☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סינגל ניגון ערשיינט דורך "אברמי קאליש" און "תלי ברילל"

נייע סינגל ניגון ערשיינט דורך "אברמי קאליש" און "תלי ברילל"

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8371

בעל מדות » דינסטאג מערץ 3, 2015 11:46 am

· #256910
נייע סינגל ניגון ערשיינט דורך "אברמי קאליש" און "תלי ברילל"
א נייע סינגל ניגון און ווידעא איז ערשינען דורך די צוויי יונגע ערנערגישע בעלי מנגנים (און סעלעבס.) "אברמי קאליש" און "תלי ברילל" וועלכע האבן שוין א געמיינזאמע צוזאמענארבעט די לעצטע עטליכע יאר און קומען כסדר ארויס מיט פרישע סחורה פון אינטערסאנטע ניגונים און ווידעא'ס.
זייער לעצטע ווידעא "טאטע איך בין דיינס" איז געווען אויפן מארקעט פארגאנגענעם זוממער העעל"ט און מענטשן האבן עס זייער געגליכן.

זיי האבן שוין מודיע געווען עטליכע וואכן צירוק אז זיי ערשיינען מיט א נייע פראיעקט "איך טאנץ דו טאנץ" און היינט איז עס ארויסגעקימען לאור.

דא האט איהר "איך טאנץ דו טאנץ"

שמערל » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:03 pm

· #256913
יעצט ברענגט ביטע די ארגינאלע פאסטעכערין פון וועם מען האט עס אפגעקויפט

שטאפענע קאפעליטש » דינסטאג מערץ 3, 2015 2:18 pm

· #256934
הארלעם אדער בראנקס?

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 3, 2015 3:54 pm

· #256943
ווייל די ניגון איז אזוי ארטיסטיש אייגענגארטיג אז ס'מוז זיין זיי האבן עס געגנב'ט, רייט?

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 3, 2015 4:14 pm

· #256948
אנטשולדיגט, אבער קאליש'ס בריטיני-געפעלטשטער קול איז טו מאטש. איך ברעך יעדעס מאל פון פריש.

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 3, 2015 5:14 pm

· #256956
דו קענסט טאנצען וויפיל די ווילסט
אבער איך אויף דעם ניגון טאנץ נישט
פארשטאנען?????

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 4, 2015 2:24 am

· #257066
א פערפעקט ניגון פאר א בר מצוה וואו א כינעזע שפילט מיט פייער.