גאנצלהאסט מיר בכלל נישט איבערראשט מיט דיין הערה איך ווייס דערפון אונזערע ברודער אין פראנקרייך האבן עס שוין נעבעך געשפירט
די שאלה איז נאר וואס קען מיר איזריעל העלפן ? דעס וואס זיי האבן א לאנד וועט קיין סאך העלפן כמבואר לעיל
גאנצל: העלפן קען נאר דער איינציגער באשעפער. נאר פאר די רעזולטאטן פון אויס מדינת ישראל דורך א מיליטערישע מפלה וועט ח"ו נישט טויגן פאר כלל ישראל...טאמער מיינסטו, אזוי ווי די מסלפים און מזייפים פון די שיטה הקדושה לערנען היינט פשט, אז איך זאג אייגענע בויך סברות, זיי מוחל קוק אריין אין ספה"ק ויואל משה אין די הקדמה, אויף דף ח' זאגט דער הייליגער מחבר זצוק"ל אזוי... אלא שצריכין לרחמי שמים שתכלה אותה המלכות אך ורק ע"י כח מלמעלה מאת השי"ת, לא ע"י האומות. כי אם ח"ו ע"י האומות, היא סכנה גדולה לישראל, כמובן... ...! אבער וואס זאלל מען טון אז די היינטיגע מסלפים זאגן אז די ציונים און מזרחי'סטן האבן אריינגעשמוגלט די שורות...!