☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » חידוש בעולם התורה 'בנין שלמה' נדפס ע''י חבורה ב'אייוועלט

חידוש בעולם התורה 'בנין שלמה' נדפס ע''י חבורה ב'אייוועלט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8405

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 10, 2015 4:25 pm

· #257774
חידוש בעולם התורה 'בנין שלמה' נדפס ע''י חבורה ב'אייוועלט
א חידוש אין די עולם הספרים האט פאסירט אין די טעג ווען א גרופע אייוועלט אידן האבן געלאזט אויפזעצן א אלטע כתב יד פון א צדיק
און אפגעדריקט '82' זייטן פינעם חיבור בנין שלמה, עס איז א 'דורכברוך' בעולם הספרים

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=91652">http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=91652</a>

פלאוויוס » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:34 pm

· #257797
א הערליכער געדאנק! אפשר קענען מיר טון דאס זעלבע מיט ספרים וואס געהערן צו חכמת ישראל? אדער איבערזעצן געוויסע קלאסיקער אויף אידיש?

כוכב » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:43 pm

· #257804
קאדוס פאר אייוועלט!
דאס ווייזט ווידעראמאל דער כח פון דער ווירטואלער סאציאלער חרדישער געזעלשאפט וואס איז א פארלייקנטע עקזיסטענץ אינערהאלב דעם חרדישן לאגער

אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:36 am

· #257895
ס'קומט זיי טאקע קרעדיט. א מורא'דיגע ארבעט. כל הכבוד!

יאיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:39 am

· #257896
יא, טאקע א שיינע זאך. ווער האט געמאכט די מבוא?

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:03 am

· #259744
עס איז טאקע א געוואלדיגע אויפטוה
אבער איין זאך מען קען נישט ארויס שרייבן דער ריכטיגע נעמען פין דער מוציאי לאור

אין אסאך מענטשן האבן דאס נישט ליב ........ ואכמ''ל