☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8393

אשכול אן א טיטל #8393

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8393

— » פרייטאג מערץ 6, 2015 5:34 pm

· #257318

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 22, 2015 11:34 pm

· #260617
געלויבט איז שלמה פערל פארן צוריקנעמען די לייצעס..

Big Boy » מאנטאג מערץ 23, 2015 7:43 am

· #260671
Why on this one hisachdes posted a iser and on "the intern" they didn't?

גנדי » מאנטאג מערץ 23, 2015 2:48 pm

· #260797
אינטערסאנט. נישט געוואוסט זיי האבן זיך גערופן אויך דעמאלטס SPAF

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:40 pm

· #261074
@אסף המזכיר ביטע פארמעק דעם אשכול כדי צו געפעלן דעם ברייטן ציבור.

positive.yid » מיטוואך מערץ 25, 2015 4:53 pm

· #261733
טיקעט דעטאלן???

positive.yid » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:05 pm

· #261736
תודה

זמנים?

נתן מנחם » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:37 pm

· #261746
בעצם איך פגר צו גיין. אבער איך שעהם זיך צו זיצען צעווישען צוויי 9 יעריגע כתה ה קינדער און לאכען צוזאמען מיט זיי אויף יחצאל/שלוימעלע'ס דזשאוקס. אדער וויינען ביי די שרעקדיגע צענעס. איך וואלט מציע געווען אז מען זאל עס קענען וואטשען לייוו (פאר אן אפצאל) פאר אלע גרויסע טאטעס. איין זאך קען איך אייך גארענטירען: עס וועט זיין מער וואטשערס ווי פרעזידענט אבאמא'ס סטעיט אף די יוניאן.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 2:13 pm

· #264339
מיין זוהן קאלט מיך אז די שפיל האט זיך נאך אלץ נישט אנגעהויבן, נישטא קיין עירקאנדישען,

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 6, 2015 3:48 pm

· #264351
📎 image.jpg

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 6, 2015 3:50 pm

· #264354
📎 image.jpg

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 6, 2015 3:57 pm

· #264356
📎 image.jpg

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:19 pm

· #264359
אזעלכע שיינע אויסגעביגעלטע ג'שטרייפטע, עפעס שטימט נישט

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:19 pm

· #264360
כ'מיין ס'איז די פארקערטע וועג

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:21 pm

· #264361
אויך די גרויסע בייכער איז א סתירה צים אמת

קאווע זיי מסביר

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:33 pm

· #264367
די שטרייפן זענען געווען אויף די ברייט, נישט אין די לענג.

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 4:52 pm

· #264373
די שטרייפן זענען טאקע קלאר א טעות, נאר מען קען נישט טרעפן פידיאמעס די אוישוויץ וועיג.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 7:35 pm

· #264401
איינער קען איבערגעבן א באריכט? איז עס צום זאך?

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 9:47 pm

· #264433
א חוצפה.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:05 pm

· #264438
למעשה הער איך עס איז אין פולן קראפט, הערליך שיין. גאר שפאנענד.

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:55 pm

· #264470
אלע זאגן טאקע די שפיל איז שיין, אבל קומט נישט צו צי א אינטערן שפיל.
ועוד די שפיל קאסט פיל מער ווי א אינטערן שפיל, אן קיין פארוואס, נאר פארשידענע אויסריידן,

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:57 pm

· #264472
אונטערן האט איין בעל הבית, ווארשע צוויי. ס'דארף זיין גענוג מצה און בארשט פאר ביידע.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 7, 2015 12:02 am

· #264473
C/P. אזוי ווי איך בין מיך נהוג נאך יעדע שפיל דאס צו רעיטין איז יעצט געקומען די רייע אויף ווארשע... איז לאמיר גיין שטאפל ווייז....

די הכנות צום פלעי. ⭐
בלויז איין סטאר, קודם זענען די פרייזן געווען הימל שרייענדיג הויך אזש אז איך האב באצאלט איבער פיר הונדרט דאלער פאר מיין משפחה. אבער וואס האט מיר נאך מער פארדראסן איז די פאקט אז יעדן צוןייטען וועם איך האב געטראפן ביים פלעי האט געזאגט אז ער האט באקומען פאר בחינם אן איינטריט קארטעל... נו פארדעם בעט מען אזאליכע געפעפערטע געשוואלנע פרייזן? צו קענען טיילן לכל דכפין פרייע טיקעטס? און צו קענען האלטן א דריטל פונעם זאל ליידיג? און א זייטיגע דיסאפוטנמענט האבן זיי נישט צוגעשטעלט קיין באסעס פון מיין שטעטלע מאנסי אין איך האב אליינס געמוזט ארויסדרייווען.
און בכלל איז די בילדאופ צום פלעי געווען זייער נישט עקסייטינג... מיינע קינדער זענען געווען דיסאפונטעט מיט זייער האטליין וואס אויסער א פאר בחורים רעדט נישט דארט קיינער... זייער ווידיאו פראומא'ס זענען געווען זייער נישט צו דער זאך... זייער טווטער בכלל נישט אינטערסאנט און איפארמאטיוו... יעדען טאג איז ארויסגעקומען אנדערע קאנפליטינג באריכטן פון זיי... און צוגאב האט זיך דער שפיל אנגעפאנגן מיט א שעה שפעטער ווי גערשיבן דאס איז א געפערליכע געמיינקייט פון זיי צו לאזן מענטשען ווארטן אזוי לאנג און זייער נישט פרפעשינאל...

קאסטיומס ⭐⭐⭐
זייער שיין און צוגעפאסט די מעשה. (דאכצעך אז זיי האבן גענוצט די זעלבע פרוי וועם אונטערן האט אריינגעברענגט) אגב האט אבער אויסגעקוקט ווי די עקטיארן שפירן עפעס נישט קאמפטערבאל מיט זייער קאסטים (אפשר די סייזעס זענען נישט גוט געווען )

מעשה⭐⭐
זייער געמישטע געפילן ווי אזוי צו רעיטען די מעשה... טאקע געווען 'צווייטע וועלט מלחמה' אבער לדעתי אז מנעמט אזא האקלע נושא וואלט עס געדארפט זיין מער איבער געשיכטעס וואס אונזערע עלטערין האבן מיט געמאכט... און נישט עפעס ארויסגעזויגן פון פינגער. און האבענדיג דערביי פאקטן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט'ן מציאות... ווארשע אידן זענען נישט אנגעקומען קיין אויסשוויץ וכו'. ווי אויך איז די מעשה נישט געווען זייער ציענד עס איז עפעס נישט געפארן מ'האט זיך נישט געהאלטן די אטעם, ס'איז נישט געווען די דראמא און סוספענס, סופרייז פאקטאר, עס איז געווען געפערליך באורררררראינג און אויסגעצויגן דער עולם האט געפילט ווי מ'שלעפט די צייט אין די וועלט אריין... פון די אנדערע זייט איז עס אבער געווען זייער עמאצינאל אבער עמאשאן אליינס איז נישט גענוג... (להערה בעלמא) איז די שפיל געווען מיט א גוטע שעה קערצער פון די אונטערן פלעיס...

פראפס ⭐⭐⭐
הערליכע שיינע פארפס די באן, די באראקן, די ארבעט מאכט פריי, די באב ווייערס, די וואך טורעם וכו' הערליך שיין, נו דעמאלטס פארוואס געב איך עס נאר דריי סטאר'ס ווייל זיי האבן געהויבן די עקספיטעשאן אז עס קומט עפעס אזוינס און אזעלעכס וואס די וועלט האט נישט געזעהן אבער לענית דעתי האט אונטערן בילד געהאט אסאך אסאך מער פראפס גרעסערע און שענערע וואס האט באצויבערט יעדעם... כ'האב ערווארטערט זיי זאלן עס ביטן אדער עטליסט די זעלבע אבער נאופ זייער ווייט פון עפעס דראסטיש.

עקטארס
באמת וואלט איך געדארפט רעיטען יעדעם איינעם עקסטאר אבער 'אי אפשר לפרטם כי רבים הם' דעריבער וועל איך נאר געבן מיין אנאליז אויפן שפיץ גאפל. שטייטצעך אז דער שלמה פערל איז געווען די מעין עקטאר אויפן סטעידזש ער האט זייער איבערגענומען דעם עולם... שלמה פערל באקומט ⭐⭐⭐⭐⭐ יא פינף סטארס! ארי אבראמוויטש האט לדעתי גארנישט עקסטאר פארקויפט קען זיין דאס איז געווען זיין פארט דער עולם האט עפעס נישט קאנעקטאט דערצו און איז געווען אזוי בארדינג און אויסגעצויגן ווי ביי די אונטערן פלעי'ס. עס איז געווען צוויי דריי גאנץ כמעשה'דיגע קינדער. פיני פריד איז ווי אלעמאל געווען גוט, אבער לדעתי האט ער באקומען צו א קליינע פארט. האלצמאן איז געווען אלרייט. די אלע איבריגע עקטארס זענען געווען מענטשען וועם זושא שמעלצער וואלט גענוצט... קיינער האט גארנישט מחדש געווען ממש גארנישט. איך וואונדער מיך אז דער אזויגערופנער מייסטער ווי שלמה פערל האט נישט געקענט צאמקראצן בעסערע אקטיארן...

קאמעדי קיין איין סטאר

דא ברויך מען זיך אפשטעלן און דאס האט מיר עכט ארויס גענומען פון די גלייזן... יעדע אידישע פלעי אין היסטאריע האט קאמעדי פארנומען א שיינע ראלע, די קינדער קוקן דאך אזוי ארויס אויף דעם! און דא ביי ווארשע גארנישט? זירוא קאמעדי... עפעס א בחור'ל שטעלט זיך אויף זאגן אפאר נארישע קארני וויצן און מען איז יוצא? מיר מיינע קינדער זענען געווען אזוי דיסאפונטעט.( אזוי ווי די ווערטל לויטערט דראמא האבן מיר גענוג אינדערהיים אז מ'גייט ארויס ווילן מיר א שמייכעל...)

און וואדע פאדערט זיך א מחאה אויף די געוואלדיגע עוולה פון אנהייבן דעם שפיל מיט א סוואסטיקע אויפן וואנט! א סוואסטיקע איז פון אלאמאל געווען א זאך פון וואס אידן און להבדיל גוים האבן זיך אפגעהאלטן פון נוצן און דאס איז זיכער נישט פאסיג אנצוהייבן א שפיל דערמיט און דאס איבערווייזן צווישן יעדע צענע! כ'האב גראדע הנאה געהאט ווי די אינגע קינדער האבן מוחה געווען און געשריגן ווען זיי האבן דאס געזעהן! ובזה יצאתי ידי חובתי למחות...

וכו' וכו' ⭐⭐
אין זאל איז געווען שטרעבליך הייס יעדער ארום מיר איז ממש אויסגעגאנגען פון היץ( אפשר צוליב דעם האט מען געטיילט די טישו'ס... )
צווישן איין צענע אין צוויטען איז די פירהאנג געפאלן און גענומען אפאר מינוט אזאך וואס איז נישט פראפעשנאל מער, קיינער טוט עס נישט מער, מענטשען האבן נישט קיין געדולד! די פראדוקשען האט אויסגעקוקט זייער נישט פראפעשנאל א שיף אן א רידער...
די זינגען איז געווען pre recoeded וואס דאס איז געווען זייער אויפאלנד... און בעבי'ש. שוין אפגערעדט אז די ריקארדינג זעלבסט האט עפעס נישט געקלאפט.

צו מאכן א סך הכל... יא כ'שפיר מיך אפגע'נער'ט! נישט פארדעם האב איך באצאלט די געשוואלנע פרייזן! געווענדליך נאך א פלעי קייען מיינע בנים איבער און איבער די שפיל אבער ווארשע גלייב איך נישט אז זיי וועלן דאס אפילו וועלן געדענקן...

שלמה פערל און ארי' פרענקל האבן זיך זעלבסט גקרוינט אלץ דער מייסטער און קעניג פון אידשע שפילן( קען זיין זענען אמאל געווען) זאל זיי נאר איינער גיין זאגן אז זייער שטערן איז שוין אונטעגעגאנגען כ'האב א פילינג אז דאס איז זייער לעצטע פלעי... נישט די דיירעקשאן חלק פון שלמה פערל און נישט די טעקניקאל

zurich » דינסטאג אפריל 7, 2015 3:34 am

· #264516
ארי אבראמאוויטש * שלמה פערל די ערשטע סין ***** איבעריגע *

סאו וואט » דינסטאג אפריל 7, 2015 5:29 pm

· #264611
קוקט אויס ווי דער קאקורענץ גאנצע שטאב האט מיטגעהאלטן, און יעדע דארף אראפמאלען דער פלעי ווי מער שווארצער.

אשר על כן א סוד, דער פראפעשענעל וועג ווי אזוי מ'מאכט אקאונטעאטאקע איז, ווען מ'לייגט אריין דא דארט עפעס א גוט ווארט אויך.

העמיר ווארטען ביז דער עולם גולם המון עם עמך יודען וועט אפ געבען זייער באריכט.

קלערק » דינסטאג אפריל 7, 2015 6:08 pm

· #264624
נאכן זיצן אין פארברענגן די טאג ביים שפיל א פינסטערע נאכט אין ווארשע, דאס איז מיין אנאליז.


מעשה:
פון איין זייט איז די מעשה געווען זייער באלערנט פאר די אינגערע דור וועלכע האט שוין נישט זוכה געווען צו קענען אידן מיט די בלויע נאמבערס אויף זייער האנט. עס איז געווען זייער א באלענרטע מעשה פאר יענע דור, און זייער וויכטיג אויפצושפילן.

די מעשה איז געווארן אראפגעלייגט זייער דראמאטיש און טייל מאהל הארצרייסענד. צוטיילן די קינדער פון די עלטערן, זיך געזעגענען פונעם בית המדרש, נישט אויפגעבן די אמונה וכו איז געווען זייער שפאנענט און הארציג.

אבער פון די אנדערע זייט, זייער אסאך שטיקלעך זענען געווען זייער פארנעפלט און נישט פארענטפערט געווארן. למשל:
ווי אזוי האט טוביה איבערגעלעבט די שיסעריי אין לאגער? מהאט דאך אים שוין ארויסגעטראגן מיט א וועגעלע?
פארוואס טאקע איז יוסי נעלם געווארן פאר צוויי טעג און נישט צוריקגעקומען צום בונקער?
וואס איז געווארן מיטן גוי'ס קינד?
ווי אזוי איז האט א איד געהאט א רעוואלווער אין לאגער און זיך נאך ארויסגעכאפט א גאנצע גרופע אידן?
פארוואס איז יוסי געקומען אנגעטוהן מיט גלחישע קליידער אויב ער איז געווען אין א קינדער לאגער?


חוץ פון דעם וואס די מעשה קען נישט שטימען מיט די מציאות.
ווי אזוי האט דוד זיך אריינגעשווערצט און ארויסגעשווערצט פונעם ארבייטס לאגער ביים זיכן זיין טאטע?
ווי אזוי האט א דייטש געקענט אנרירן די צוים ווען יעדער ווייסט אז עס עלעקטעראניש אז ווער עס כאפט עס אן ווערט געהרגט אויפן פלאץ?
זייט ווען האבן די קאפוס געהאט אזא כוח?
גיין פון לאזדש ביזן פארטן איז ארום 350 קילאמעטער. און דער וועלוול הייסט זיי לויפן שנעל אהין ווייל די שיף פארט שוין באלד?
ווי אזוי האט יענע אינגל'ס ביידע עלטערן געווארן געשאסן פאר זיינע אויגן און זיין טאטע געשיקט געווארן קיין אוישוויץ?
די אידן אין ווארשע זענען געהאלטן געווארן אינעם געטאו מיט די גאנצע משפחה ביזן שיקן קיין אוישוויץ, נישט אין אן ארבייטס לאגער.
זייט ווען איז מענגעלע ימש געווען אליינס א וועכטער?
נישט אמעריקא האט באפרייט יענע חלק פון פוילן, רוסלאנד האט.

פראפס.
פראפס זענען געווען אייזן! אודאי איז געווען קליינע פלאפס, ווי למשל אז די באן איז נישט געהעריג אריינגעקומען היינט, אבער די שפיל פראפס חוץ פון דעם איז געווען אויסטערליש שיין. די ספר תורה, די לאגער, וכו וכו פון די קליידער איז אפגערעדט אז עס איז געווען מעכטיג מיט אלע פיטשעווקעס( חוץ פון איין טעות, קיין איין עס עס אפיציר האט נישט געהאט קיין פאליציי אויפשריפט אויף זיין ריקן).


די עקטערס.
פרענקל, אינדיג( רב), פערל, אבראמאוויטש, פיני פריד, מאשקאוויטש( דוד) זענען געווען אייזן גוט, אראפגעלייגט א שפיל לעילא ולעילא. חיים שווארץ וואלט געמעגט באקומען אסאך בעסערע חלק( ווי למשל מענגעלע ), באמת א שאד צו לאזן אזא געלונגענע שפילער מיט אזא נערישע ראלע. דער הויפט דייטש איז נישט געווען גענוג ארגענעל שטרענג. מזעהט עס איז געמאכט.

די אלע אנדערע שפילער זענען געווען איינער בעסער און איינער שוואכער.


די שפיל אליינס.
די ערקאנדישן איז געווען א חורבן, אפילו היינט געווען ביטערלעך הייס.
עס איז געקומען די צייט אז ווען משלאגט זאל מען באמת שלאגן, עס איז זייער נעריש די כמו געשלאגן.
די טוישן צווישן די בונקער און גאס איז געווען נישט בסדר, מוואלט געקענט מאכן א ספליט סקרין.
די מייק סיסטעם האט פיין געארבעט.
קליינע מינדערוויכטיגע פלאפס, א מייק נישט געארבעט וכו דאס הרגט נישט קיין שפיל.

די חורבן אין מיינע אויגן, אז נאכן פארברענגען אגאנצן טאג דארט, אויפן וועג אהיים האט מען געפרעגט צו עס האט זיך געלוינט די געלט, קיינער האט נישט געזאגט בפה מלא אז יא. דאס איז א חורבן פאר זיי.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 7, 2015 8:33 pm

· #264646
קלערק
עס איז געקומען די צייט אז ווען משלאגט זאל מען באמת שלאגן, עס איז זייער נעריש די כמו געשלאגן

וואלסט מסכים געווען צו זיין דער געשמיסענער און מקבל זיין באהבה די שמוץ?

קלערק » דינסטאג אפריל 7, 2015 9:16 pm

· #264649
קודם כל זיי באקומען באצאלט.
שנית, עס איז דא היינט פאטענטן דערפאר, אריינספרעין פאום אז עס איז זאל נישט אזוי ווייטוהן. וכו'

קאסטנער » דינסטאג אפריל 7, 2015 10:21 pm

· #264695
מקען קיין טענה נישט האבן אויב סאיז געווען צי ווייניג קאמעדיע, אין זיי אינטערוויא א שטיק צייט צוריק אינעם מאמענט האט ר' שלמה פערל שטארק ארויס געברענגט ווי ווייט ער איז אקעגן די וויצן אויף פלעיס, ווען איר קויפט א טיקעט צי זיינס א פלעי זאלט איר קלאר וויסן אז וויצן איז נישט אויף זיין אזשענדע אין עס איז נישט אזאך וואס ער פלאנט צי טוישן, עס איז בשיטה

פלעין יודיש » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 9:59 am

· #265069
📎 1.jpg

קאסטנער » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 10:50 am

· #265080
געמאסטן אקעגן די אינטערן פלעיס איז עס גארנישט

קינד_אן_קייט » מיטוואך אפריל 15, 2015 10:09 pm

· #266490
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4773">viewtopic.php?f=4&t=4773</a><!-- l -->