☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס איז דער פלאן אויף פסח?

וואס איז דער פלאן אויף פסח?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8389

כוכב » פרייטאג מערץ 6, 2015 11:47 am

· #257273
וואס איז דער פלאן אויף פסח?
עס איז שלשים יום קודם החג און מ'דארף זיך ארויפשארצן די ארבל.
מיין מחשבה תחילה איז צו דרוקן א פול פלעזש מאגאזין מיט רייכע ארטיקלען און קאלומס, וואס זאל ערשיינען אויף שבת הגדול. איך בין גרייט צו צושטעלן די חומר, רעדאגירן וכו', מיין פראבלעם איז נאר מיט די גראפיקס. אויב איינער נעמט זיך אונטער די גראפיקס דעמאלט יאלא.
אז נישט גייט מען צוריק צו די אראומע פארמולע.
וואס זאגט דער עולם?
דער פלאן פון הערשי איז ביי מיר מופרך לגמרי, ס'איז ווי עמיצער זאל טענהן אז א נארישקייט פון עפל אז יעדער דארף זיך שלעפן מיט א טעלעפאן אין טאש, א מער אפעקטיווע וועג איז צו שטעלן א פאבליק טעלעפאן יעדע עטליכע גאסן און פטור אן עסק.
דער נאמען /ברענד פונעם קאמפיין ליגט שוין ביי די מערכת און וועט געמאלדן ווערן נאך א באשלוס אויף סטראטעגיע.

כוכב » פרייטאג מערץ 6, 2015 12:13 pm

· #257275
הערשי
איך טו גראטולירן @כוכב און אלע חשובע שרייבער וועלכע האבן בייגעשטייערט צו אראמע. באמת דאס הארץ קוואלט מיר צו זען קאווע שטיבל שפרודלן מיט אידיש ליטעראטור. פאר איך גיב דעם איינדרוק ווי אן אלטער פוילישער יידישיסט באזוכנדיג דאס ערשטע מאל וויליאמסבורג, וויל איך קלארשטעלן אז בתוך עמי אנכי יושב. דאך, איך האב הנאה, און איך זאג עס. ליידער האב איך זעלבסט נישט געקענט צוגעבן עפעס נופך, ווייל איך האב אקורשט געשריבן סאפיע, און כ'האב געשפירט א חוב צו דערהיינטיגן דאס שטיבל איבער דעם אנגיינדיגן מגיפה. אזוי אז ס'איז מיר נישט פארבליבן קיין צייט אויף עפעס זאכליך.

איך בין אבער נישט געקומען דא סתם שלוקצען. איך האב א פארשלאג. פארוואס זאלן מיר אלע נישט עפעס לייזן פון אונזער ווערק? די קאליבער פון די ארטיקלען דא (מיט לייכטע דעריגירונג) איז נאך אויף אזוינע שטאפלן ווי די אנדערע סחורה אויפן מארק, אויב נישט בעסער (אודאי בעסער!). טא, לאמיר אפדרוקן דאס אלעס אויף גלאנציג פאפיר, צופאסן שיינע בילדער, צוציענדע גראפיקס, און היידא, א מאגאזין.

שטייצעך אויף דעם יו"ט איז דער באן שוין אפגעפארן. ס'איז אבער קיינמאל צו פרי צו פלאנען אויף פסח. אט איז מיין פלאן.

א) מען פארעמט א קאמיטע פון דריי הדיוטים גבאים.
ב) גבאים זענען פאראנטווארליך אויף אלעס, אריינגערעכנט, הגהות והערות, דאס דרוקן, דאס פארשפרייטן, רעקלאמעס, און דאס געלט.
ג) קאמיטע באשטימט א דעדליין, למשל ר"ח ניסן.
ד) יעדער מעג שרייבן.
ה) ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אויפן געוועב פאר פסח וועלן ארויספאלן.
ו) נאך פסח וועלן די שרייבער ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען אויפן שטיבל.
ז) די הכנסה אראפגערעכנט די הוצאות איז דער ריווח.
ח) גבאים באקומען 20% רווחים.
ט) דער עולם טיילט לייקס פאר די שרייבער ביז ר"ח אייר.
י) אכציג פראצענט פארדינסטן ווערט פארטיילט פאר די שרייבער לויט די פראצענט לייקס.
יא) די גבאים באשטימען ווער ס'האט א זכות צו לייקן.
יב) די גבאים טיילן אויס מוציאס פאר די שרייבער, אויף וועלכן אופן ער וויל. דירעקט, דורך א חבר, אדער דורך א דעד-דראפ.
יג) און דאס וויכטיגסטע, מ'וויילט פאר א פאסיג נאמען ביז חנוכה (מיין הצעה איז שטערנבוך, על שם סטאר-בוקס קאווע, על שם דער שטערן, על שם @כוכב, על שם בוך, ועל שם דבר אחר).

וואס זאגט איר צו מיין עצה? מ'קען מרים זיין קרן השטיבל און נישט דערלייגן. אפשר וועט מען נאך אריינכאפן אן איסור אויך און די סעילס וועלן שטייגן.

פליקער » פרייטאג מערץ 6, 2015 12:26 pm

· #257279
מען ברויך נעמען ארטיקלען וואס איז שוין פארהאן, און נעמען מאכן א קאווע בלעטער מיטן עורך הקאווע @פישעלע הערינג אויב ער איז גרייט, אולי וועט מען קענען צולייגען עטליכע נייע און משך פון די נעקסטע פאר וואכן, אבער פון די אלטע נישט פארגעסן

לעיקוואד » פרייטאג מערץ 6, 2015 1:19 pm

· #257286
וואס איז די פראבלעם פון הערשיס אידייע לא הבנתי, אויף וועלכער פונקט דינגט איר זיך.

כוכב » פרייטאג מערץ 6, 2015 2:24 pm

· #257294
אויף דרוקן אין א מאגאזין פארמאט, מיט געהעריגע דיסטריביושען, און פארלאנגען געלט און באצאלן פאר די שרייבער וכו'.

יאיר » פרייטאג מערץ 6, 2015 2:39 pm

· #257295
דער פלאן פון הערשי איז גראדע גאר א גוטער. מען דארף נאר האבן די מענטשן וואס זענען גרייט צו אינוועסטירן צייט געלט און כח אין אזא פראיעקט, וואס איך גלייב נישט אז עס איז דא.

כוכב » פרייטאג מערץ 6, 2015 4:12 pm

· #257312
וואס פעלט אויס זיך אריינצולאזן אין אזא קאמפליצירטע פראיעקט, און גיין קאמפעטיציע מיט דעם מאמענט און טריביון מיט דעם אלטמאדישן פארמאט פון א מאגאזין פאר געלט. הזאת קאווע שטיבל? מיר זענען דא צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ אונזערע סערוויסעס זענען אומזיסט און עפישענט. א ווירטואלן מאגאזין מיט אן אומזיסטע דאונלאוד איז אונזער ציל.
אין אנדערע נייעס, גוגל אפפערט ביפער סערוויס פאר 19.99$א חודש.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 6, 2015 5:41 pm

· #257319
פון א ביזנעס פרעספעקטיוו וועט מען נישט לייזן קיין גרינע פיאסטער נאר חובות.

כוכב » פרייטאג מערץ 6, 2015 5:45 pm

· #257320
רעקלאמען?!...
נישטא ווער זאל לאכן. א באנדע אנאנימע אנטי עסטאבלישמענט בונדיסטן זאלן גיין זאמלען רעקלאמען.

כוכב » מוצ"ש מערץ 7, 2015 10:32 pm

· #257340
תכלית גערעדט, איז דא נאך איינער אויסער פישלע מיט רויטע וואנצעס וואס קענען צולייגן א פלייצע מיט עימוד און גראפיקס?

פישלע העררינג » מוצ"ש מערץ 7, 2015 11:23 pm

· #257349
כוכב
תכלית גערעדט, איז דא נאך איינער אויסער פישלע מיט רויטע וואנצעס וואס קענען צולייגן א פלייצע מיט עימוד און גראפיקס?

פישלע ארבעט שווער פאר פסח, און ער וועט נישט קענען טוהן אויסשטעל דעס יאר. מער אין אישי.

לעיקוואד » מוצ"ש מערץ 7, 2015 11:25 pm

· #257351
רון אפשר טוהט מען גארנישט?

יאיר » זונטאג מערץ 8, 2015 12:21 am

· #257356
איך הער דיינע ארגומענטן, כוכב.

יאיר » זונטאג מערץ 8, 2015 12:22 am

· #257357
לעיקוואד
רון אפשר טוהט מען גארנישט?

נו, טו נישט. נאר קענסט עס טון אליין. דארפסט נישט אנגאזשירן אנדערע.

אפשר » מאנטאג מערץ 9, 2015 10:00 am

· #257588
איך בין גרייט צו העלפן מיט רעדאגירן און איבערקוקן ספעלינג וכדו'

(איך האף אז מיין תגובה איז גוט געספעלט)

כוכב » דינסטאג מערץ 10, 2015 12:32 pm

· #257743
דער פלאן פאר א פסח קאווע שטיבל מאגאזין איז תלוי ועומד און ווענדט זיך צי עמיצער נעמט אויף זיך די גראפיקס און עימוד. דאס איז מיין לעצטער רוף, איז דא עמיצער וואס קען צולייגן א פלייצע אין דעם הינזיכט?
אויב האט איר סיי וואס פאר א עקספערטיז אין גראפיקס אדער לעיאוט ביטע רופט אייך אן.
א דאנק
@רויטע וואנצעס

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 10, 2015 4:50 pm

· #257783
יואשש, מ'גייט מיר יעצט בלעימען.... שרעקליך ביזי אריינלייגן קיטשענס מיט מיין באס פישעלע, דער לאזט נישט לעבן...

איך קען העלפן דא און דארט אויב איז דא א ערענסטע שותף.

כוכב » פרייטאג אפריל 3, 2015 8:09 am

· #264029
הפעם אודה את ה', וכו'.

מה הוא » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:31 am

· #265602
אומגלויבליך אז מיין קליינע יא האט אלעס געטוישט
😳 איך שעםיך 😳

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:44 am

· #265604
רש"י בפרשתינו, למה אתה בוש, לכך נבחרת וכו'.