☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #838

אשכול אן א טיטל #838

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #838

— » דינסטאג יוני 12, 2012 10:01 am

· #17455

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעמיל » דינסטאג יוני 12, 2012 10:04 am

· #17457
ער איז דער וואס האט געוואלט לויפען פאר קאנגרס???

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 12, 2012 10:08 am

· #17462
יאפס! ער איז דאס.

בן תמליון » דינסטאג יוני 12, 2012 10:19 am

· #17467
[ציטאט אראפגענומען]

אין נ"י סטעיט אדער נאציאנאל? כל הכבוד יאסי איז א פאזיטיווער ערשיינונג ביים היימישן ציבור.

טעפל » דינסטאג יוני 12, 2012 10:54 am

· #17482
ער איז טאקע א גוטע ספאקסמאן???

ידען » דינסטאג יוני 12, 2012 11:32 am

· #17494
בן תמליון
[ציטאט אראפגענומען]

אין נ"י סטעיט אדער נאציאנאל? כל הכבוד יאסי איז א פאזיטיווער ערשיינונג ביים היימישן ציבור.

פאר דו פרעגסט, פארוואס קליקסטו נישט די לינק?

נ״י סטעיט

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 12, 2012 1:03 pm

· #17509
א בראך אויף קאלאמבאס!

דבילה » דינסטאג יוני 12, 2012 1:19 pm

· #17514
קעניינעהארע!!! ווער נאך קען אנקומען צו אזא געוואלדיגע מדריגה פון באשרייבן יוסי געשטעטנער'ס דערגרייכונג אלץ א טובה פאר אונז אלע אויב נישט אונזער טרוסטבארע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס!

קוים וואס דער מענטש קען רעדן ענגליש, זיין פארשטאנד הערנדיק ענגליש איז אויך באגרעניצט, און זיין כלליות'דיגע פארשטאנד האט נאך זיך אויך א ריזיקע קוועסשען מארק, און דער גייט זיין אונזער פארשטייער? ער גייט מסביר זיין פאר די פרעסע פארוואס די שטאט זאל זיך נישט מישן אין ברית מילה? פארוואס די שטאט זאל ווייטער שיטן מיליאנען פאר אונזער חינוך? פארוואס די שטאט זאל קוקען אויף די אנדערע זייט אויב ח"ו טוט איינער בטעות עפעס שלא כדת? שומו שמים!

דרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא: כד רגיז רעיא על ענא - עביד לנגדא סמותא
(רש"י - עביד לנגדא סמותא. לעז המושכת מנקר עיניה ונכשלת ונופלת בבורות והעדר אחריה כך כשהמקום נפרע משונאי ישראל ממנה להן פרנסים שאינן מהוגנין:)


בבלי ב"ק נ"ב

ניו יארק » דינסטאג יוני 12, 2012 1:30 pm

· #17517
ער נעמט איבער איינעמס פלאץ?

דבילה » דינסטאג יוני 12, 2012 2:48 pm

· #17537
[ציטאט אראפגענומען]


עקסטרעם? קען זיין ביזדערווייל ביסטו גערעכט! די טבע פון די זאך איז אז דער וואס טוען דאס ביי די קאמפיינס באקומען דערנאך די ערענסטערער פאזיציעס, צ"ב ווייט האיז ליעזאן וכדו'

smart » דינסטאג יוני 12, 2012 3:24 pm

· #17540
איך קען פארשטיין וואס דבילה באדערט.

אבער ווי נישט ווי יאסי מאכט א גוטן דשאב און ווי אנדערער האבן פריער מסביר געווען איז עס דערוויל נאר א פארטייאישע פראפיגאנדע פאזיציע

בן תמליון » דינסטאג יוני 12, 2012 4:12 pm

· #17550
דבילה
קעניינעהארע!!! ווער נאך קען אנקומען צו אזא געוואלדיגע מדריגה פון באשרייבן יוסי געשטעטנער'ס דערגרייכונג אלץ א טובה פאר אונז אלע אויב נישט אונזער טרוסטבארע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס!

קוים וואס דער מענטש קען רעדן ענגליש, זיין פארשטאנד הערנדיק ענגליש איז אויך באגרעניצט, און זיין כלליות'דיגע פארשטאנד האט נאך זיך אויך א ריזיקע קוועסשען מארק, און דער גייט זיין אונזער פארשטייער? ער גייט מסביר זיין פאר די פרעסע פארוואס די שטאט זאל זיך נישט מישן אין ברית מילה? פארוואס די שטאט זאל ווייטער שיטן מיליאנען פאר אונזער חינוך? פארוואס די שטאט זאל קוקען אויף די אנדערע זייט אויב ח"ו טוט איינער בטעות עפעס שלא כדת? שומו שמים!

דרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא: כד רגיז רעיא על ענא - עביד לנגדא סמותא
(רש"י - עביד לנגדא סמותא. לעז המושכת מנקר עיניה ונכשלת ונופלת בבורות והעדר אחריה כך כשהמקום נפרע משונאי ישראל ממנה להן פרנסים שאינן מהוגנין:)


בבלי ב"ק נ"ב


איך מיין איר זענט נישט גערעכט זיין ענגליש איז פיין און ער ווערט בעסער. ער איז גאנץ פארשטענדליך און שכל'דיק. זעט למשל דא איך מיין ער טוט א גוטן דזשאב:

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=qki0xJgUZxI">http://www.youtube.com/watch?v=qki0xJgUZxI</a>

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=0P7pB7cNnTM">http://www.youtube.com/watch?v=0P7pB7cNnTM</a>

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 12, 2012 5:18 pm

· #17555
בן תמליון
איך מיין איר זענט נישט גערעכט זיין ענגליש איז פיין און ער ווערט בעסער. ער איז גאנץ פארשטענדליך און שכל'דיק. זעט למשל דא איך מיין ער טוט א גוטן דזשאב:

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=qki0xJgUZxI">http://www.youtube.com/watch?v=qki0xJgUZxI</a>

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=0P7pB7cNnTM">http://www.youtube.com/watch?v=0P7pB7cNnTM</a>

דעי ווידיאס זענען שוין געווארן אויסגעשמועסט אין אן אנדערן אשכול, עיין שם ותמצא נחת.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 5:37 pm

· #17561
קיין איין עסקן איז נישט אנגעקומען צוליב זיין גוטן ענגליש.

רובא דרובא, צוליב זייער כאריזמע וכדומה, צו צוליב זייער נשיאת חן.

דא איז עס סך הכל א דזשאב וואס ער באקומט באצאלט פון די רעפובליקאנער ניו יארקער פארטיי צו ברענגען שטימען פון צווישן די חסידישע קאמיוניטי.

איך מיין אז די קרית יואלע באהערדע קען נישט צו א גוטע ענגליש, און זיי ברענגן היבש ביסל מיליאנען....

איינער » דינסטאג יוני 12, 2012 11:55 pm

· #17684
דבילה
קעניינעהארע!!! ווער נאך קען אנקומען צו אזא געוואלדיגע מדריגה פון באשרייבן יוסי געשטעטנער'ס דערגרייכונג אלץ א טובה פאר אונז אלע אויב נישט אונזער טרוסטבארע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס!

קוים וואס דער מענטש קען רעדן ענגליש, זיין פארשטאנד הערנדיק ענגליש איז אויך באגרעניצט, און זיין כלליות'דיגע פארשטאנד האט נאך זיך אויך א ריזיקע קוועסשען מארק, און דער גייט זיין אונזער פארשטייער? ער גייט מסביר זיין פאר די פרעסע פארוואס די שטאט זאל זיך נישט מישן אין ברית מילה? פארוואס די שטאט זאל ווייטער שיטן מיליאנען פאר אונזער חינוך? פארוואס די שטאט זאל קוקען אויף די אנדערע זייט אויב ח"ו טוט איינער בטעות עפעס שלא כדת? שומו שמים!

דרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא: כד רגיז רעיא על ענא - עביד לנגדא סמותא
(רש"י - עביד לנגדא סמותא. לעז המושכת מנקר עיניה ונכשלת ונופלת בבורות והעדר אחריה כך כשהמקום נפרע משונאי ישראל ממנה להן פרנסים שאינן מהוגנין:)


בבלי ב"ק נ"ב


אפשר איז גאר בעסער, אז מען נעמט אויף אזא איינעם, אזוי זאל ער טאקע נישט קענען צופיל אויפטון (ווי מען מיינט אז מען דארף) וד"ל.

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 12:43 am

· #17693
איך ווייס נישט וואס דער עולם פארפירט דא?
יוסי איז א עסקן וואס באשליסט נישט זאכן לויט וואס ער האלט אז מענשען וועלן טראכטען אויף אים, און אזוי קומט מען אן!

לעמיל » מיטוואך יוני 13, 2012 9:19 am

· #17720
[ציטאט אראפגענומען]

קען איינער בעטען יוסי אינז צו קימען מסביר זיין וואס די פאזישען איז?

משה געציל » מיטוואך יוני 13, 2012 1:46 pm

· #17798
עס וואונדערט מיר שוין א לענגערע צייט אויב א ארבייטער אויף קול מבשר האט פאטענציאנאלען צו שטייגען צו א העכערע פאזיציע, זעט אויס אז יא...

איך אויך » מיטוואך יוני 13, 2012 5:53 pm

· #17830
דבילה
קעניינעהארע!!! ווער נאך קען אנקומען צו אזא געוואלדיגע מדריגה פון באשרייבן יוסי געשטעטנער'ס דערגרייכונג אלץ א טובה פאר אונז אלע אויב נישט אונזער טרוסטבארע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס!

קוים וואס דער מענטש קען רעדן ענגליש, זיין פארשטאנד הערנדיק ענגליש איז אויך באגרעניצט, און זיין כלליות'דיגע פארשטאנד האט נאך זיך אויך א ריזיקע קוועסשען מארק, און דער גייט זיין אונזער פארשטייער? ער גייט מסביר זיין פאר די פרעסע פארוואס די שטאט זאל זיך נישט מישן אין ברית מילה? פארוואס די שטאט זאל ווייטער שיטן מיליאנען פאר אונזער חינוך? פארוואס די שטאט זאל קוקען אויף די אנדערע זייט אויב ח"ו טוט איינער בטעות עפעס שלא כדת? שומו שמים!

דרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא: כד רגיז רעיא על ענא - עביד לנגדא סמותא
(רש"י - עביד לנגדא סמותא. לעז המושכת מנקר עיניה ונכשלת ונופלת בבורות והעדר אחריה כך כשהמקום נפרע משונאי ישראל ממנה להן פרנסים שאינן מהוגנין:)


בבלי ב"ק נ"ב

טיפיקל חסידישע אומפארגינר, די מאדערנע/פרייע "דשזואיש עדווייזערס" פארשטייען צו יודישקייט א מכה בדופן אבער מיט זיי האסטו נישט קיין פראבלעם נאר אז א חסידישע יונגערמן האט זיך עררייכערט א פאסטן ווי ער וועט האפענטליך מאכן אפאר גראצער פארגינסטו עם נישט.

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 8:29 pm

· #17869
אהער צו אהין, מיין אפיניען מעג איך דאך זאגען.....
מזל טוב יוסי!!!!! זאלסט האבן אסאך אסאך הצלחה!!!!!!

דבילה » דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:18 am

· #17898
איך אויך
דבילה
קעניינעהארע!!! ווער נאך קען אנקומען צו אזא געוואלדיגע מדריגה פון באשרייבן יוסי געשטעטנער'ס דערגרייכונג אלץ א טובה פאר אונז אלע אויב נישט אונזער טרוסטבארע היימישע צייטונגען און אויסגאבעס!

קוים וואס דער מענטש קען רעדן ענגליש, זיין פארשטאנד הערנדיק ענגליש איז אויך באגרעניצט, און זיין כלליות'דיגע פארשטאנד האט נאך זיך אויך א ריזיקע קוועסשען מארק, און דער גייט זיין אונזער פארשטייער? ער גייט מסביר זיין פאר די פרעסע פארוואס די שטאט זאל זיך נישט מישן אין ברית מילה? פארוואס די שטאט זאל ווייטער שיטן מיליאנען פאר אונזער חינוך? פארוואס די שטאט זאל קוקען אויף די אנדערע זייט אויב ח"ו טוט איינער בטעות עפעס שלא כדת? שומו שמים!

דרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא: כד רגיז רעיא על ענא - עביד לנגדא סמותא
(רש"י - עביד לנגדא סמותא. לעז המושכת מנקר עיניה ונכשלת ונופלת בבורות והעדר אחריה כך כשהמקום נפרע משונאי ישראל ממנה להן פרנסים שאינן מהוגנין:)


בבלי ב"ק נ"ב

טיפיקל חסידישע אומפארגינר, די מאדערנע/פרייע "דשזואיש עדווייזערס" פארשטייען צו יודישקייט א מכה בדופן אבער מיט זיי האסטו נישט קיין פראבלעם נאר אז א חסידישע יונגערמן האט זיך עררייכערט א פאסטן ווי ער וועט האפענטליך מאכן אפאר גראצער פארגינסטו עם נישט.


הו קעירס זיינע פאר גרייצער! ער וויל ארבעטן אין די פובליסיטי פעלד? לאמיר זען ער זאל הייבן די ביזנעס פאר עפעס א חרד'ישע געשעפט וואס האט אישו'ס מיט זייער אימעדש ביי די גוים, דערנאך זאל ער זיך ארומשפילן מיט זיין אונזער פארטרעטער. ער קען זיך לערנען שערן אויף עטוואס א קלענערע בארד!

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:57 am

· #17914
דבילה, ער איז נישט אונזער פארטרעטער ביי די רעפובליקאנער פארטיי'.. פונקט קאפויער, ער איז דער פארטרעטער פון די רעפובליקאנער פארטיי ביים אידישן ציבור.

ער לערנט זיך שערן אויף די רעפובליקאנער פארטייס בארד.....

חייםהערש » דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:20 am

· #17924
ווען איר זאגט אז ער קען נישט קיין אידיש וואלט איך פארשטאנען
אבער זיינע קוואליפיקאציעס אין אנגליש האט דאך די רעפובליקאנער געזעןת אין אז זיי האבען אים אונגענומען איז ער מן הסתם גענוג גוט.

גדעון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:22 pm

· #17959
מזל טוב יוסי - אדער ווי די צייטונגען רופן אים שוין היינט ר' יוסף - פארן עולה לגדולה זיין,

אויפן בילד: ר' יוסף קאנפערירט מיט העסקן הרב רובין (וואס האט אגב נעכטן געמאכט א שוי ביי די בעדפארד גארדענס היערינג)
📎 Gestetner.jpg

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:23 pm

· #17960
יוסי האט מיט פארטיי מהר"א קיין שייכות.

דאס איז א צופעליגע בילד.

לעמיל » פרייטאג יוני 15, 2012 12:31 pm

· #18093
ער רעדט נאך אויף קול מבשר? אדער אז ער האט א דשאב האט ער שוין נישט קיין צייט?

חייםהערש » מאנטאג יוני 18, 2012 3:58 pm

· #18416
ער האט שוין גראדע יא געארבעט פאר פריוואטע פירמעס פאר יחסי ציבור
אפילו סקווער האט אים גענוצט אין די שווערע צייטען

דעמאקראטיע » מיטוואך יוני 20, 2012 2:43 pm

· #18919
וואס איז געשעהן?

Tweets
22m Yossi Gestetner Yossi Gestetner ‏@YossiGestetner

My appointment as Director of Jewish Outreach has been a distraction for the NYGOP. As such I am resigning my duties

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יוני 20, 2012 8:14 pm

· #18959
יוסי טוויט איבער דעם

ער לינקט צו אן ארטיקל וואו ער איז מסביר אלעס, ובתוכם ווארפט ער אפ שמריה'ס זינלאזע באהויפטונגען.

ניו יארק » מיטוואך יוני 20, 2012 9:10 pm

· #18967
וואס איז די לינק?

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יוני 20, 2012 10:36 pm

· #18978

דבילה » מיטוואך יוני 20, 2012 10:58 pm

· #18988
זיין אויפנאמע איז געווען א טעות, און זיין דורכפאל וואס 'ך האב באמת עם קיינמאל געוואונטשן איז א גרויסע שאד! וועטעווער דע סטארי איז, וואונטש 'ך דיר אסאך הצלחה אבער ביטע נישט אויף אונזער חשבון! ווער ביטע אביסל מער מאטשור, נעם דיר צאם אין דיינע ענגליש סקיללס, רייב דעך צו און פארשטיי בעסער די אמעריקאנע קולטור און עמפינדליכקייטן, און דערנאך שיק אריין דיין רעזיומעי נאכאמאל פון פריש.

אל תדחוק את השעה!

איחוד פעלד » מיטוואך יוני 20, 2012 11:36 pm

· #19000
זיין חסרון איז נישט זיינס.
מען ציט נישט אויף ביי אונז אז איינער זאל קענען און וויסען וואס און ווי צו זאגען וועלכע ליגענטס.

ער איז נישט דוקא א שוטה, נאר א טיפיקעל חסידישע אינגערמאן וואס האט קוים אנגעטוהן די ר"ת תפילין, וואס מיינט אז ער פארשטייט אלעס.

אל תתן את פיך לחטיא את בשרך.

וואס דארף טאקע איינער וואס וויל זאגען וואס די חסידישער עולם האלט, זאגען בנוגע טשיילד מאלעסטינג? בנוגע די מדינה?

די ענינים זענען דאך פארווייטאגט אליבא דכולי עלמא.

אפשר איז טאקע בעסער מהאי טעמא, וואס אונזערע שיטות ווי אזוי זיך צו באנעמען צו די הייקאלע ענינים, זענען קוים צו פארשטיין פאר אונז, קל וחומר פאר מענטשען וואס זענען נישט קיין בני ברית, איז אפשר בעסער אז מען האלט זיך ביי זיך, און מען שטעלט זיך נישט ארויס צו די גאס, נאר מען בלייבט א איד אינדערהיים, און מען גייט נאר ארויס צו די גאס צו פארדינען געלט, און מען איז שטיל בנוגע אלעס וואס איז אונז נוגע.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:04 am

· #19064
אזוי צו אזוי.
כל הכבוד פאר א יונגערמאן וואס ארבייט זיך אליינס אויף, טראץ אסאך אומפארגינערס.
דוקא די סארט וואס האבן פאר קיינעם מורא, קומען אן. נישט די וואס היטן זייער כבוד און שב ואל תעשה.
יוסי, איין זאך בעהט איך דיר, ווער אימער איך זעה דיך דרייווען, זעה איך ווי די טוויטס, טעקסט, פליז יוסי, סטאפ.

יואליש » דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:21 am

· #19069
קאווע טרינקער
אזוי צו אזוי.
כל הכבוד פאר א יונגערמאן וואס ארבייט זיך אליינס אויף, טראץ אסאך אומפארגינערס.
דוקא די סארט וואס האבן פאר קיינעם מורא, קומען אן. נישט די וואס היטן זייער כבוד און שב ואל תעשה.


איך אגרי. כ'בין א חסיד פון די אינדיווידועליזים וואס יוסי פראזשעקט. אבער ס'וואלט געווען מער פאסיג אויב יוסי גיט מער אוועק פון זיך צו לערנען פראפעשיענליזים. כ'האב נישט קיין ספק אז קען אהין אנקומען, ער קוקט אויס ווי א שנעלע און גיטער קאפ. אבער ער ברויך פארשטיין אז די ערשטע יסוד אין פי אר איז apearance, און אויב פונעם גוי'ס פערספעקטיוו פעלט אין זיין שפראך פליסיקייט, פראפעשינעל עטיקעט, אין טון מיט די היינטיגע זייטגייסט וכו', איז שוין נישט מעלה און מוריד "וואס" ער זאגט: די מעסעדזש ווערט פארלוירן. ער ברויך זיך פאלישן און פאלישן ביז ער איז קעמערי רעדי.

(פונקט אזוי ווי ווען איינער מיט מיט א קורצע רעקל, געשטריקטע קאפעל און רינגל אויף די האנט וועט נישט קענען האלטן א דרשה פון הלכות שעטנ"ז אין ראדני שול, אפי' אויב ער איז דער גרעסטער ת"ח און עקספערט אויף שעטנ"ז, זיין מעסעדזש ווערט אבער פארלוירן צוליב זיין אויסקוק און באנעמונג און וועלט אויסקוק נישט זיין אין איינקלאנג מיטן אודיענץ'ס. ס'איז א געוויסע בייעס וואס מענטשן האבן סובקאשיעסלי.)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:32 am

· #19078
איך אגרי.
און מאן ייאמר אז ער ארבעט נישט אויף זיך בענין זה.
איך פארלאז זיך אויף זיין פלייסיגקייט

און בד"וו, לשיטתך, אפשר זאגסטו פאר משה דוד נ. זאל קעעמן די בארד, אויספוצען די גלעזער און אויסגראדען די הוט, מהאי טעמא.

קאמפיאטער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:42 am

· #19082
יואליש


איך אגרי. כ'בין א חסיד פון די אינדיווידועליזים וואס יוסי פראזשעקט. אבער ס'וואלט געווען מער פאסיג אויב יוסי גיט מער אוועק פון זיך צו לערנען פראפעשיענליזים. כ'האב נישט קיין ספק אז קען אהין אנקומען, ער קוקט אויס ווי א שנעלע און גיטער קאפ. אבער ער ברויך פארשטיין אז די ערשטע יסוד אין פי אר איז apearance, און אויב פונעם גוי'ס פערספעקטיוו פעלט אין זיין שפראך פליסיקייט, פראפעשינעל עטיקעט, אין טון מיט די היינטיגע זייטגייסט וכו', איז שוין נישט מעלה און מוריד "וואס" ער זאגט: די מעסעדזש ווערט פארלוירן. ער ברויך זיך פאלישן און פאלישן ביז ער איז קעמערי רעדי.

לגמרי שטיתים!! אין די נייעס ווענד זיך נישט וויאזוי מען זאגט עס נאר וואס מען זאגט והא ראי קיק אן נחום... ער יעדע שני וחמשי געדעקט...
יא יא ליידער זעהט מען דעם עשו שונא אזוי שטארק אז זיי זענען מסכים אויסציהערן אפי אידן ווי למשל נחום מרת ענגעלמאן וכו' אלעס כדאי צי קענען מקיים זיין די הלכה מפורשת...... אין נישט אויס הערען די אנדערע זייט.

יואליש » דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:32 pm

· #19248
נחום און מרת ענגלמאן האבן א סטארי וואס שוידערט אויף יעדן נארמאלע מענטש ממילא איז נישט קיין נפק"מ ווער ס'זאגט עס. אבער ווען ס'קומט צו ספין און פי אר גייט עס אריין אין די ארט פון פערזועשאן, און דארט קומט לענ"ד יאר אריין די "שטותים" וואס כ'האב אויבן דערמאנט.

פארשטייט זיך כ'האב גענצגליך פארגעסן אז אלעס דרייט זיך ארום הלכה בידוע און אלעס אנדערש דא איז פוטפוטין דברים בעלמא.

לעמיל » פרייטאג יוני 22, 2012 9:13 am

· #19282
וואס גייט ער יעצט טין פאר פרנסה? זיכט א דשאב?

קאמפיאטער » פרייטאג יוני 22, 2012 9:58 am

· #19292
וואס באדייט די מעסעטש? ער פלאנט אויפציגעבען?? ער האט נאכנישט געטוויט זייט דעמאלטס מיין איך , יעדען טאג אזא צייט האלט ער שוין נאך עפעס נייעס.
בכלל איז ער אריין א דיסקאשען איבער ארץ ישראל וואס איך מיין ער האט נישט געזען קיין גיטע וועג ארויס.
אבער עניוועי איך האף די גייסט ווייטער אן איך האב דיר זייער אינדזשויט. איינער ווייסט עפעס?

Yossi Gestetner (YossiGestetner): Thanks to all 3,801 followers (including the spam accounts...) for keeping up with my shtick.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 2:09 pm

· #19370
אז מ'רעדט שוין ברענג איך צו דא אן איינציגסטן תגובה (עכ"פ וואס מ'ווייסט) פון יוסי געשטעטנער אויף אייוועלט.
באמערקט ווי ער חוזק'ט אפ אין אנפאנג פון די "געבאקענע נעמעם וועלכע לאזן איבער באמבעלעך און קוואקען אויף אייוועלט.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=372445#p372445">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 45#p372445</a>

לעמיל » פרייטאג יוני 22, 2012 2:32 pm

· #19373
טאמבל סאס
אז מ'רעדט שוין ברענג איך צו דא אן איינציגסטן תגובה (עכ"פ וואס מ'ווייסט) פון יוסי געשטעטנער אויף אייוועלט.
באמערקט ווי ער חוזק'ט אפ אין אנפאנג פון די "געבאקענע נעמעם וועלכע לאזן איבער באמבעלעך און קוואקען אויף אייוועלט.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=372445#p372445">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 45#p372445</a>

וואס שרייבט ער דארט?

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 2:34 pm

· #19377
יוסי געשטעטנער
א גוטן אידן.

אנדערש ווי אנדערע וועלכע שרייבן אונטער העכסט-שפּאסיגע נעמען, בין איך ב"ה באקוועם צו "שטיין אונטער מיינע ווערטער." צוליב דעם בין איך דא איינגעשריבן אונטער יוסי געשטעטנער, און צוליב דעם שרייב איך אויף מיין זייטל און אויף טוויטער אונטער מיין ריכטיגע נאמען. (איינצעלע פעלער נוצט מען נאך א פּען-נעים, ספּעציעל אויף קאלומס וועלכע לויפן נאך פון די צייטן בעפאר איך האב געקענט/געוואלט נוצן מיין נאמען).

די שפּיץ איז אזוי: איך בין נישט נייגעריג צו האבן א קאמף מיט יעדע מיינונג פון א מענטש – ספּעציעל אזעלכע וועלכע לאזן איבער באמבעלעך אונטער געבאקענע נעמעם. אבער איך גלייך צו קאמיוניקירן מיט די פּשוטי בני עם, אויסשמועסן אישוס מיט זיי, א.א.וו.

מענטשן וואס פאלגן נאך מיין טוויטער און שיקן מיר נאוטס, ווייסן אז איך ענטפער רוב מאל דורך דירעקט מעסעזשעס. אדרבה, ליינט די פיל-צאליגע RT'ס וואס איך לייג דארט. אזוי אויך האב איך א פּובליק אי-מעיל אדרעס <!-- e --><a href="mailto:yossi@yossigestetner.com">yossi@yossigestetner.com</a><!-- e --> וואו איך פּרוביר צו ענטפערן צו יעדע אנפראגע צי צומאל סתם קאמענטאר.

אלזא, זייענדיג איינער וואס גלייכט צו קאמיוניקירן מיט מענטשן, וויל איך דא אריין ווארפן א ווארט צוויי איבער דעם YIDEN-1835, מיט קיינע פּלענער צו קוואקען דא אויף איי-וועלט יעדן טאג. א חבר האט מיר געזאגט אז דא טוטסט זיך א שמועס דערוועגן, בין איך עס געגאנגען אויסטשעקן לויט זיינע אנווייזונגען, ווייל איך ווייס ניטאמאל וויאזוי די זאך דא ארבעט. אבער זייט נישט ברויגז אידן אז איך האב קיינע פּלענער צו בלאגן דא.

אלענפאלס, די גרופּע איז נישט פארבינדן מיט דיאגווארדי צי סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט (ווי אדרעסירט שפּעטער). עס איז אגב געווען א פּורים ווי עפּעס א שרייבער דא האט געלייגט ווינער-דיאגווארדי אויף איין שטאפּל, ווי כאילו דאס איז א קאמף פון דיאגווארדי קעגן ווינער, ווען איינס איז קאנגרעס און איינס איז סענאט . די גרופּע צילט – צווישן אנדערן - צו נעמען די שווערע טויזנטער יונגעלייט יאר-גאנג אכצן ביז 35, זיי רעגיסטרירן (איצטיגע וואלן איז שוין צו שפּעט, אבער א שטיקל דרייוו איז געווען – איך פּערזענליך האב רעגיסטרירט מענטשן), און זיי העלפן שטימען פאר קאנדידאטן וואס קענען אונז ריכטיג העלפן.

איינע פון די סיבות פארוואס דער עולם שטימט נישט (און ניין. ווייניגער ווי 6,000 שטימען ביי די לעווין-אבראהאם קאמף אין א שטאט מיט איבער 25,000 פּאטענציאלע אידישע וויילער, הייסט נישט געשטימט). בקיצור, איינע פון די סיבות פארוואס דער עולם שטימט נישט, איז וויבאלד אונזערע פּאליטישאנס האבן אונז אין באד וואס דאס איז א לענגערע שמועס פארוואס עס איז אזוי. אבער די שפּיץ איז אז אונזערע געזעץ געבער פארטרעטן אונז נישט געהעריג און טיען אונז ניטאמאל קיינע געהעריגע טובות.

איין ביישפּיל איז רובאשיקן, וואו דאס בעסטע וואס די "מעכטיגע" אידישע ניו יארק האט באוויזן נאך צוויי יאר אינעם קעיס איז, אז איינס פון די זעקס קאנגרעסלייט פון צווישן אונזערע געגנטער און נאך צוויי סענאטארן וואס מיר האבן (איינס דערפון גאר מאכטפול), האט איינער געשריבן א בריוו צום אטוירני זשענעראל!!!!

Wow!

קא-סיינערס האט ער נישט געהאט!

איבערגעדרייט דעם הויז פלאר ווי ער קען, האט ער נישט!

א פּרעסע קאנפרענץ מיט די אנדערע "טובות" קאנגרעסלייט האט ער נישט געהאט!

פארלאנגט אין פּובליק אז זיינע קאלעגן וועלכע פירן אן די הויז קאמיטעען וועלכע קענען דאס אלעס אויספארשן אין ענדיגן, האר ער אויך נישט!

די איינציגסטע וואס די קאנגרעס האט געטאן איז געהאט אַן אויספארשונג – אנגעפירט דורך איינער גורטיעז, אן היספּאנישער קאנגרעסמאן, איבער די רציחה וואס די רעגירונג האט גענוצט ביים איבערפאל. ניין, נישט די רציחה קעגן רובאשקין. נאַ, נישט דאס. נאר די רציחה קעגן די אומלעגאלע אימיגראנטן וואס האבן דארט געארבעט איז אים אנגעגאנגען.


אבער... אבער כלל ישרא-ל דארף זיין העפּי אז איינער פון אונזערע קאנגרעסלייט האט געשריבן א בריוו צום אטוירני זשענעראל אין א וואלן-יאר, און אויך נאר נאכדעם וואס אן אדוואקאט פון רובאשקין האט אריינגעגעבן א מאושען וואו מען שייגעצט אויס די יוסטיץ דעפּארטמענט אז מיסברויכן זענען באגאנגען וואס דאס געבט אים "קאווער" אין פאל מען פרעגט אים פארוואס ער האט געשריבן א בריוו.

איז דאס די גאנצע וואס מיר ערווארטן פון אונזערע קאנגרעסלייט? איז דאס די גאנצע וואס זיי דארפן טאן?

נו, א שאד איך בין טאקע נישט געלאפן פאר קאנגרעס...


שוין אפּגערעדט אז אונזערע סענאטארן זענען מיסינג אין עקשאן. אדרבה, פרעגט אייך נאך ביי די אינסיידערס: שומער לאכט ניטאמאל פון די ארטדאקסישע ניו יארק! אזוי ווייניג זענען מיר ביי אים : אז ער לאכט ניטאמאל פון אונז...


"דאס" און נאך אנדערע אישוס איז "די פּאינט." די ציבור דארף זיך אויפוועקן צו זען וואו מיר האלטן מיט אונזערע פוילע געזעצגעבער. ווען דאס פּאסירט, וועט מען גרינגער קענען איינשפּאנען דעם עולם פאר "דרייווס" צו דרוקן אונזערע געזעצ-געבער צו העלפן – און געבן ריכטיגע הילף – אין געוויסע וויכטיגע אישוס. ווען זיי וועלן דעליווערן, וועט דער עולם שוין איינמאל שטימען, און דאן וועלן מיר בס"ד קענען האבן א פיל בעסערע כח, ווי מען זעט אז די אידן אין מאנסי שטימען פלייסיג ווייל דער סופּערווייזאר וועם מען האט אריינגעשטימט צען יאר צוריק האט דעלוויערט, און מען דעליווערט אין גרויסן ווייל מען האט א וואל כח אויף א לאקאלע פארנעם. ס'איז איינס געפלאכטן אין די אנדערע. (די פאקט אז מען רינגעלט ארום אויף די סעמפּל בעלעטס אויך פּאלאטישאנס וואס זענען נישט ווערד אונזערע שטיצע, איז א טעמע פאר זיך וואס איך האב שוין דעבאטירט מיט עסקנים פון מאנסי און אין אנדערע ערטער, ואכמ"ל פארוואס עס איז אזוי.).

אבער אין סך הכל, איז די רובאשקין ביישפּיל און אנדערע ביישפּילן א שטיקל אויפוועקונג פאר'ן ציבור אז מיר זענען טיף אויף צרות. די אישו איז נישט ווער עס איז געווען פּראסעקיוטער ביי די צייט פונעם איבערפאל צי ווער עס איז געווען פּרעזידענט. יא, איך ווייס אז בוש איז א רעפּובליקאנער. די אישו איז אז אונזערע געזעץ געבער זענען נישט דא פאר אונז ווען מיר דארפן זיי.
דאס קען זיך טוישן מיט ארבעט פון אונזער זייט, און ארבעט פון זייערע זייט. אבער אויב מענטשן ווייסן נישט ווי אין דער'ערד מיר זענען מיט די פּאליטיקאנטן, וועט זיך גארנישט העלפן. (עפּ"י רוב איז עס דעמקראטישע געזעץ געבער, פּשוט ווייל רוב פון אונזערטע פארטרעטער זענען דעמאקראטן. איך האב שוין אגב געהאלפן ערווערלן אויך דעמאקראטן, און נישט אלע רעפּובליקאנער דא אין די סטעיט זענען צדיקים. דער רעפּובליקאנער קאונטי עקזעקיטיוו פון ראקלענד איז צרות. דאך אבער איז גוט אז מען זאל שטימען פאר אים אין נאוועמבער צום סטעיט סענאט, אזוי וועט מען אים נישט האבן אויף די קאפּ אין ראקלענד קאונטי...).

אלענפאלס, דא קומט אריין YIDEN1835 וואס אדרעסירט דעם פּראבלעם וועמענ'ס ערשטע ציל איז אז מענטשן זאלן "כאפּן" ווי אין דער'ערד מיר זענען. אונז העלפן ארויס דעם גרופּע אין געוויסע וועגן – אלס א זשאב און אלס עסקנות. אסאך האבן אונז ב"ה זיך צוגעלערנט דורכאויס די יוצאי תימן, גראסמאן, רובאשקין און קלענערע צוועקן אין די לעצטיגע יארן. אין פאקט, ביי די א.ד. דריי גרויסע, און ספּעציעל די צווייטע און דריטע, האבן אונז ב"ה געשפּילט א דעצידירענדע ראלע ביי פיל קריטישע פּונקטן – א זאך וואס עלטערע עסקנים ביי כלל ישרא-ל און א גאנצע רייע אי-מעליס קענען עס באשטעטיגן.

אלזא, אונז דארפן ב"ה נישט קיין שימוש פון מענטשן דא וועלכע רידערן אז "רובאשקין עקסנים" דארפן טאן דאס און איינשטימן אויף יענץ אויף וואס יוסי געשטעטנער טוט אלס א זשאב אין די קאנטעקסט פון א PR פירמע, און אויך אלס אן עסקן ביי כלל ישרא-ל. ווייל ווי געזאגט: מיר האבן געשפּילט א דעצידירענדע ראלע אין די ערשטע צוועלף טאג ווען שמעון ראלניצקי און אונז האבן אויפגעוועקט דעם חסדיש'ע ניו יארק בעת וואס אנדערע זענען געשלאפן... אלזא, טעיק איט איזי מיט די "רובאשקין עסקנים."

דאונט געט מיר ראנג. אונז האבן ב"ה פּערזענליך גוטע באציאונגען מיט די באקאנסטע עסקנים ביים ארטאדאקסישן און חסדיש'ן קרייז – פון אלע זייטן. אונז קומען זיך ב"ה דורך מיט זיי גאר גוט, טראץ דעם וואס אויף געוויסע אישוס קען זיין א מיינונג דיפערענץ. אבער איין זאך איז קלאר: מען קען נישט נישט-העלפן אידן פּשוט וויבאלד עפּעס א שווענץ אדער שוויצער איז "גוט" מיט א פּאליטישאן, און דער שוויצער מיינט אז ס'וועט שאטן פאר זיין אטענטשאן אז ס'איז דא א רעקלאמע קעגן דעם דעמאקראט צי יענע רעפּובליקאנער. (ביי די גראסמאן פּרשה האבן אונז נישט געהאט קיין שום פּראבלעם אראפּצורייסן קריסט, טראץ דעם וואס ער איז דעמאלט געווען א רעפּובליקאנער. די זעלבע איז דא אויך. מען קען נישט נישט-טאן פאר אידן פּשוט בלויז ווייל איינער האט א פּארטייאישע, צי סיי וועלכע אנדערע אינטערעסע צו פארטיידיגן א פּאליטיקאנט).

צוויי עסקנים, איינער פון זיי א רב, האבן מיר לאנג געזאגט: 'די טאג וואס דער פּאליטישאן (צי פּאליציאנט) קען מיר נישט העלפן ווייל ער האט שוין געהאלפן צופיל, אדער ווייל איך קעם אים "אויפרעגן," אדער איך דארף מורא האבן אז ער וועט זיך אפּשאקלן פון מיר, איז דער טאג וואס איך וויל דעם מענטש נישט קענען!'
יא, מיינע פריינט. אזוי דארף מען צוגיין צו עסקנות.

אדרבה, די אלע שוויצערס וועלעכע שעלטן אויף די YIDEN1835 רעקלאמעס זאלן זיך פארבינדן מיט אונז אויסצוארבעטן וויאזוי מיר קענען איינשפּאנען אונזערע געזעצגעבער אונז ריכטיג צו העלפן. גלויבטסט מיר: אז אונז האב ב"ה געוואוסט וויאזוי צו האבן א פירענדע ראלע אין א דרייוו וואס האט פּראדוצירט 50,000 קאלס און אי-מעילס צו טשארלי קריסט; אז אונז האבן ב"ה געשפּילט א ראלע אז אין א קעיס וואס איז ריכטיג פּאליטיש-קאמפּליצירט צו פארטיידיגן, האבן דאך פירענדע רעפּובליקאנער פון דא און ניו יארק און ערגעץ אנדערש פּערזענליך גע'שתלד'ט ביי דער הונט קריסט אז ער זאל זיך טרעפן מיט די עסקנים (וועלכע האבן זיך געפונען ביים אגודה מיטונג וואו אונז זענען דארט געווען), ווייסן אונז ב"ה א זאך צוויי איבער "אויפטאן" און "עסקנות" אין די פּאליטישע וועלט. אבער... ווי געזאגט: אונזערע פארטרעטער האבן אונז פארפּאקט, און עטליכע שווענץ לויפן ארום פארטיידיגן דאס אומפארטיידיגבאר ווי איידער צו נוצן זייערע "קונעקשאנס" אז אונזערע קאנגרעסלייט זאלן אונז ריכטיג העלפן! דאס איז טאקע איינע פון די צילן פון YIDEN1835: אויפצואוועקן דעם עולם צו בעטן פון די וואס זענען "גוט" מיט פּאליטישאנס, אז מען זאל אונז ריכטיג פארטרעטן אין די קריטישע מאמענטן, ווי איידער בלויז ברענגען עפּעס פחים קטנים אין – מעדיקל – גרענטס וואס די רעגירונג וועט סיי ווי געבן, אפּגעזען צי מען האט שטימען אדער נישט...

מיינט איינער דא פאר א מינוט אז YIDEN1835 פּלאנט ארויסצויאגן פון אפיס אונזערע קאנגרעסלייט וועלכע האבן ניטאמאל שטארקע רעפּובליקאנער קעגנער? ניין, און נאכאמאל ניין. נאר וואס דען? ווי געשריבן, מער דארף אויפוועקן דעם עולם זען וואו מען האלט; די ציבור דארף פארלאנגען ריכטיגע הילף, און מיר דארפן זיך נעמען שטימען אין די מאסן, ווייל אין אלגעמיין זענען מיר ווערד א זעץ אין דער'ערד. עם אנטשולדיגט... נישט ממש: מיר האבן א בריוו....

יעי!!!!

עס א "וועיסט אוו טיים" פאר מענטשן צו טראגן אזויפיל דאגות איבער געוויסע שריט וואס YIDEN1835 קען יא אדער נישט טאן. גארנישט וועט ח"ו געטאן ווערן וואס קען שעדיגן כלל ישרא-ל. מען וועט אי"ה בלויז ארויס העלפן כלל ישרא-ל! נישט געזארגט, די ריכטיגע עסקנים ווייסן וויאזוי און וואו אונז צו טרעפן אין פאל זיי האבן א זארג איבער סיי וועלכע שריט וואס ווערט געטאן אין דעם געביט. אין די מיען טיים, שיקט אייערע קאנטאקט אינפארמאציע (נאמען, אדרעס, און טעלעפאן) צו <!-- e --><a href="mailto:YIDEN1835@gmail.com">YIDEN1835@gmail.com</a><!-- e --> וואו מען נוצט די אינפארמאציע אויפצובויען דעם קומענדיגן דור לטובת הכלל. אדרבה, אויב האט איר הערות קענט איר אהין שיקן אויך א פראגע, און מען קען אויך אי-מעילן צו <!-- e --><a href="mailto:yossi@yossigestetner.com">yossi@yossigestetner.com</a><!-- e --> פאר סיי וועלכע אנדערע זאך, און מען וועט בס"ד פּרובירן צו ענטפערן.
*


איצט צום דיאגוואדי קאפּ-האקער. די YIDEN1835 קאמפּיין האט גארנישט מיט דיאגווארדי, אויסער די פאקט אז איך ארבעט פאר אים, און אז איך שפּיל א ראלע אין YIDEN1835 וואס האט דייקא נישט געצילט איר פייער קעגן אונזערע סענאטארן, כדי עס זאל נישט זיין א פּראבלעם מיט די וואלן רעגולאציעס...

ר' אברהם פריעדמאן פון "די צייטונג" האט א טאג נאך די פּריימערי געשריבן אז דיאגווארדי האט א ספּעציעל ווארימע צוגאנג צו אידן. איר הערט? דאס קומט פון אַ מענטש וואס איז קלאר ליבעראל גענויגט. דיאגווארדי אינעם צייטונג אינטערוויו האט גערעדט זייער שטארק איבער דעם רובאשקין קעיס.

דא האנדעלט זיך פון א מענטש וואס האט געזען צו דעם אז "יד ושם" זאל אנערקענען אלבעניע פאר אירע הילף צו אידן דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג. פארוואס? ווייל ער וויל געבן אנערקענונג צו אזעלכע וואס האבן געטאן גוטע זאכן.

דא האנדעלט זיך פון א מענטש וואס איז באלד דרייסיג מאל געווען אין די באלקאנס מיט א בולעט-פּראווף וועסט צו העלפן די דארטיגע לענדער ווערן זעלבסשטענדיג פון די ברוטאלע רעזשימען (זשיליברענד רייסט עס אראפּ אז ער איז געווען א "לאביאיסט.")

דא האנדעלט זיך פון א מענטש וואס האט – שוין נאכ'ן זיין קאנגרעסמאן, אבער האט אנגעהויבן דעם מיסיע אלס קאנגרעסמאן – געזען דערצו אז שווארצע וואס מען האט רעקאמענדירט צו באקומען קאנגרעסיאנאלע אויסצייכענונגען פאר'ן דינען אין מיליטער ביי די וועלט קריגן אבער האבן צוליב ראסיזם נישט באקומען קיין מעדאלן, האט ער דיאגווארדי געזעצן דערצו אז זיי זאלן יא באקומען, און די ערשטע שווארצער דאס צו באקומען איז געווען אין 1990, נאכדעם וואס ער איז שוין געווען אויס קאנגרעסמאן!

דא האנדעלט זיך פון א מענטש וואס האט געזען צו דעם אז א טעראריסט פון די IRA וואס איז געזעצן אין טורמע אין אמעריקע זאל באקומען זיינע רעליגיעזע רעכטן. אלזא, מיינסטו אז דיאגווארדי האט איין פּראבלעם צו פארטיידיגן די רעלגיעזע רעכטן פון א איד וואס לויט'ן גרעסטן קטיגור איז אין ארגסטן פאל איז בלויז באגאנגען ווייס-קאלנער פארברעכן? איי עם סארי אז דיאגווארדי האט נישט געצויגן די סטרונעס גענוי וואס איינער דא האט ערווארטעט אז ער זאל זאגן אינעם קול מבשר אינטערוויו. אדרבה, זוך אויף די צייטונג פּ' שופטים, און זע וואס דיאגווארדי האט דארט געזאגט דערוועגן (ווי עס איז עדווערטייזט אין שטערן צי שפּאקטיוו).

ס'איז נישט דא קיין איין סטעיטווייד קאנדידאט – פון קיין איין פּארטיי – וואס האט דעם וואלן יאר אזויפיל צייט ענערגיע און געלט אריינגעלייגט צו די אידישע קאמיוניטי, נאך אנגעהויבן פונעם פּריימערי- טראץ דעם וואס מיר האבן נישט אזויפיל רעפּובליקאנער וויילער (די קריטיקירטע קול מבשר אינטערוויו האט גענומען איבער פערציג מינוט! טרעף מיר איין סטעיט-ווייד קאנדידאט וואס האט נאך דעם איצטיגן פּריימערי געגעבן אזא לאנגע אינטערוויו פאר א אידישע נייעס-קוואל).

די פאקט איז, אויב מיר שטימען פאר זשילי וועט עס קיין נפ"ק מאכן צי זי געווינט אדער פארלירט (מעדיקל צענטערס וועלן ווייטער ווערן אויסגעהאלטן – ביז די אבאמא-קעיר שניטן גייט אריין אין אפעקט...). אבער אויב זאל די ארטאדאקסישע ניו יארק שטימען פאר דיא, וועט עס מעגליך שיקן א פּאזיטיוווע מעסעזש אז מיר זענען גרייט צו גיין אויף א טויש אינעם פּאליטישן פראנט. אויב פארלירט ער, וועט די מעסעזש סייווי געשיקט ווערן, איין וועג אדער די אנדערע, און אפשר דעמאלטס וועלן אונזערע טובות קאנגרעסלייט אונז טאקע טאן טובות. און אויב געווינט ער, האבן מיר זיך איינגעקויפט אן אפענע טיר ביי א פּערזאן וואס דרייט זיך מיט אידן און העלפט זיי ביג טייעם – אריינגערעכנט שרייבן בריוו!

אלל די בעסט, כלל ישרא-ל

לעמיל » פרייטאג יוני 22, 2012 2:36 pm

· #19379
יישר כח מר' טאמבל סאס
דרך אגב דיין פיקטשער מיט די נאמען שטימען נישט

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 22, 2012 2:40 pm

· #19382
וואס דארף דאס צו מיינען?

ניו יארק » פרייטאג יוני 22, 2012 5:04 pm

· #19404
לעמיל
יישר כח מר' טאמבל סאס
דרך אגב דיין פיקטשער מיט די נאמען שטימען נישט

פארוואס נישט? ער איז שוין דיזי פון מאכן אזויפיל טאמבל-סאס'ס

ניו יארק » פרייטאג יוני 22, 2012 5:08 pm

· #19406
נוי יארק
לעמיל
יישר כח מר' טאמבל סאס
דרך אגב דיין פיקטשער מיט די נאמען שטימען נישט

פארוואס נישט? ער איז שוין דיזי פון מאכן אזויפיל טאמבל-סאס'ס

און צווייטענס, וואס זאל ער טון אז ער הייסט אזוי און קוקט אויס אזוי...? 😂
--------------
עני-וועי, צוריק צום ענין.

חייםהערש » זונטאג יולי 1, 2012 6:25 pm

· #21026
יעדער וואס וויל פארטרעטן אידן צו מאכען א קידוש ה' תבוא עליו ברכה
בפרט אז עס זעט אויס אז ער איז זיך גרייט צו לערנען פון יעדן

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 2:46 pm

· #137833
יוסי לייקענט עס!

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 5:52 pm

· #137866
די זעלבע לינק האט ער אן אפדעט