ליפא, מיכאל, יצחק פוקס, יודא גרין אויף קול מבשר, פורים תשע"ה
די קול מבשר פורים אפטיילונג איז שוין ארויפגעלייגט געווארן אויף 2 - 3.
ווי יעדעס יאר האט יואלי די סטאנדארט יאסעלע, סאנגס ביי שכי, שתולי כאראקטערן (נאכנישט אויסגעהערט).
דאס יאר איז אויך דא א סעריע 'אינטערוויוס' מיט באוואוסטע זינגערס (וועלוול שמעלצער סטייל) אלע זינגען אינגרויסן.
די בעסטע איז יודא גרין (אוי רעבי רעבי רעבי, מיר ווילן זיך מקשר זיין מיט דיר, נשמת נשמת כל חי... זיס ווי האניג שיין און הארציג. 👍 😛 ). יוסי גרין (ענוים ענוים, התקבצו מלאכים), מיכאל שניצלער (יום טוב אינדערוואכן) און ליפא שמעלצער (דייעט! אבי מ'לעבט!! )
אויך האט ער אהרעלע סאמעט (אהללה, ידידים רוממך), יצחק פוקס (בארא פארק! באם באם באם, הללו א-ל בקדשו), יונתן שווארץ, ישראלי ווערדיגער, יצחק פוקס, מרדכי בן דוד (שוואך), יואלי קליין (בהסתרה) יואלי גרינפעלד און פינקי וועבער.
אייזן!
1-212-444-1100 דערנאך דרוקט 2 דערנאך 3 דערנאך 5.
ניין ישראל דיין ערשטע וועג איז ריכטיג ווייל אז נישט דארפסטו טוישן די טעלעפאון # אויך
אנשטאט 212-444-1100 שרייב 0011-444-212
נאמבערס ליינט מען פון לינקס אויף רעכטס
סהאט גארנישט מיט יואלי לעבאוויטש, ער איז עס ווארשיינליך נישט.
כוכב
סהאט גארנישט מיט יואלי לעבאוויטש, ער איז עס ווארשיינליך נישט.
נישט געכאפט, ס'קוקט טאקע אויס אז ס'איז נישט יואלי. 😕
אוי אי דעס גוט. יודא גרין, מיכאל
ס'אי געוועהן ביי ריסעס האב איך אגעמאכט מיט פינקע'ן...
דעסי קעש.
וואס די וויץ מיט ''ריסעס''?
איך וואלט געזאגט די בעסטע מאכט ער נאך יוסי גרין און ליפא דאס איז אייזן, מרדכי מאכט ער נאך זייער שוואך , ער מישט צאם שלמה'לה מיט הים, קיצור ער מאכט א פיינע קיגל
ער הייסט "קלמי שווארץ" א אינגערמאן וועלכע איז נאך שנה ראשונה און ער מאכט נאך די פארשידענע בעלי מנגנים, ליפא איז גוט יוסי גרין איז גאנץ גוט און יונתן שווארץ איז גאנץ גוט, ער מאכט זיי גאנץ גוט נאך און די עיקר איז די קריעטיוויטי דערפון ווי מען דארף כאפן ווער עס איז ווער....
Wow. איך האפ אז ס'טאקע נאכגעמאכט. ווייל יוסי גרין זעהט אויס צו עכט.
א געלונגענע אינגערמאן, א שאד נאר אז ביי אונז האט טאלאנט נישט קיין מקום צו וואקסען, אויב וויל ער האלטן זיינע קינדער אין מוסד וועט ער זיך מוזן איינהאלטן מפורים זה עד יום הפורים הבא עלינו ל...
יא... אבער מב"ד, דאס קען מען נישט נאכמאכן..
קאווע טרינקערWow. איך האפ אז ס'טאקע נאכגעמאכט. ווייל יוסי גרין זעהט אויס צו עכט.
א געלונגענע אינגערמאן, א שאד נאר אז ביי אונז האט טאלאנט נישט קיין מקום צו וואקסען, אויב וויל ער האלטן זיינע קינדער אין מוסד וועט ער זיך מוזן איינהאלטן מפורים זה עד יום הפורים הבא עלינו ל...
פארוואס זאגסטו אזוי? ער קען מאכן א פרנסה דורך אויפטרעטן אויף שבע ברכות'ער נוסח יואל לעבאוויטש.
מיין טעיק: אוועראלל איז דאס hilarious. איך וואלט דאס איינגעטיילט קודם אויף דריי. ס'איז דא נאכמאכן דעם סטיל, שטימע און נאכדעם באזונדער וויאזוי ער רעדט צו וויאזוי ער זינגט. נאכמאכן וויאזוי מ'זינגט איז ער זייער גוט.
אוועראלל האלט איך מאכט ער דאס בעסטע נאך ליפא. זיין סטיל, שטימע, רעדן און זינגען. שני וחמישי האט מיך געקאסט א באזונדער אויספלאץ.
יוסי גרין איז אויך גאר גוט. נאר ער מאכט צו שטארק אזא נישט-חסידיש אקצענט. יוסי איז נאכאלעם א סאטמערער אינגל. מיכאל מאכט ער זייער גוט נאך דעם סטיל סיי פון רעדן און סיי פון זינגען, אבער די שטימע איז נישט ממש ממש גוט. פארשטייט זיך זינגען בעסער ווי ביים רעדן. מרדכי איז דאס שוואכסטע נאכגעמאכט. ישראל ווערדיגער און אהר'לע סאמעט איז א 4.5 סקאר באזירט אויף פישל'ס מהלך פון רעכענען; יונתן שווארץ איז כמעשה אבער צו דער שוואכער זייט. יואלי גרינפעלד איז זייער גוט אויסער דער שטימע; פינק'ען איז די שטימע זייער שלעכט, אבער סטייל פון זינגען און סארט גראמען איז גאר גוט.
יצחק פוקס איז גוט סיי דאס רעדן, זינגן און סגנון.
יא ליפא איז שאקינג ווי ער מאכט עים אזוי גיט נאך
איך בין יעצט מעביר סדרה דעם אינטערוויו, איך ווארף זיך פאר געלעכטער...
[ציטאט אראפגענומען]
ער גייט מיט אזא שטריימל וואס מאכט נאך די ספאדיק.
זיינע חברים געפעלט מיר זייער.
כ'העט געוואלט הערן א עכטע אינטערוויאו מיט די אלע זינגערס צו הערן זייער רעאקציע נאכן אויסהערן דעם שפיל...
אין אייוועלט לייען איך אז קול מבשר האט גענומען רשות פון אלע זינגערס בעפאר.
נישטא קיין ווערטער. ער איז ריזיג.
און די גוישע וועלט וואלט ער שוין לאנג געהאט אויף טוויטער א מיליאן פאלויערס, מיט א אייגענע טעלעווישען סטאטציע אין מיליאנען אין באנק.
היות ער איז א איד קען ער ארבייטען אין יודעל׳ס גראסערי אין מאכן לאכן די פראנטליכע קונים