געלעקסי S6
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8366
געלעקסי S6
סעמסאנג האט אקארשט אנאנסירט דעם נייעם געלעקסי 6 און 6 עדזש, וועלכע וועט זיין אוועילעבל אין די געשעפטן ביי אפריל.
<a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2477486,00.asp">http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2477486,00.asp</a>
<a class="postlink" href="http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=15397">http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=15397</a>
HTC האט אויך געוויזן זייער נייער ONE M9. ביידע זענען אויסגעצייכענטע טעלעפאנען.
(זאל מען אפטיילן צו א נייעם אשכול?)
קויפ איך עס נישט, איך רייט ארים מיט דריי באטעריען, און פיעט קוים אויס אויפן טעיגליכען געברויך, ווי קאנען זיי מאכן אזא נערישן מוף, סיזא חידוש.
/
וואס מיינען זיי אז מיטן אוועקנעמען בעטעריס און SD סלאטס וועלן זיי ווערן עפל?
און דער בעטערי איז נאך א שוואכערע פון דער s5. דאכט זיך 2500 אנשטאט 2800.
היינט, ווען א יעדע שמויגער דרייט זיך מיט א פארטעביל באטערי טשארדזשער און עס קאסט אפאר נישטיגע דאלער, פארוואס פעלט אויס זיך צו קענען באנוצען מיט spare באטעריס?
דער נייער אייפאן-געלעקסי
📎 image.jpg
טרעילען נאך דעם עפל ווי א קאצן מויז.
📎 image.jpg
אויב זענט איר נישט אינטרעסירט אין די פרימיום לוק-ענד-פיל פונעם נייעס סעמסאנג S6, נאר איר ווילט ליבערשט א פאון מיט א קלארע סקרין, גוטע קעמערע, מיט א SD קארטל און רימאוועבל בעטערי, קאנסידערט דעם נייעם LG G4. עס איז אביסל א גרעסערע סקרין ווי די S6 (עס איז 5.5 אינטשעס אנשטאט 5.1), א טראפעלע געבויגן צו קענען האלטן גרינגער, און די רעזאלושן כמעט די זעלבע קלאר, און האט אויכעט פון די לעצטע און שענסטע.
כ'האב נארוואס באנייט מיין גאלאקסי סיקס לכבוד לאגבומער. בנוגע די סטארעדזש, האב איך גענימען די 64 גב, און בנוסף גיבן זיי מיר 100 גב קלאוד סטארעדזש אומזיסט. ס'איז איבער געניג.
לאמיר הערן דיינע הערות אויפן פאון.
שמעקעדיגלאמיר הערן דיינע הערות אויפן פאון.
כ'האב קיינמאל געהאט אן אייפאון און כ'וויי נישט וואס טיט זיך מיט אנדערע פאונס אין די יעצטיגע פאון. א פאון איז ווי א ווייב, כקען נאר די אייגענע. כ'קום פון א גאלאקסי עס3, ממילא איז פארשטייט זיך דער סיקס א גרויסע אימפראוועמענט, בעיקר אין יוזער עקספעריענס, אלעס איז צו די האנט, אן ברויכן ארומקריכן. אבער ס'איז מעגליך אז די 4 און 5 האבן שוין דאס געהאט.
נאך א וואך מיט'ן נאוט 4 האב איך היינט באנייעט דעם עס 6, דעווייל זעהט עס אויס ווי א געטליכע זאך.
Re: געלעקסי 6S
דו קויפסט יעדע וואך א נייע פאון? כ'קען קויפן דיין אלטע?
איך בי יעצט עלידזשעבל פאר א נייע פרייע פאון, און איך בין צוריסן צווישן דעם גאלעקסי s6, אייפאון 6, און htc 1.
LG האביך געהאט ביז יעצט, נישט געווען צו שטארק צופרידן מילא וויל איך טוישן קאמפעניס.
מיך פערזענליך שמעקט די מערסטע דעם גאלאקסי s6, כ'וואלט אבער געקענט באשטיין צו הערן וואס די מומחים האלטן.
אויב דו קענסט מסביר זיין וואס איז נישט גוט געווען מיט LG ?
@אליצפןסאשי פישאויב דו קענסט מסביר זיין וואס איז נישט גוט געווען מיט LG ?
@אליצפן
גארנישט מעידזשער, אבער עס פילט זי עפעס נישט ווי א high end פאון. עס איז נישט אזוי שנעל און רעספאנסיוו ווי איך וואלט געוואלט, ווי אויך האב איך זיך נישט געקענט צוגעוואוינען צו דער מאדנע אויסלייג פון דער power און וואליום קנעפלעך. איך וואלט אויך בעפארצוגט א פיזישע היים קנעפל.
אה... די עס 6 איז גאר עפעס אנדערש... (כאן עשה תנועה בידיו הקדושים).
אבער די בעטערי סאקט אוועק. (וכאן עשה תנועה של עצבות).
סעמסאנג האט געטון זייער א נארישע מאוו מיטן לייגן אזא קליינע נישט-ריפלעסענדע בעטערי.
ווי לאנג האלט די בעטערי?
בעטערי איז געוואלדיג
היאך יתקיימו שניכם?
עס איז נישט קיין ראי' פון די ערשטע 2-3 חדשים. לאמיר רעדן אין אפאר חדשים.
ונבנתה העיראה... די עס 6 איז גאר עפעס אנדערש... (כאן עשה תנועה בידיו הקדושים).
עס איז פון די הייסטע שנעלסטע פאונס that ever existed. ספעציעל די Edge
AT&T האט אינטראדוסט א RUGGED מאדעל פונעם S6 (גערופן S6 אקטיוו), וואס פארמאגט א שטארקערע באטערי - 3,500 mAh אנשטאט די נארישע 2,600 וואס די רעגולער טעלעפאן פארמאגט.
<a class="postlink" href="http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=15919">http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=15919</a>
אליצפןאיך בי יעצט עלידזשעבל פאר א נייע פרייע פאון, און איך בין צוריסן צווישן דעם גאלעקסי s6, אייפאון 6, און htc 1.
LG האביך געהאט ביז יעצט, נישט געווען צו שטארק צופרידן מילא וויל איך טוישן קאמפעניס.
מיך פערזענליך שמעקט די מערסטע דעם גאלאקסי s6, כ'וואלט אבער געקענט באשטיין צו הערן וואס די מומחים האלטן.
וואס האסטו למעשה געטון?
@אליצפן וואס איז שלעכט געווען מיט די LG ?
אויב האט איר ספרינט סערוויס און איר ווילט אפגרעיטן צו S6 זייט וויסן אז איר וועט מער נישט קענען בראוזן אויפן נעט בשעת איר זענט אויף א קאלל. אויפן אנדערן האנט, איז די סערוויס פיל בעסער מיטן נייעם פאון ווי די איבריגע. ספרינט האט אפגרעיטעד זייער ווייערלעס סערוויס צו "Spark" פונקטליך ווי אזוי ס'ארבייט ווייס איך נישט, אבער ס'נעמט אריין אין זיך ווייטערע שטרעקעס און טורעמעס, אבער ס'פאלט אוועק די דאזיגע אויבענדערמאנטע מעלה.
מיין עס 5 מיט לאליפאפ קען אויך נישט.
איז דא איינער וואס האט די s6 און איז צופרידען דערמיט?
איך האלט אינאיין הערן קריטיק איבער די בעטערי עס.די.
וואס איז פשט פון דיין פראגע? אויב וועט איינער זאגן אז ער איז יא צופרידן וועסטו איגנארירן די אלע שלעכטע שמועות?
ס'איז קלאר אז די בעטערי איז א דורכפאל. עס איז נישט "שלעכט", אבער ווייט פון גוט. און כידוע, ווערט א בעטערי כסדר שוואכער און שוואכער, כ'גלייב אז נאכן נוצן דעם פאון פאר א יאר וועט די בעטערי קוים האלטן 4-5 שעה א טשארדזש אין עוורידזש.
אמת, פאר אלע פראבלעמען איז דא "עצות": עס קען זיך טשארדזשן שנעל; מען קען נעמען א פארטעבל בעטערי מיט זיך; סעמסאנג איז אפילו מסכים פאר ווייניגער פון $50 צו טוישן בעטערי ווען עס ווערט שוואכער; וכדומה. אבער דאך א פראבלעם איז עס.
עי.טי.ענד.טי. האט געטון א קלוגע שריט צו נעמען דעם S6 אקטיוו פאון, א שאד אז נישט אלע קעריערס פארמאגן עס.
סאשי פישאליצפןאיך בי יעצט עלידזשעבל פאר א נייע פרייע פאון, און איך בין צוריסן צווישן דעם גאלעקסי s6, אייפאון 6, און htc 1.
LG האביך געהאט ביז יעצט, נישט געווען צו שטארק צופרידן מילא וויל איך טוישן קאמפעניס.
מיך פערזענליך שמעקט די מערסטע דעם גאלאקסי s6, כ'וואלט אבער געקענט באשטיין צו הערן וואס די מומחים האלטן.
וואס האסטו למעשה געטון?
דערווייל גארנישט, עס נעמט מיך א לאנגער צייט צו דעסיידן וועלכע פאןן צו נעמען. ווי אויך בין איך אביסל פויל מילא שטופ איך אפ די ארבעט פון בעקאפ און טראנספערירן אלע זאכן וכדו'
Re: געלעקסי 6S
איז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?
ווי געשמועסט, אויף יעדע פראבלעם איז דא "עצות". אבער דאס בעסטע איז בכלל נישט אנצוהויבן מיטן פראבלעם. סעמסאנג האט געטון א ריזיגע נארישקייט.
איך וואלט גענומען דעם LG G4 ווען עס וואלט געווען אביסל קלענער. 5.5 אנטשעס איז אביסל צו גרויס. אדערווייז איז עס א אויסגעצייכענטער פאון.
לגבי די קוואליטעט און קלארקייט פון די פאון קאלס איז די LG פיל בעסער ווי די גאלעקסי.
געלעקסי 6S
סמוז דאך זיין עפעס א הגיון אין אוועק נעמען די רימאוועבל בעטערי און די עס די קארטל אפשר מאכט עס קאליע די פערפארמענס?
אדער אפשר איז עס פשוט ביליגער צו פראדערצירן ?
איינער ווייסט?
Re: געלעקסי 6S
איז די אייפאון די בעסטע פאר פאון קאלס?
ירא שמיםסמוז דאך זיין עפעס א הגיון אין אוועק נעמען די רימאוועבל בעטערי און די עס די קארטל אפשר מאכט עס קאליע די פערפארמענס?
אדער אפשר איז עס פשוט ביליגער צו פראדערצירן ?
איינער ווייסט?
כדי צו מאכן דעם דעווייס דינער און מער פענסי, האבן זיי עס געמוזט גענצליך סיעלן פון אלע זייטן, דאס טוט מער נישט ערלויבן סיי וועלכע עפענונג צו טוישן בעטערי.
שמעקעדיגירא שמיםסמוז דאך זיין עפעס א הגיון אין אוועק נעמען די רימאוועבל בעטערי און די עס די קארטל אפשר מאכט עס קאליע די פערפארמענס?
אדער אפשר איז עס פשוט ביליגער צו פראדערצירן ?
איינער ווייסט?
כדי צו מאכן דעם דעווייס דינער און מער פענסי, האבן זיי עס געמוזט גענצליך סיעלן פון אלע זייטן, דאס טוט מער נישט ערלויבן סיי וועלכע עפענונג צו טוישן בעטערי.
עס האט גארנישט מיט פענסיקייט. היות די דעווייס איז מעטעל האבן זיי געמוזט סילען דעם דעווייס. מיט פלעסטיק קענסטו לאזן די דעווייס אפען, אבער מיט מעטעל אויב דו ווילסט עס זאל זיין דויערהאפט מוזטו עס סילען
מרדכיאיז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?
איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.
סאשי פישאיז די אייפאון די בעסטע פאר פאון קאלס?
לדעתי איז עס די מערסטע סטעבל סאליד דעווייס פאר פאון קאולס.
פרייוויליגמרדכיאיז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?
איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.
אמת'דיג? איך האלט יעצט ממש ביים קויפן איינס! די LG האב איך יעצט און כ'דארף א טשעינדזש, עפל האב איך פיינט. וואס קען מען קויפן? אפשר HTC?
אליצפןפרייוויליגמרדכיאיז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?
איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.
אמת'דיג? איך האלט יעצט ממש ביים קויפן איינס! די LG האב איך יעצט און כ'דארף א טשעינדזש, עפל האב איך פיינט. וואס קען מען קויפן? אפשר HTC?
אבי גערעדט...
פרייוויליג טרייבסט איבער. מען מוז עס נישט מאכן ערגער ווי עס איז. אדער אפשר ווייסטו גארנישט ווילאנג עס נעמט א הארץ קלאפ? אדער ווי הייס אן אויוון קען ווערן?...
דער LG G4 איז זייער קלאר פאר פאון קאלס. די רעוויאוס זענען פיל מער אנטציקט פונעם LG לגבי רעדן אויפן פאון ווי פונעם גאלעקסי S6.
דער HTC איז גראדע אן אויסגעצייכענטער פאון, מיטן אויסנאם פונעם קעמרע וועלכע איז הונטערשטעליג פון די לייבן, עפל, סעמסאנג און על.דזשי.
סאשי פישאיז דא איינער וואס האט די s6 און איז צופרידען דערמיט?
איך האלט אינאיין הערן קריטיק איבער די בעטערי עס.די.
סאשי פיש: 2 ערנסטע פראבלעמען מיט'ן געלעקסי עסס6. די בעטערי האלט נישט לאנג א טשארדזש. אויף מיין על.דזשי. האביך נאר געדארפט אריינלייגן אין טשארדזשער א יעדן צווייטן נאכט. אבער דער עס.6 האלט קוים דעם טשארדזש פון אינדערפריה ביז ביינאכט.: די צווייטע פראבלעם איז. "דראפפ'ט קאללס...א סאך מאל איז עס געפערליך. ס'קען געשעהן צווי אדער דריי מאל אינמיטן א קאנוערסעישן...!
מאטיאליצפןפרייוויליגמרדכיאיז עפעס עצות צו מאכן די בעטערי האלטן לענגער?
איך האב געהאט די געלעקסי s6. עס איז א דורכפאל. בעטערי לויפט אויס אין א הארץ קלאפ, די פאון ווערט הייס ווי א אויבן. און די סאונד סיסטעם איז שלעכט.
אמת'דיג? איך האלט יעצט ממש ביים קויפן איינס! די LG האב איך יעצט און כ'דארף א טשעינדזש, עפל האב איך פיינט. וואס קען מען קויפן? אפשר HTC?
אבי גערעדט...
איך האב אבי ארויפגעצויגן א נאסע לאלעך? די אלע קאמפלענס רעדט מען איבעראל. בכלל האט סעמסאנג פארקויפט זייער ווייניג פון די דעווייס. אויף אזוי ווייט אז קאנסומערס פרעפערן די 5 איבער די 6. עשה לך סערטש.
רבותים. כאב די S6 עדזש שוין 3 וואכען. וועל איך זאגען מיינע קאמענטס
איז אזוי. דערווייל שטערט מיך נאכנישט די SD קארד. פשוט ווייל די פאון איז נאך ניי און סי נאכדא גענוג פלאץ אבער סיז א גרויסע פראבלעם.
די בעטערי איז נאך א גרעסערע פראבלעם. יא עס האלט לענגער. און אז מען ניצט זייער טשאדזשער איז די פאון געטשארדזשט זייער שנעל. מיט דעם אלעם וויל איך צוריקטוישען צו S5
די עדזש איז נאטיג מיט נאטינג. ממש עס געט גארנישט צו נאר אז סי פענסי. די סקרין איז נישט בעסער פון S5
אלזא ווער עס האט א S5 לוינט זיך נישט צו ספענדען א דאללאר פאר די S6
די סקרין איז אסאך בעסער ווי די עס 5.
עס איז זיכער בעסער. די קאלירן אביסל מער עכט, און פיל שארפער. אבער דער מענטשליכער אויג זעהט כמעט נישט קיין נפק"מ צווישן די צוויי. העכער 1080p איז שוין כמעט אוממעגליך פארן אויג צו זעהן די אינדיווידואלע פיקסלס. ממילא איז פארן פשוט'ן באנוצער דער סקרין נישט אזויפיל בעסער ווי דער S5.
פיינע קאווערבותים. כאב די S6 עדזש שוין 3 וואכען. וועל איך זאגען מיינע קאמענטס
איז אזוי. דערווייל שטערט מיך נאכנישט די SD קארד. פשוט ווייל די פאון איז נאך ניי און סי נאכדא גענוג פלאץ אבער סיז א גרויסע פראבלעם.
די בעטערי איז נאך א גרעסערע פראבלעם. יא עס האלט לענגער. און אז מען ניצט זייער טשאדזשער איז די פאון געטשארדזשט זייער שנעל. מיט דעם אלעם וויל איך צוריקטוישען צו S5
די עדזש איז נאטיג מיט נאטינג. ממש עס געט גארנישט צו נאר אז סי פענסי. די סקרין איז נישט בעסער פון S5
אלזא ווער עס האט א S5 לוינט זיך נישט צו ספענדען א דאללאר פאר די S6
נישט נאר די עידזש געבט נישט צו נאר עס מאכט ערגער, ווען דו גייסט אין גאס און די זין שיינט נעמט עס צו די עידזש סקרין סייטס, עס פארלירט די סקרין.
אין מערערע ספיד און פערפארמענס טעסטס האט דער גאלעקסי S6 אלעמאל באזיגט אלע אירע קאמפעטישנ'ס (מיטן קליינעם אויסנאמען פון אנצינדן דעם קעמערע).
<a class="postlink" href="http://www.tomsguide.com/us/fastest-smartphone,review-2881.html">http://www.tomsguide.com/us/fastest-sma ... -2881.html</a>