☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » וואל-מארט וועט העכערן געהאלטן

וואל-מארט וועט העכערן געהאלטן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8367

קרעמער1 » זונטאג מערץ 1, 2015 7:23 pm

· #256533
וואל-מארט וועט העכערן געהאלטן
איהר האט מעגליך מיטגעהאלטן די נייעס-מעלדונגען נישט לאנג צוריק אז וואל-מארט וועט אויסגעבן א ביליאן דאלער צו העכערן די וועידזשעס פון ארום א האלב מיליאן אנגעשטעלטע אנגעהויבן פון קומענדיגן אפריל
דאס וועט מאכן אז די מינימום וואס א באצאהלטער ארבעטער באקומט ביי זיי איז כאטש $9 א שטונדע, וואס איז $1.75 מער ווי די פעדעראלע מינימום וועידזש.

יעצט ווערט באריכטעט אז עס האט געהאט ווייטגרייכנדע נאכפאלגנדע אפעקטן אין די קייט-געשעפט אינדוסטריע, ווי אזא ריז ווי "טי-דזשעי מעקס" האט געמאלדן א געהאלט-העכערונג, ווי אויך אין די רעגירונג וואו אין די שטאַטן פון "ניו יארק" און "שיקאגאו" איז מען אצינד ערנסט עוסק אין העכערן די מינימום וועידזש.
("דאלער-טרי" האט געזאגט אז זיי האבן נישט אין פלאן נאכצופאלגן.......)

ווי ברייט באקאנט איז קריטיקיזם, און זאגאר האַס, אויף וואל-מארט א גאר פארשפרייטער פענאמען.
ווער עס האט הענט און פיס פארפירט אז: עס שפּאַרט צו קליינע פאמיליע-געשעפטן; האלט אויף קינדער ארבעטער אין איהרע פאבריקן אין כינע; צאהלט נידריגע געהאלטן פאר די ארבעטער אין די געשעפטן און באהאנדלט זיי בכלל זייער שלעכט; אא"וו א לאנגע ליסטע מיט אנגעבליכע חטאים.
אלזא, כאטש אויף דעם לעצטן טייל ווייסן מיר שוין אז ס'איז קלאר אויסגעזויגן פון פינגער.
ווארום אין פאקט האבן זיי אפילו ביז דעם איצטיגן העכערונג, געצאהלט אין דורכשניט מער ווי א געווענליכער קייט אדער פריוואטער געשעפט און אזוי אויך שטעלן זיי צו ארבעט פאר מענטשן וואס קענען עס נישט געפינען ערגעץ אנדערש און זענען זייער צופרידן צו ארבעטן פאר זיי

צו לערנען מער איבער די פאלשע שמועות קעגן וואל-מארט, זעהט דא א קורצע עפיזאד ווי ער צונעמט גאנץ גוט טייל פון זיי <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=RWp9evUA3l0">https://www.youtube.com/watch?v=RWp9evUA3l0</a>

אלזא זענט איהר פאר אדער קעגן וואל-מארט?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:59 am

· #256644
קאַמידיען ביל מאַהער רעדט וועגן די ווייטאָגליכע אמת פון די וואלמארט רייכטום און אימפעריע און זייער באַציונג צו זייערע ארבעטער (1:45)

https://www.youtube.com/watch?v=G5PFyopOnhI

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:22 pm

· #475375
פרישע נייעס קומט אריין איבער גרעסערע געהאלטן! איינער מיט פרטים מכובד.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 11, 2021 7:30 pm

· #475464
שבת אחים
קאַמידיען ביל מאַהער רעדט וועגן די ווייטאָגליכע אמת פון די וואלמארט רייכטום און אימפעריע און זייער באַציונג צו זייערע ארבעטער (1:45)

https://www.youtube.com/watch?v=G5PFyopOnhI

שבת אחים: דו ביסט גערעכט. אין א סאציאליסטישע מדינה (וואו מ'פארגינט נישט דעם (ארנטליכן) קאפיטאליסט צו פארדינען א דאללאר. קען אזא געשעפט ווי וואל-מארט נישט עקזיסטירן...!

מדינת ישראל האט אין אנהייב נאך איהר גרינדונג פרובירט איינצושטעללן א סאציאליסטישע עקאנאמיע. אזוי ווי די קיבוץ באוועגונג און הסתדרות (העובדים). אבער זיי האבן שפעטער איינגעזעהן אז ס'איז א סאך בעסער צו האבן א קאפיטאליסטישע (דעמאנד) עקאנאמיע געטריבן דורך אינוועסטמענטס. זיי זענען א סאך מער מצליח אין די היינטיגע ביזנעס וועלט ווי אין די אנהייב יארן. ווען זיי זענען געווען אנגעוויזן אויף די שנאר הכנסות פון דעם וואוילן פעטער שמואל פון אמעריקע...!