☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הלעיטהו לרשע וימות

הלעיטהו לרשע וימות

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8408

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:14 pm

· #257845
הלעיטהו לרשע וימות
א שטיקל צייט צוריק האט זיך אפגעטוהן א גרויסע שאלה וואס האט אויפגערודערט די וועלט, אבער דא אויף ק"ש האב איך נאך נישט געזען מען זאל דאס אנרירן האב איך מחליט געווען לשנס כגבר חלצי (נאך וואס איינמאל האט זיך שוין פארמעקט האלב פון די פתיחה) און עס ארויף ברענגען דא לתועלת הציבור, עס האט אין זיך סיי א הלכה'דיגע אספעקט און אויך א מאראלישע און עטישע אספעקט, ונראה מה יהיו חלומות חברינו וחכמינו,

וזה היה תוכן השאלה:

די שאלה האט זיך גראדע נישט אנגעהויבן ביי אידן נאר כך היה מעשה, אין איינע פון די סקולס דאהי אין אמעריקא איז געווען א סטודענט פאר כעמיע און רפואה וואס האט זיך גראדע גוט אויסגעצייכנט אין זיינע לימודים אבער אין זין סאשעל לעבן האט ער נישט מצליח געווען און ער איז געווען פארעכנט אלס דער נעבעך פון קלאס, עד כדי כך אז איינער פלעגט יעדן טאג איהם גנב'ענען זיין סענדוויטש וואס ער פלעגט זיך מיטברענגען פון דערהיים און ער האט בשום אין אופן נישט געקענט כאפן ווער דאס איז,

ויהי היום ביי א לעקציע נאך א ברעיק האט איינע פון די סטודענטן זיך אנגעהיובן נישט גוט צושפירן און איז געווארן בלוי און געווארן מצטמק ורע לו, פארשטייט זיך אליין וואס פאר א מהומה עס איז דארט געווארן, און דער סטודענט שטעלט זיך אויף און רופט זיך אן זייט נישט באזארגט איך האב פשטו מחליט געווען אם אין אני לי מי לי, און איך האב באשמירט מיין סענדוויטש מיט א געוויסע כעמישע זאלב וואס האט געמאכט די טויטליכע פארסאמונג כדי איך זאל געוואר ווערן ווער מיין סענדוויטש גנב איז, און יעצט אז איך ווייס שוין וועל איך איהם נאר געבן פון א אנדערע זאך וואס נעמט אוועק די סכנה פון איהם וכך הווה, פארשטייט זיך אליינס אז פון דעמאלטס אן איז ער שוין געווען די הירא פון זיין קלאס. עד כאן המעשה.

יעצט איז די שאלה איז עס מותר עפ"י הלכה צו אנגרייטן א טויטליכע טרעט פאר א גנב וכן עטיש אדער מאראליש.

ואקוה לתשובות במהרה מכולכם חברי

כוכב » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:23 pm

· #257850
לינק?

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:27 pm

· #257853
איך האב געטראפן די שאלה אין די אויסגאבע "סופה וסערה" חלק ראשון ארויסגעגעבן דורך חנוך טוביאס פון בני ברק,
אני מאמין אז מען קען טרעפן לינקס וועגן די שאלה דורך גוגל אבער די מעשה איז נשט אזוי שטארק נוגע ווי די שאלה, און אני מחכה לתשובות ממכם להגדיל תורה
יישר כוחכם

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:20 am

· #257888
די מעשה ווערט געבאקן און פארציילט דורך ר' יצחק זילברשטיין חדב"ן, אין איינע פון די עלינו לשבח בענדער.

מור וקציעה » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:06 am

· #257907
יעצט איז די שאלה איז עס מותר עפ"י הלכה צו אנגרייטן א טויטליכע טרעט פאר א גנב וכן עטיש אדער מאראליש.

ואקוה לתשובות במהרה מכולכם חברי[/quote]




לכאורה וואלט איך געזאגט אז אנשרעקין א גנב אזוי ווי אונזער מעשה, איז לא גרע פון געבן אפאר גוטע קלעפ פאר א גנב וואס ברעכט זיך איין אין מיין הויז און איך האב נישט קיין אנדערע וועג אים אפצוהאלטן

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 11, 2015 8:10 am

· #257911
דאס איז מעשים בכל יום אז מ'לייגט סם פאר די מייז און ראטן ואין פוצה פה

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:31 am

· #257919
וואס איז די שאלה אויב האט ער אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה?

Kool man » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:02 am

· #257930
די מעשה האט א העפי ענדינג, און אויב עסט ער אויף דעם גניבה סענדוויטש אין זיין צימער אין דארם, אדער אין קאר, אדער גאר אין בית הכבוד, און ער גייט אויס דארטען ווי א שווארצע לעכט? איז עס געהעריג רציחה.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 11, 2015 2:23 pm

· #257997
דער מוסד האט אמאל אנגעשטעלט אזא שפיצל פאר קהאלעד מאשאאל דער הויפט פון כאמאס. נאר נאך גרויס דרוק פון מהר"א פון מאנרא און דער בלאט, וועלכע האבן געשריבן אז דאס איז שרעקליכע התגרות באומות פון די ציונים, האט דער ראש הכופרים, בנימן נתניהו געהייסן פאר דעם הויפט פון מוסד אז ער זאלל געבן די רפואה צו דעם. און ער האט (ב"ה) געליטן א גרויסע מפלה און ער איז געצווינגען געווען צו געבן די מעדיצין פאר דעם ק'עניג פון ירדן...!

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:41 pm

· #258033
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן
געוואלדיג
די מעשה איז נשט אזוי שטארק נוגע ווי די שאלה, און אני מחכה לתשובות ממכם להגדיל תורה
יישר כוחכם

און דאס איז דער עיקר צו הערן אייער מיינונג

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:42 pm

· #258034
ר' יצחק זילבערשטיין האט געהאלטן אז וויבאלד עס איז מיינע, און מיט מיינע זאכן מעג איך טוהן וואס איך וויל,
אבער לכאורה איז דא א איסור פון ולא תשים דמים בביתך

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:05 pm

· #258048
יישר כח @אנאנים

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:23 pm

· #258056
דאס איז נישט הלעיטהו לרשע, הלעיטהו לרשע וואלט געמיינט, אויב למשל איינער איז א אוכל נבילות וטריפות, מעג איך אים אריינלייגען סם אין די אסור'דיגע מאכלים?

את"ל ביי דער מעשה פין דער גניבה איז מותר, ווי איז דער דין ביי נבילות וטריפות?

ואת"ל ביי נבילות וטריפות איז אויך מותר, ווי איז דער דין יום כיפור, איינער וואס עסט יום כיפור מהו? דארט איז עס א חפצא, אבער יום כיפור זמנא הוא דקא גרם.

ואת"ל עס איז מותר, מומר לתיאבון מהו?
ואת"ל מותר, מסור מהו?
ועוד ועוד

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 4:32 pm

· #258057
הרב זילבערשטיין פסק'נט אז עס איז מותר און אפילו א מצוה אויב,
1) ער טוהט דאס להכעיס,
2) ער איז א מועד

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:03 pm

· #258064
באזירט אויף א מעשה שלא היה מיט א זיידע פין דער גר"ח

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 5:39 pm

· #258078
למאי נ"מ אויף וואס באזירט דער עיקר איז די שאלה

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 11, 2015 6:48 pm

· #258090
אויב אזוי אז די עיקר איז די שאלה, פארוואס ברענגט איר וואס רב ז"ש פסק'נט?

לעיקר הענין, בין איך מחולק, די עיקר איז צו זעהן וואס רבנים פסק'נן אויף דער שאלה, אויף וואסערע סארט יסודות און השוואות.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 13, 2015 1:57 am

· #258391
געוואלדיג
ר' יצחק זילבערשטיין האט געהאלטן אז וויבאלד עס איז מיינע, און מיט מיינע זאכן מעג איך טוהן וואס איך וויל,
אבער לכאורה איז דא א איסור פון ולא תשים דמים בביתך

איך ווייס אז דער עולם דא גייט מיך צורייסן (רעטאריש. און אפשר פיזיש , ווען זיי וואלטן געקענט.) ווייל איך בין אן איקאנא-קלאסט. (נו. לאמיר זעהן חכמים ונבונים שביננו. קענט איהר דעפינירן דעם מאדנעם ווארט...?...!)

ערשטנס: איך בין נישט אזוי שטארק באאיינדרוקט פון הרב יצחק זילבערשטיינ'ס חידושים אין הלכות שבת.

צווייטנס: זיין גאנצער מהלך אין מברר זיין א הלכה איז זייער מאדנע. ס'ווייזט אויך אז פסיקה איז א פאטענציאל געפערליך געווער. און מ'דארף זיין פארזיכטיג אין וועמענ'ס הענט מ'געט עס איבער.

דריטנס: א ספר אויף הלכות שבת פון א היינטצייטיגן גאון פון וועלכן איך ווער יא נתפעל איז דאס ספר "ישראל והזמנים" פון הרב הגאון ר' ישראל דוד האפענעס שליט"א.
פון די אמאליגע גאונים, איז דער ספר שו"ת מהרש"ג און כש"ב וכש"כ די פסקים פון הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל...!