☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לינקס צו אינטרעסאנטע QUORA פראַגעס

לינקס צו אינטרעסאנטע QUORA פראַגעס

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8435

טאמבל סאס » מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:55 pm

· #258566
לינקס צו אינטרעסאנטע QUORA פראַגעס
ענליך צו די אשכול וואס איך האב דא אנגעהויבן - און מיט גרויס הצלחה צוריקציוועגס - איז מיר איינגעפאלן צו עפענען אצינד א געהענגל מיט א ליקוט פון לינקס צו מעגליך אינטרעסאנטע שאלות אויף Quora פון אלערליי סארט. ובזה החלי גייט דער קעטש פרעיז. (דער אמת איז אז כ'קען שוין ברענגען איין לינק צום סייט און פטור אן עסק - אנדערש וועל איך דארפן קאפירן דער גאנצער Quora אהער צו אונז..)

פארוואס איז אזוי שווער צו געפינען לעבן אויף אנדערע פלאנעטן אויב קענען מיר אריינקוקן אין די אוניווערס אזוי ווייט ווי 12 ביליאן יאר-ליכט? (13.5?)

יידל » זונטאג מערץ 15, 2015 12:16 am

· #258579
אין איינע פון קארל סעיגן'ס ביכער (כ'געדענק נישט וועלכע אויפן מינוט) באטראכט ער דעם שאלה פון א פארקערט פערספעקטיוו: וואו נאענט דארף מען קומען צו אונזער וועלט, אדער ווי לאנג דארף מען עס באטראכטן, בעפאר מען קען קומען צו א מסקנא אז עס איז דא אינטעליגענטע לעבן אויף דער פלאנעט? זיין מסקנא: ווילאנג מ'קומט נישט גאר נאענט, קען מען פון גארנישט וויסן. אפילו אונזערע ראדיא סיגנאלן זענען צו שוואך איינמאל מען איז ווייטער אוועק אינעם סאלאר סיסטעם.