפרײט װערן פון די לאגער
קומט זײן זין צי רײטן מיט א מערצעדעס. האסט אונז אויס ג׳הרגט זאל איך דיר געבן פרנסה?
בדרך אגב איך מײן אז דו מײנסט נישט דוקה דײטשלאנד נאר איך האב זיך באצויגען צו דײן דוגמה.
מאטיאלזא וואס בלייבט? מעג איך מיר טוישן די קינדער מיט מיין שכן , פארוואס זאל ביאלאגיע מחליט זיין?
ווענדט זיך וועם איר פרעגט.
ונבנתה העירמיר וועלן נאך זעהן א נקמה אין די דייטשן, איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
דאס נישט קויפן דייטשע פראדוקטען האט לכאורה ווייניגער מיט מאראל אדער נקמה, און מער מיט אויסדרוקן פראטעסט (א שטייגער ווי
מאראלישע קאנסומעריזם) וואס זאל דינען אלץ א סיגנאל פון ״לא נשכח, לא נסלח״.
און אין א וועלט וואו פארשפרייטן ספיקות אדער פראסט שקר איז פונקט אזוי לייכט (אדער גאר לייכטער) וואו דאס פרסום פון אמת׳ע קאפיטלען היסטאריע, זענען אזעלכע סימבאלישע אקטן א געווער צו דערהאלטן דעם אמת אויפ׳ן אויבערפלאך.
די שאלה גייט לכאורה ביידע וועגן. איז מאראליש אויסגעהאלטן צו באשטראפן א דייטשע אייניקל צוליב זיין זיידנ'ס חטאים. בלויז צו האלטן אמת אויפן אויבערפלאך איז נישט קיין תירוץ.
פון נישט קויפן זיינ׳ס א פראדוקט ביז מעניש זיין איז דא א שטיקל מרחק (כ׳קויף אויך נישט וויין ביים מקוה איד, איז נאך נישט טייטש אז כ׳בין אים מזיק).
ס'איז אויך דא א נפק"מ צווישן "נישט קויפן" און "בויאקטירן."
אמת, דער צד השוה איז אז כ׳האב אן אגענדע, איינס מער ערנסט און איינס ווייניגער, אבער כל עוד בFree Market עסקינן, אין בזה משום ענישה או צד היזקא.
לעיקוואדאחד העם.
לעיקוואד, די קולטור מיינסטו דיעות ושיטות הגרמנים, אדער עפעס מער פיזיש?
איך ווייס נישט פונקט די הגדרה, און בכלל בין איך נישט מציע דאס למעשה, איך האב דווקא ליב דייטשע קולטור.. איך פראביר נאר מסבר זיין את האוזן דער געדאנק.
אבער למשל, אז מען וועט חרוב מאכען די אלע אוטובאנען וואס היטלער האט געבויט, וואלט דאס מיר מתקבל געווען אלץ א גלייכע נקמה.
טאקע דאס איז די פראגע, וויאזוי און מיט וואס פאר א רעכט קען איך אוועקנעמען פון א היינט-צייטיגע דייטש די הנאה וואס די דייטשע קולטור גיבט אים? ווייל מיט דעם קולטור און קאפ, האט זיין עלטער זיידע גשאסען? צו ווייל ער איז אן אייניקל פון דעם זיידע וואס האט געשאסען, נעם איך אלעס אוועק פון אים אלס נקמה? ווי איך האב פארשטאנען אז דיין הצעה איז געווען שנייד אויס יעדן זכר פון דעם אמאליגען דייטש, כדי דער נייער דייטש זאל ח"ו נישט הנאה האבען פון דעם אמאליגען דייטש, א. הא גופא, האב איך פארשטאנען אז דער פותח האשכול פרעגט, ווער גיבט די מאראלישע רעכט צו דעם. ב. עס קומט אויס א אינטרעסאנטע זאך, לפי דבריך, אז באמת צו דעם נייעם דייטש טאר איך גארנישט טוהן מכח דעם ביאלאגישער קשר צום אלטען דייטש נאר איך מעג נאר עוקר זיין וואס עס איז נאך געבליבען פינעם אלטען דייטש, למעשה אבער טוסטו דאס צום נייעם און נישט צום אלטען, והוא לא חטא.
ווען מען איז דן אויף דעם מיט הלכה'ישע ברילען, וואלט די דיון לכאורה געדארפט זיין אויב גרמנים האבען א דין פון עמלק אדער נישט. ווטס אויב יא, כמובן דארף מען געדענקען זייער שלעכטס און יא נקמה נעמען וכו וכדו'.
אינטרעסאנט איז אז טאקע הרב סאלאווייטשיק האט געהאלטען אז די דייטשען האבען א דין פון עמלק. ער האט דעם געדאנק געהאלטען און איין איבערחזרען סיי און זיינע הימלישע ווערק און סיי ביי זיינע פערלדיגע רעדעס, ער האט געהאלטען אז איינע פון די גרויסע חטאים וואס מדינת ישראל איז באגאנגען איז געווען אז זיי האבן גענומען די ווידער גוטמאכונג געלט וואס די דייטשען האבען געגעבן, וואס לדעתו פארמאגען די דייטשען אויף זיך די דין פון עמלק, און מען טאר פון זיי קיין געלט נישט נעמען. ער האט אויך געהאט גרויס טענות אויף די ארץ ישראל'דיגע רבנים פארן נישט אריינמישען זיך און זאגן דעם הלכה, און ווען עס קומט צו גיוס בנות מאכט מען געוואלדען, עטס רבנים האטס געלערנט בן גריון'ען אז מען דארף זיך מיט דער הלכה נישט רעכענען...
און קול דודי דופק, איינס פון זיינע מייסטעווערק שרייבט ער אזוי:
אין הדבר נוגע לעתידה הפוליטי של הארץ בלבד. מזימות הערבים אינן מכוונות רק לעצמאותה המדינית, אלא כלפי עצם קיומו של היישוב בכלל. הם שואפים להשמיד, חלילה, את היישוב מאיש ועד אישה, מעולל ועד יונק, משור ועד שה. באחת האסיפות של המזרחי אמרתי בשם אבא מרי ז"ל, כי פרשת "מלחמה לה' בעמלק מדור דור" אינה מוגבלת בחלותה הציבורית כמלחמת - מצווה לגזע מסוים, אלא כוללת חובת התקוממות נגד כל אומה או קבוצה החדורה שגעון של שנאה, והמכוונת את משטמתה כלפי כנסת ישראל. כשאומה חורטת על דגלה "לכו ונכחידם מגוי ולא יזכר שם ישראל עוד" היא הופכת לעמלק. בשנות השלושים והארבעים מילאו תפקיד זה הנאצים והיטלר הראשם. הם היו העמלקים, נציגי שגעון האיבה של התקופה האחרונה.
פון הרב סאלאווייטשיק'ס ווערטער קומט אויס, אז דייטשען האבען א פולען דין פון עמלק, ער בויט דאס אויף א דיוק און רמב"ם. אז בנוגע די הלכה פון ז' עממין אז מען דארף זיי מחרים זיין זאגט דער רמב"ם 'וכבר אבד זכרם', און דער ראב"ד גיבט די מקור פאר די רמב"ם'ס ווערטער פון רבי יהושע 'כבר עלה סנחריב מלך אשור ובילבל את כל האומות'. אבער בנוגע דינו של מחיית עמלק דערמאנט נישט דער רמב"ם דעם געדאנק פון 'כבר אבד זכרם'. פרעגט האב סאלאוויטשיק וואס איז געשעהן מיט רבי יהושעס מימרא? נאר ביי עמלק איז אנדערש, ווי ס'שטייט מלחמה לה" בעמלק מדור דור, עמלק איז נאך דא. ווי איז ער? זאגט ער דעם געדאנק אז עמלק איז קיין ביאלאגישער פיגור, עמלק עקזעסטירט און דיעה ושגעון השנאה לעם ישראל, און א פאלק וואס האט דאס, באקומט א דין פון עמלק. ( די גאנצע הלכה'ישע שמועס האב איך געלאזט, אולי פאר אן אנדערע אשכול) כנזכר לעיל.
פון די בריסקע חדר און ירושלים האט מען געהערט גאר שארפע ביקורת אויף הרב סאלאוויטשיקס געדאנק, ביז אזוי ווייט ווי 'ודברים אלו אסור לאומרן ואסור לשומען'. די ווערטער האט אנגעבליך רבי בערל סאלאוויטשיק, רבי וועלוולס א זוהן, געזאגט, טענה'נדיג אז עס קלאר אז די חיוב פון מחיית עמלק איז יא א ביאלאגישער, און נאר קינדער פון דעם יחוס פון עמלק בנו של אליפז בנו של עשיו, זענען עמלקים. אנדערע ווייסען יא נאך צו זאגען בשם רבי חיים עוזר'ן אז ער האט אויך געהאלטען אז זיי האבן א דין פון עמלק.
לפי דברי הרב סאלאוויטשיק
@לעיקוואד האט דער אלטער פון דיין ארטיקל סימוכין [ הרב סאלאוויטשיק וואלט אויך נישט געהארגעט קיין דייטש...]. און
@יאיר, עס קומט אויס לפי זה, אז עס יא א בדומה'דיגער שאלה צו לא תחנם, ממזר וכו וכדו', וכמש"כ לעיל זענען די ישובים פאר דעם שוורכליך.
דאס אלעס פיין הלכה'יש גערעדט, אבער דא באהאנדעלט מען עס פון א מאראלישע שטאנדפונקט, נא לאמיר יעצט ארויס לאזען עמלק'ן פון דא...
מאטיאז מ'רעדט שוין, איז דא מאראלישע פליכטן צו אן אייגן פאלק איבער א פרעמדן פאלק? איז אן אמעריקאנער מחויב צו העלפן א צווייטער אמעריקאנער מער ווי א קאנאדישער, בלויז ווייל פאליטיק האט געזאגט "דא איז די גרעניץ?" וואס טוט זיך מיט שכנים, משפחה, חברים וכדו'?
בפשטות איז ריכטיגער צו העלפן דעם אייגן פאלק/משפחה ווי א פרעמדן, נישט קלאר צי ס'איז אלס מאראל אדער פשוט שכל'דיג, מען קען דאך נישט העלפן יעדן אויף דער וועלט, ממילא ווי נענטער די צוועק איז צו דיר אלס מער האסטו א (מאראלישע?) פליכט צו העלפן, וכמו ששמעתי מרב א' אז דאס איז דער כוונה אין חז"ל עניי עירך קודמין, און די מצוה פון ומבשרך אל תתעלם.
(לגבי דאס נישט קויפן ביי די דייטשן איז מער א געפיל, ווי נענטער צום שואה אלס ערליכער האלט מען דעם פארבאט/בויקאט, ווי שפעטער וועט עס מער נאכגעלאזט, אזוי ווי דער איסור פון נישט גיין קיין מצרים, שפאניע, א.א.וו. כנלענ"ד)
גראדע האט היטלער ימ"ש געזאגט אז כלל ישראל האט קאליע געמאכט די וועלט מיט מאראל,
די שאלה איז לכאורה צו די היינטיגע דייטשן וואלטן זיך אויפגעפירט די זעלבע ווי זייערע זיידעס אויב וואלט געווען היינט א היטלער וואס רייצט זיי אן, אויב יא זענען זיי דאך אונזערע רוצחים בכח ועדיין לא בפועל,
אולי
[ציטאט אראפגענומען]
לגבי דיין צווייטע פראגע. סאיז נישט אויסגעשלאסען, אבער מען דארף וויסען בדיוק וואס זייער מאטיוו און זייער צוגאנג איז געווען, מיט א אן עלילת דם לכאורה באקומט מען נאך נישט קיין דין עמלק, די גדר איז אויב זיי זאגען 'ולא יזכר שם ישראל עוד' וואס כמדומה איז דאס נישט געווען די פאלק'ס שפראך און 'רוב' אייראפישע לענדער. משא"כ ביי גרמני ואינקוויזציע.
לגבי דיין ערשטע פראגע, לאזט זיך דן זיין. אולי אי פעם די פאלק האט געהאט אזא שגעון של שנאה, באפאלט דעם פאלק דער דין עמלק, און דאס בלייבט זייער אייביגער פלעק. און אויף דעם חיוב און דין גופא קען מען קלערן די מאראל פון דעם, פונקט ווי מען קען דן זיין ביי ולא תחנם וכו וכדו, טאקע משום זה האב איך גענטפערט פאר יאיר אז לפי מש"כ איז די אלע דינים וואס מען איז דן אויף די חלק המאראל שבה, יא רעלעווענט. דיין שאלה איז שווער ביי עמלק'ן גופא.
אין אמת'ן אריין מאראל אן א רעליגיע איז זייער שווערע פעלד, ווייל לאמיר נעמען לדוגמא די איסור פון רציחה וואס איז א אוניבעסואלער איסור און (לכאורה) איז יעדער מסכים צו אזא איסור, אבער אין די מינוט וואס עס איז נישט דורך רעליגיע נאר דורך מאראל קען געשעהן אזוי ווי היינט אז הרגענען עוברים איז א לכתחילה, און אויב אזוי ווען ווערט ער אויס עובר, ווען ער ווערט געבוירן, און א רגע פאר דעם איז ער נאך א שטיקל פלייש וואס מען מעג הרג'ענען, אדער קראנקע וואס קענען שוין קיין רפואה נישט האבן, און אין אסאך לענדער מעג מען זיי הרג'ענען, איז אויך א שווערע מאראלישע שאלה ווייל יעדער שטארבט אמאל סא וואס מיינט אז ער קען שוין נישט ווערן אויסגעהיילט? אבער ווילאנג קען ער לעבן מיט דעם, און וואס מיינט אסאך יסורים וויעאזוי מעסט מען דאס מאראליש, אזוי קען מען ווערן מאראלישע רוצחים אויב איז עס נישט עפ"י (לכה"פ) עפעס א רעליגיע,
מאטיאלזא וואס בלייבט? מעג איך מיר טוישן די קינדער מיט מיין שכן , פארוואס זאל ביאלאגיע מחליט זיין?
מאטי: כ'האב געמיינט אז דו פרעגסט אן אנדער מין פראגע... 😂 ...עיין נחום...!
יעצט יום טוב עסט מען שטיקער בשר בהמה ווי די צינג..פון א באשעפעניש און אנדערע חלקים פונעם באשעפעניש וואס אונז שטערקערע באשעפענישן האבן ליב צו עסן ממילא קידנעפן מיר זיי און מען צווינגט זיי אריין אין א קעיזש און נאכדעם ביהעד מען זיי און וואס האב איך פון דעם מארד- איין סאפער אינגאנצן און פארן נעקסטן טאג דארף מען הארגענען א אנדערע באשעפעניש פאר מיין אינזשוימענט....זיי האבן אויכט געפילן ...איז דאס מאראליש? ווייל אונז זעמיר קלוגער און שטערקער פון זיי טוען מיר וואס אונזער הארץ באגערט...? אפשר האט היטלער אויכט געמעגט טוען וואס ער האט געטוען ווייל לשיטתו איז א איד ווי א בהמה?
.
.
Re: מאראלישע חקירות און ספיקות
מאטיאז מ'רעדט שוין, איז דא מאראלישע פליכטן צו אן אייגן פאלק איבער א פרעמדן פאלק? איז אן אמעריקאנער מחויב צו העלפן א צווייטער אמעריקאנער מער ווי א קאנאדישער, בלויז ווייל פאליטיק האט געזאגט "דא איז די גרעניץ?" וואס טוט זיך מיט שכנים, משפחה, חברים וכדו'?
עניי עירך קודם.!
Charity begins at home..!
Sent from my iPad using Tapatalk