היכי דמימזל טוב פאר דעם 53 יעריגע ארטיסט מיילעך קאהן לרגל זיין שידוך שליסן.
מיילעך איז מיר א נאנטע פריינד פאר יאהרן, ער איז א איד מלא-חן, כ׳זאג אים אלץ אז די אהבת ישראל וואלט געזאגט אז אויף אזעליכע אידן ווי דיר שטייט די וועלט. געווארן א חתן ביי די 53, די וועלט זאגט דאך אז “א קלוגער מענטש באנערישט זיך אויך אמאל...” און ווי דער מלך הבדחנים רבי חיים מענדל מערמעלשטיין ז”ל פלעגט זאגן “וואס איז די חילוק פון א חתונה און א לוי׳? ביי א לוי׳ באגראבט מען איין מענטש, ביי א חתונה באגראבט מען צוויי...” און ווי להבדיל די גרויסע רבי און פילאספער ארטור שאפענהאוער שרייבט:
"Marrying means to halve one's rights and double one’s duties ”
מיט דעם אלעמען פארשטיי איך פארוואס רוב מענטשען ווילן יא חתונה האבן, און איך בין מודה אז חתונה האבן איז די סדר העולם. געוויסע מענטשען וואס איך קען זענען חתונה געהאט פאר יאהרן לאנג און זענען גליקליך און צופרידן (א שטייגער ווי מיינע עלטערן זז”ג) און זיי וואלטן נישט געקענט לעבן איין מינוט אליינס אלץ סינגל. אבער פאר מיר ארבעט עס נישט, איך וויל זיין אליינס, אפשר בין איך טאקע נישט קיין Marriage מאטריאל.
בד”וו, מיילעך קאהן׳ס פאטער האט לכתחילה געוואוינט אין ארץ ישראל און געוועהן א חסיד פון רבי חיים מאירל, שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקע און געדזשוינט סאטמאר און קנאות. זיינע קינדער האבן מיר געזאגט אז ער פלעגט אלץ רעדן זייער ווארעם וועגן די אמרי חיים, און ער האט זיך זייער גוט אויסגעקענט מיט די נוסח און נגינה פון וויזניץ ספעציעל פון די ימים נוראים.