☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א חידוש אין די מגילה

א חידוש אין די מגילה

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8388

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 5, 2015 12:32 pm

· #257231
א חידוש אין די מגילה
דאס יאר ביי די מגילה איז מיר איינגעפאלן א באמבע פון א חידוש, און ווי די רבי פלעגט זאגן: איך מיין אז ס'איז אמת אויך! גלייבט'ס מיר אויפן ווארט איר וועט א גאנץ פורים אזא אמת ווארט נישט הערן!

מיר אלע ווייסן אז מרדכי האט אנגעזאגט אסתר'ן מיטן לעבן נישט צו פארציילן פאר אחשורוש 'את עמה ואת מולדתה'. שטעלט זיך די שאלה: מדוע? פארוואס פאר א גוט יאר האט ער איר נישט געלאזט פארציילן איבער איר אפשטאם?

חז"ל זאגן ווייל ער האט נישט געוואלט אז אחשורוש זיך זיך דערוויסן אז זי איז אן אייניקעל פון שאול המלך, ווייל דאן וועט ער זיך צו כאפן צו איר ווי צו הייסע האלעפטשעס.

דאס איז אבער ביטער שווער; ערשטענס, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס אז זי האט געהאט א זיידע שאול המלך, וואס איז געווען א מלך אין ארץ ישראל צוויי הונדערט יאר פאר דעם, וועט עפעס אויסמאכן. איך שטעל מיך פאר אז שאול האט שוין דעמאלטס געהאט דאפעלט אייניקלעך ווי רעב אלימלך זי"ע האט היינט, און עס איז מן הסתם נישט געווען קיין גרויסע מציאה צו זיין אן אייניקעל פון קעניג שאול בימים ההם. ועוד והוא העיקר פארוואס האט ער איר נישט געלאזט פארציילן 'את עמה' ווער איר פאלק איז? מילא 'בית אביה', אבער דאס אז זי איז א איד איז דאך נישט קיין מעלה.

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט פונקט פארקערט. מרדכי האט געדרייט א קאשע דארט אין שושן ער איז געווען א גרויסער פאליטישאן בבחינת נידערמאן און מענצער, כסדר געזעצען בשער המלך און זיך געאמפערט מיטן המן'ן, און מיט א כאראקטער פון א שטייפער פאליטישאן לא קם ולא זע ממנו אפילו ווען יעדער איז געפאלן צו זיין פיס.

ער האט געהאט גרויס חשק אז אסתר, זיין שטיף טאכטער, זאל ווערן מלכה און זיין איינפלוס זאל זיך דאפלען פילפאכיג. צוליב דער האט ער איר נישט געלאזט פארציילן, ווער איר פאלק איז. ער האט גוט געוויסט אז אויב וועט מען זיך דערוויסן אז אסתר איז איד, וועט מען איר גלייך אהיים שיקן און דאס האט ער נישט געוואלט!

לפי זה פארשטייט מען זייער גוט א מוראדיגע קשיא וואס איז שווער יעדען בר בי רב, דהיינו, פארוואס פאר א שווארץ יאר האט מרדכי פארציילט פאר אחשורוש בגתן ותרש זיין פלאן אים אפצורוימן פון וועג? אויב איז ער געווען אזוי באזארגט איבער אסתר איז זי מוז וואוינען מיט אחשורוש וואלט דאך דאס געווען די בעסטע געלעגנהייט איר אויסצולייזן פון איר גלות! נאכן אראפצורוימען אחשורוש קען דאך אסתר אהייםקומען צוריק צו מרדכי'ס שויס! א קלייניקייט זי וועט מער נישט דארפן פארברענגען קיין לאנגע נעכט מיט אחשורוש בריקודין של מצוה.

נאר וואס דען טאקע צוליב דעם האט ער מגלה געווען בגתן ותרש'ס אינטריגע ווייל ער האט געוואלט אסתר זאל בלייבן מלכה! אז מען וועט גוט קוקן אין די מגילה וועט מען זען אז דאס שטימט אייזן!

זאג איך איבער דעם ווארט פאר מיין שווער ירום הודו, טראכט ער א מינוט, און טוט א מאך מיט די הענט און געט א זאג: ס'קען נישט זיין! ס'קען נישט זיין אז מרדכי האט דאס געוואלט, און ער האט א שטארקע ראי פון ר' יידעלע זצ"ל, כידוע האט ר' יידעלע שטארק געוויינט ביי די מגילה ווען מען האט געליינט 'ותלקח אסתר אל המלך אחשורוש אל בית מלכותו" ובלשון חמי :מרדכי וואלט זעכע נישט געהאט א האנט אין א זאך אויף וואס ר' יידעלע האט פארגאסן אזויפיל טרערן!

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 5, 2015 12:55 pm

· #257232
להברה בעלמא איך מיין נישט צו זאגן אז מרדכי האט געהאט פערזענליכע נגיעות אין דעם אז אסתר זאל ווערן מלכה אלץ שתדלן און פארטרעטער פון כלל ישראל און אידישע אינטערעסן האט ער געוואלט האבן מער איינפלוס אין דיסיזשענס וואס ווערט דיסיידעדט אין קעניג'ס פאלאץ בנוגע זיינע ברודער.
און מן הסתם האט מרדכי געהאט אן אויסגעארבעטע בירור הלכה פארוואס מען מעג דאס טוען (סוף כל סוף די גאנצע היתר פון קרקע עולם דרשנ'ט מען דאך פון מגילת אסתר העט מען נעמען די קרקע עולם א טריט ווייטער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 5, 2015 2:19 pm

· #257240
בענדזשאמין: דער לייק איז נישט אזוי ווייט איבער דיין חידוש, נאר איבער דיין שווער'ס כאפ... 🙄 😂
בדוו.: האט נישט ר' יודעלע געהאט א גוטן חבר ר' מעכעלע...?...!

סאו וואט » זונטאג מערץ 8, 2015 4:28 pm

· #257439
בענדשעמין וואונדערבאר כדרכך.

אבער דיין חידוש איז מופרך מעיקרא, וויבאלד מ'קען זעהן דרייסט זיך נישט מיט קיין גוים.
ווער עס ארבעט נאר מיט גוים, נאכדערצו שחורים, ווייסט אז זיי האלטן אז דו חסידיק ווייבלעך זענען דו שענסטע,
און דערפאר האט מרדכי נישט געוואלט אסתר זאל אויסזאגען זי איז א יוד, ווייל דעמאלטס וואלט ער, איר זעכער גענומען...והבן.

פלאוויוס » מאנטאג מערץ 9, 2015 11:34 am

· #257595
איך מיין אז מרדכי האט מורא געהאט אז ווען אסתר וועט דארפן שתד'לען פאר אידן, זאלן נישט ארויסקומען מחאות אין אלע עקן פון דער פערסישער אימפעריע אז "זי רעדט נישט אין נאמען פון כלל ישראל!..." מיט'ן באהאלטן איר אידענטיטעט האט ער דאס באווארנט.

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 10:27 am

· #396659
זיך דערמאנט דערפון ביי די מגילה, און וואס א יאר גייט דורך בין איך מער איבערצייגט דערין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 12:51 pm

· #396664
בענדזשאמין פרענקלין
להברה בעלמא איך מיין נישט צו זאגן אז מרדכי האט געהאט פערזענליכע נגיעות אין דעם אז אסתר זאל ווערן מלכה אלץ שתדלן און פארטרעטער פון כלל ישראל און אידישע אינטערעסן האט ער געוואלט האבן מער איינפלוס אין דיסיזשענס וואס ווערט דיסיידעדט אין קעניג'ס פאלאץ בנוגע זיינע ברודער.
און מן הסתם האט מרדכי געהאט אן אויסגעארבעטע בירור הלכה פארוואס מען מעג דאס טוען (סוף כל סוף די גאנצע היתר פון קרקע עולם דרשנ'ט מען דאך פון מגילת אסתר העט מען נעמען די קרקע עולם א טריט ווייטער.

בענדזשאמין פרענקלין: אלס הויכגעשעצטער אינטעלעקטואל וועלכער באקומט א דאזן לייקס פאר א יעדן פ-רץ וואס ער גער געט ארויס. וואלסטו געמעגט וויסן דעם חילוק פון ..."הברה"... ביז ..."הבהרה"...דו מיינסט דא אוודאי צו זאגן הבהרה. ווייל הברה, אזוי ווי דו האסט געשריבן האט נישט קיין פירוש אין קאנטעקסט פון דיינע דיבורים...!

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 2:04 pm

· #396670
להבהרה בעלמא, די ווארט הבהרה האב איך געוויסט אז מען לייגט אויס הבהרה נאר איז פשוט ארויסגעפאלען די ה פון הבהרה איז מען געבליבען מיט הברה אבער סוף מעשה במחשבה תחילה אז מעיקרא האט מען מען געמיינט הבהרה.
אז מען רעדט שוין פון ספעללינג, איז אזוי, ווען די כאפסט מיר ביי א מיסטעיק אין אידיש, האק אריין וויפיל סגייט ווייל די רבי האט מיך נישט אויסגעלערענט, און איך האב זיך ליידער נישט אליינס דערלערענט. אבער אז עס קומט צו לשון הקדוש גברא אנא, און ס'זאל זיך דיר איבערדרייען די בני מעיים פאר די שמירסט קריטיק אויף מיין אויסלייג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 2:10 pm

· #396671
בענדזשאמין פרענקלין: מיינע בני מעיים וועללן זיך (ח"ו) איבערדרייען. אבער נישט פון דיין קללה. נאר פון די פלעשער סעמי-דריי וויין וואס איך האב נעכטן ביינאכט אריינגערוקט. אויך דער חלק פון פלעשל נאאב-קריעק 120 פרוף איז ב"ה נישט געבליבן פארשעמט. ווען איך וועל זיין אביסל מער אויסגעניכטערט, ביניך גרייט אויף א שטיקל קאנטעסט מיט כבודו הרמה שליט"א אויף ספעללינג און דעפינישן פון ווערטער אויף לשה"ק-עברית (מאדערן היברו)...!

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 3:20 pm

· #396672
Re: א חידוש אין די מגילה
זאלל זיין גוט פאר אללע אידן.
איך בעט בכלל ללשון שלל בקשה נישט זיך שללאגן.

מיימון » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 4:48 pm

· #396673
כבר קדמך עיין כאן

החוקר » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 5:46 pm

· #396675
Re: א חידוש אין די מגילה
קודם א לייק!
ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען, האב איך געקלערט אז עס גייט זיין א חידוש מיט א פורים'דיגן גיסטע. למעשה ליינענדיג קוקט מיר אויס ווי די מיינסט עס ערענסט, איז וויל איך פארשטיין וואס דרוקט מיר, זייטדזשע ביטע מסביר.

1) וואס איז פשט פון ותלקח אסתר וואס איז משמע מיט געוואלד, אדער עכ"פ נישט ממש מיט טאנצעדיגע טריט. לויט דיר וואלט זי געדארפט אליין גיין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 9:55 pm

· #396679
מיימון
כבר קדמך עיין כאן

מיימון: דער לינק צו דעם ספר איז זייער שיינע באבע מעשיות. ס'איז ריין ספעקולאציע און נישט א ביסל פאנטאזיע פון דעם מחבר. די אונטערשטע שורה איז, אז אונז האמיר נישט צו גלייבן (אויפגעקלערטע אלערט) נאר וואס ס'שטייט אין די גמרא און מדרשים...!. יא דער אלטער בעל עגלה (וועלכער איז נישט פון די אויפגעקלערטע פסעוודא-אינטעלעקטואלן און פילאזאפן פון קאווע שטיבל. כמו הוגה וחבריו שאין צורך לפורטם בשמותם. כי כולם ידועים ומפורסמים.) גלייבט נאך אין וואס די גמרא און די מדרשים ברענגען אראפ בפשטות...!