טראץ דער פאקט אז מאנכע ניקים וואס האלטן זיך אויף געקלערט, דעריבער האלטן זיי אז חוזק מאכן פין סאטמאר, מאכט זיי אויסזעהן מער טאטיש, און מוח ברייטער, און דאס איז גורם אז ניקים זאלן נישט שרייבן איבער געוויסע טעמעס, ווייל קיינער וויל פארט נישט זיין אראפגעגבן אלס א נודניק ניק, און נישט באקומען די שיינע לייקים, דאך איז כדי ארויסצוברענגן דער חוב קדוש פון טוהן אלעס וואס איז נאר שייך אז דער רשע נתניהו זאל איינמאהל פאר אלעמאהל איינעמען א שטילשווייגעניש, און פארניצן זיין אגרעסיווע ריטאריק אינעם מושב זקינים שע''י כנסת המינים, און זיך אפשאקלען פון די אמעריקאנער פאליטיק.
עס איז נאך נישט געהערט געווארן מימות עולם אז א פירער פון א צווייטע מדינה זאל קומען אין א צווייטע לאנד און אגענטירן צו קומען וואוינען אין זיין לאנד, דאס איז קעגן די געזיצן פאר נארמאלקייט און דיפלאמאטיע. עס איז נאך נישט געהערט געווארן מימות עולם אז א פירער פון א מדינה זאל קומען צו א צווייטע מדינה אינטערן ריקען פינעם פרעזידענט און אדרערסירן דעם פאלאמענט. נאך דערצי דאס לאנד וואס פיטערט איר.
די פריערדיגע ראשי הממשלה ווי דוד בן גיריון, לוי אשכול, גאלדא מאיר, מנחם בעגין, יצחק שמיר, יצחק רבין, שמעון פערעס, אריאל שרון, אהוד אולמערט, ימ''ש וזכרם, זענען טאקע געווען גרויסע רשעים, אבער זיי האבן זיך פארט געפירט מיט כללי הדיפלאמאטיע און זיי האבן קיינמאהל נישט געטון דאס וואס דער שפארבערישער נתניהו טוהט.
בלויז איינמאהל האט דער מוסד אונטער די אנווייזינגען פון בן גריון זיך אריין געמישט אין די אינערליכע ענינים פון עגיפטען, און די אגענטען זענען געכאפט געווארן אונטער די האנד, און די מעשה האט זיך גאר ביטער גענדיגט, די פרשה האט מען געריפן "עסק ביש" און עס האט עטווענטועל געפירט צו די רעזיגנאציע פון בן גריון, ער האט זיך דאן ציריק געצויגן פון עפענטליכע לעבן, און ער האט זיך פארשלאסן אין זיין פארם אין שדה בוקר.
און דאן איז עס אויך געווען אין געהיים, עס האט געטראגן די כאראקטער פון א געהיימע שפיאנאש מיסיע, אמעריקא האט אויך דירוך געפירט אזעלעכע געהיימע מיסיעס אין די קאלטע קריג יארן, אבער בריש גלי צו פארקאכן א פאליטישע קאשע אין א צווייטע מדינה, האט נאך נישט פאסירט אין די וועלטס היסטארי.
די תוצאות פון זיינע משוגענע אקטען וועט דאך זיין נורא ואיום.... וואס טראכט דער גוי? דער בלוט קומט דאך אין קאפ ארויף פאר יעדען נארמאלען טראכטענדען באשעפעניש, דאס קליין פארשטינקן לענדל וואס איז געבויעט אויף שנאר און חוצפה, שפילט רחמנות אין די וועלט..... און ביזדערווייל זענען זיי די גרעסטע אגרעסארן..... זיי פירן יעדעם ביי די נאז און טוהען ככל העולה על רוחם....
אויב וועט כלל ישראל נישט אויפהייבן א קול מחאה און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דער חוצפאניק נתניהו פארטרעט נישט דאס אידיש פאלק, וועלן מיר אלע צאהלן די פרייז פאר זיינע אקטען.....
לאמיר מקיים זיין דעם צאי והלחם בעמלק.... לאמיר זיך נישט לאזן אפקילן פון די פאר אפלאכער פארשלייערט אונטער ניקים... און לאמיר ארויסגיין אין די גאס אויסשרייען דעם קול מחאה...... אז מדינת ישראל מיט עם ישראל זענן נישט קיין מחותנים......
די פריערדיגע ראשי הממשלה ווי דוד בן גיריון, לוי אשכול, גאלדא מאיר, מנחם בעגין, יצחק שמיר, יצחק רבין, שמעון פערעס, אריאל שרון, אהוד אולמערט, ימ''ש וזכרם, זענען טאקע געווען גרויסע רשעים, אבער זיי האבן זיך פארט געפירט מיט כללי הדיפלאמאטיע און זיי האבן קיינמאהל נישט געטון דאס וואס דער שפארבערישער נתניהו טוהט.
אויב וועט כלל ישראל נישט אויפהייבן א קול מחאה און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דער חוצפאניק נתניהו פארטרעט נישט דאס אידיש פאלק, וועלן מיר אלע צאהלן די פרייז פאר זיינע אקטען.....
די פריערדיגע ראשי הממשלה ווי לינדון ביינס ג'ונסון 1963-1969, ריצ'רד מילהאוס ניקסון 1969-1974, ג'רלד רודולף פורד 1974-1977, ג'יימס ארל קרטר 1977-1981, רונלד וילסון רייגן 1981-1989, ג'ורג' הרברט ווקר בוש 1989-, ויליאם ג'פרסון קלינטון 1993-2001, ג'ורג' ווקר בוש 2001-2008 זענען טאקע געווען גרויסע גוים, אבער זיי האבן זיך פארט געפירט מיט כללי הדיפלאמאטיע און זיי האבן קיינמאהל נישט געטון דאס וואס דער שפארבערישער באראק חוסעין אובמא טוהט. אויב וועט כלל ישראל נישט אויפהייבן א קול מחאה און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דער חוצפאניק אובאמא קומערט נישט דאס אידיש פאלק, וועלן מיר אלע צאהלן די פרייז פאר זיינע אקטען.....
קוק די צעטיל, די אונטערשטע גרויסע סלאגאן אין רויט און געלע אותיות איש בליעדר, קיין שום מענטש זאל נישט זיין בלי עדר, קיין שום פערד זאל נישט אנטלויפן פונעם סטאדע. בשורינו ובחמורינו נלך.
קוק די צעטיל, די אונטערשטע גרויסע סלאגאן אין רויט און געלע אותיות איש בליעדר, קיין שום מענטש זאל נישט זיין בלי עדר, קיין שום פערד זאל נישט אנטלויפן פונעם סטאדע. בשורינו ובחמורינו נלך.
די סאטמארע קולטור זענען די פאן טרעגערס פון נהנה זיין משלחן איזבל האמריקאי, מיט דריידעלעך און אכטערלעך, כידוע איז קרית יואל די מערסטע ארימע געגענט אין גאנצן לאנד, = פלוצלינג זענען זיי געפערליך באזארגט מיט כבוד עבד כי ימלוך. יבוא בעל הכרם..
לאמיר האפן אז די פאלעסטינער וועלכע פינאנסירן הרב ישראל דוד ווייס, האבן זיך געזארגט אז ער זאל כאטש האבן א ווארימען מאנטל. שטייענדיג אין אזא קעלט און רעגן....!
די גאנצע סצענע זעהט עפעס אויס ווי ס'איז ארויסגענימען פון א וועסטערן. דער הרב ווייס און זיינע הענטשמען און די פאלעסטינער מיט זייערע טלתימ'לעך... 😂 🙄