☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » א שטורעם אין א גלעזל בלוט!

א שטורעם אין א גלעזל בלוט!

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8362

בעל מדות » זונטאג מערץ 1, 2015 3:24 pm

· #256464
א שטורעם אין א גלעזל בלוט!
אינזער היינטיגע פארוקטע וועלט ברענגט אסאך ווייטאג פאר מענטשן, יעדע ווארט איז איבריג, די עולם הישיבות איז ביי יעדעם באקאנט אלץ א קארופטירטע געשעעניש אנגעפולט מיט לייז און וויפיל מען ברעטשעט אז די צוגאנג ביז אהער פארשניידט יונגע נפשות ווערט אבער גארנישט געטוישט, און די מצב ווערט אלץ מער פארשוועמט און פארזנקען אין טיעפע מאראסטן, און ווער ווייסט ווער עס וועט דאס קענען ארויסשלעפן.


א ישיבה אמאל איז געווען א גייסט, א אנערקענטע פלאץ פאר די מצויינים און סתם בחורים וועלכע האבן ליב געהאט צו לערנען תורה אנשטאט גיין אויף די פארעם מעלקן מילך.
א ראש ישיבה איז געווען די עלטערער ארויפגעקוקטער מאנספערזאן וועלכע האט באטראכט זיינע תלמידים ווי אייגענע קינדער מיט א ליבע און שטיק הארץ, זייענדיג די געטרייע פאטער פון די תלמידים ארויסהעלפנדיג זיי און יעדן נויט, אומפאל, אדער צייט.

דער גרויסער גאון און טאטע פון אלע ראשי הישיבות רבי מאיר שפירא זצ"ל וועלכע האט איינגעפירט דעם דף היומי און איז געווען די ערפונדער פון א "דארמיטארי" האט ביים אויפשטעלן זיין ישיבת חכמי לובלין אין פוילן געוויזן דעם פולן גאנג וויאזוי מען דארף זיך אוועקגעבן פאר תלמידים און נישט גערוהט קיין רגע פאר זיינע "תלמידים הקרוים בנים" ארימפארנדיג אין די גאנצע וועלט צו שאפן געלט פאר זיין ישיבה אנשטאט זיצן אויפן ברייטן באקוועמער בענקל והדברים הם מפורסם.

די באקוועמע אמעריקא האט פאר לאנגע יארן אויסגעפוסטעוועט און געשענדעט די חינוך אין ישיבות און עס האט זיך דערקייקלט צו א שרעקליכע מצב וועלכע בלאזן פון די וואלקענעס.

ראשי ישיבות אהן די מינדענסטע השגות אין חינוך אדער האקעלע ענינים ווי יונגע נפשות וועלכע שטייען פאר א וועג פון א לאנגע לעבן האבן צילוב זייער תאוה פון כבוד געגרונדעט אזוי גערופענע ישיבות און דאס זענען אומהיימליכע פעסטונגען וועלכע די קאשמארן בלייבן ביי יעדעם איינגעקריצט.


עס זענען דא וועלכע נישט זיי מיינט די וויי געשריי און זיי מיינען אמת'דיג וואס זיי טוען, און גוטע מענטשן איז איבעראל פארהאנען, אבער דא רעדט מען פון א צווייטע סארט שיכט.

ווארפן בחורים אויפן גאס איז שוין א אויסגעדראשענע טעמע וועלכע הייבט נישט אהן צו ווערן געלעזט און איז פארבליבן נאר פאר מאגאזינען און פובליקאציעס עס צו נעמען און מאכן דערפון א שרייעדיגע העדליין פאר א וועכנטליכע ארטיקל, און קנסות גראבגעלט שוחד זענען אויך פיינפולע ווערטער וואס אסאך הורי הישיבות ווייסן מיט אנגסט וואס דאס מיינט.

ישיבות, ישיבות, ישיבות... מען הערט איבעראל ווי מען דעבאטירט דעם פראבלעם און אנשטאט עפעס זאל געטוען ווערן לאזט מען די בארבער'ס אנפולן די קעשענעס פון יונגע נפשות וועלכע שניידן זיך אפ די סימנים פון אידישקייט רחמנא ליצלן.

וויפיל טרערן איז שוין פארגאסן געווארן דורך אידישע עלטערן וועלכע קענען נישט נעמען אין קאפ אז זייערע יונגע נפשות "בלוט און פלייש" איז פון די גאסן יונגען וועלכע פארפלייצן די רוישיגע גאסן.

א בחור איז א נשמה, א רויז, יעדע יונגע בחור איז א יונגע בלום וועלכע דארף ווערן באוואסערט און באארבעט ווען עס וואקסט נאך און א פארמער ווייסט אז ווען איין בלום וואקסט נישט גוט האט ער מעטאדן, כעמיקאלן, עצות, און פארשידענע טעכניקן וויאזוי צו בעסער מאכן דעם בלום איהר שטעלן אויף די רעלסן, מיט געפיל און נערוון דארף ער יעדע רויז באטאפן און זיך באפאסן מיט אכטונג, א בחור וועלכע האט נישט קאפערירט מיט זיין ישיבה איז סך הכל א יונגע נאטור אהן שכל און אנשטאט בייגן דעם צווייגעלע און איהר פרובירן באארבעטן לאזט מען היינט די רויזן ווערן צישניטן און ווערן טרוקענע דערנער אהן גלאנץ ווי כאילו מען רעדט דא פון פאפיר, שמאטעס, און מיסט.


צער בעלי חיים גייט אויך אריין ביי מענטשן און עס איז גארנישט איבערגעטריבן ווען מען וויינט אז עלטערן וויינען ווייל ליידער ווער עס קען די מצב ווייסט אז יאמערליכע טרערן באגלייט מיט שלאפלאזע נעכט גייען פאראיבער ביי אידישע שוואכע הערצער צילוב גרינגע דעצידירונגען און באשלוסן דורך אומערפארענע כלים וועלכע קענען חינוך אזוי ווי איך ניוראנאלאגיע אדער אסטראנאמיע.

מען דארף געדענקען און וויסן אז שפילן און לאזן לערנען טיענעידזשערס איז נישט סתם א פעקעדזש מיטן דזשי און דזשי פעלץ וועלכע קימט נאכן עפענען א שול, נאר אין א נארמאלע זין דארף מען האבן לייסענס דערפאר און א גוטע עקספיריענס וכדו' מענטשן אהן נגיעות מיט וועם צו דורכרעדן שווערע דעסיזשנ'ס.


מען הערט פון שוידערליכע באנעמונגען צו יונגע בחורים וועלכע פאראורזאכן שווערע ווייטאג פאר ארימיגע און גארנישט פאסירט אז עס זאל כאפן א הפסקה כאטש פאר צייטווייליג.

עס איז באמת טו מאטש! איך בין א מענטש וועלכע אין ריעל האב איך גוטע מדות און איך האב א זייטיגע הנאה פון ארויסהעלפן צוויי דריי בחורים יעדע צייט, איך באגלייט זיי און העלף ארויס, ווען איך ווער געוואויר אז די טאטע, מאמע, דארפן שוין ליידער באשטעלן איינשלונג מאטריאל פאר די נערוון.

עס טוט מיר באנג זיין ווען איך ווייס פון סאמע הינדערטער מענטשן וועלכע טראגן אויך דעם אקטיוויטעט פון העלפן בחורים און איך טראכט כסדר פארוואס עס דארף זיין אזוי סך ווארום ווער הויפנט געלט דא? און פארוואס הויפנט מען? אויב ווייסן מנהלים צו נעמען קנס געלט און בראטן גענזן פיסלעך און אפלעקן מארך ביינער, פארוואס ווייסן זיי נישט צו שוויצן ווען מען ברויך? אחוץ פון רופן די עלטערן מיט קאלטן אויטאמאטישן איבערוף אז אייער זוהן פליעט פון מסגרת (?) הישיבה, פארוואס קימערט מען נישט אויף זייער וועג דערנאך ביז צו די דראגס און פאליציי סטאנציעס ולמעלה בקודש.


הארצוויי, און עסעניש, פילן, און זינען, שפילן א ראלע ביי טויזענטער טאטעס וואס פארמאגן קינדער אין די ראמען פון די טישן און בענק פראצעדור פון ישיבה און עס זעעט יעדער אז מען מוז יאווענען א טויש, פון עגאיזם און זעלבסטליבע ביז חינוך עקספערטיז און די ריכטיגע וועג וועלכע דארף אנקומען ווי א האריקעין צישטורעמענדיג די געשעדיגטע סיסטעם עד כאן, מיט בייזע ווינטן.


איך שרייב אונטערן רושם פון ברוטאלע געשיכטעס וואס לאזן מיר נישט צורוה און איך וועל זיי אויסקלאפן אויפן בימה ויראו הקהל וישפוט.


איך האלט יעצט מיט א געשיכטע פון א געוויסע בחור וועלכע האט געהאט א שווערע לעבן מיט פארשינארטיגע סטעידזשעס וועלכע קענען נישט ווערן ברייט באטאנט און ער האט דאך כסדר געהאט א גוטע קאמיוניקאציע מיט זיינע מגידי שיעור און משגיחים אין ישיבה,


ער האט געלערנט אין א ישיבה וואס האט זיך געעפנט צוליב די פעקעדזש (פעלץ, בית המדרש, -ווי אויבנדערמאנט-) און ער האט גאר געהאלפן די ראש ישיבה טרעפן בחורים אנציהייבן זיין "יעשיווע" ער האט געטוען אסאך צו אויפבויען דעם פלאץ מיט אלעם וואס אויסגעפעלט,

מאכט זיך איין מוצאי שבת דער בחור'ל וועלכע ווערט שוין באלד צוואנציג (און אין זיין קאפ איז ער א צדיק פארן נאך זיצן אין א מסגרת בכלל) האט נישט געקענט עומד בנסיון זיין און איז אריין אין טאט'נס שטאל ארויסנעמענדיג דעם פערד און וואגן און אנגעהויבן ארימרייזן מאכנדיג א אפמאך מיטן לבנה אז זי וועט קיינעם נישט מיטטיילן... (איך מיין אז דרייוון איז שוין בדרך אגב א קליינע פארלעצונג היינט קעגן אינטערנעט ואביזרייהו...) און יעדער ביי זיך אליין ווייסט פינקטלעך אז דרייוון איז א רייץ וועלכע כמעט יעדער פירט דורך בימי הבחרות, איך גיי אים נישט בארעכטיגן אדער בארעכטיגן דרייוון איך בין נאר דא מיט די עפטער שאקס, צו זיין גוט מזל האט איינע פון די גרויסע נעזער אינערהאלב כלל ישראל געמערקט דעם סצענע און גראד אויפגעהויבן (טפוי!) א טעלעפאון צו דער מנהל וועלכע האט נישט געטראכט קיין מינוט און גערופן דעם פאטער איינמעלדן אז זיין זוהן איז די פרישער קרבן אין די ישיבה וועלט און ער ווערט ארויסגעהאנגען פון ישיבה (שוין צייט צו אדאפטירן א נייע ווארט פאר בחורים וואס מען באזייטיגט פון ישיבה נעמליך ארויסגעהאנגען אנשטאט ארויסגעווארפן צוליב וואס ביים ווארפן א בחור הענגט מען אים אויף ברבים און יעדע ווארט איז איבריג)

די פאטער האט מיט ווייטאג צוגעהערט צו די גרויסארטיגע מחנך'ס פערל רייד און נישטאמאל מיטגעטיילט פאר זיין זוהן אז מען האט אים ארויסגעשטעלט (קימט אמאל א מצב ווען מען קען שוין נישט זאגן, רעדן, און, טוהן, די שפייאכטץ ווערט שוין פארטרוקנט און עס וויל זיך נישט טראכטן)

דער בחור האט ווי די שטייגער דארט אין יענע ישיבה זיך צירוקגעקערט מוצאי שבת נישט האבנדיג קיין הווא אמינה אז ער איז אויף מעסער שטעך מיט זיין מנהל.


ער לייגט זיך אריין אין בעט און שלאפט איין, זיין מנהל א איד? געפיהלן? מדות? מענטשליכקייט? א מוהל! א רב אין בית המדרש! א מורה הוראה בישראל! דער בחור שלאפט! עס איז אכט אזייגער צופרי ווען דער מנהל (לרפו"ש) נעמט ארויס זיין סעלפאון און מאכט א פאון קאול צו די ניין עלעווען פאליציי סיסטעם! און ער רעפארט א בוירגלער! וועלכע שלאפט אין זיין פראפערטי!
שומו שמים על זאת! דער בחור וועקט זיך אויף ווען זיין נשמה פליעט אים ארויס פון פלאץ, ער טרעפט זיך ארימגענימען מיט עטליכע ברייטביינערדיגע קאפ"ס וועלכע האבן נישט קיין שום רחמנות סטראטעגיע וויאזוי צו באהאנדלען דעם נידריגן גנב!...זיי שטעלן אים אויף פון געלעגער, קוים וואס זיי לאזן אים אנטוהן קליידער אנשטאט נאכט וועש און מען קייטעלט אים פארנט פון צוואנציג אנדערע חברים וועלכע ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן, לאכן, אדער וויינען, שרייען אדער פראטעסטירן, דער בחור בעט מיט יללות ..עס איז מיין ישיבה! איך לערן דא! לאזט מיך אפ! פליעז איך דארף א חתן ווערן!

טויבע אויערן, ארויס פון ישיבה, אריין אין פאליציי קאר! פאלג! גיי! קימסט מיט אינז!

איז דא איינער פון די אמאליגע מחברי קינות וועלכע קענען העלפן קלאגן? איז דא ערגעץ א שווארצע פעדער וועלכע האט גענוג טינט? די בארדיטשובער וואלט וואס געזאגט אראפצונעמען צארן וועלכע די אויבערשטער האט ווען מען באגייט זיך מיט אזעלכע נידריגע אקטן?!?...

איינער נעמט אחריות אויף אזא ישיבה? איז דאס די וועג וואס רבי מאיר שפירא (וועלכע איז געווען די טאטע פון די היינטיגע מאדערנע ישיבות ווי מען געבט צו עסן פאר בחורים) וואלט גענוצט? איז דאס א זאך וואס מאמע רחל וואלט שטילגעשוויגן?


רבונו של עולם איך בין איין מענטש! אין מיין הארץ זאמלט זיך אהן בלוט פאר דיינעטוועגן, די ווייסט אז איך אליין קען גארנישט טוהן חוץ פון פירקלען ווערטער אויף א פאפיר, איך בעט דיר געב כח פאר די משפחה, העלף מיט סייעתא דשמיא אידן וואס טוען ריין לשם שמים פאר בחורים אויפן גאס, און העלף דיינע קינדער מיט זאכן וואס דארפן געענדערט ווערן אז זיי זאלן גיין אין ריכטיגן דירעקציע.


די ישיבה איז אין פייער און שטורעמישע פראטעסטן קומען דארט פאר, איך האלט נישט אז עס איז גערעכט, אבער דאס זענען די תוצאות פון א פארפוילטע חינוך פון פארפוילטע מנהלים אין פארפוילטע ישיבות.
📎 IMG-20150301-WA0339.jpg 📎 IMG-20150301-WA0331.jpg

געוואלדיג » זונטאג מערץ 1, 2015 3:40 pm

· #256470
יתרו האט טאקע צוגעלייגט ואתה תחזה א עצה, אבער פארט דארף מען טאקע קודם אנערקענען דעם פראבלעם און דער פראבלעם שרייט און דארף אן ערנסטע תיקון השי"ת זאל אונז שנעל העלפן ווייל צדיקים האבן געזאגט אז די ערגסטע גלות איז צווישן אידן ל"ע

פליקער » זונטאג מערץ 1, 2015 3:43 pm

· #256472
שוידערלעך, כעס, רשעות, איך שפיר מיט.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 3:55 pm

· #256475
אהער מיטן נאמען פונעם ישיבה.

chusid » זונטאג מערץ 1, 2015 4:41 pm

· #256485
די ישיבה הייסט אהבת התורה אין מאנסי ווי איינער אינדיג אין ישיבה, מ'מוז ארויסגיין אין מלחמה מיט דע רוצחים!

מאטי » זונטאג מערץ 1, 2015 4:51 pm

· #256489
איידער מ'שלייכט דא ארויס די שווערד פון די שיידלעך; דארף מען דען נישט וועריפירן וואס פונקטליך האט פאסירט?

געוואלדיג » זונטאג מערץ 1, 2015 4:52 pm

· #256490
דו קענסט אויך די מעשה?
שוידערליך
צוזאמען מיט הירצקא בערגער?

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 1, 2015 5:10 pm

· #256494
איך בין שאקט!!! אזא מעשה wow! איינער וויל פליעז ארויפלייגן די מעשה אויף איי וועלט, איך בין נייגעריג צו זיי וועלן האבן די חוצפה עס צו אראפנעמען

chusid » זונטאג מערץ 1, 2015 5:30 pm

· #256503
איך קען נישט די מעשה פערזענטליך אבער איך האב געהערט פון איינעם וואס קען די פרשה, און דא הער מיר פון בעל מדות ערשט האנטיג...
די מעשה גייט ווייטער אז ווען די מנהל האט געהערט אז עס זענען דא דארט פראטעסטן האט ער גערופן פאליציי וועלכע זענען יעצט אין א געיעג נאך דעם אומשולדיגן בחור וועלכע האט גארנישט געהאט מיט די גאנצע ראיאטן מיסיע נאר חברים האבן עס געמאכט!

געוואלדיג » זונטאג מערץ 1, 2015 5:33 pm

· #256505
עס איז די ישיבה מיט הירצקא בערגער?

chusid » זונטאג מערץ 1, 2015 5:53 pm

· #256516
געוואלדיג
עס איז די ישיבה מיט הירצקא בערגער?

יא

petergrifin » זונטאג מערץ 1, 2015 8:21 pm

· #256543
טאקע דער טפל (צי די מעשה) נישט די עיקר, אבער האבן זײ געשפריצט גראפיטי אויף די װענט פון
דער בית המדרש? שרײטס נישט, איך װײס אויך אז א נפש איז אסאך װיכטיגער אבער אביסל ריספעקט!!

פליקער » זונטאג מערץ 1, 2015 8:26 pm

· #256547
נאר אזוי וועט דאס ארבייטן, די בחורים זעלבסט זאלן נעמען די זאך און די האנט אריין, זיי ברויכן טימלען ביז ארי באווייזט זיך.

איך שטעל זיך פאר אז ארי וועט זעין די אשכול, וויל איך דא רעדן צי ארי עטליכע ווערטער.

ארי טייערע, מיר האבן דיך ליב, דו ביזט ביי אינז טייערער ווי גאלד, ווער נישט געפאלן פון די שטראכלינג, אלעס גייט דורך שנעל, ווער נישט געפאלן ווען דו באקענסט דיך מיט די בייזע זייט פון די וועלט, רשעות איז אלע מאל געוועין און וועט אלע מאל זיין, ביטע מאך נישט לכבוד דעים א טעות וואס דו וועסט אייביג באוויינען, זיי אין ישיבה, און שלאג זיך דארט צו זיין, לויפ נישט אוועק פון די טימל, די וועלט פארגעסט שנעל, דעיס וואס די גייסט דורך וועט דורך גיין, רשעות האט אויך א עק, מיר פארשטייען אז מען קען מאכן א טעות, עס איז גארנישט געשעין, דער מנהל דיינע איז לכאורה א גרעסערע בעל עבירה ווי דו, עס וועט נאך נתגלה ווערן קלונו, אבער דו ווער נישט געפאלן ביי דיר, האלט זיך פעסט, נעווער גיוו אפ.

petergrifin » זונטאג מערץ 1, 2015 8:31 pm

· #256554
און ארי טײערע, בעט דײנע חברים זאלן ענדערעש אנפירקלען דעם מנהל װי דער בית המדרש!

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 1, 2015 8:44 pm

· #256557
#

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 1, 2015 9:08 pm

· #256563
דאס איז דער זעלבער אינדיג וואס איז מתיר די פורים מאבילס?

outspoken » זונטאג מערץ 1, 2015 9:29 pm

· #256570
ס'שוין צייט צו פארמאכען די ישיבות, ס'שוין צייט נישט צו זיין קלוגער פונם הייליגען דברי חיים זצוק''ל וואס שרייבט אין זיין הייליגען ספר (שו''ת יו''ד סימן מז) "וגם ישיבות אין מצוי במדינתנו מכמה טעמים נכונים, כאשר שמעתי ממו"ח ז"ל מלייפניק הטעם לזה, אבל יושבים חבורות חבורות בבית המדרש ועוסקים בתורה בגפ"ת"
ליידיגייערס רוצחים מאכען קאמפיינס פאר מ'כלומר'שט פיינע ישיבות, רייסען געלט שכ''ל מיט קאלעדז פראגראמען, און אויב א בחור פיט נישט די פראפייל פאר די א''ג גוטע ישיבה ווערט זיין בלוט הפקר!!!
📎 Untitled.png

אפטעמיסט » זונטאג מערץ 1, 2015 10:04 pm

· #256579
אויב זענען די פרטים פון די מעשה טאקע אזוי ווי ס'שטיט אין דעם ארטיקל, איז די וואנדאליזם א העראישע און באגריסענדע שריט. דער צייט איז געקומען אז די יוגענט זאל זיך מער נישט לאזן פירן ווי משכונות צו אייסיס וכצאן לטבח יובל. ס'איז הויעך צייט פאר פראטעסטן און רעוועלוציעס וואס זאל מרעיש עולם זיין פון אמעריקע ביז אזיע, אדער ווי אנדערע רופן עס "מחלל שם שמים זיין מסוף העולם ועד סופו". ענקער חילול השם איז מיין קינדערס פרייהייט. רק בדם תהיה לנו חרות.

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 1:48 am

· #256620
בעל מדות מען האט עים נישט געקייטעלט דו לייגסט צו פעפער מיט זאלץ

שבת אחים » מאנטאג מערץ 2, 2015 3:42 am

· #256623
[ציטאט אראפגענומען]

שבת אחים » מאנטאג מערץ 2, 2015 3:53 am

· #256624
קאצקע ציקער
בעל מדות מען האט עים נישט געקייטעלט דו לייגסט צו פעפער מיט זאלץ



וואזשע דען האט פאסירט ? לאמיר הערן !

ס׳שמעקט מיר אז עפעס פעלט דא פון די מעשה , פארוואס פונקטליך האט דער ראש ישיבה געדארפט אָנקומען צו די פאליציי ארויס צו וואַרפן א בחור פון זיין ישיבה ?? אדער איז מיר פשוט שווער צו גלייבן אז מ׳האלט ווירקליך טאַקע ביי אזא מצב אין די היינטיגע טעג ,

סלינקי » מאנטאג מערץ 2, 2015 3:17 pm

· #256703
[ציטאט אראפגענומען]

ר' שמעון אברהם נ"י, אב"ד קהל בני יששכר ריבאטיטש (?), שוחט ומוהל, מחבר ספר לכל זמן - הלכות טהרה באידיש..

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 2, 2015 4:25 pm

· #256726
פיין יעצט דארף מער נאר די די פונקטליכע מעשה,
ווער ווייסט?

שעפטל » מאנטאג מערץ 2, 2015 6:42 pm

· #256758
הארצרייסענד אזא מעשה, אפגעזעהן די פאקט אז עפעס פעלט דא פון די מציאות, אבער ס'מאכט קיין סך נישט אויס, ובפרט ווי דו ברענגסט גוט ארויס, לו יהא דער בחור איז באגאנגן דעם שרעקליכן עוולה פון דרייוון, און גאר געווען אן אויבער-חכם און צוריקגעקומען אנפייפענדיג דעם מנהל, איז פאליציי דאך א שרעקליכע אקט.

דאס הארץ טראפט בלוט פארן בחור און פאר זיינע עלטערן און גאנצע משפחה, דאס איז נאר א התחלה ליידער וואס דא קען (האפענטליך גייט נישט) פארסירן, ווער ווייסט ווי דער בחור וועט אנקומען פאר זיין מינוט תאווה פון זיין א טאטע...

איך וויל נאר איין הערה דא צולייגן... דאס וואס דו שרייבסט:
בעל מדות
דער גרויסער גאון און טאטע פון אלע ראשי הישיבות רבי מאיר שפירא זצ"ל וועלכע האט איינגעפירט דעם דף היומי און איז געווען די ערפונדער פון א "דארמיטארי" האט ביים אויפשטעלן זיין ישיבת חכמי לובלין אין פוילן געוויזן דעם פולן גאנג וויאזוי מען דארף זיך אוועקגעבן פאר תלמידים און נישט גערוהט קיין רגע פאר זיינע "תלמידים הקרוים בנים" ארימפארנדיג אין די גאנצע וועלט צו שאפן געלט פאר זיין ישיבה אנשטאט זיצן אויפן ברייטן באקוועמער בענקל והדברים הם מפורסם.

דאכצעכמעך אז ר' מאיר איז אויך געווען דער אויסטרעפער פאר א "ישיבת מציינים"!!! איך האק נישט אויף ר' מאיר ז"ל, וכבודו במקומו מונח, אבער ער איז געווען דער וועג ווייזער פאר אלע היינטיגע "לובלינע" ישיבות...

יאיר » מאנטאג מערץ 2, 2015 7:13 pm

· #256763
מיר ווענדן זיך מיט א ביטע צו אלע אהבת התורה בחורים וואס ליינען אט די שורות, ביטע קאנפירמט די מעשה.

נופת צופים » מאנטאג מערץ 2, 2015 8:43 pm

· #256780
כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול - מ'זוכט נאך אלץ קאנפערמעישן - אבער אונז האמיר שוין א היכי תימצי ווען מ'מעג יא גיין צו די פאליציי. דער אנגעפרעסענער אויסגעפאשעטער מנהל, ער מעג רופן פאליציי, נאר זיין סלעיוו דער בחור וועם ער האט מאלעסטעד, ער טאר נישט.

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:38 pm

· #256797
אוי האסטו גיט געזאגט

שלמה המלך » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:21 pm

· #256853
אביסעלע פארנעפעלט דא:
וועמענס ישיבה? אינדיג אדער בערגער? וואס איז אינדיג אין ישיבה און וואס איז בערגער? עס איז א זכר מיט א נקבה אדער צוויי זכרים?
ווער רופט פאליציי און וואס זאגט דער צווייטער?
אויב לייגט מען יא ארויס א מעשה ביטע אביסעל מער דעטאלען...
יש"כ

petergrifin » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:30 pm

· #256859
דעטאלן זענען נישט װיכטיג די עיקר לאמיר שעלטן צוזאמען.

chusid » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:51 am

· #256878
petergrifin
דעטאלן זענען נישט װיכטיג די עיקר לאמיר שעלטן צוזאמען.

חזקה אז אין ישיבות טוט זיך שפיכות דמים און ספעציעיל דא ווי ס'איז דא רגלים בדבר, עניוועי איז א שאד אז דער עולם רעד נישט פונעם שרייענדע פראבלעם בכלליות נאר מ'באציט זיך צו דעם ספעציפישן פאל.
פרעג אזוי, איז דא איינער וואס האלט אז עס טוט זיך נישט קיין שפיכות דמים בקביעות ביי אונז? איז דא איינער וואס האלט אז א ריזן חלק פון די רוצחים זענען מזידים?

בעל מדות » דינסטאג מערץ 3, 2015 1:07 am

· #256879
דערוילעם וויל הערן און איבערהערן אז די געשיכטע איז א רעאליטעט, די מעשה דא איז אז איך בין שוין נישט קיין בחור ב"ה און איך בין גאר פארנימען איבערן טאג, איך האב מיינע צייטן ווען איך שרייב און דאן קום איך אהער, דער געשיכטע האב איך געהערט צוליב וואס א מקורב פונעם בחור האט עס מיר געשילדערט און איך האב פערזענליך אויסגעפארשט דעם געשיכטע דורך פולע חברים דארט אין ישיבה, און וואס איך האב געהערט האב איך געשריבן, יעצט עס איז נישט דא קיין צווייטע צד און פולע מענטשן וועלכע האבן אנגערופן דעם גרויסארטיגן בעל מחנך צו פרעגן וואס דא גייט פאר האבן אלע ערהאלטן אנדערע תירוצים און ביי טייל האט ער גראד געלייקנט אדער אנגעהויבן שעלטן ווי א וואנזיניגע מטורף ביים פארגעסן די כדורים, די בילדער און רעקארדירונגען זענען לעיני העם פאר ווער עס וויל זעהן און עס איז גאר א פובליק מעשה מיט אינפארמאציע וואס איז נישט עקסקלוסיוו צו מיר, ווי עס שיינט רעדט מען דא פון א אומגינסטיגן פערזאן וועלכע האט א פוסטע מח און נחשים ועקרבים שפאצירן אים אין די מדות, לויט וויאזוי ער האנדלט האט מען אים נישט באשאנקען מיט קיין שכל און איך וועל סטאפן דא צוליב די חשש אז זיין ווייב באזיכט קאווע שטיבל...
ער האט פלעין געהאנדלט ביליג אפילו נאך די גאנצע שטינק רופנדיג פאליציי צו זיין ישיבה פאר'מסר'נדיג דעם קרבן אז ער כאט אנגעפירקלט די ווענט בכדי צו זעהן נקמה אין דעם בחור עס איז דא באווייזן -ווי די חברים געבן איבער- אז דער קרבן איז געווען אין א צווייטע ארט די גאנצע טאג אריינגערעכנט די שעות וואס די ישיבה "איז געווארן אנגעשמירט און געשעדיגט"

רעזולטאטן באווייזן זיך, און ברענגען צום אויבערפלאך די מאכט פון "קאווע שטיבל" ווען דער קראנקער פלאץ ווערט נישט צוריקגעעפנט צום קומענדיגן זמן (ווי דער מנהל האט געזאגט לעטצענס) צו די פרייד פון יעדער מענטש וועלכע פארנעמט נישט קיין בלוט פארגיסעריי!

קרעקער » דינסטאג מערץ 3, 2015 2:40 pm

· #256935
זעהט אויס די עולם ווייסט נישט פון וועם מרעט
אינדיג איז א צופידעלטער אינערמאן, ווער סקיקט עם אן זעהט שוין אז ער איז אינגאנטצען צופראסקעט
ער האט שוין געהאט 1000 זשאבס, ער האט געארבעט אלס א קעשיר אין א גראסערי אין וויליאמפעסט, ער איז געוועהן א שוחט, איבעראל האט מען עם געווארפען, האט ער אפגעמאכט צו ווערען א שוחט איבער בחורים, און ער וועט זיין דער ווארפער
איך האנישט געקענט גלייבען צו ליינען דא אז ער האנדעלט מיט בחורים און אז טאטעס געבען עם איבער די בחורים, זיי מוזען האבען געוועהן זייער דעספרעט, מסתם האט מען ארויסגעווארפען זייערע בחורים פון ישיבות אין אנשטאט צו דרייען אויף די גאס האבען די טאטעס בלית ברירה געשיקט וואו מנעמט זיי יא אריין

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 9, 2015 2:51 pm

· #281611
רבותי, נאך אלע מעשיות זעה איך אז מען האט זיך אנגעלייגט אויף א קליינע נעבעכדיגע ישיבה'לע מיט אן אפיציעלער אומסימפאטישער משגיח.

עס טוט זיך מעשיות נוראות אונטערן טיש מיט א פיל שענערן פרצוף דורך מאכטפולע ישיבות, און רבנים און זאגאר רבי'ס.

לאמיר זיך נעמען צו זיי דירעקט, דער מקור פון אביוסיוו פאוער, און פון דער גאנצער פאר'סם'טער אטמאספער.

עס איז קלאר אז אן שלעק פיזישע צו פסיכאלאגישע וועט דא גארנישט ארבעטן, ווילאנג מיר וועלן זיין מוריטשקעס וועלן אלס זיין עגאיסטישע קאלט בלוטיגע ענקים וואס וועלן טרעטן אויף אונז.