☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מרחוק ה' נראה אלי

מרחוק ה' נראה אלי

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8407

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 9:41 pm

· #257834
מרחוק ה' נראה אלי
עס ווערט דא אסאך מאל געברענגט פון גוים וואס קוקן אונז אן מיט זייער א שווארצע בליק, צוריק געבליבן און נישט מענטשליך,
אבער פארשטייט זיך אז נישט אלע גוים זענען אזוי און גוים וואס וואוינען נעבן אידן זעהן אויך פון צייט צו צייט די שיינע זייט פון די אידן, איז דאך נישט מער פון רעכט צו עפענען א אשכול וואו יעדער וואס האט געהאט א פאזעטיווע עקספיריענס מיט א גוי וואס האט געקוקט גוט אויף אידן און געזעהן זייערע מעלות זאל ער דאס מיט טיילן מיט אונז

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 9:47 pm

· #257836
איך נוץ גאנץ אפט טעקסיס, קומט מיר אויס צו האבן א שיינע פאר מאל מעשה'ס מיט גויאישע טעקסי דרייוער,
האב איך געהאט יעצט אפאר טעג נאך פורים זיץ איך מיר אין טעקסי און דער דרייווער פרעגט מיר צו איך האב געטרונקען פורים? ענטפער איך איהם אוודאי נישט סתם נאר אסאך, פרעגט ער מיר ביסט געווארן שיכור? זאג איך איהם יא, פרעגט ער און האסט געפייט מיט אנדערע? פרעג איך איהם וואס עפעס? זאגט ער מיר איך פארשטיי נישט האסט דאך פארלוירן דיין דעת און האסט נישט געפייט? פרעג איך איהם האסטו געדרייווט פורים דא ביי אונזערע גאסן? זאגט ער אוודאי איך האב אפילו געהאט אפאר שיכורים אין מיין קאר, און זיי האבן געפייט? ענטפערט ער מיט וואונדער טאקע ניין, ב"ה א שיינע קידוש ה'

כוכב » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:29 pm

· #257854
איך בין געפארן מיט א גוי אין א קאר סערוויס א יונגע נאאיווע גוי פון די סטעיטס וועלכע לערנט דא אין קאלעזש און האט נישט אויפגעהערט צו רימען ממש מיט התפעלות אז די אידישע פרויען וואס ער זעט דא אין די היימישע גאסן זענען די שענסטע אין די וועלט.
געווען אמאל א קעניג דער קלוגסטער אין דער וועלט וואס האט געזינגען דעם געזאנג פון אלע געזאנג וואס האט אונז דערציילט אז ''הנך יפה דודי אף נעים אף ערשנו רעננה!''.

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 10, 2015 11:41 pm

· #257881
[ציטאט אראפגענומען]

אחדות???! פארדעם איז דא דריי בתי מדרשים אויף יעדע גאס?

כוכב
איך בין געפארן מיט א גוי אין א קאר סערוויס א יונגע נאאיווע גוי פון די סטעיטס וועלכע לערנט דא אין קאלעזש און האט נישט אויפגעהערט צו רימען ממש מיט התפעלות אז די אידישע פרויען וואס ער זעט דא אין די היימישע גאסן זענען די שענסטע אין די וועלט.


אוודאי, אז מ'פיצט זיך אויס יעדעס מאל מ'גייט שאפינג אדער צום פ. ס. אפיס כאילו מ'גייט צו א חתונה, קוקט מען אויס שיין

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:55 am

· #257898
גם אני בחלומי
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3643">viewtopic.php?f=24&t=3643</a><!-- l -->

קרוץ מחומר » מיטוואך מערץ 11, 2015 2:14 am

· #257900
כוכב
איך בין געפארן מיט א גוי אין א קאר סערוויס א יונגע נאאיווע גוי פון די סטעיטס וועלכע לערנט דא אין קאלעזש און האט נישט אויפגעהערט צו רימען ממש מיט התפעלות אז די אידישע פרויען וואס ער זעט דא אין די היימישע גאסן זענען די שענסטע אין די וועלט.
געווען אמאל א קעניג דער קלוגסטער אין דער וועלט וואס האט געזינגען דעם געזאנג פון אלע געזאנג וואס האט אונז דערציילט אז ''הנך יפה דודי אף נעים אף ערשנו רעננה!''.

יא יא, זיי לאזן איבער א סך פאר דער imagination. ווי מער קלייד אלס גרעסער איז דער סוד.

אנשי שלומינו וואס ווייסן דעם סוד, מיר אידן וועלכע לעבן מיט דעם וישרצו במאוד פענאמען, מ'קעמיר זיך אביסל מיט דעם צד צי גאר צדדי הכלה, לויפן טאקע צום שיר השירים פאר שיינע פרויען. נישט בחוצות בארא-פארק. יא, די גראז באותו מקום ביי די משמנה בינינו ווייס איך נישט צי ס'איז גרינער, גרעסער איז דאס אבער איינמאל זיכער. "אני שחורה" קלאגן מיר פאר זיי, כאדם התולה את קללתו וקלקלתו על אחרים. נאר ביי ששזפתני השמש העלן זייער כלה-טיטשערס כאפן שלעק. ווי האט דער מלמד געזאגט: אלץ ביז ליגענט.

elter-zeide » מיטוואך מערץ 11, 2015 9:15 am

· #257914
שמעון וואלף
[ציטאט אראפגענומען]

אחדות???! פארדעם איז דא דריי בתי מדרשים אויף יעדע גאס?

כוכב
איך בין געפארן מיט א גוי אין א קאר סערוויס א יונגע נאאיווע גוי פון די סטעיטס וועלכע לערנט דא אין קאלעזש און האט נישט אויפגעהערט צו רימען ממש מיט התפעלות אז די אידישע פרויען וואס ער זעט דא אין די היימישע גאסן זענען די שענסטע אין די וועלט.


אוודאי, אז מ'פיצט זיך אויס יעדעס מאל מ'גייט שאפינג אדער צום פ. ס. אפיס כאילו מ'גייט צו א חתונה, קוקט מען אויס שיין


אזוי איז דאס אין דיינע איוגן, אבער דא שרייבט מען ווי אזוי מיר קיקען אויס ביי זיי, זיי קיקען אנדערש אויף אינץ ווי די זעסט אינץ, אין אויך נישט אלע קיקען אזוי אויף אינץ, עס זענען אויך דא ביי זיי וואס קיקען אויף אינץ מיט דיינע איוגן,

Kool man » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:43 am

· #257920
איך בין אויפגעוואקסען אויף א יודישע גאס, מיט בלויז געציילטע נישט יודען, אמאהל האט א שכן שטארק געמוטשעט איין גוי צו פארקויפען זיין הויז פאר א פרייז מער ווי די מארקעט, דער גוי קען ווען דעמאלץ קויפען אין גוי'שען געגענט צוויי הייזער פאר דעם פרייז, האט ער געזאגט, אז ביז זיין טויט בלייבט ער נאר וואוינען דא, האט דער שכן געטענה'ט, קוק וויפיהל יודען ס'שוין דא ארום און ארום, פילסט נישט אוט אף פלעיס? האט ער געענטפערט, ווי מער יודען אלץ מער וויל ער דא בלייבען, ס'איז די שענסטע און פארזיכערסטע קאמיוניטי אין די וועלט!

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:50 am

· #257923
איך דריי מיר אין א ביהמ"ד וואס איז אפען נאר אינדערוואכן עס קומט א גוי צוויי מאל א וואך רייניגען ער האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן א אידישע פארטי
מוצ"ש זכר זענען מיר זיך צוזאמגעקומען פאר א מלוה מלכה פארשטייט זיך עס איז גיוועהן וויין מען האט געזינגען און אפילו אביסל געטאנצט
אונז האבן גערופן דער גוי זאל דוירט זיין אביסל סערווירן און בעיקר אויפרייניגן נאכדעם
איך בין דוירט געבליבן ביז שפעט אין ער קומט צו צו מיר און ער זאגט מיר איך האב נאך אין מיין לעבן אזא זאך נישט גיזעהן מען זיצט ביי א פארטי די עולם זיצט רואיג מען שמועסט נארמאל צוזאמען מען זינגט זמירות מען טאנצט אביסל קיינער גייט נישט ארויס פון די גלייזן וכו'

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:35 am

· #257937
זייער א שיינע אשכול.
וואס איז פשט פונעם קעפל?

שלמה המלך » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:03 pm

· #257946
שמעקעדיג
זייער א שיינע אשכול.
וואס איז פשט פונעם קעפל?

ממש געטראכט די זעלבע! א גיטער טאפיק... אבער וואס האט עס מיטן קאפ?
'אפשר מרחוק הגוי נראה לי' וכדו'

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:04 pm

· #258019
גאט טרעפט מען אינדערווייטענס, א שטייגער ווי אין בית חב"ד אין פאלם ספרינגס...

דר"א, מרחוק הויה נראה 'לי'.

הוגה » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:30 pm

· #258028
א מאדערן-ארטעדאקסישע איד וואס באהאקט געווענטליך חסידים האט היינט באריכטעט אויף פעיסבוק אז ער האט פארברענגט דריי וואכן אין די היימישע וויליאמסבורג און ער איז איבערצייגט געווארן איבער דאס שיינקייט פון די חרדי'שע געמיינדע. ער פארציילט אז ער האט געדאווענט אין עטליכע שולן דורכאויס זיין וויילונג אין וויליאמסבורג און עס זענען נישט געווען קיין שום צדקה קאלעקטארס במשך דעם דאווענען. אויך האט אים א חסיד געאפערט צו קומען אונטער זיין שירעם בשעת עס איז געגאנגען א גאס רעגן. און ער האט איין טאג אפילו געזעהן א חסידישע איד רעדן מיט א שווארצע טינעידזשער.


.

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:53 pm

· #258040
פשט אין קעפל
דער פשט אינעם קעפל איז,
מרחוק פון די ווייטע (כגון גוים) ה' נראה אלי זעהט זיך בעסער אן די געטליכקייט (אנשי קודש) וואס איז דא ביי אונז

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:55 pm

· #258042
עס איז אמת טאקע אז דער עולם פירט זיך אויף היפש נארמאל צווישן גוים, צילוב מען וויל געפעלן פארן גוי, נישט נאר דייקא פארן גוי נאר א חסיד וועט פראבירן נישט ארויס צו ווייזען זיין חסידישקייט ביי די מער מאדערענע קרייזן, אבער צום אייגענעם ברודער וועט ער זיך אויפרירן אקוראט מיט זיינע נאטירליכע קאלירן.

עס איז ליידער דא א סאך פון אונזערע היימישע יודעליך, וואס פאר א גוי גיבן זיי א טיפ, אבער פאר א צווייטער איד, נישט נאר מען גיבט נישט קיין טיפ, מען פראבירט נאך צו האנדלען אויפן פרייז....
מען גייט עסן אין א שיינע רעסטעראנט אין מאנהעטן, וועט מען אפרוימען דעם טיש פון די איבערגעבלייבעכצער, אבער ווען מען עסט אין א היימישע רעסטעראנט לאזט מען איבער א מין חאזעריי אז עס איז עקל און א גרויל.....
ווען עס קומט צו באצאהלן פאר א בעל מלאכה אדער פאר א ווענדער, פאר א גוי וועט מען תיכף באצאהלן, אבער פאר איד? וואס עפעס? זאל ער ווארטן, זאל ער בלוטיגען.... סארא חרפה......
פאר א גוי וועט ער זאגן אנשולדיגט ווען ער וויל דירך גיין... אבער פאר איד וועט ער תיכף געבען א קאפע... זאג די זעסט נישט אז איך וויל דירך גיין???????????
ווען מען דינגט א קאר פון א גויאישע קאמפאני וועט מען אפזויבערן די קאר בעפאר מען גיבט עס ציריק, אבער ווען מען דינגט פון א אידישע קאר רענטל, מאן דכר שמיה, ער וועט אויף צו להכעיס איבער לאזן א זאמד טראק מיט שמיץ אינעם אוטו......
ווען מען גיין צווישען גוים ווער דער חסיד זיך שמירן זאלב אינטערן ארעם נישט צו פארסאמען די ארומיגע, אבער ווען מען קומט צווישען אידן ניצט ער בשאו''א נישט קיין זאלב, נאר ער קומט אין סמעדריש א געשטיקענער, פארוואס? פארוואס דארף איך הנאה האבן פין זיין איינגענומינער גרוך און דער אומגעמלעטער דארף נישט? ווי איז דער יושר?
איר האט שוין אמאהל געזעהן א אידל א נפיחה טאן צו ווישען גוים? ניין! אבער אין סמעדריש לאזט ער זיך וואויל גיין, פארוואס? פארוואס דארף איך נהנה זיין פון דיין מאגן געזאנג און דער גוי נישט?
וועט ער גייט צווישען גוים מאכט ער זיכער אז די קונדער פירן זיך אויף ריאוג און געלאסען, אבער צווישען אידן? פארוואס? ער לאזט די קונדער מאכן א גאנצע באלאגאן..... ווי איז דער יושר?

ר' איד ווי שטארק איר ווילט נאר געפעלן פארן אמגעמלעטען טאני, נאר שטערקער זאלט איר זיכען צו געפעלן פאר דיין אידישער ברידער........

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:57 pm

· #258043
אויך האב איך געהאט איינמאל אין א טעקסי ווען איך האב באמערקט אז ער האט א קעמערע וואס כאפט אפ אלעס וואס טוהט זיך אין קאר, נו האב איך אוודאי זייער הנאה געהאט און איהם געפרעגט אויב עס ארבעט טאקע? זאגט ער מיר אוודאי, - און ער איז ממשיך תוך כדי דיבור - דארפסט פארשטיין איך ארבעט אסאך מיט ענקער קאמיוניטי און איך מאך דעליוועריס פאר געוויסע אידישע קאמפעניס און דא בין איך רוהיג און פארזיכערט, אבער ביי אונזערע קאמיוניטיס איז עס נישט אזוי און איך דארף דאס פאר פראטעקשן

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:59 pm

· #258045
@קאך_לעפל עס איז דא געוויסע אמת אין דיין הערה אבער נישט אין דעם אשכול ביטע זיך האלטן צום נושא יישר כח

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:21 am

· #260703
Re: מרחוק ה' נראה אלי
א נישט היימישע מיידל פארציילט מיר אז זי איז געזיצו לעצטנס ביי א מיטיניג בנוגע שטאטישע אנדעלעגנהייטן מיט אפאר פון די חרדישע קהילה פארשטייער און זי איז אזוי ערשטוינט געווארן צוזען אז איינער פון זיי, א מיטל יעריגער (מיט א ראביי טיטול) האט געשמאק פארברענגט מיט איר און אפילו יותר משצריך איר געדוכנ'ט אין פנים. זי איז איבערראשט אז די ראשים זענען כאטש יא נארמאל. א גוטע סימן פאר טשענידזש. ס'טאקע געווען עטליכע רבנים וואס זענען געקומען שפעט און די גאנצע צייט געזיצן שווייגענדיג, אריינקלאצענדיג אינעם טיש אריין. אבער זיי האבן איר נישט אויסגעזעהן באדייטיק...

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 4:24 pm

· #260820
כ'מיין וואס איז די חידוש דא? אז רבנים/עסקנים/וואטעווער האבען אויך נישט פיינט דאס וואס יעדער האט ליב?

יואליש » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:44 pm

· #260988
א קאר סערוויס דרייווער, נישט משלנו, האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו מיר אז ער באווינדערט וויאזוי אונזערע קינדער רעדן צו עלטערן מיט ליבשאפט, דרך ארץ און רעספעקט. אויף מיין פראגע אז ער פארשטייט דאך נישט קיין אידיש, האט ער געזאגט אז ער זעהט די אויג-קאנטעקט, די קערפער שפראך און די טאן פונעם אויסטויש צווישן מיינע קינדער און מיר.

מיר האבן געהאלטן היבש ווייט פון אונזער דעסטינאציע (די טראפיק וואס די מוסדות באסעס מאכן אן ביי לי און וואלעבאוט איז אומגעהויער) האב איך ווייטער געצויגן די שמועס פאר נייגער.

"צו האסטו קיינמאל נישט קיין אידישע פאסאנזשירן ווי די קינדער און די מאמע זענען אין אן אנגעצויגענע רעלעשאנשיפ?"

"געוויס יא."

"צו האסטו דען נישט קיין נישט-אידישע פאסאנזשירן וועלכע פארטראגן זיך ליבליך מיט די עלטערן?"

"זיכער יא."

"אויב איז פארהאן פון אלע סארטן איבעראל דאן פארוואס באווינדערטסטו דייקא וויאזוי אונזערע קינדער פירן זיך אויף?"

"ווייל דו ביסט יעצט מיין קליענט און כ'האב געזיכט צו מאכן א פאזיטיווע שיינע שמועס." האט ער זיך געוויצעלט מיט א שמייכעל.

מאטי » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:47 pm

· #260993
ווען איך קען ווען וואוינען אין א היימישע קאמיוניטי מיט די זעלבע רעכטן וואס א גוי האט אין א היימישע קאמיוניטי וואלט איך אויך געוואלט דא וואוינען.

הקטן » זונטאג מערץ 29, 2015 6:46 pm

· #262598
אינטערעסאנטע קליפ\
אסך קוואטס פין אינדרויסענדיגע וועגן כלל ישראל
האט מיך געברענגט צו טרערן.